פראבלעם- דאגה בלב איש-, לעזונג-ישחנה לאחרים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 12:23 am
בסייעתא דשמיא
אינו מוגה- און אסאך ספעלינג גרייזן.
פראבלעם: דאגה בלב איש [פחדים/פאביע'ס/פאניק-אטאקעס/ענקזייעטי]
לעזונג: ישחנה ודבר טוב ישמחנה
[משלי יב,כה]
בעפאר מיר דערגרינטעווען זיך צו פארשטיין דעם אפטיישט און טיפקייט פון די דאזיגע וואונדערבארע עצה, און ווי אזוי מיר קענען זיך באניצן מיט חכמת שלמה זיך אן עצה צו געבען מיט אונזערע דאגות, פטור צו ווערן פון אונזערע פראבלעמען און מחשבות וועלכע פייניגן און דערקוטשן אן אויפהער, לאמיר קודם אפטייטשן דאס ווארט: "דאגה". וואס באדייט דאס?! וואספארא דאגות נעמט דאס אלץ אריין אין זיך?! און אזוי וועלן מיר דערגיין פון וואספארא סארט זארג מיר קענען אלץ פטור ווערן. און וועלכע איבערגעטראכטע געדאנקען וועלן אלץ נעלם ווערן, אלעס!!! מיט דעם געוואלדיגן עצה פונעם חכם מכל אדם - שלמה המלך ע"ה.
רש"י (יומא דף ע"ה) טייטשט אפ דאס ווארט 'דאגה': "פחד שדואג על הפסד שום דבר פן יבואהו". דאס הייסט, א שרעק וואס ער זארגט איבער א שאדן פון א זאך וועלכע וועט אים אפשר באטרעפן. לאמיר זיך אויסקלארן; מען רעדט נישט דא פון אזעלכע סארט שרעק, ציטער, און זארג - אויף וואס עס איז דא א פליכט פון 'השתדלות' על פי תורה, צו טון אלעס וואס איז אין אונזערע הענט אפצוהאלטן דעם שאדן זאל נישט געשעהן. אויף דעם וועט נישט העלפען קיין שום אלטערנאטיווע עצות. צום ביישפיל: א מענטש דרייט זיך ארום מיט א דאגה; ער דארף באצאלן א חוב, אדער שפירט ער א ציטער אריינצווואקן אין א פארנומענע ראוד טאמער וועט אים א קאר חלילה אראפקלאפן וכדומה. אויף אזא סארט דאגה וועט נישט ווירקן קיין 'ישחנה מדעתו'. אדרבה, פאר דעם צוועק האט דאך דער אייבערשטער באשאפן א מענטש מיט די מדה פון פחד, כדי א מענטש זאל טוהן וואס ער קען זיך צו ראטעווען פון די צרה/פראבלעם וואס אן דעם געפיל פון פחד וואלט דאס פוילקייט אינסטינקט זיך געשטארקט אויפן מענטש צו טוהן נאר וואס עס איז באקוועם. פארקערט, א מענטש דארף דאנקען דעם רבוש"ע אויף די מורא'דיגע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקן מיט די מדה פון 'פחד' וואס דאס טוט אפראטעווען דעם מענטש פון אלעם בייזן.
אלזא, איז ווען דארף מען יא נוצן טאקטיקן פטור צו ווערן פונעם פחד?! אויב איז דער 'שרעק' אזא געבענטשטע אייגנשאפט, איז פארוואס זאל מען זוכן ארויסצונעמען דעם שרעק פון זיך זעלבסט?! דאס איז ווען דער פחד ליגט נישט אין ריכטיגן פלאץ, עס צינדט זיך אן א פאלשע אלארעם פון 'פחד' כאילו עס לויערט אויף אים א סכנה וואס ער מוז שנעל עפעס טון דאס צו פארמיידן, און למעשה איז דאס א פאל"ס אלארע"ם, לא דובים ולא יער.
דאס קען אויסקלאפן ביי איינער פון צוויי סארטן פחדים. איינס. ווען א מענטש פארשטייט און משיג מיטן שכל אז עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן, אבער דאך 'פיהלט' דער מענטש א פחד. ווייל הרגשים דאס הייסט געפילן האט נישט צוטהין מיט שכל און עס אויך נישט משעובד צום זמן. עס דארף נישט שטימען מיטן מציאות אבער ווען דער הרגש איז שולט כאפט אן דער מענטש א פחד און ער טוט למעשה זאכן דאס אויסצומיידן און דער מענטש זאגט צו זיך "איך ווייס אז עס מאכט נישט קיין סענ"ס אבער איך האב נאך אלץ מורא".
און דער צווייטע סארט פחד. ווען א מענטש איז גערעכט מיט זיין פחד אויך לויטן שכל דאס הייסט עס קען טאקע אפשר געשעהן, און עס איז טאקע דא פון וואס מורא צו האבן עס איז בכלל נישט קיין דמיונות און קיין חלומות מען רעדט דא פון ערנסטע זאכן אבער עס איז א אזא סארט מצב אז עס איז גארנישט דא וואס צו טוהן דאס צו פארמיידן. אין אנדערע ווערטער, עס קען טאקע פאסירן אבער מען קען גארנישט טוהן דאס צו עלמנירין.
לאמיר אנכאפן פארשידענע דגמאות וואס זענען באקאנט ביי מענטשען. "איינער האט א פחד אריינצוקומען אין א זאל ווייל "יעדער" איינער גייט אים 'אנקוקען' ווען ער וועט אריינקומען". אדער לאמיר נעמען די ציטער פון האלטן א דרשה אין פאבליק וואס עס איז א גרעסערע פחד פון טויט פאר פיל מענטשן. אדער א פחד פון א 'געוויסע' טעלפאן קאל"ס וואס א מענטש קען נישט פועלן ביי זיך עס צו מאכן. צוגיין צום עמוד ביי איינעם איז דאס א שבתדיג"ע דאוונען און ביי איינעם איז דאס א פשוטע מנחה וואס ווען מען זאגט אים נאר דאס ווארט "גיי צו" ווערט ער דא לדא נקשן רח"ל. וכדומה, יעדער איינער מיט זיינע פעקל פחדים וואס ער דרייט זיך ארום און באהאלט דאס אויס אלץ מורא אז 'מע' וועט אים אנקוקן ווי א חולי הנפש דאס הייסט א פחד אויפן פחד. און ביי טייל מענטשן קען דאס זיין א פחד פון א קרענק אז מען האט יענע מעשה וכדומה וואס דאס פחד קען אנכאפן א מענטש פון א פשוטע פארקילאכטץ אדער קאפ וויי ל"ע ולא עליכם. אדער א פחד פון פארמאכטע פלעצער עלעוועטער"ס וכדומה אז מען בלייבן סטא"ק און מער 'קיינמאל' נישט קענען ארויסקומען. צו א פחד פון גנבים וואס קענען אריינקומן אין דער הייזער, וואס ער לייגט זיך נישט שלאפן פארן איבערקוקן שלעסער וכדומה. אדער א פחד פון האל"ד אפ"ס וואס דאס מאל האט מורא א מענטש פון זיין אייגנע שאטן. אין אמאל ענדיגט זיך נישט מיט סתם פחד, נאר א פחד פון באקומען א פחד, ווי למשל, א פחד צו פארבלייבן אין בית המדרש ביי קריאת התורה ווייל אפשר וועט ער באקומען אן עליה אין ער וועט פחד'ן אין קעקצען. [פארן ליינער וואס פארשטייט נישט וואס מיר שרייבן דא. קענען מיר זאגן איין זאך "אשרי לך"]
אן איינרעדנישט איז ערגער ווי א קרענק
עס איז נישט אן איינרעדנישט אז איינרעדנישט איז ערגער ווי א קרענק. עס איז דאך אזא אמת מצד אחד! ווייל פון א קרענק קען געשעהן וואס קען געשעהן אבער נאר איינמאל קען דאס געשהען און דערנאך איז פארטיג מיט דער סכנה. אבער אן איינרעדענישט איז יעדע סעקונדע ליידט ער פון א צווייטע קרענק יענע מעשה און די בלוט דערנאך גייט דער דמיון אין דער לעבער דערנאך מיט דער הארץ און אזוי ווייטער און אזוי גייט עס מיט נייע סארט פאנטאזיעס פון מינוט צום מינוט, טאג איין טאג אויס, "אוי איז דאס אן אמת, אז אן איינרעדנישט איז ערגער ווי א קרענק!!! עס הייבט עס טאקע אן מיט דמיונות אבער די רוזלטאטן זענען 'עכטע' פאקטען. פון אן איינרעדנישט קלאפט 'עכט' די הארץ! עס הייבט זיך אן פון אן איינרעדענישט אבער עס קען זיך ענדיגן מיט שליקצען, און א שוואכקייט וואס כאפן אן און אלע ביינער, און הארץ קלאפעניש, מאגן דרייעניש, שלאפלאזע נעכט און פארלירן אפעטיט פון עסען, אדער נעמט זיך א די ליידנע זיך איבערעסען מיט וואס עס קומט נאר אינטער זיין האנט מיט א מוראדיג"ע שנעלקייט פון גרויס אנגעשרגקייט. סך הכל ער ליידט פון "עכטע" פראבלעמען. הלוואי וואלט עס געווען א דמיון און צו דעם אלעם קומט נאך צו די פרעשר אנצושטעלן א פנים אז קיינער זאל נישט באמערקן אז ער פלוצליג איגאנצן מושגע געווארן. און צומאל קען דאס ערגער ווערן ביז עס כאפט אן א מענטש פאניק אטעקעס רח"ל קיין איד זאל נישט וויסן פון די יסורים.
דברי תנחומין
עס טרעפט זיך זייער אפט ווען איינער ליידט זיך נעבעך אן מיט דעי פחדים/פאביע'ס [אדער אנדרע שווערע גדאנקען ווי טראומע געשענשין וואס טוהן צוריק פאפ''ן אן א אויפהער און עס שפילט זיך איבער דעי אלטע יסורים כאילו עס געשעהט יעצט נאכמאל. ווייל ביי געפילן זענען נישט צוגעבינדען צו צייט און שכל און מען פיהלט דערזעלבע נידערגעשלאגן ווי מען האט געשפירט ווען עס האט פאסירט, עס פיהלט כאילו עס איז יעצט, ל"ע ולא עליכם] און דער מענטש נאך ליידן פאר א לאנגע צייט און שטילקייט און שטארקט זיך און נעמט די דרייסטקייט זיך אויסרעדען פאר זיינע גאר נאנטע באקאנטע. פון זיינע שווערע יסורים פון די פארפיינגטע מחשבות וואס טוהן נישט נאכלאזן און עס נעמט אוועק זיין גאנצע מנוחת החיים קען א ער באקומען א ענטפער: "לאז דיך אפ!! מאך דיך נישט מושגע!! אדער: "הער אויף צו טראכטען פון דעי זאכן און פארטיג!!" און צומאל מער מיט א עצה אויף למעשה ווי אזוי קען איך 'טאקע' אופהערן צו טראכטען ווען דעי מחשבות וואס קומען געצויגנערהייט? צו דעם זאגט מען אים: "לייג זיך אריין דיין קאפ און תורה וועסטו פטור ווערן פון דיינע אלע פחדים!!" און ווער רעד נאך ווען יענער איז נאך א גאנצע געלערנטער און ווייסט נאכצוזאגן דער גר"א אין משלי אויף דער פסוק דאגה בלב איש ישחנה ודבר טוב ישמחנה אין טוב אלא תורה כי כל הנותן עליו עול תורה פורקין ממנו הדאגות כמ"ש באבות דר' נתן "כל הפורק ממנו עול תורה נותנין עליו הרהורי חרב הרהורי זנות הרהורי שטות וכל הנותן עליו עול תורה מעבירין ממנו הרהורי חרב הרהורי זנות והרהורי שטות וזהו ודבר טוב ישמחנה" עכ"ל אדער צומאל קען מען הער אן אנדערע אמת'ע עצה "גלייב אז דער באשעפער פירט די וועלט און עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן!!" וואס באמת איז דאס אלעס זענען אמת'ע דיבורים, און נישט קיין פאלטשע דברי חיזוק, אבער ביז צום קרעטשמע דארף מען אויך א גלאז וואסער, א מענטש דארף א פירס"ט עי"ד קי"ט ארויס צוגיין פון דער פראבלעם דערנאך וועט ער זיך קענען אריין לייגן אין לערנען אויף א אויפן אז די גאנצע קאפ וועט זיין פארנימען נאר מיט תורה, און זיך פארטיפען און חזר'ן דיבורי אמונה וואס דעלמאסט קענען די אלע מחשבות נישט שולט זיין אויף א מענטש ווען ער ווייסט און שפירט אז ער איז אין די הענט פון די בורא עולם און קיין איין בריה קען אים נישט מזיק זיין אפילו א מלאך נאר מיטן רשות פון דער בורא פון דער וועלט. ממילא איז נישט דא קיין שום פלאץ פאר פחדים אין דאגות. אבער נישט יעדער איז אויף דער דרגא זיך ארויס צונעמען פון דער פראבלעם ווען ער איז שוין איבערגענימען מיט דעם, דורך אזעלכע דיבורי אמונה. ווי לויטן מצודות איז דאס פשט פון דער פסוק און משלי "דאגה בלב איש ישחנה ודבר טוב ישמחנה" טיישט דער מצודות דאגה בלב איש. כשבא דאגה בלב איש ימעט וישפיל אותה מכמות שהיא. ודבר טוב הוא אם יוכל לעצור כח לשמח עוד את הדאגה, ולחשוב כי לטובה בא מה שבא עכ"ל דאס הייסט דער פסוק געט א עצה פאר מענטש ווען ער האט א דאגה "ישחנה" ער זאל משפיל זיין דער דאגה [ערקלערט שפעטער און מאמר וואס דאס איז 'ישחנה'] אבער דער פסוק פירט אויס "ודבר טוב ישמחנה" "עס איז נאך בעסער אז ער קען משמח זיין דער דאגה און טראכטען אז אלעס איז פון דער רבש"ע" דאס הייסט דער תורה געט אן עצה פאר א מענטש ווען ער איז במוחין דקטנות ווען ער איז נאכנישט בכח צו טראכטען אז אלעס איז מן השמים דעלמסט זאל ער ניצן דער עצה פון 'ישחנה' אבער 'ודבר טוב ישמחנה' עס איז נאך בעסער ווען א איד איז בכח זיך צושטארקען אין דערפרייען די דאגה אז אלעס איז ווערט געפירט מיט א חשבון און אלעס איז פאר זיין טובה. דאס הייסט אז תורה טוט אונז לערנען אז נישט אלץ איז א מענטש גרייט צו הערן און טוהן אזעלכע עצות ווי: 'אלעס איז מן השמים' אדער: 'לייג דיך אריין און לערנען'. און די תורה געט פאר אזא מענטש קודם דער פשוטע רפואה זיך ארויס צוזעהן פון בלאטע און זיך שטעלן אויפן פיס מיט דעם עצה פון 'ישחנה'. און דער היילגער קאצקער האט געזאגט אויף דער שטיקל מצודות: "אז עס איז כדאי דער גאנצע פירוש 'מצודות' פאר דעם איינעם שטיקל"
ישחנה אדער יסחנה?
מערקווירדיג איז אז רוב מענטען קענען דעם ווערטער פון דער פסוק און משלי נישט לויטן פשוט'ן פשט. נאר לויטן דרש וואס אונזרע חכמים זכרונם לברכה דרשנען אויפן פסוק דאס הייסט "דאגה בלב איש 'יסחנה'" אבער און פסוק שטייט געשריבן 'ישחנה' מיט א שי"ן ימנית- א רעכטע שי"ן וואס דער מפרשים [מצודות רלב"ג מלב"ם] טייטשען מלשון שחייה והשפלה, דאס הייסט אראפבייגן און דערנודרען. ווי עס שטייט אין מנחת ש"י [וואס איז געשטעלט אויפן דקדוק פון די פסוקים] "ישחנה. בשי"ן ימנית, לשון שפלות. ומה שאמרו ביומא [עה.] חד אמר ישחנה מדעתו וחד אמר ישחינה לאחרים, דרך דרש נאמר" עכ"ל נאר דער פראגע שטעלט זיך וואס איז דאס 'ישחנה' ? וויאזוי בייגט מען עס אראפ? דאס איז דאך נישט קיין זאך וואס מען קען אנכאפן און בייגן? און נאכמער איז שווער! עס איז דאך באוויסט אז אזוי ווי טאפן מיט די הענט אויף א דרויסדיגע ווייטאג טוט נאר ערגער מאכן די שמערצן פון דעם וואונד. אזוי אויך ווי מער א מענטש שלאגט זיך און ער וויל בייגן און פטור ווערן פון די סארט בייזע געדאנקען אלץ מער טוהן זיי זיך שטארקן אויף אים. א שטייגער ווי די פראש אין מצרים וואס ווי מער מען האט עס געטוהן שלאגן אלץ ערגער איז דער סיטאציע געווארן נא אלזא וואס איז די עצה פון 'ישחנה? וואספארא טיפע עצה ליגט דא באהאלטן אינטער דעם ווארט?
אז מען טוט זיך פארטיפן און דער ווערטער פון די חכמינו זכרונם לברכה אין די מפרשים אויף די פסוק זעהט מען פארשידנע וועגן, אבער קיין איין עצה פרעגט נישט אפ דעם אנדערע, און יעדן פאל דארף מען ניצן אן אנדערע גאנג. אבער דער עצה וואס מיר וועלן שרייבן דא ערשט דאס איז די ענגילטיגע מיטל וואס אלע אנדערע טאקטיקן ברענגן נאר א מענטש נענטער און טוהן אים אנגרייטן אז דער פראבלעם זאל ווערן קלענער אז ער זאל קענען טוהן אט דער גאנג. מיר וועלן אנפאנגן מיט די ווערטער פון די מלב"ם וואס געט צו פארשטיין וויאזוי מען מאכן דעם 'ישחנה' און ער שרייבט ווי פאלגענד: "להשפיל הציור הלז ולהורידו אל עומק הנפש ושם בחושך שמו יכוסה ע"י שיסיח מרעיונות כאלה ולא ידאג" דאס הייסט: "מען טוט אראפבייגן די שלעכטע געדאנקן און זיי דערנידרען ווען מען טוט אוועק טראכטען פון דעי געדאנקען" און מען קען דאס פארשטיין מיט די ווערטער פון הייליגער אור החיים הקדוש [אחרי יח ג] ווען ער רעדט פון פרעמדע מחשבות וואס קומען ארויף אויפן געדאנק פון א מענטש און ער שריייבט "לא תכנס עם פתוייך בטוען ונטען כי אריכות הרגשת החושב אפי' לבחי' השולל תפעיל הגברת החפץ ותהפך הרצון אליה" זעהן מיר דא קלארע ווערטער אז די וועג פון מלחמה מיט שלעכטע מחשבות איז נישט דורך ארייגיין מיט וויכוחים מיט די סארט מחשבות ווייל ווי מער מען איז פארנומען דערמיט אפילו 'זיי צופארטרייבן' טוט עס נאר שטערקער מאכן. אזוי אויך זעט מען און די ווערטער פון די הייליגע 'תניא' [פרק כח] "שזאת עצתו בוודאי שלא ישיב לו מטוב ועד רע ולעשות עצמו כחרש לא ישמע ולקיים מה שכתוב אל תען כסיל באולתו פן תשוה לו גם אתה כך אל ישיב מאומה ושום טענה ומענה נגד המחשבה זרה כי המתאבק עם מנוול מתנוול גם כן רק יעשה עצמו כלא יודע ולא שומע ההרהורי' שנפלו לו ויסירם מדעתו" דאס הייסט: "מען ענטפערט נישט פאר די נארישע מחשבות פון גוט צו שלעכטס נאר מען מאכט זיך ווי אן טויבער וויל אז איינער ראנגעלט זיך מיט שמוץ ווערט שמוציג דעלמסט בלייבט איבער דעם איינעם עצה ער זאל זיך מאכן ווי נישט ער מיינט מען. אזוי ווי ער ווייסט נישט, און הערט נישט, די אלע געדאנקען." אין דער מלב"ם זאגט אז דער עצה דרשנען חז"ל פון דעם פסוק 'ישחנה' וואס לויט איין דעה אין די גמרא איז דאס 'יסחנה מדעתו' און דאס איז נישט קיין סתירה מיטן פשט אוודאי דארף מען עס אראפבייגן אבער דער וועג איז דורך אוועק טראכטען פון דעם און נישט אפענטפרע.ן און דאס איז דער גרעסטע דערנידעראג וואס מען קען געבן פאר די בייזע מחשבות 'איגנרירן'!!! זיך נישט וויסדיג מאכן דערפין און נישט געבן קיין ערקענונג ווי א זאך וואס מען דארף אנטלויפן מיט כח נאר דער מענטש דארף וויסן דאס איז נישט מיר, נאר שלעכטע באצילן וואס ווילן זיך אנקלעבן. און ביי דער מלחמה ארבעט נישט קיין שאקלן דער קאפ אהער מיט אהין, צו פארטרייבן מיט כח און צוואנג. נאר א מענשט זאל בלייבן מיט א ראויגקייט כאילו נישט ער מיינט מען. מאדנע און נישט שכלדיגע געדאנקען זענען אפירגעקומען וואס דער איינציגסטע עצה איז צו טראכטען פון עפעס אנדרעש אבער נישט מיט צוואנג און כח עס מיז נישט געשהן דער ערשטע רגע, זיי ווערן פאררעכנט געצויגנע מחשבות מיז מען נעמט זיך נישט אריינגיין מיט טענות מיט זיי.
אבער ווי אזוי קען מען מסיח דעת זיין?
אבער די פראבלעם איז. ווי נאר ווי מען זאגט פאר א מענשט אזעלכע סארט ווערטער. "זיי מסיח דעת", "ענטפער נישט אפ גארנישט", וועט ער זאגן: "אמת טאקע אז די בעסטע עצה איז צו איגנארירן אבער איך פרוביר און איך קען מיך נישט בארהערשן אויף עס". דאס הייסט ווען די מחשבה נעמט אזוי איבער דעם מענטש וואס דער באטראפנע טראכט צו זיך "הלוואי וואלט איך געקענט טראכטען פון עפעס אנדרעש" אבער דאס איז נישט קיין קליינע געדאנק וואס מען קען אוועק טראכטן דערפין. נאר דאס איז זאכן וואס נעמט איבער דער גאנצע קאפ, אזוי אז מען פילט דאס און אלע ביינער און מוקסלן ביז דער מענטש פילט מוראדיג'ע יסורים. און דער בארג איז צו גרויס עס צו קענען איגנארירן. אויפדעם קען העלפען פארשידנע וועגן פון 'ישחנה' צו דענידרין דער דאגה און מאכן דאס קלענער ווי ווייט מעגליך. אז עס זאל זיין מעגליך עס אפטוהן פונום מח.
ישחנה [א]
און דער ערשטע זאך, דארף א מענשט פארשטיין און דערהערן וואס עס גייט פאר מיט אים. ער זאל זיך אראפזעצן מיטן פולן ישוב הדעת, און ארייקלערן אז אין אים איז דא צוויי זאכן שכל און געפילן. און לויטן שכל פארשטייט ער טאקע אז עס איז נישט דא גארנישט וואס צו מורא האבן. אבער עס האט נאר איבערגענימן א שטארקע געפיל פון פחד וואס איז נישט און פלאץ און מענשט דארף וויסן אז "איך בין נישט מושגע געווארן" דאס איז פרעמדע באצילן וואס זענען אריינגעפאלן אין מיר. און זאל פראבירן ווי ווייט מעגליך צו שטארקן די שכל אוין געפיהל. און ווען א מענטש האט דעם קלארקייט און פארשטייט וואס גייט פאר מיט אים. דאס אליין טוט מאכן דעם 'ישחנה' דאס טוט אראפבייגן און מכניע זיין דעם דאגה. און דער סארט מיטל איז דער פשוטער פשט און פסוק פון 'ישחנה' ווי עס שרייבט דער מצודות "כשבא דאגה בלב איש ימעט וישפיל אותה מכמות שהיא" דאס הייסט ווען עס טרעפט אן דער מענשט א דאגה זאל ער עס קלענער מאכן און דערנודרין ווי ווייט מעגליך און אזוי שרייבט דער רלב"ג: "כשיקרה דאגה בלב איש, צריך להשתדל להכניע ולהשפיל הדאגה" דאס הייבט: "ווען עס כאפט אן א זארג און דאס הארץ פון א מענטש, דארף ער פראבירן עס אראפבייגן און דערנודערן דעם זארג".
ישחנה [ב]
נאך א וועג צו מקיים זיין דעם 'ישחנה' צו משפיל זיין און צוקלאפן דער פאנטאזיע פון סכנה איז דורך מסכים זיין צו אלעס וואס דער געפיל טוט זיך נאר אויסמשל'ן נישט אוועקשטופן די געדאנקען אז עס וועט נישט פאסירן. נאר פארקערט רעדן צו דער געפיל אין פרעגן און וואס וועט שוין זיין אז עס וועט טאקע געשהן? וועט דער געפהיל קומען צוגיין מיט א טענה וויאזוי קענסטו איינגיין אויף דעם עס קען דאך חלילה ארויסקומען אזוי און אזוי!! דעלמסט ענטפער אים און אויב? אזוי ווייטער און ווייטער ביז ער טוט אויסמשל'ן דאס ארגסטע און אויף דעם זאגט מען 'און'? פלוצלוג פילט מען א מין ראויגקייט. זיין גאנצע באלאן האט געפלאצט. אזוי ווי מען טרעפט ביי א קאמפיוטר ווען עס קומט ארויף א פא"פ א"פ. און עס איז דא צוויי ברירוות אדער ווי"א אי"ט לעטע"ר, אדער עקסעפ"ט, איז ווען א מענטש וויל נישט דורך גיין דעם אקסעפ"ט, קומט עס צוריק נאכמאל און נאכמאל דער פא"פ א"פ. אזוי אויך איז די מח פון א מענטש ווען עס קומט אריין א נארישע געפהיל און מען טוט נישט מאכן עקסעפ"ט, דאס הייסט מען זאגט צו אים און וואס וועט זיין עס וועט געשהן דאס הייסט 'איי עקסעפ"ט'. וועט עס צוריק פאפ'ן נאכמאל און נאכמאל. און באמת איז דער וועג מרומז און א שטיקל גמרא און מסכת בבא קמא דער גמרא זאגט ווען דיין חבר רופט דיך אן אייזל טוה דיך אן א זאטל און דער טופקייט פון די גמרא איז אז א זאך וואס איז הויך קען מען נאך אראפווארפן אבער איינמאל דער מענטש איז אויפן ערד קען ער נישט פאלן טיפער ווילאנג א מענטש ענטפערט צוריק פאר יענעם אז ער איז נישט קיין אייזל קען ער נאך אראפווארפן אן א שיעור מאל אבער אויפן מינוט ער זאגט אים: "ביזט גערכט" איז דער זאך גענדיגט דאס זעלבע איז ביי די סארט פאביע און דאס גלייכן ווען ער קומט צוגיין אנשטאט מען זאל אים זאגן: "עס איז נישט אמת" דארף מען טוהן דאס פארקערטע טוה דיך אן אן זאטל זאג אים: "אמת עס וועט געשהן און אויב? אבער דער זאך גייט נאך טיפער ווי דעם ווייל ווען עס קומט צו פחדים איז נאר שייך מורא ווען דער זאך איז א ספק אפשר וועט עס געשהן און אפשר נישט דעלמסט שטייט דער מענטש און ציטערט 'אפשר' וועט עס געשהן אבער דער מינוט דער מענטש ווייסט מיט א זעכערקייט אז עס וועט געשהן עס איז א פאקט וועט ער אוודאי פילן זייער אומבאטעמט, אבער קיין ציטער און מורא/זארג וועט שוין נישט זיין. ווייל דאס אלעס איז נאר שייך ווען דער זאך ליגט און א ספק. וועגן דעם פארשטייט מען פארוואס גייט נישט ארום יעדע מענטש מיט א מורא און פחד אגאנצן טאג ווען ער וויסט דער אמת אז עס קומט אמאל פאר יעדן איינעם א לעצטע טאג! נאר ווי דער רמב"ם שרייבט און מורה נבוכים אז אזוי ווי דער זאך איז א זעכערע זאך ביי א מענטש 'יעדער' שטארבט. ממילא גייט מען נישט ארום א גאנץ לעבן מיט א ציטער. ממילא ווען עס כאפט א מענשט א פחד לאמיר דאס אויסמשלן ער גייט זאגן א דרשה און ציטערט אזוי אז ער פילט עס און אלע ביינער דארף דער מענשט רעדן צו זיך און עס איז בעסער אז מען נעמט א פאפיר און מען שרייבט עס אראפ און ער זאל זיך קאנצטרירן פינקטליך פון וואס ער האט מורא למשל איך האב מורא אז איך וועל ציטרען און קעקצען און דער גאנצע עולם וועט לאכן און איך וועל ווערן א לצנות דעלמסט זאל שרייבן אקעי מסכים 'איך גיי קעקצן! אבער "יעדער גייט לאכן" אקעי יעדער גייט לאכן! "די וועסט זיין א לצנות" אקעי איך וועל זיין א לצנות! איינאל דער מענשט מאכט דאס אויס ספק טוט דאס זייער אסאך לייכטער מאכן עס קלאפט אראפ דער פחד אז ער זאל קענען אויפהערן טראכטען פון די סארט געדאנקען. ווי עס שטייט עם עקש תתפתל מיט דמיון שלאגט מען זיך מיט דמיון אז דער גאנצע זאך איז נאר א דמיון קען מען צוריק דמיונן אז עסו ועט טאקע פאסירן אין זיך אויס משל'ן כאילו עס האט שוין פאסירט.
יסיחנה לאחרים [א]
דערנאך איז דא נאך אוועק אראפצוברענגן דעם שווערע לאסט פון שרעק וואס הוירט און זיצט און קוועשט אופן מענשט'ס קאפ. און דאס איז זיך צו אויפעפנען און זיך נעמען אויסליפטרין די געפיהלן מיט אלע פרטים און פרטי פרטים פון וואס פונקטלוך מען האט מורא און דאס אויסשמיסן צו א נאנטע וואס געפהיל און פארשדענדנישט צום דעם דאס וועט דאס פארגריגרין און דאס דרשנען חז"ל אופן פסוק 'ישחנה' "יסחינה לאחרים" דאס הייסט ער זאל דאס טוהן אויסשמיסען צו אנדרע ווי דער גמרא זאגט: "דאגה בלב איש ישחנה רבי אמי ורב אסי חד אמר ישחנה מדעתו וחד אמר ישיחנה לאחרים" און רש"י אין משלי טיישט לויט דעם דער אוספיר פון דער פסוק "ודבר טוב ישמחנה" 'ודבר טוב' שינחמנו חברו, "ישמח את הדאגה" דאס הייסט אז ווען ער וועט עס אויסשמיסען וועט אים דער חבר בארוגין אונדערצו וועט ער פיהלן ווי נישט ער אליין טוט טראגן דעם לאסט נאר זיין חבר נעמט א טייל אין דער לאסט. און נאך א מעלה איז דא אונן אויסשמיסען ווי עס שרייבט דער 'ענף יוסף' [עין יעקב] אין אזוי אויך זעט מען און 'באר מים חיים' [פרשת ויגש] "אז דער עצם אויסרעדן פאר אנדרע טוט גרינגער מאכן דער דאגה". אזוי ווי יעדער געפיל וואס ליגט אויף א מענטש'ס הארץ ווען מען שמיסט עס אויס מיטן מויל אדער מען שרייבט עס אראפ אויף פאפיר, טוט דאס זייער אסאך פארגרינגרין. און דער עצה מאכט אויס אז דער חפץ חיים איז מתיר צו רעדן לשון הרע אז עס קומט ארויס דער תועלת אז מען רעדט זיך אויס טוט דאס פארגריגרין אבער ער איז נאר מתיר מיט זעקס תנאים זעה חפץ חיים [ ] און דער עצה איז נאר אן אנגרייטונג צום פריעדיגע עצה פין 'יסחנה' ער זאל נישט טראכטען דערפין. נאר ווען דער פראבלעם איז אזוי 'גרויס' טוט מען דאס קלענער מאכן דורך זיך אויסרעדן מיט איינער וואס האט געפיל און פארשדענדנישט צו דעם אזוי פילט מען ווי מען טראגט נישט אליין דעם עול. און אזוי אויך דער עצם אויסשמיסען טוט פארגרינגרין און קלענער מאכן די דאגה. אזוי אז יעצט קען מען שוין אראפ בייגן און דערנידרין דורך 'נישט טראכטען פון עס מער'.
יסחינה לאחרים [ב]
און נאך א וועג איז דורך זיך צוריק שלאגן מיט דמיונות וויל שכל קען זיך נישט שלאגן מיט דמיון ווען ער איז אזוי שטארק ממילא דארף דער מענטש צוריקדמיונן דאס פארקערטע [אדער דמיונען ווען פארוואס ער דארף נישט מורא האבן וויל צווי ריזגע מלאכים שטין לעבן אים וכדומה] עם עקש תפתלתל מיט יעדם דארף מען רעדן זיין שפראך למשל אייינער וואקט איבער א אווע"ר פאס און ער האט מורא אז ער גייט אראפפאלן זאל ער דמיונן אז ער האט באקימען פליגלך און ער פליט עס איבער וכדומה און דער מהלך שרייבט דער מלב"ם און דעם יסיחנה לאחרים וז"ל ועת יעלה ציור הדאגה בלב נתן החכם ב' עצות לזה, א) להשפיל הציור הלז ולהורידו אל עומק הנפש ושם בחושך שמו יכוסה ע"י שיסיח מרעיונות כאלה ולא ידאג, ב) שיעלה על לבו ציורים טובים מתנגדים לציורי הדאגה, למשל יצייר שאחריתו טוב שביתו יעמוד נכון שהוא מלא ברכות ה', ושיש תקוה לאחריתו וז"ש דאגה בלב איש כשיעלה ציור הדאגה וימשול בלב, העצה, או שישחנה ויורידנה למטה, או שישמחנה בדבר טוב, וע"י ציור טוב לעומת ציור הרע והמעציב ישמח אותה, וכן אמרו חז"ל חד אמר יסיחנה מדעתו וחד אמר יסיחנה לאחרים, ושניהם אמת ומיוסדים בשני חלקי הכתוב, במ"ש ישחנה שיסיחנה מדעתו, ומ"ש ודבר טוב ישמחנה הוא שיסיח אותה לאחרים ר"ל לרעיונות אחרות טובות משמחות עכ"ל
סך הכל
דער ציל: איז מסיח דעת זיין נישט טראכטען און איבערטראכטען דעי מאדנע געדאנקען וואס זענען נישט א חלק פון אונז
סטעפ 1 : קלאר אויס וואס איז שכל און וואס איז דמיון
סטעפ 2: זיי עס משפיל לאז אויסמשלן דער דמיון ביז צום סוף און זיי מסכים דערצו עס זאל ווערן און דמיון א פאקט נישט קיין זארג
סטעפ 3 : דאס אויסשמועסן מיט א נאנטע וואס האט פארשטעדינישט וואס געט פי"ד בע"ק אדער דאס אויס שמועסן אויפ פאפיר
סטעפ 4:עם עקש תתפתל מיט דמיון שלאגט מען זיך מיט דמיו,דמיון צוריק דאס פארקערטע דו אויף א פאנטאזיע פון שטארבן פאנטזיר אז דו וועסט לעבן כימות משותלח מיט צווי מיליאן איינקליך ארום דיין בעט, געדענק קיינער איז נאכנישט געשטארבן פון פחד. אויפן מחשבה ביסטו נישט שטענדיג אין קאנטראל אבער אויף די מעשים ביסטו יא בעל בית, מייד נישט אויס קיין שום פלעצער אלץ מורא, טוה וואס דו דארפסט וואק אריין און דעם עלוועטער אפילו דו ציטערסט דו מעגסט מורא האבן אבער דו מעגסט נישט געבראכן ווערן פאר דעם מורא
ב] נעם ארויס א פען און א פאפיר שרייב ארויס פונקטלוך וואס טו ציטערסט........און וואס וועט זיין אז דאס וועט פאסירן.........און וואס וועט זיין אז דאס וועט פאסירן...............און אזוי וויטער עד הסוף און מאך שלום און דמיון מיטן מצב
ג] נעם קער פון דיין דייעט, שטיי אוועק פון קאפין, עס דריי געזונטע סעודת א טאג, און גיי א סאך וואקן און שפאצירן
ד] עס איז אלץ דא א פראבלעם וואס לוגט אונער דעם וואס איז גורם אז די מאדנע מחשבות זאל אפיר קומען, נאך ווען דו פחד איז סטאלבערזיט, נעם דיך און דער הענט אריין גיי צו דעם שורש, אז דו קענסט נישט אליין, גיי צו א מומחה [א מומחה הייסט ער האט שוין אויסגעהיילט דריי מענטשען פון דעם פראבלעם אזוי ווי די גמרא זאגט ביי א קמי