בלאט 1 פון 1

נעבעך!!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 1:08 pm
דורך חזק
לאמיר זיך אפשטעלן און אריינטראכטן אין א אינטרעסאנטע זאך וועלכע פאדערט א ברייטע ערקלערונג. מיר באגעגענען זיך דערמיט זייער אסאך אין אונזער לעבן: מיר זעהן מענטשן זוכן כסדר צו ציען יענעמס רחמנות אויף זיך, א מענטש קומט אינדערפרי אין ביהמ"ד און פארציילט פאר זיינע חברים אלע זיינע מיטמאכענישן פון דעם לעצטן מעת לעת, וויפיל ער האט מיטגעמאכט, ער איז געזיצן אין טרעפיק אפאר שעה, און דא האט ער זיך דערזעהן מיט מייז אין זיין דירה, און פלוצים האט זיין ווייב פארלוירן די דזשאב, און דער לענדלאר האט אים ארויף געצויגן די רענט און קוים וואס ער קלעקט צו דעקן זיין בודזשעט וכדומה. ווארשיינליך ווארט ער אז זיינע ארומיגע זאלן מיטפילן מיט אים זיין ווייטאג, און רחמנות האבן אויף אים, נאר וואס דען? פארוואס דען פארציילט ער זיינע צרות אויב נישט ווייל ער דארף יענעמ'ס ווארימע הארץ?!

דאקעגען - דער זעלבער מענטש וואס האט היינט אין קאווע שטיבל דערציילט זיין שווערן מצב פאר זיינע חברים - שפאצירט יעצט מיט זיין קליין 'דאון סינדראום' קינד אין איינע פון די שפיטאל אפיסעס, פונדערווייטנס מערקט ער אין א היימישן חסידישן אינגערמאן וועלכע האט אים באמערקט, יענער 'גוטער' מענטש שטעלט זיך אויף פון בענקל און טרעט צו צום קינד און רופט זיך אן צום טאטן: פששש! אזא רחמנות אויף דיר! נעבעך! נעבעך! אדער: וואוו! דאס איז זיכער א הייליגע נשמה! דער טאטע שפירט ווי ער וויל אנטלויפן פון דעם ווארימען אויפנאמע, ער שפירט זיך אזוי שלעכט און אומבאקוועם, ער ווייסט נישט וואס דארף ער יעצט זאגן און טון, ער וויל נאר ווי שנעלער זיך זעהן אינדרויסן פון דעם סיטואציע. וואס איז דא דער פשט?! פארוואס פרייט ער זיך נישט אז עס קומט איינער און ווייזט אים מיטגעפיל אין זיינע פראבלעמען?! וואס דען וויל ער זאל יענער טון אויב נישט זיך משתתף זיין בצערו?!

עס איז דעם שרייבער פון די שורות אויסגעקומען אמאל צו זיין אינאיינעם מיט א פאטער וועלכע איז געווען אינאיינעם מיט זיין נישט-געזונט קינד אין קאלאמביע שפיאאל אויפן זעקסטן שטאק. זיצנדיג אזוי אין ווארט צימער, פאסן מיר אויף אין א גאר היימישע צורה, א אינגערמאן וועלכע איז אויך דא פאר א פראבלעמאטישע קינד. עס איז קענטליך געווען אז דא רעדט זיך פון א זיידענע כולל-אינגערמאן, וואס ווען נישט דעם פאסירונג וועלכע האט אים צושטערט זיין נארוואס אנגעהויבענעם לעבן - וואלט ער געווען דער מוסטער פון 'שמירת הזמנים' אין כולל, ער וואלט געהארעוועט אין תורה ווי עס דארף צו זיין. הערנדיג און צוזעהנדיג דאס האט זיך אזוי אומווילנדיג ארויסגעגליטש פון מיין מויל א קרעכץ: נ-ע-ב-ע-ך... מיין שכן וואס ער אליינס איז אויך א ליידנדער אויף דעם זעלבן סיטואציע, רופט זיך אן צו מיר: פארוואס זאגסטו 'נעבעך'? א מענטש האט נישט ליב צו זיין א 'נעבעך', בא'נעבעך' מיר נישט!
ארויסגייענדיג פון דארט האב איך מיר אויסגעלערנט א נייע קאנצעפט. דאס ווארט 'נעבעך' נוצט מען נישט אויף צו מיטטיילן און אויסדרוקן רחמנות געפילן צו יענעם. אבער פארוואס? פארווען? וועלכע ווארט נוצט מען יא און וועלכע נישט? די אלע זאכן האט גענומען ביי מיר צייט ביז איך האב זיך דערגרינטעוועט צו דעם הייקעלן - אבער זייער פשוטן געפיל פונעם פאטער פון נישט-געזונט קינד, פונעם גרוש/גרושה, פונעם אנגעשטעקטן מיט א ביטערע מחלה, און אפילו פונעם שוואכן פארדינער וועלכע מוטשעט זיך אנצוגיין מיטן טאג-טעגליכן בודזשעט.

געוויינטליך ווען א מענטש גייט דורך א שוועריקייט נעמט אים ארום א געפיל פון 'געפאלנקייט' ער שפירט זיך פארשעמט און דערנידערט מיטן זיין אנדערש פון יעדעם. יעדער האט א געהעריג לעבן, אלעס פארט און קלאפט א מחיה, און נאר מיין לעבן איז ארויס פון סדר, ביי מיר פארט אלץ קאפויער, ער שפירט אז ער איז אן אומסוקסעספולער מענטש, דערפאר איז ער ביי זיך צוקלאפט און אָפּגעפּאַטשט. ווען עס קומט א מענטש און זאגט אים אזעלכע סארט ווערטער ווי: אוי ביסטו א רחמנות! דו ווייסט וויפיל קאפיטלעך תהלים איך האב אויסגעזאגט פאר דיר?! די אלע זאכן טוהן נאר צוגעבן צום גרויסע פראבלעם.
המשך יבוא בעז"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 7:26 pm
דורך געלעגער
שרייבסט זייער גוט. שוין לאנג וואס מ'דארף מעורר זיין מענטשען וויאזוי אנצוקוקן און רעאגירן צו א חבר וואס גייט דורך עפעס.

שרייב ווייטער מיר ווארטן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 7:41 pm
דורך בנימין הלוי
געלעגער האט געשריבן:שרייבסט זייער גוט

שרייב ווייטער מיר ווארטן