בלאט 1 פון 1

וואסער פרעשור פאמפ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 10:54 am
דורך יידישע קהילות
איינער קען מיר געבן מער אינפארמאציע דערוועגן:
וויפיל קאסט עס בערך?
מעג מען דאס נוצן שבת?
מאכט דאס א גרויסע גערודער?
איז דאס גורם אנדערע פראבלעמען?
ווי לאנג האלט זיך דאס?
דארף מען א באזונדערע פאכמאן אויף צו אינסטאלן, אדער א רעגורלער פלאמבער?
זענען דא פארשידענע ערלייען, און פארשידענע קאמפאניס? וועלכע איז רעקאמענדירט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:16 am
דורך azl
א] מען קען באקומען פאר אזוי ביליג ווי $350 אבער פארשטייט זיך דאס ווענט זוך אוף וואס די גייסט דאס נוצען
ב] אוב עס ווערט קאנטרלטריט דורך א pressure tank pressure switch setup האבען די רבנים פונעם דור הקודם מתיר געווען אופן סמך פון גרמא וכו' אוב איר ווילט אינסטאלין א vfd system איז דאס שון א גרוסע פלאנטער עס איז דא וואס האבן דאס דורכגעטוהן ואכמ"ל
ג] יעדער מאשין וואס ארבעט מאכט א רעש
ד] עס איז גורם צי האבן וואסער בשפע ווען אימער מען עפענט די קראן שואר אד"ג
ה] אזו ווי א כאר ביי איינעם א יאר ביי איינם א יובל
ו] עס זענען דא גענוג פלאמבערס וואס טוהן דאס - אוב מען רעדט פון א גרעסער בנין איז שון א צוויטע שלחן ערוך
ז] אי אפשר לפרט כי רבים הם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 1:13 pm
דורך יידישע קהילות
ייש"כ.
ב] וואס איז דאס VFD?
ד] מיין שאלה איז אויף חסרונות.
ו] קענסט רעקאמענדן עפעס? און מסביר זיין פארוואס דו רעקאמענדירסט עס?

און נאכאמאל, ייש"כ!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:07 pm
דורך פאטאקי08
ד) וויאזוי ארבעט דאס? אויב וואוין איך אויף ליזענסק אויבן די בארג ווי די וואסער פרעשור איז שוואך וועט מיר דאס העלפן? און וואס טוט זיך מיט די שכנים ארום?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 20, 2015 9:18 am
דורך azl
אוואדי וועט עס העלפען
לגבי די שכנים ווענט זיך ווי אזוי די פלאמבינג לויפט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 20, 2015 11:04 am
דורך פאטאקי08
וויאזוי ארבעט די פאמפ ער שלעפט וואסער פון וואו?
ווען איך האב געוואוינט אין א וואלק אין אויף פראג בלווד בין איך געווען געוואוינט אז א טעפל האט זיך אנגעפילט אין 5 סעקונדען
יעצט וואוין איך ליזענסק אויבן די בארג די דריטע שטאק און ווען איך גיי הכנות צינד איך אן די סינק נאך פארן אריינגיין אז ווען איך קום ארויס זאל שוין דריי פערטל טעפל זיין פיל
פארוואס איז דאס אזוי?

פארעפענטליכט: שבת פבואר 21, 2015 10:01 pm
דורך כרם
יידישע קהילות האט געשריבן:איינער קען מיר געבן מער אינפארמאציע דערוועגן:
וויפיל קאסט עס בערך? ווענד זיך ווי גרויס איז די בילדינג ווי די ווילסט עס
מעג מען דאס נוצן שבת?
מאכט דאס א גרויסע גערודער?
איז דאס גורם אנדערע פראבלעמען? געווענליך נישט, אויב די האסט אלטע ברעסס ליינס קען זיך מאכן ליקס
ווי לאנג האלט זיך דאס? אויב ס'גוט אינסטאללט האלט עס לאנג
דארף מען א באזונדערע פאכמאן אויף צו אינסטאלן, אדער א רעגורלער פלאמבער? רעגולער פלאמבער
זענען דא פארשידענע ערלייען, און פארשידענע קאמפאניס? וועלכע איז רעקאמענדירט?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 1:00 pm
דורך יידישע קהילות
ביים פארנט פון מיין הויז אוואוי דער מעין וואסער-פייפ קומט אריין וואוינט א טענענט. גייט דאס גורם זיין אזוינע קולות אז עס וועט מער נישט זיין ראוי צו פארדינגען?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 6:07 pm
דורך כרם
יידישע קהילות האט געשריבן:ביים פארנט פון מיין הויז אוואוי דער מעין וואסער-פייפ קומט אריין וואוינט א טענענט. גייט דאס גורם זיין אזוינע קולות אז עס וועט מער נישט זיין ראוי צו פארדינגען?

איך ווייס נישט ווי ווייט די קולות זענען אבער עס קען גאנץ פיין קריכען אויף די נערווען