בלאט 1 פון 1

פטור ווערן פון לאנג דיסטענס טשארזשעס

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 1:49 pm
דורך ולא מיין
איך האב ווערייזאן לאקאל פלען, האביך געמאכט א לאנג דיסטענס קאל מיינענדיג אז ס'וועט מיר קאסטן אפאר פרוטות, דערווייל באקום איך מיין ביל און זיי טשארזשן 46$ פאר א ניין מינוטי'גע פאון קאול קיין ארץ ישראל. איך האב שוין פרובריט צו רעדן און טענה'ן, ואין קול ואין קשב. עני העלפ?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 4:52 pm
דורך כרם
פראביר צו רעדן מיט א סופערוויזער אויב ער לאזט זיך נישט זאג איהם אז די גייסט טוישן קאמפאניס ס'האט מיר שוין אסאך מאל געהאלפן

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 9:25 pm
דורך רבי משה
מיר האבן זיי גענטפערט בכגון דא, I feel very sorry if you'll change company, BUT you'll still need to pay the charge.... די חברה קען מען צופיל נישט סטראשענען... זיי דערשרעקן זיך נישט צופיל

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 11:43 pm
דורך כאפצעם
טי. מאביל האט מיר די חודש געטשארדזשט $26 פאר א לאנג דיסטענס פאון קאל קיין......... "נייג'עריע"!!!

כ'האב פראבירט זיך טענהן מיט זיי אז איך קען נישט קיין מענטש דארט.. כ'רעד צום דופן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 10:13 am
דורך מייקראסאפט
קענסט אנשטעלן ביי די סעטטינגס ביי טי-מאבייל אז ער זאל נישט לאזן מאכן קיין לאנג דיסטענס קאלס...
עס איז מיר אינטערסאנט וואס דו זאגסט אז דו רעדטסט צום דופן, געווענליך געבן זיי שנעל א דיסקאונט.פרוביר נאכאמאל מיט א צווייטע רעפעזענטעטיוו וועט אפשר זיין גרינגער, זאג זיי אז האסט געמיינט אז דו קענסט נישט קאלן לאנג דיסטענס.