פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 9:37 pm
דורך מתבונן
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:און נעמען מעדיצינען ווי געהעריג.
פירוש ??????????????????????
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 9:41 pm
דורך דער נייגעריגער
מתבונן האט געשריבן:דער נייגעריגער האט געשריבן:שלום הרב מתבונן, א הארציגען דאנק פאר דיין הילף, לאמיר זיך אויסקלארען,
איך דאווען און ביהמ״ד לעבען א יונגערמאן וואס קוקט אויס צו זיין א ת״ח און א איש מוצלח און שטארק א פארשטענדליכער, אבער פאר סאם ריזען לעבט ער שרעקליך אין זיין אייגענע וועלט, און עס איז ידים מוכיחות אז ער מוטשעט זיך שטארק דערמיט און איז ווי אין א תפיסה, איך האב שוין מערערע מאל פראבירט אנהויבען צו רעדען צו אים אבער איך זע אז עס פאדערט זיך מער פונקטליכע אינסטרוקציעס, ס׳זאל זיין לתקוני ולא לעוותי, איך האלט אז ס׳איז א מצוה פון פדיון שבויים ממש, אויב איז דאס אינעם כלל פון או חברותא או מיתותא דאן כל המציל נפש אחת ... אלזא וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת פאר מיר, און איך גלייב אסאך אנדערע וועלען אויך בענעפעטירן, אז רבי ר׳ מתבונן וואס איז איתמחי גברא זאל אונז געבען א קלארקייט אינעם גאנצען ענין.
אקעי. איז קודם איז זייער שיין פון דיר אז דו ווילסט איהם ארויסנעמען פון זיין תפיסה, און דו ניצט אויס דיין נייגער פאר גוטע זאכן.
יעצט, כדי נישט איבערצוגיין אלטע זאכן, לאמיר הערן וואס דו האסט שוין פראבירט. מעגליך אז וואס דו האסט שוין פראבירט קען מען טון אנדערש, און מעגליך אז מען דארף טרעפן א אנדערע וועג. אדער איז דאס א פראבלעם וואס דו קענסט עס טון אויף אן אנדערע וועג, אדער איז נישטא פאר דיר גארנישט צו טון היות ער האלט נישט דערביי.
איז בסה"כ, וואס האסטו שוין פראבירט, און
וואס איז געווען די דורכפאל (וואס און וויאזוי האסטו געזען אז עס ארבעט נישט)? דאס וועט אויסגראדען די בילד מיט נאך א שטאפעל.
לאמיר אייך פארציילן,
איך גיי צו און כ׳הייב אן כאפען א שמועס מיט אים אבער ער זיצט צוזאמענגעצויגען אין זיך, האי גברא בהאי פחדא קא יתיב,
זאג איך אים, ׳פארוואס ביסטו אזוי שטיל׳ ׳דארפסט נישט מורא האבען קיינער גייט דיך נישט אראפ בייסען דיין נאז׳,
האפענדיג אז מיינע ווערטער וועלען ברענגען עפעס פירות, למעשה זע איך אבער אז ער ציט זיך נאר מער איין,
זאגי׳ך אים ׳איך ווייס וויאזוי דו פילסט איך שעם זיך אויך צומאל׳
דערנאך פרוביר איך מעשה טעראפיסט און איך זאג ׳דארפסט זיך אויסלערנען וויאזוי צו דילען מיט דיין פחד׳
׳דו דארפסט פשוט טראכטען מער פאזיטיוו׳
אבער זעהנדיג אז עס ווערט נאר ערגער און עס איז פניו משתנות,
פראביר איך מיט, ׳פארוואס ווערסטו אזוי רויט קיינער קוקט נישט ס׳איז גארנישט ביסט פלעין אביסעל שעמעוודיג׳
און כדי אים צו ווייזען אז איך וויל אים טאקע העלפן זאג איך אים,
׳איך גיי בעטען דעם גבאי זאל דיך צושיקען צום ברעטעל זאלסטיך אויסלערנען זיך צו שטארקען׳
ואחרי ככלות הכל קוקט אויס אז נישט נאר האב איך אים נישט געהאלפן נאר גאר געמאכט דעם פראבלעם אסאך ערגער, על כן האב איך באשלאסען זיך צו ווענדען צו די וואס פארשטייען מער לדעת מה לעשות, על כן ילמדינו רבינו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 5:07 pm
דורך בר לבב
לענ״ד
קענסטו צוגיין שמועסן מיט אים נאר אויב,
1) דו קענסט רעדן אויף נישט א קריטיקעל וועג,
2) דו קענסט רעדן מיט א שטארקייט, און אנהאלטען מיט עקשנות צו בלייבען אינגאנצען באקוועם אפי׳ מיט זיינע אומבאקוועמע געפילן און פחדים, און אפי׳ ער ציט זיך אויף צוריק ציסטו דעם שמועס ווייטער,
3) ווען דו פרעגסט אים עפעס געב אים גענוג צייט ער זאל קענען מיט א רואיגקייט ענטפערן,
דאן קענסטו מצליח זיין צו רעדען מיט אים און שמועסן, און אים צוביסלעך ארויס שלעפען פון זיין לאך, אבער געדענק מאך זיכער ווען דו ענדיגסט דעם שמועס אים צו לאזען הערן ווי שטארק דו האסט ענדזשאויט דעם שמועס מיט אים, און געב אים א קאמפלעמענט אויף זיין מיינונג, בליק, אויפטו, אד״ג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 6:26 pm
דורך מתבונן
להוסיף על דברי בר לבב.
ווען איינער וויל זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט א לייב אדער אן אנדערע מסוכנ'דיגע בשעפעניש, דארף ער דאס טון זייער צושטאטעלעך. די ערשטע טאג שטייט ער אינדרויסן פון זיין שטייג און ווארפט איהם אריין אביסל עסן, די צווייטע טאג דרייט ער זיך דארט אביסל לענגער, און ווארפט אריין נאך אביסל עסן, און צוביסלעך געוואינט זיך דער לייב צו צום נייעם געשטאלט וואס דרייט זיך לעבן איהם. נאך א שטיק צייט, קען זיך דער מענטש ערלויבן אריינצושטעקן זיין האנט צום לייב און זעהן וויאזוי דער לייב ריאגירט צו איהם. גייט דער לייב איהם נאך אנקוקען ווי א שטיקל פלייש צום עסן און זיין גרייט איהם צו פארצוקען? אדער גייט דער לייב אנפאנגען צו אנערקענען, אז דער שטיקל פלייש וואס שטעקט זיך דא אריין איז נישט דער זעלבער ווי דער הערש אינעם זשאנגעל, דאס איז שוין עפעס וואס וויל זיין גיט מיט מיר, און ס'איז נישט עפעס וואס איך וויל פארציקען. נאך א שטיק צייט וואס דער געדאנק פראסעסט זיך אינעם לייב'ס קאפ, קען דער מענטש אנהייבן זיך שפילן מיטן שלאס פינעם שטייג און זעהן וויאזוי דער לייב ריאגירט, אא"וו. ביז ער פילט שוין פאר זיכער אז ער קען נעמען די קוראזש אין זיין לעבן דעם לייב, אן דעם וואס דער לייב זאל איהם פארטוישן אלטס א חיה צום אויפעסן.
דאס זעלבע ברויך פאסירן מיט דיין טייערע חבר.
דארפסט פארשטיין אז אויב איינער ציטערט פון מענטשן, האט ער זיך שוין פארהאנקעט מיט מענטשן, און ער וויל נישט איבערגיין זיינע שוועריגקייטן מיט מענטשן, וואס ער פילט אז ער קען נישט הענדלען געהעריג. וואס אזא מענטש זיכט און וויל זייער שטארק איז פשוטע פארשטאנד, און איינער וואס זאל זיך רעכענען מיט זיינע געפילן. אויב גייסטו צו צו אזא מענטש מיט צופיל כח, גייט עס נאר צירוקפייערן, אזוי ווי דו האסט דיך איבערצייגט. ער איז נישט אינטרעסירט אין איינער וואס זאל איהם זאגען, דארפסט נישט ווערן רויט, ווייל דאס ווייסט ער אויך, און ער קען זיך נאר נישט העלפן. ער וויל אויך נישט אז מ'זאל צוגיין צו איהם ווען ער וויל נישט - דאס וועט אויך אויסגעטייטש ווערן ביי איהם ווי 'השגת גבול' און וועט זיך נאר מער אנעקשענען נישט צו וועלן האבן סיי וואספארא שייכות מיט דיר. ער דארף באקומען פון דיר די געפיל אז ווען דו שטייסט פאר איהם איז ער סעיף, צו קענען זאגען וואס ער וויל, און אויך קענען רוהיגערהייט זאגען, 'פליז יעצט וויל איך זיין אליינס', אן דעם וואס דו זאלסט איהם דערלאנגען א פארציע חיזוק אז דו מיינסט זיין גוטס - אויפן מינוט איז ער אפשר נישט ביכולת צו נעמען קיין חיזוק, און וועט סאך רוהיגער פילן ווען דו לאזט איהם אפ.
אויב קענסטו איהם ווייזן אז דו רעכענסט דיך מיט איהם, ווען ער וויל נישט לאזטו איהם אפ, ווען ער וויל יא בלייבסטו דארט, ווען ער וויל זיין שטיל און 'נאר' הערן וואס דו זאגסט, שטיפסטו איהם נישט צו רעדן, און ווען ער זאגט יא עפעס, טיסטו איהם קאמפלעמעטירן אויף זיינע אויפפאלענדע רעיונות, קענסטו אנהייבן צו האבן עפעס א טראסט אין איהם, און וועט צוביסלעך אנהייבן צו פילן באקוועם מיט דיר.
איעצך, אז דו זאלס עס טון זייער צוביסלעך, ממש בעיבי סטעפס, אזוי ווי מען געוואוינט זיך צו צו א לייב. בפרט אז יעצט האט ער שוין א גרויסע 'מיינוס' אויף דיר כתוצאה פון די וועג וויאוזי דו ביזט דיך באגאנגען מיט איהם ביזט יעצט, וועט עס דויערן א לאנגע צייט צו זעהן אז דו ביזט דיך שוין נישט מתייחת צו איהם כמתמול שלשום. פאר די נעקסטע פאר טעג, קענסטו איהם, לדוגמא, סתם גריסן מיט א 'א גיטן', און זעהן וויאזוי ער ריאגירט. אויב ער גריסט צירוק, קענסטו צוביסלעך אויך אנהיין זאגען 'א גוט מארגן' און זעהן וויאזוי ער ריאגירט. נאך א שטיק צייט קענסטו שוין אפשר אנהייבן צולייגען א בעטעמטע שמייכעל ווען דו גריסט איהם און זען וויאזוי ער ריאגירט. אזוי קענסטו גיין מעלה מעלה, מיט קליינע פיצי בעיבי סטעפס און כסדר שפירן צו ער עפענט זיך פאר דיר. נאך אפאר חדשים, ווען דו שפירטס דיך שוין גאר היימיש מיט איהם, קענסטו איהם אפשר אריינווארפן, אז פאר זיין תועלת איז אפשר כדאי צו זעהן א מומחה וואס זאל איהם העלפן זיך אינגאנצען ארויסדרייען פון זיין תפיסה. דאס איז די גרעסטע מתנה וואס דו קענסט איהם געבן.
אויב דו וועסט אזוי ממשיך זיין, בנוסף צו וואס בר לבב האט געשריבן, ווען ער זעהט אז דו פירסט דיך אויף מיט איהם ארענטלעך, און דו ביזט א שטארקע מענטש וואס ווערט נישט פארלוירען פון זיינע שוואכקייטן, נאר דו ביזט מיט איהם זייער 'סטרעיטפארווארד' מיט יעדע סטעפ, וועט ער מיט די צייט לכאורה מפתח זיין עפעס א טראסט אין דיר. און אויב נישט, מוזטו דאס מקבל זיין אלטס זיין החלטה אין לעבן דיך נישט צו טראסטן און לעבן ווייטער אויף זיין וועג, און פון דערווייטענס זעהן זיין צער, וויסענדיג אז דו האסט געטון דאס בעסטע וואס איז נאר שייך, און פון דא און ווייטער איז ער אין דער באשעפערס הענט.
הצלחה און סייעתא דשמיא, און אויב עפעס ארבעט זיך אויס, לאז וויסן דעם עולם דא. מיר וועלן הנאה האבן צו הערן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 6:57 pm
דורך צושויער
געוואלדיג מתבונן! נהניתי מאד, ווען אזא איד פאלט אריין למשל צו מתבונן איז דא האפענונגען ער זאל לגמרי ארויסגיין פון זיין תפיסה כפי תכונת נפשו?
בר לבב רעדסט אויך דברים של טעם
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 11:11 am
דורך מתבונן
צושויער האט געשריבן:ווען אזא איד פאלט אריין למשל צו מתבונן איז דא האפענונגען ער זאל לגמרי ארויסגיין פון זיין תפיסה כפי תכונת נפשו?
ס'איז דא האפענונג. ער זאל מיר שיקן אין אישי.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 1:22 pm
דורך בר לבב
מתבונן א געשמאק צו ליינען דיינע ווערטער.
זייער אפט בלויז פארברענגן צייט און שמועסן מיט אים ווייזט אז איינער איז אינטערסירט און פארשטייט אים, וויכטיג צו לאזען אים אינגאנצן אויסרעדן און ווייזן אז דו ביזט דא אים אויסצוהערן אנע אים צו דזשאדזשען אדער געבן עצות.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 4:47 pm
דורך דער נייגעריגער
ייש״כ הרב מתבונן, פאר די לערנבארע הדרכה וואס איר האט ארויסגעברענגט מיט א מייסטערהאפטיגע קלארקייט, אויך א דאנק בר לבב פאר די שטארק וויכטיגע פאינטס מיט קלארע דיירעקציעס, זייער הנאה געהאט, האפענטליך וועט מען קענען נוצען די הדרכה עס זאל זיין לתועלת,
יישר כוחכם ותזכו למצות