בלאט 1 פון 2
פראקטישע עצה קעגן אומגעוואונטשענע טעלעפאן קאלס
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:00 am
דורך מי יודע
אין די לעצטערע וואכן פלאגן זיך אסאך אידן מיט אומגעוואונטשענע טעלעפאן קאלס וואס קומען צו גיין אין געוויסע צייטן אין טאג, די קאלס טוען אדווערטייזן א געוויסע פראדוקט (די פראדוקט הייסט: ליידיג גייער), און ס'ווערט געמאכט מיט עפעס א מין אויסגערעכנטקייט, וואס ווערט זיכער געגייד דורך איינע פון גרעסטע פראפעסיענעלע מידיע קאמפאניס פון אמעריקא, צו וויסן פונקטליך ווען צו רופן, א שטייגער ווי אזעלכע צייטן פון ערב פסח צווישן סו"ז אכילת חמץ און סו"ז שריפת חמץ.
יעצט איך בין נישט אויסן מיט דעם אשכול אריינצוגיין אין די צילן פון דעם רופער - אז באמת איז ער נישטא צו אדווערטייזן זיין פראדוקט, ער טוט עס נאר ווייל זיין קאמפעטישאן האט עס לעצטענס אדווערטייזט, און ער וויל מ'זאל וויסן אז ער האט אויך אזעלכע פראדוקטן נישט נאר זיין קאמפעטישאן, די שאלה איז דא נישט 'ווער האט אנגעהויבן' (קרעדיט: מיין כתה ג' מלמד), און צו איינער איז יא שולדיג פאר די קאלס צו נישט - ווייל דאן איז דער אשכול נידון למחיקה.
די שאלה דא איז אויב איז דא א וועג פאר א מענטש בפרטיות ער זאל ביי זיך אינדערהיים קענען אפשטעלן די קאלס, אז א צוויי וואכעדיגע קימפעטארן זאל זיך נישט מוזן אויפכאפן 3 פארטאגס פון א טעלעפאן קאל 10 מינוט נאכדעם וואס זי האט קוים איינגעשטילט איר עופה'לע נאך צוויי שעה, און דערוועקט זיך פריש צום טעלעפאן קאל.
עני עצה עוועליבעל?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:16 am
דורך נאטרוליסט
עס זענען דא היים-טעלעפאנען מיט א SLEEP MODE אפשען.
ד.מ, פון 11 ביינאכט ביז XX צופרי איז עס שטיל.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:24 am
דורך אשמרה לפי מחסום
רוב מענטשען לאזען די רינגער אנגעצינדען ביינאכט פאר עמערזשענסי וואס זאל זיך נישט מאכען
און מען פארלאזט זיך אויף די נארמאלקייט פין מענטשען אז קיינער גייט נישט קאלען אינמיטען נאכט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:26 am
דורך מאנ-יימער
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:28 am
דורך עין טובה
וואס פארא מיני טעלעפאן רופן באקומסטו?
פון די היימישע איז טאקע א פראבלעם, אבער די אלגעמיינע, קענסטו דיך ארויף לייגן אויף די פעדראלע דא נאט קאל ליסטע
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:29 am
דורך אשמרה לפי מחסום
מאנ-יימער האט געשריבן:http://www.centurylink.com/help/index.php?assetid=266
You're only charged to use this calling feature when you successfully complete a trace. Depending where you live, the fee can be up to $10 per call.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:45 am
דורך מאנ-יימער
איך האב עס שוין אמאל סוקסעספול געניצט, קאסט קליינגעלט פער טרעיס, נאך דריי מאל טרעיסן עפענט די טעלעפאון קאמפאני א קעיס דערויף.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:48 am
דורך מי יודע
מאנ-יימער האט געשריבן:איך האב עס שוין אמאל סוקסעספול געניצט, קאסט קליינגעלט פער טרעיס, נאך דריי מאל טרעיסן עפענט די טעלעפאון קאמפאני א קעיס דערויף.
דאס ארבעט אפילו יענער לייגט א צווייטע נומער (ספאפ?)
למשל היינט צופרי האט ער געלייגט דעם טעל. נומער פון א חשובן דיין, גייט דאס עפענען א קעיס קעגן דעם דיין אדער ס'גייט צום שורש
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:55 am
דורך מחותן
פראקטיש גערעדט איז די שנעלסטע און מערסט עפעקטיוו וועג פטור צי ווערן פון ״אלע״ אומגעווינטשענע פאון קאולס דורוך צירוק אנריפען די וואס רופען און זיי זאגען אז די קאולס איז נישט אויס געהאלטען..
אויב א טעלעמארקער קאלט דאן קאלט מען צירוק צוויי ביינאכט ווען עס איז שטיל און רואיג און מען איז אים מסביר מיט שיינעם אז מען וויל נישט די קאולס..
אנשטאט קאמפלענעין איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.. זאל מען אנהייבען טון די זעלבע מיט די טעלעמערקארעס וואס רעפעקטירען נישט די דאו נאט קאל ליסט..
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 11:00 am
דורך home
דאס טיט מען שוין יעדער קאלט יעדער עס נעמט נישט קיין עק די נאכט איז געווען בערך 8 קאלס
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 11:09 am
דורך אמת לאמיתו
פון מיין שטיינפונקט דארפן די בעלי בתים פון אלע קאמפאניס נעמען פאראנטפורטלעך
ד.ה. ווען מבאקומט א קאל דארף דער receiver קאלן עטליכע פון די בעלי בתים פון די קאמפעטישן (נישט קיין חילוק וויפיל אזייגער עס איז) און זיך בעטען, איך מיין סוועט געשען א שינוי לטובה
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 11:13 am
דורך מי יודע
קאלן אהין און צוריק איז אין לדבר סוף, אלע צדדים האבן ליידיג גייער וואס האבן אין זיך תאות הנצחון (ווי האט זיך איינער אפגערעדט אין מקוה פלוני פון צד א' מיט פלוני פון צד ב' קריגן זיך ארום, און די גאנצע שטאט דארף ליידן) , מאנעלע האט געגעבן א גוטע עצה, מיין שאלה איז נאר צו די עצה ארבעט אפילו ווען מ'ספאפט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 11:27 am
דורך מי יודע
מאנ-יימער האט געשריבן:איך האב עס שוין אמאל סוקסעספול געניצט, קאסט קליינגעלט פער טרעיס, נאך דריי מאל טרעיסן עפענט די טעלעפאון קאמפאני א קעיס דערויף.
קוק וואס זיי שרייבן
Unknown, unavailable or out-of-area calls are not traceable because they don't contain the data needed for a successful trace. On the other hand -- and maybe surprisingly -- private, blocked or restricted calls can usually be traced just fine.
אויב האבן זיי נישט קיין עצה צו דעם האב איך מורא זיי האבן נישט קיין עצה צו ספאפינג אויך נישט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 11:58 am
דורך farshlufen
לויט
דעם דארפט איר דא
פיילן א רעפארט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:05 pm
דורך אייביגקייט
איך פארשטיי נישט מען מעג דאס לעגאל טון??
פארוואס קען מען נישט גיין צו די police הוי מתפלל בשלומה.....
אפשר איז דאס מסירה מדארף פרעגן א שאלה
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:21 pm
דורך ענדע צדיק!
מחותן האט געשריבן:פראקטיש גערעדט איז די שנעלסטע און מערסט עפעקטיוו וועג פטור צי ווערן פון ״אלע״ אומגעווינטשענע פאון קאולס דורוך צירוק אנריפען די וואס רופען און זיי זאגען אז די קאולס איז נישט אויס געהאלטען..
אויב נאר איין קהלה באקימט די פאון קאולס, זאל פאר א גאנצע וואך שפעטער די צווייטע קהלה באקימען די פאון קאולס און בעטען מיט שיינעם אז מען זאל משפיע אז מען זאל עס סטאפען..
אין פאקט שטייט נישט קיין איין קהילה אונטער די פאון קאל'ס סכה"כ עטליכע בחורים מיט קאסטערד אנשטאד דזשעלי אין מוח. ע"כ העלפ נישט דיין עצה
לגבי די סטארס וואס רופן, אפשר קען עס אויפטוהן, וכן אנו נוהגין אם יש נרבונים לזה
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:23 pm
דורך אחראי
אהובים וידידים טייערע
דער שנירל צילט נאר/אך ורק/בלויז אויף צו טרעפן אן עצה צו פטור ווערן פון די פגע רע.
זערא טאלעראנס וועט אי"ה אינפארסירט ווערן
מיט עהרע
יענקל אחראי
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:24 pm
דורך אייביגקייט
דאס איז מותר צו טון אדער מדארף פרעגן א שאלה ?????
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:26 pm
דורך farshlufen
אייביגקייט האט געשריבן:דאס איז מותר צו טון אדער מדארף פרעגן א שאלה ?????
פרעג דיין דיין, כ'גלויב אז ער לעזט נישט דאהי.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:27 pm
דורך גרויזאמער
אין וויליאמסבורג רופט יעדע ער"ש ארום א טעלעפאן קאל פונקט אין די נישט ריכטיגע צייט, מיט מוזיק און רפואה שלמה'ס וואס זיי אדווערטייזן פאר געלט.
איך האב ערגעץ געזעהן אדווערטייזט אז מען קען ארויפלייגן א רפואה שלימה אויף די ליסטע דורכ'ן רופן א פירמע מיט'ן נאמען "ספיד דייל": 800-482-9095 עקסט.3
איך האב מיך נישט געפוילט און אנגערופן יענעם נומער און זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי געבן ניטאמאל קיין אפציע אראפצוגיין פון די ליסטע.
האט מיר יענער אויפן טעלעפאן געזאגט אז איך זאל רופן 1877-475-4649
און אין די קומענדיגע 30 טעג וועט מען אראפנעמען מיין נומער פונעם סיסטעם (...)
(למעשה האב איך טאקע געלאזט דארט מיין אינפאו, שוין אסאך מער ווי 30 טעג, און איך באקום ווייטער דעם טעל קאל, אפשר דארף מען נאכאמאל רופן?).
****
לעצם הדבר, רוב מאל ווען מען רופט ארום רופט מען דורך א פירמע געאייגנט פאר דעם. למשל אז עס קומט אן צו אייך א טעל קאל פון "שייטלעך און מאר" אז זיי גייען יעצט האבן א סעיל, מיינט עס אז "שייטלעך און מאר" איז געגאנגען צו איינע פון די היימישע פירמעס וואס ספעציאלאזירן זיך אין ארומרופן מענטשן. זיי געגעבן א ליסטע, אדער גענומען יענע פירמע'ס ליסטע, און זיי באצאלט פאר'ן ארומרופן.
ממילא אז מען וויל אויפטון דארף מען פועל'ן ביי די קאלינג פירמע'ס אז זיי זאלן נוצן מער אייזנעהניש און געבן א אפציע זיך אראפצוסיינען.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:29 pm
דורך מי יודע
ביי אונז אין קרית יואל פאר מער ווי 10 יאר צוריק שוין האבן זיי געשריבן אז ווער ס'וויל נישט באקומען די אדווערטייזמענט קאלס קענען זיך אראפסיינען, וכך עשיתי און נישט באקומען קיין קאלס, למעשה נאך עטליכע חדשים קוקט אויס איז געווארן רבו הנוטפים על הזוחלין, און די סטארס האבן גע'טענה'ט אז א גרויסע ציבור באקומט נישט די קאלס האט מען מחליט געווען אז כיון שניתן רשות שוב אינו מבחין
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 2:08 am
דורך טאטלע
נא א עצה
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 10:03 am
דורך קיקיון
ווי אזוי ווערט מען פטור פון
Rachel from credit card services
רעפארטען קען מען נישט
די נומערען וואס מען זעט אויף דעם CALLER ID זענען פאבריצירט פריש מיט יעדען קאל
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 10:29 am
דורך צייטונג
קיקיון האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען פטור פון
Rachel from credit card services
רעפארטען קען מען נישט
די נומערען וואס מען זעט אויף דעם CALLER ID זענען פאבריצירט פריש מיט יעדען קאל
דאס זעט אויס די זעלבע חברה'מאנטע
‘Rachel With Cardholder Services’ Coughs Up RefundsJan 19, 2015, 9:17 AM ET
By ELISABETH LEAMY
f you are one of the legions of consumers who suffered through those annoying robocalls from “Rachel with Cardholder Services,” you could have money coming your way.
That’s right. The Federal Trade Commission, the nation’s consumer watchdog, has reached a settlement with a collection of companies it says used that ploy. And now a special administrator is preparing to mail out checks to victims.
The total amount available to repay consumers is $700,000. The FTC says it is mailing out 16,590 checks this week. Each check will be for $42.95 and must be cashed within 60 days.
Here’s how the scheme worked: Robo-Rachel called you and claimed she could help with your credit card interest rate. If you asked to be connected with a real operator, the company then claimed it could get your credit card interest rate reduced for a fee. Credit companies are not supposed to guarantee you credit or a particular interest rate in exchange for an up front fee.
So… does this mean Rachel is dead and gone and you won’t be hearing from her again? Maybe. When a robocalling scheme works, other companies often copy it. In fact, after the FTC took its first action against “Rachel,” investigators were frustrated when the calls continued, likely placed by other sketchy companies.
If Rachel is gone, other robo-calling schemes will probably take her place. So report them! Robocalls are now illegal without your written consent and the same is true with political robocalls to your cell phones. As these payments prove, the FTC does investigate them.
Opinions expressed in this column are solely those of the author.
Elisabeth Leamy is a 20-year consumer advocate for programs such as "Good Morning America" and "The Dr. Oz Show." She is the author of Save BIG and The Savvy Consumer. Elisabeth is also a professional speaker, delivering talks nationwide on saving money, media relations, and career success. Elisabeth receives her best story tips from readers, so please connect with her via Facebook, Twitter or her website, to share your ideas.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 10:38 am
דורך קיקיון
און וואס האב איך פון די געוואלדאוונע ידיעה אז עס איז א מכת מדינה ?