בלאט 1 פון 2
וויאזוי זיך אומגיין מיט די וואס מוטשען זיך מיט Social Phobia
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 5:10 pm
דורך דער נייגעריגער
איך בין נייגעריג ווער עס קען העלפן מיט עצה ותושיה וויאזוי צו דילען מיט מענטשען וואס מאטערען זיך מיט די שוואכקייט וואס ווערט גערופען סאציעלע פאביע (געפינט זיך ביי די שענסטע יודען יונג און אלט), וויאזוי און וואס און ווען צו רעדען מיט אים, צו מען זאל אליין אנהויבן און צוגיין רעדען צו אים אדער ווארטען ער זאל קומען, וויאזוי זאל זיין די באנעמונג אד״ג, און בכלל אויב עס איז מעגליך איינער זאל געבען א ברייטען ערקלערונג אויף דעם גאנצן פראבלעם, און וואס דער דרויסענדיגער מענטש קען העלפן עס צו פארגרינגערען, עס הערשט א שטארקע אומקלארקייט אינעם גאנצען ענין ביי אונזער עולם, און קלארע דירעקציעס וועט אוודאי העלפן פאר אסאך יודען. ייש״כ
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 5:18 pm
דורך קנאפער ידען
דער נייגעריגער האט געשריבן:איך בין נייגעריג ווער עס קען העלפן מיט עצה ותושיה וויאזוי צו דילען מיט מענטשען וואס מאטערען זיך מיט די שוואכקייט וואס ווערט גערופען סאציעלע פאביע (געפינט זיך ביי די שענסטע יודען יונג און אלט), וויאזוי און וואס און ווען צו רעדען מיט אים,צו מען זאל אליין אנהויבן און צוגיין רעדען צו אים אדער ווארטען ער זאל קומען, וויאזוי זאל זיין די באנעמונג אד״ג, און בכלל אויב עס איז מעגליך איינער זאל געבען א ברייטען ערקלערונג אויף דעם גאנצן פראבלעם, און וואס דער דרויסענדיגער מענטש קען העלפן עס צו פארגרינגערען, עס הערשט א שטארקע אומקלארקייט אינעם גאנצען ענין ביי אונזער עולם, און קלארע דירעקציעס וועט אוודאי העלפן פאר אסאך יודען. ייש״כ
שלום עליכם הרב, כ'האף אז דא וועסטו נישט האבן קיינע פאוביעס... וועסט דיר וואויל באקוועם מאכן.
קודם זיי מסביר וואס אזאנס דער סאושעל פאוביע איז?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 6:44 pm
דורך בנימין הלוי
איך קלער אז דאס מיינט די פאוביע (פחד) צו נעמען שטאטישע הילף הנקרא סאציאלע פראגראמען וד"ל
סאשעל פאביע איז ר"ת פון פיי סאמעך ואכמ"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 7:39 pm
דורך אני מאמין
שוין, איך פארשטיי אז עס מיינט א פאוביע פון מענטשען, עפעס אזוי ווי שעמעדיג.
מסתם בין איך ראנג, אממ.. שוין ווייטער פאוביע איך..
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 8:00 pm
דורך בנימין הלוי
שעמעדיג און דיין זיין אומזיכער זענען נישט קיין פאוביעס. א פאוביע איז אן עקסטרעמער און אומבאגרינדעטע פחד. און סאושל פאוביע איז די פחד פון די ארומיגע וואס קומט אין טייל פון זיין צו שטארק אנגעוויזן אין וואס יענער זאגט אדער טראכט איבער דיר וכדו' אבער פאביעס זענען געווענליך נישט אויסגע'חשבון'ט נאר אן עקסטרעמער אומ'שכל'דיגער פחד.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 8:50 pm
דורך דל גאה
בקיצור וואלט איך געזאגט אז ער מיינט אז א מענטש האט נישט קיין בטחון עצמי וואס ליידער זענען זייער אסאך אינעםהיינטיגן דור געשלאגן דערמיט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 9:51 pm
דורך מטעמים
דער מענטש וואס ליידט אויפדעם איז אלעמאל צוריקגעצויגען אדער נאר ווען ער טרעפט נייע מענטשען?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 2:04 pm
דורך בר לבב
שלום עליכם מיינע גוטע פריינד, אין קורצען אן ערקלערונג,
סאושעל ענקזייעטי איז א אינערליכע אומקאנטראלירטע מורא פון פארברענגען און שמועסען מיט אנדערע מענטש, וואס ברענגט אויף זיך א אומבאקוועמע באוווסטזיניקייט פון זיך, פילענדיג ווי אַ חפץ פון די אבזערוואציע פון אנדערע מענטשען, געפילן פון ווערען נעגאטיוולי געמשפט און אפגעשאצט, און אלץ א רעזולטאט, פירט עס צו זיין א מענטש פאר זיך.
סאושעל ענקזייעטי ברענגט מען זאל פילען איינזאם, עלענד, ווערטלאז, דערנידערט, פארשעמט, אומרעספעקטירט, קיינער איז נישט אינטערסירט און דארף מיך נישט, חז״ל זאגען שוין או חברותא או מיתותא.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 6:40 pm
דורך דער נייגעריגער
שכוח הרב לבב
מיין פראגע וואס איך דארף צו וויסן, מיט וואס קען מען אים העלפן און פארגרינגערען זיין שווערען condition וואס יא זאגען וואס נישט זאגען אד״ג.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 9:26 pm
דורך מתבונן
כבוד הרב נייגעריגער,
איך וועל פראבירן צוצולייגען א האנט דא, אבער פאר דעם ברויכסטע אויסשמועסן אפאר פונקטן.
ווער וויל זיך דא באמת העלפן? דו אדער יענער? אדער איז די הילף גאר פאר דיר?
איז יענער דיינס א נאנטער, ב"ב / קינד / תלמיד, אדער סתם א חבר אין ביהמ"ד?
פארוואס ווילסטו איהם העלפן? קענסט נישט צוקיקען וויאזוי ער מוטשעט זיך און די בושות וואס ער לייד, אדער דו ווילסט האבן עפעס א נוצן פון דעם?
די צוגאנג ווענד זיך אסאך אין די אויבערדערמאנטע שאלות. צומאל מוז מען הייבן הענט אויב יענער האלט זיך נישט ביים העלפען. צומאל ווילסטו עפעס פון איהם און דו ווילסט וויסן וויאזוי צוצוגיין צו איהם. יעדע פאל האט זיינע אינסטראקציעס.
אלזא, לאז דיך הערן מער בפרטיות.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 9:45 pm
דורך בנימין הלוי
דער ניק זאגט אז ער פרעגט פאר יענעם סאו לאמיר הערן דיין צוגאנג צו אזא פאל.
לאמיר זאגן אז יענער איז א קלוגער אדער טאלאנטפולער און ער זיצט אויף איין באנק אין ביהמ"ד אבער מ'קען נישט מיט אים פארברענגען מ'זעט אז ס'קומט אים אן שווער.
אדער אמאל איז עס א ברודער זוהן אדער שכן וואס מ'וויל העלפן.
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס דו האסט צו זאגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 10:37 pm
דורך דער נייגעריגער
שלום הרב מתבונן, א הארציגען דאנק פאר דיין הילף, לאמיר זיך אויסקלארען,
איך דאווען און ביהמ״ד לעבען א יונגערמאן וואס קוקט אויס צו זיין א ת״ח און א איש מוצלח און שטארק א פארשטענדליכער, אבער פאר סאם ריזען לעבט ער שרעקליך אין זיין אייגענע וועלט, און עס איז ידים מוכיחות אז ער מוטשעט זיך שטארק דערמיט און איז ווי אין א תפיסה, איך האב שוין מערערע מאל פראבירט אנהויבען צו רעדען צו אים אבער איך זע אז עס פאדערט זיך מער פונקטליכע אינסטרוקציעס, ס׳זאל זיין לתקוני ולא לעוותי, איך האלט אז ס׳איז א מצוה פון פדיון שבויים ממש, אויב איז דאס אינעם כלל פון או חברותא או מיתותא דאן כל המציל נפש אחת ... אלזא וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת פאר מיר, און איך גלייב אסאך אנדערע וועלען אויך בענעפעטירן, אז רבי ר׳ מתבונן וואס איז איתמחי גברא זאל אונז געבען א קלארקייט אינעם גאנצען ענין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 10:56 pm
דורך חזק
די שורש פון די פראבלעם איז 'שפלות', המכונה כהיום לאו סעלף איסטים, סאשעל פאביע=פחד איז א תוצאה פון דעם, וואס קען אויסקלאפן ווען מען איז בתוך רבים, וואס דאן שפירט מען אז משטייט אינטער די ספא''ט ליי''ט, און 'מע' קוקט אים אן, און זיין פאביע און ציטער איז אז אפשר מאכט ער נישט קיין גוטע אינפרעש''ן און 'מע' גייט אים זעהן, די זעלבע וועג ווי ער זעהט זיך אליין. דאס איז זיין פאביע בקיצור.
די ראשי פרקים פאר די שורש פון די פרבלעם איז נישט פאר יעצט.
אבער א פירס''ט עי''ד קי''ט פאר די פאביע, זעה מיין מאמר אויף פאביע'ס, וועגן פון חז''ל זיך צו שלאגן מיט אלע סארט פאביע'ס, אינטער די קעפל 'פראבלעם- דאגה בלב איש, לעזונג- ישחנה לאחרים'.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:00 pm
דורך בנימין הלוי
נייגעריגער, קען זיין אז נאר צו דיר וויל ער נישט רעדן... אפשר גאר ווייל דו ביסט א נייגעריגער?
ס'איז גאנץ מעגליך אז מיט מער פונקטליכע אינסרוקציעס קען מען קאן סאך נישט אויפטאן מען דארף זיין א מומחה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:28 pm
דורך דער נייגעריגער
בנימין וואס זאגסטו... לאז לויפען... מישט אייך נישט און זאל זיין...

נאר שיק אים צו מתבונן אהה?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:40 pm
דורך בנימין הלוי
יא איך האב אויפגעברענגט אזא אפשרות
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:48 pm
דורך fiena nieas
בנימין אין דיין פריעדיגע פאסט ברענגסטו גיט ארויס די פוינט, נייגעריגער דיין חבר דארף זיך פילן ווי א אינדעפענדענט מענטש וועט ער קענען ארויסקריכן פונעם פראבלעם
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 12:36 am
דורך בנימין הלוי
דער נייגעריגער האט געשריבן:בנימין וואס זאגסטו... לאז לויפען... מישט אייך נישט און זאל זיין...

נאר שיק אים צו מתבונן אהה?
מוזט אים נישט דוקא שיקן, און ער קען גיין צו וועם אימער, אדער קען ער דא עפענען א ניק דא און אנפרעגן ביי מתבונן אין אישי אדער גאר עפענען א אשכול איבער וויאזוי אליין איבערצוקומען סאושל פאביע
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 12:44 am
דורך fiena nieas
בנימין הלוי האט געשריבן:דער נייגעריגער האט געשריבן:בנימין וואס זאגסטו... לאז לויפען... מישט אייך נישט און זאל זיין...

נאר שיק אים צו מתבונן אהה?
מוזט אים נישט דוקא שיקן, און ער קען גיין צו וועם אימער, אדער קען ער דא עפענען א ניק דא און אנפרעגן ביי מתבונן אין אישי אדער גאר עפענען א אשכול איבער וויאזוי אליין איבערצוקומען סאושל פאביע
אדער קען ער עפענען אן אשכול און זאגן אז זיין 'חבר' האט א פראבלעם...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 1:38 am
דורך מטעמים
מטעמים האט געשריבן:דער מענטש וואס ליידט אויפדעם איז אלעמאל צוריקגעצויגען אדער נאר ווען ער טרעפט נייע מענטשען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 2:55 am
דורך בליץ
כמדומה לי אז מען רעדט דא פון שעמעדיקייט shyness נישט פון ענעקזייעטי
סאשעל ענעקזייעטי האט גארנישט מיט קיין סעלף עסטים.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 11:55 am
דורך מתבונן
דער נייגעריגער האט געשריבן:שלום הרב מתבונן, א הארציגען דאנק פאר דיין הילף, לאמיר זיך אויסקלארען,
איך דאווען און ביהמ״ד לעבען א יונגערמאן וואס קוקט אויס צו זיין א ת״ח און א איש מוצלח און שטארק א פארשטענדליכער, אבער פאר סאם ריזען לעבט ער שרעקליך אין זיין אייגענע וועלט, און עס איז ידים מוכיחות אז ער מוטשעט זיך שטארק דערמיט און איז ווי אין א תפיסה, איך האב שוין מערערע מאל פראבירט אנהויבען צו רעדען צו אים אבער איך זע אז עס פאדערט זיך מער פונקטליכע אינסטרוקציעס, ס׳זאל זיין לתקוני ולא לעוותי, איך האלט אז ס׳איז א מצוה פון פדיון שבויים ממש, אויב איז דאס אינעם כלל פון או חברותא או מיתותא דאן כל המציל נפש אחת ... אלזא וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת פאר מיר, און איך גלייב אסאך אנדערע וועלען אויך בענעפעטירן, אז רבי ר׳ מתבונן וואס איז איתמחי גברא זאל אונז געבען א קלארקייט אינעם גאנצען ענין.
אקעי. איז קודם איז זייער שיין פון דיר אז דו ווילסט איהם ארויסנעמען פון זיין תפיסה, און דו ניצט אויס דיין נייגער פאר גוטע זאכן.
יעצט, כדי נישט איבערצוגיין אלטע זאכן, לאמיר הערן וואס דו האסט שוין פראבירט. מעגליך אז וואס דו האסט שוין פראבירט קען מען טון אנדערש, און מעגליך אז מען דארף טרעפן א אנדערע וועג. אדער איז דאס א פראבלעם וואס דו קענסט עס טון אויף אן אנדערע וועג, אדער איז נישטא פאר דיר גארנישט צו טון היות ער האלט נישט דערביי.
איז בסה"כ, וואס האסטו שוין פראבירט, און
וואס איז געווען די דורכפאל (וואס און וויאזוי האסטו געזען אז עס ארבעט נישט)? דאס וועט אויסגראדען די בילד מיט נאך א שטאפעל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 3:50 pm
דורך יעקב צוקערמאן
פארוואס זאל מען נישט גיין צו דאקטאר (כ'געדענק נישט דעם נאמען) און נעמען מעדיצינען ווי געהעריג. דוכט זיך אז מעדיצינען העלפט גאר שטארק. בין איך זיך טועה?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 3:56 pm
דורך fiena nieas
מעדיצינען האבן מענטשן נישט ליב צו נעמען לכתחילה ווייל ס'האט סייד עפעקטס און נאך אסאך טעמים און פאר אזא נארישע סיבה דארף מען האבן הערנער צו נעמען מעדיצינען
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 4:11 pm
דורך SPUSMN
מעדעצין איז דאס "לעצטע" מיטעל; און אויך נאר ווען מען מוז.
מען האקט, איך שיק.