בלאט 1 פון 1

ווי אזוי העלפט מען א חבר וואס מוטשעט זיך מיט יענע מחלה ר"ל?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 9:38 pm
דורך פר בן בקר
איך האב א זייער נאנטע חבר וואס ליידער איז זיינס א קליין קינד דיאגנאזט געווארן מיט די ביטערע מחלה רח"ל, איך האב נישט קיין שום פארשטאנד אין די מעדיקל פיעלד ממילא פארשטיי איך גארנישט וואס דאס מיינט, אבער איך זעה א טאטע פלאגט זיך, די משפחה צופאלט (יעדען טאג פארט מען קיין מענהעטן אויף טריטמענטס) די עלטערען אפגעמוטשעט און די קינדער צוזייט און צושפרייט, אלזא די הארץ רייסט, און ביי מיר אין קאפ פליען דארך אסאך מחשבות ווי אזוי דארף איך זיך אויפפירן אין אזא צייט, איך וויל בעטן פון דער וואס האט (ליידער) עקספיריענס זאל מיטטיילן די ידועות און די געפילן:

כדי צו קען ריכטיג פארשטיין וואס מיין חבר מאכט מיט, און א אביסל די ווערטער וואס איך הער פון איהם איבער די נושא, כדי איך זאלנישט דארפן איבער פרעגן נאר פארשטיין אויפ'ן ווינק (אז ...מיינט אז מ'האט מורא אז די פיאות הייבט אן ארוספאלן וכדומה) וויל איך וויסן:
1)איך וויל וויסן באופן מקיף וואס די מחלה איז.
2)וואס מיינט רעדיעשן, קימא, סורגערי.
3)וואס איז געווענטליך די פראסעס, דהיינו וויפיל וואכן\חדשים פרובירט מען דעם עצה אדער די צווייטע עצה.

איינמאל איך פרשטיי די ענין, וויל איך וויסן וואס דארף זיין מיין צוגאנג צו מיין חבר (וואס אגב פרובירט מישט צו רעדן וועגן די פרשה מיט סתם מענטשן)
אוודא האב איך איהם גע'אפערט וועלעכע הילף ער דארף נאר אבער אויב קען איל קומען צו איהם אנטראגן אז איך גיי טוען כך וכך וועט עס זיין אסאך גרינגער פאר איהם צו נעמען.

1)וואס זענען די זאכן וואס מ'קען אנטראגען ארויסצוהעלפן.
2)האבן מענשטן ליב אז א נאנטע פרעגט כסדר וואס איז די מצב (וואס פארשטייט זיך אז אמאל איז די ענטפער בעסער און אמאל שוואכער).
3)דארף מען רעדן כסדר פאזיטיוו, אדער זיך וויסנדיג מאכן פון די מעגליכקייט אז ליידער גרייט מען זיך מקריב צו זיין א קרבן.
4)איז דא זאכן וואס מ'טאר קיינמאל נישט פרעגען.
איך ווייס אליין נישט וואס זענען אלע געדאנקן וואס דארפן יעצט ווערן באהאנדלט, אדרבה איש את רעהו יעזורו ולאחיו ואמר חזק

והשי"ת ישלח רפואה שלימה לכל חולי ישראל במהרה.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 9:52 pm
דורך מי יודע
איז דא א מוסד וואס הייסט RCCS איך מיין דארט וועסטו טרעפן די ענטפער פאר אלע דיינע פראגעס, וה' ישלח רפו"ש לכל חולי ישראל

http://www.rofehcholim.org/

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 10:25 pm
דורך מחותן
1) די דארפסט גארנישט וויסען איבער די מחלה - און ווי אזוי עס ארבייט, כדי צי העלפן דיין חבר.

2) עס איז בכלל נישט שייך צו זאגען קיין כללים דערין, עס פינקט ווי די זאלסט פרעגן אז די ווילסט פארשטיין ווי אזוי א קאר ארבייט, עס איז דא ליידער צענדליגער פארום׳ס פון די מחלה און ווי אזוי איר צי היילען.

3) די דארפסט גארנישט אריינרעדן איבער די מחלה, לאז עס איבער פאאר די פערפשענעלוס..

4) פרעג נישט קיין שאלות, אויב וואלענטירט ער נישט צו זאגן דיין לאזמנוחה.

די קענסט בדרך כלל העלפן מיט:

1) זאגען תהילים.
2) זיכער מאכען - אויב דיין חבר קען באשטיין - אז בשעת די שווערע דורוכגאנג עס ווארט זיי אפ נאכטמאל ווען זיי קימען אהים.
3) בעביסיטינג פאר די אנדערע קינדער.
4) מיט געלט אויב ער נוטיגט זיך דערין.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 9:39 am
דורך סמארט גאי
איך האב געהאט א נאענטן וואס האט זיך געמוטשעט מיט די מחלה נוראה,

איך וואלט געזאגט אז די 2 וויכטיגסטע הילף וואס די קענסט געבן
1) געלט (אויב ער לאזט זיך)
2) זיך אנטראגן צו טראגן און ברענגן דאס קינד אז די מאמע זאל קענען בלייבן אינדערהיים, (נישט אלעמאל דארפן די עלטערן מיטקומען) ס'איז וויכטיגער אז די שטוב זאל נישט זיין צופארן ווי אז זי זאל זיין מיטן קינד, (פארשטייט זיך אז וועסט קודם דארפן קאנווינסן די עלטערן דערצו)
3) אין א טאג וואס זיי זענען פארנומען מיטן קינד, אפפערן סאפער פאר די שטוב,

הכלל, זיכער מאכן אז די שטוב זאל בלייבן גאנץ בשעת די משפחה גייט דורך די טראומא,

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 9:45 am
דורך נישט
מיין הארץ איז צוריסן און צופליקט, פיל מיט ווייטאג און צער אויף צרות ישראל

הייליגער באשעפער, שלח רפואה שלימה לחולי עמיך.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 10:22 am
דורך קלוגע חכם
קיין עצות דארף דיין ער לכאורהנישט פון דיר דערנאך וואס עס איז היינט צוטאגס דא ארגאנאזאציעס וואס העלפן ארויס מיט די זאכן, ער דארף פון דיר איין זאך, דאס איז דיין הארץ, און וואס די קענסט טון איז צו זען אז זיין שטוב זאל נישט ווערן צופארן, און אז עס זאל עם אנקומען די גרינגסטע וואס עס קען, איך גלייב צו גיין אין שפיטאל אדער צו דאקטורים האט ער נישט קיין פראבלעים ווייל ער קען נוצן חסד, אבער איין זאך איז דא וואס נאר א נאנטער קען טון, צו זען אז די שטוב זאל נישט צופאלן, זען אז דארט זאל זיין יעדע נאכט סאפער, די קינדער זאלן גיין געהעריג אין חדר, זיי זאלן האבן מיט וועם צו גיין שבת אין שול און אזוי אויך איינער וואס זאל מיט זיי לערנען אין די צייט וואס די טאטע איז אין שפיטאל אא"וו, און דאס קען נאר משפחה אדער נאנטע חברים העלפן.

איך בין איינמאל מער נישט געדאכט פארברענגט מיט מיין קינד אין שפיטאל אריין און ארויס פאר אפאר חדשים, די אפמוטשענישט פון נישט זיין אינדערהיים און לאזן די קינדער אויף הפקר איז זייער א שווערע דורכגאנג, קאונסאלטינג און עצות פאר די קרענק האב איך געהאט גענוג, אבער צו האלטן די שטוב מסודר איז געווען זייער שווער, איך האב נאך געהאט דעמאלטס א קליינע שטוב איז נישט געווען אזוי געפערליך, אבער פאר א שטב געבענטשט מיט קינדער איז דאס זייער שווער, און די דארפסט געבן דיין הארץ און זען ארויסצוהעלפן דאן זאלסטו וויסן געסטו אלעס

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 4:57 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

א צייט צוריק האט א יונגערמאן, מיינס א נאנטער קרוב (אבער נישט צו נאנט), נישט מער געדוכט דורכגעמאכט די ביטערע פרשה, ב"ה ארויס געהיילט.

עס איז נישט געווען גענוג קרבות צו רעדן פון בעביסיטינג וכדומה, אבער מיר דאווענען אויף איין פלאץ, און איך האב באמערקט אז ער שעמט זיך אביסל צו רעדן אין דעם מצב, דערקענט אויפ'ן פאות-בארד, און דער עולם האט זיך אויך געשעמט צוצוגיין צו אים נישט וויסנדיג וויאזוי.

כ'מיין אז די בעסטע זאך וואס כ'האב אים געקענט טאן איז געווען צו שמועסן, קופקען מיט אים "נארמאל," ווי גארנישט וואלט געווען. אמאל אמאל האט ער מיר דערציילט וואס ער גייט דורך מעדיציניש, אבער ווייטער אלעס נארמאל, פשוטו כמשמעו.

איך האב געקענט זעהן עס האט אים ממש מחי' געווען, און געוויזן פאר'ן עולם אין שולכ'ל אז "ס'בייסט נישט" און מ'קען רעדן נארמאל, און מען דארף רעדן נארמאל. מען דארף נישט אנטלויפן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 5:07 pm
דורך Iphone
Offer supper. That would be a big help

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 6:53 pm
דורך לכאורה
ב"ה איך האב נישט קיין ערפארונג מיט די גרויזאמע מחלה ל"ע, השי"ת זאל ווייטער העלפן, און שיקן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל, אבער איך האב באמערקט אז זינט איך דריי מיך צווישן מענטשן מיט א וואלקער, וועלן מענטשן אוועקוקן פון מיין ריכטונג און מיינען אז איך דארף פריוואטקייט. דער אמת איז אז פריוואטקייט האב איך שוין געהאט גענוג, אפגעזיצן אפאר וואכן איינזאם אינדערהיים, אז איך קום ענדליך צווישן ציבור איז א סימן אז איך וויל זעהן דעם עולם און רעדן מיטן עולם, עס איז נישט קיין חסרון צו כאפן א בליק, פרעגן וואס מאכסטו וויאזוי גייט עס, רעד צו מיר כאילו לא היה...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 10:28 pm
דורך מטעמים
לכאורה, נעם אין אכט אז סיז דא אזאנא וואס גלייכען פריוואטקייט.

שווער צו זאגען א כלל.

(יעדער קוקט אוועק ווייל מען האט מורא אז אפשר ביזטו דער וואס שרייבט אויף אייוועלט דיין געשיכטע - גילוי)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:58 am
דורך כתר ישועה
נישט האט געשריבן:מיין הארץ איז צוריסן און צופליקט, פיל מיט ווייטאג און צער אויף צרות ישראל

הייליגער באשעפער, שלח רפואה שלימה לחולי עמיך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 9:14 am
דורך שטארק זיך
אוויא יאנטל זאגט, שמועס מיטנען ווי א נארמאלער מענטש, די מענטשן פילן ווי מצורעים, פלוצלונג זעצט מען זיך נישט אויף איין באנק מיט זיי (אין די וואכן שולן), כאילו עס איז קאנטעידזשיאוס...


ער וויל זיך פילן נארמאל, סאו גיב אים די פילינג, אויב רעדט ער וועגן זיין אישו, רעד צו אים דערפון ווילער נישט, שטופ נישט אריין די נאניע.

און שוין

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:41 pm
דורך פר בן בקר
די עצות אין געדאנקען וואס זענען אזוי שנעל אריינגעקומען דא און אין אימעיל פריוואט איז אין לשער
כה לחי!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 9:19 pm
דורך פלאחותיך
וויפיל געלט איר וועט געבן איז קיינמאל נישט איבעריג און אזא צייט,
יעדע ריר קאסט אפ שווערע געלטער, פארן, קימען, געז אדער טעקסי, קויפן אן איבערבייס אינטערוועגנס, איבערלאזן פאר די קינדער צומאל צו גיין קויפן א סאפער אין טעיק אוט וכדו',
בקיצור ווען די שטוב ווערטשאפט איז נישט אינגאנצן ווי געהעריג קאסט עס שווערע געלטער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 9:41 pm
דורך גלגלשלג
עס האט מיר פארציילט א חבר וואס זיין נאנטע קרוב איז געווען אין שפיטאל מיט א קינד ל"ע ער האט ארויסגעהאלפן מיט געוויסע קלייניקייטן די שטוב זאל זיך האלטן בסדר ער האט ארויפגעלייגט די קינדער אויפן באס, אריבערשיקען עסן אין שפיטאל אן פרעגן פארדעם, אפשערן די אינגלעך וכדו'
ה' ישלח מהרה רפואה שלמה אמן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:29 pm
דורך חזק
וואס דו זאלסט נישט זאגן? ''דו ווייסט ווי סאך מאל איך האב אויסגעזאגט תהלים פאר דיר'' דו ביזט אזא רחמנות! קיינער וויל נישט זיין 'א' רחמנות, 'א' רחמנות מיינט א שפלותדיג'ע זאך
וואס דו קענסט יא זאגן? ''איך כאפ התפעלות וואו אזוי דו האלסט דיך'' -''דו געסט מיר חיזוק ווען איך זעה דיר ארומגיין געהריג'' ''איך אין דייינע שיך וואלט שוין לאנג געכאפט א נערווען בראך'' בקיצור געב אים דער געפיל פון התפעלות וואו אזוי ער האלטס זיך, און ער מאכט א גוטע רושם, וואו ער איז פעסט און נישט פאלוירן, בדוק ומנוסה, פאר יעדע מענטש וואס גייט דורך שווערע מצבים- אבער מען דארף נאך אלץ ניצן דער מוח, וויאזוי עס צו זאגן, און צו וועמן, און ווען.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 4:42 pm
דורך פר בן בקר
ב"ה מיר זענען געבענטשט געווארן מיט אסאך חסד ארגענעזאציעס למיניהם, קען אפשר די עולם אביסל מיט טיילען און אויסשמועסן די אייגענארטיגקייט און די מעלות פון די ארגענעזאציעס:
מקימי
חי לייפליין
בין איש ובין אחיו
כפים
RCCS

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 9:51 am
דורך פר בן בקר
וואס איז די פראסעס צו באקומען א פארקינג פערמיט פאר א דיסיעבלד?
און וואו טוט מען דאס?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 12:13 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

לכאורה דארף מען ערגעץ אנהויבן, א יסוד בכלליות, און נאכדעם גיין לויט זייערע אנווייזונגען צו אנדערע וואס טוען יעדער פרטים פאר זיך.

לכאורה, דעמאלט, גייט מען ערשט צו חי לייפליין, וואס קענען קעיר נעמען אויף אזויפיל חלקים, און בכלליות צו קאארדינירן די מצב, און נאכדעם גיין צו דעם פאר אינשורענס, דעם פאר קינדער אקטיוויטיס, דעם פאר חיזוק און סופארט גרופעס, דעם פאר שמחה אין שפיטאל, דעם פאר רעגירונג הילף און פערמיטן וכו'.

בשורות טובות און א פרייליכן שבת קודש.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 12:47 pm
דורך moshele11211
פר בן בקר האט געשריבן:וואס איז די פראסעס צו באקומען א פארקינג פערמיט פאר א דיסיעבלד?
און וואו טוט מען דאס?


http://epermits.nyc.gov/ePermits/Wf/Login_Frame_htm.jsp