בלאט 1 פון 1

אתרוג איינגעמאכטס לכבוד ט"ו בשבט, וואו איז צו באקומען?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:12 pm
דורך יהיה כן
איז אזוי
געשעהן איז עס ביי מיר, די אתרוגים פון סוכות וואס מען האט אוועק געלייגט צו מאכן דערפון אתרוג קאמפאט (איינגעמאכטץ) איז קאליע געגאנגען אין פרידזשידער
וואס טוט מען? כ'קען דאך נישט בלייבן חאמשאסער אן אן אתרוג?
וואו איז צו קריגן אתרוגים, אתרוג קאמפאט, אין וויליאמסבורג????
העלפט א אידן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:18 pm
דורך לכאורה
איך האב איבריגע, קלאפ אריין

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:20 pm
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:איך האב איבריגע, קלאפ אריין

פאריעריגס אויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:22 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ס'איז דא צובאקומען אין די געשפעטן פון קליינס אדער גאלד נאט

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:25 pm
דורך יהיה כן
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ס'איז דא צובאקומען אין די געשפעטן פון קליינס אדער גאלד נאט

ביזט זיכער? איך האב נישט געזעהן היי יאר

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:27 pm
דורך גערעכטער
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ס'איז דא צובאקומען אין די געשפעטן פון קליינס אדער גאלד נאט

פרישע? כ'מיין נאר געטריקענטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 3:36 pm
דורך יהיה כן
פאר א נויט קען עך יוצא זיין מיט ר' מאיר וויינבערגער'ס אתרוג ברוינפן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:04 pm
דורך ?אפשרטאקע
איך האב געקויפט אין בארא פארק פון באבוב ביקור חולים. געזעהן אין א פאר סטארס

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:14 pm
דורך מאנ-יימער
היי יאר האמער געמאכט א געשמאקע אייסעס פונעם אתרוג אנשטאט די יערליכע איינגעמאכטס, נאך וואס די איינגעמאכטס האט נישט געהאט קיין סוקסעס ביי מיר אינדערהיים.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:26 pm
דורך farshlufen
מאנ-יימער האט געשריבן:היי יאר האמער געמאכט א געשמאקע אייסעס פונעם אתרוג אנשטאט די יערליכע איינגעמאכטס, נאך וואס די איינגעמאכטס האט נישט געהאט קיין סוקסעס ביי מיר אינדערהיים.

וואספארא בייפאל?

יאך האב אויך געמאכט אן אתרוג קוגל לכ' טו בעשבאט.