בלאט 1 פון 1
מי מנוחות אויסגאבע, פראגע
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 2:12 pm
דורך יעקב צוקערמאן
וואו קען מען באקומען דעם לעצטן מי מנוחות אויסגאבע, און ווען איז ארויסגעקומען די לעצטע? אגב, איך בין ניי אין דעם געביט, ווער גיבט דאס ארויס, ווער זענען די שרייבערס, ווערט דאס געשריבן דורך יראי השם?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 2:16 pm
דורך מאנ-יימער
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 2:37 pm
דורך שוועמל
דורך יראי השם? א גוטע פראגע.
וויבאלד מען שרייבט אונטער פסעוודאנימס איז שווער צו געבן א גראדע ענטפער. אבער די מציאות איז אז געווענליך קען ניק ראשון דעם ניק שני, און ניק שני קען ניק שלישי, און שלישי קען רביעי, און רביעי קען צוריק ניק ראשון. אזוי אז אין ביג פיקטשור זענען מיר אלע פיינע וואוילע אידן.
בערך ווי די גמ' זאגט אין פסחים דף י איבער אתא עכבר ושקיל, ווען זיי קומען זה בפני עצמו וזה בפני עצמו קען מען עס אנלייגן אויפן צוייטן אבער שניהם כאחת מוז דאך איינער מה נפשך זיין שולדיג.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 2:41 pm
דורך גערעכטער
ועוד יש לומר, אז ער דרייט זיך דא און נישט אין המממ... בקיצר שטייסכמיין..
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 2:43 pm
דורך קיווי סטראבערי
שוועמל גוט געזאגט!
און יעצט א שאלה צום פותח האשכול, פאר דו לויפסט צום מי מנוחות, וועל איך דיר פרעגן כלשונך, די פארום ווי דו שרייבסט און דו ליינסט יעצט הנקרא 'אידישע וועלט', ווער זענען די שרייבערס? ווערט דאס געשריבן דורך יראי השם?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 3:40 pm
דורך יעקב צוקערמאן
פשוט מיין בחורל האט מיר געבעטן איך זאל אים דאס ארויסדרוקן צום ליינען, פארשטייסט, פאר יונגע קעפ, וואס קענען נאכנישט מבחין זיין גענוג ביים טוב לרע, און זיי ווערן שנעל אימפרעסירט פון א געשריבן ווארט, מיינענדיג אז עס איז תורת לאקשן, האב איך געוואלט מער זהירות, דאס אלעס
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 3:42 pm
דורך יעקב צוקערמאן
כ'וועל דיר געבן א שטיקל דוגמא, וואס מיינט באקומען א נישט ריכטיגן אימפרעשאן. מיין בחור האט זיך אנגערוקט דא ביי מיר אין אפיס און מיך געהיידזשעקט און געהייסן דרוקן די מי מנוחות פאפירן. האט ער פונקט געזען ווי איך שרייב אויף איי-וועלט. אין זיין יונגן מוח'ל קען זיך אין דוכטן ווי דאס גריבלען אויף אייוועלט איז עפעס ווייסעך וואס, און וואסערער געשמאקער לעבן זיין טאטע מאכט דא אויפ'ן אייוועלטל.
נינטאמאל ווייסט ער אז רוב אינהאלט איז סתם פלוידעריי און שטותים וואס מען דארף זיך פלאגן צו ליינען, און אויך, עס איז בכלל נישט קיין צייכן פון מאכן א לעבן, פוסטעווען די צייט אויף אייועולט מיינט אז מען איז אנגעזעצט און מען איז פויל און מען האט קיין געדולד צו ארבעטן און עס איז שוין זונטאג 3:30 נאכמיטאג אןן קיין שטאך ארבעט געטאן. דורכפאל בתפארתה
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 3:47 pm
דורך יעקב צוקערמאן
מיט בחורים איז דער פחד א שרעקליכער, זיי האבן צופיל צייט און זיי האבן נישט דעם ביקס צוגעדרוקט צום קאפ וואס רופט זיך רחיים על צאוורו, און דאס איז א געפארפולע זאך. איך טרעף אמאל אן אלטן בחור, ער האט געטראגן א סאנסא, אזוינס וואס קען בשום אופן נישט שפילן קיין ווידיא, נאר אודיא פיילס, כ'געדענק נישט דעם מאדעל נומער.
בקיצור, ער נעמט זיך מיר פארענטפערן אז עס איז א כשר'ע מאשין און קען נישט האבן קיין ווידיא, בלא בלא בלא
זאג איך אים, הער מיך אויס, איך בין אויך געווען א בחור. א בחור קען אפילו פון א פלייוואוד מאכן א ווידיא מאשין, ווארום א בחור ווערט צופלאצט, און אן ארעסטאנט אין טורמע וועט אויסגעפונען אזעלכע מיני ערפונדונגען וואס קענען קיינמאל קיינעם נישט בייפאלן.
שלעפט ער ארויס דעם כשר'ן סאנסא און ווייזט מיר קלאר ווי מען האט דאס איינגעבראכן און עס שפילט ווידיא א מחיה.
הייב איך אים אן בעטן אז ער זאל פרובירן וואס ווייניגער זיך צו טונקען אין די ווידיאס, על כל פנים נישט קומען צו ראיות אסורות. זאגט ער מיר, קוק, כ'בין אן אלטער בחור, איך ווער צופלאצט, אנדערע האבן ערגערס, איך אז איך האב נאר דאס און איך גליטש נישט ווייטער איז אויך עפעס.
עניוועי, עס איז א ווייטאגליכער מצב, וואס האט א בחור אמאל געקענט טאן פון צופלאצעניש? שפילן מאריא אויף געימבוי, היינט וויל איך אפילו נישט טראכטן.
תכבד העבודה על הבחורים, מען דארף זיי באשעפטיגן...
עניוועי
אויפגעהערט רענטן
מען גייט ארבעטן
דער עולם זאל נאר וויסן אז דער יצר הרע לויערט געפערליך אויף אונזערע בחורים. ער לאקערט געפערליך. השם ישמרינו.