בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 12:20 pm
דורך פאטאקי08
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דא גיי פאר, עס איז למעלה מהשגותי. אבער איין זאך פארשטיי איך ממש נישט וויאזוי מען קען עפעס זען דערין. נעמליך דער UN בילדינג וואס איז א פשוט'ע רעקטענגעל! וואס מיינט דאס אז איז געבויט מיט די גאלדען רעקטענגל? עס איז דאך א פשוט'ע רעקטענגעל וזהו.

יא ס'איז א רעטענגל, אבער נישט א פשוטע, ווייל עס איז אויס גערעכנט אז די ברייט זאל זיין לויט די הויכקייט נישט מער און נישט ווייניגער, און דאס איז לויט די גאלדן רעקטענגל.

אהא דאס איז דער מעשה. אבער וואס מאכט דאס אויס? עס מאכט עס שענער ווי אן אנדערע רעשיאו רעקטענגעל?

ווי איך פארשטיי איז עס געמאכט אזוי ווייל 'אזוי קומט עס'.. עס איז פשוט נאכגעמאכט די בריאה,

אגב, געוויסע פארשער לייקענען אז עס איז געבויט דווקא לויט די כללים, עס איז פשוט גיט געלונגען.. אבער עס איז נישט געווען במחשבה תחילה.

זייער מעגליך אז ביידע זענען אמת, ווייל עס איז "גרינג אויפן אויג", האט יענער עס אזוי געבויט.

מיינסט צו זאגן אז דעם בוי מייסטערס אינסטינקט האט אים אזוי געזאגט
מה רבו מעשיך ה'