בלאט 1 פון 1

עסן מיט א גערודער

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:08 pm
דורך loeffler
וואס טוט מען... מאכט זיך אסאך מאל אז מ'זיצט צוזאמען מיט מענטשן וואס עסן און שלינגן הויעך, איך האב א שווערע מידה אז איך פארנעם דאס נישט, ביז ממש עס קומט צו שנאת חנם.. איך וויל נישט פיינט האבן מענטשן פאר לא דבר.. האב איינער אן עצה אויף די שלעכטע מידה וואס איך האב...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:17 pm
דורך טשאלנט טאפ
הוי איך פיל מיט מיט דיר ווייל איך פיל אויך אסאך מאל אזוי.. איך מיין אז מ'קען שוין עפנען אן ארגענעזאציע פאר די מענטשן וואס האבן די מידה,
אין די ביכער איז זיכער דא עפעס נישלעס אויף דעם.. קוק נאך אויף גוגל...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:24 pm
דורך שווייצע זייגער
אן אלטע פראבלעם, ביי מענטשן וואס פארנעמען דאס נישט איז דאס דער גורם וואס צעשטערט שמחות און פארברענגען,

ביי מיר איז דאס צום ביישפיל א קרענק וואס ווען איך הער דאס הערט זיך עס מיר ווי גערוישן פון טראקטארן און מאכן מיר אהן שרעקליכע טשילס.

איך קען ארויסלויפן פון שמחות און איך האב שוין איבערגעלאזט מיינע ארדערס אין רעסטעראנטן נאך פארן ענדיגן זיי עסן ווען אזא סארט חית זין האט זיך געזעצט אין מיין געגנט אין אנגעהויבן קייען זיינע עסן אויף הויעכהילכער'ס. אזש איך זאל קענען מיטהאלטן ווי ער האלט מיטן פראצעדור און פינקטלעך וואס ער האט אין מויל.

בררר....עס עקלט מיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:29 pm
דורך נשמה
ס'דא ניקים וואס ס'גייט זיי אן אין די שפיץ פון די איין האר וואס קומט די לעצטע ארויס פון די לינקע פיאה. ס'הערט זיך זיי נישט גארנישט. ס'איז עפעס אזא ניוראן אין מח וואס לאט נישט נאך. דאכט זיך אז דעי טערעפי מיט וואס מתבונן איז ביזי, קען העלפן פאר דעם אויך

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:35 pm
דורך שווייצע זייגער
נשמה האט געשריבן:ס'דא ניקים וואס ס'גייט זיי אן אין די שפיץ פון די איין האר וואס קומט די לעצטע ארויס פון די לינקע פיאה. ס'הערט זיך זיי נישט גארנישט. ס'איז עפעס אזא ניוראן אין מח וואס לאט נישט נאך. דאכט זיך אז דעי טערעפי מיט וואס מתבונן איז ביזי, קען העלפן פאר דעם אויך

האסט יעצט אפגעשפעט פון מענטשן וואס ליידן פון א קרענק? איך כאפ נישט,

עס איז נישט עטיש צו קייען הויעך און מענטשן וואס עסן מיט אפענע מיילער זענען געווענליך מענטשן וואס מען האט זיי נישט אויסגעלערנט דעם געהעריגן וועג פון עסן און אסאך דערפון זענען היימלאז אדער גייסטיש צובראכן, עס איז א זאך וואס מאכט נערוועז מיליאנען מענטשן און די וואס ליידן נישט דערפון זאלן בעסער נישט לייענען דעם אשכול ווייל זיי "וועלן" אנהויבן אויפכאפן מער דעם גרילצנדער גערויש.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:38 pm
דורך נשמה
איך כעל דער זאגן. ס'דא (אומ)מענטשן וואס פייניגען דע ארומיגע זאלן נישט מאכן דאס מינדעסטע קול ביים עסן, סאו, איז ווען איינער זאגט איך קען נישט דערליידן אז יענער מאכט גערודער ביים עסן מיינט נאכנישט ווער ס'איז דער שולדיגער דא. פיריעד. נישט יעדער מענטש קען נישט דערליידן. און איך האב נישט אפגעשפעט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:42 pm
דורך שווייצע זייגער
אומענטשן? פייניגן?
איך מיין אז איהר טרייבט איבער.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:58 pm
דורך נשמה
שווייצע זייגער האט געשריבן:אומענטשן? פייניגן?
איך מיין אז איהר טרייבט איבער.


קוק, ס'דא אזא פראבלעם. מענטשן קענען זיך אנליידן א גאנץ לעבן דערפון. מ'קען נישט דערליידן די קול וואס מ'הערט ווען איינער עסט. ס'האט א סיבה לכאורה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:03 am
דורך מטעמים
זייט איך האב א סעלפאן הער איך מער קיינעם נישט עסן הויעך....
ברוך השם!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:11 am
דורך נשמה
מטעמים האט געשריבן:זייט איך האב א סעלפאן הער איך מער קיינעם נישט עסן הויעך....
ברוך השם!!!!


אויך מיין ווייב'ס קריטיק הער איך נישט. אינטערעסאנט, ס'דא אזא זאך, ווען די מח וויל נישט הערן הערט מען נישט. אזוי גייט עס. זיץ ביי א חתונה ביי די סעודה און וועסט פלוצים הערן ווי איינער זאגט פארן צווייטן "ברענג מיך יענע מטעמים" נו גילוי...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:19 am
דורך מטעמים
איי ביזטו גיט נשמהלע, loeffler טוהט וויי די אויערן מיר טוהט וויי די מילצען..

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 10:01 am
דורך אמצעי
שווייצע זייגער האט געשריבן:אן אלטע פראבלעם, ביי מענטשן וואס פארנעמען דאס נישט איז דאס דער גורם וואס צעשטערט שמחות און פארברענגען,

ביי מיר איז דאס צום ביישפיל א קרענק וואס ווען איך הער דאס הערט זיך עס מיר ווי גערוישן פון טראקטארן און מאכן מיר אהן שרעקליכע טשילס.

איך קען ארויסלויפן פון שמחות און איך האב שוין איבערגעלאזט מיינע ארדערס אין רעסטעראנטן נאך פארן ענדיגן זיי עסן ווען אזא סארט חית זין האט זיך געזעצט אין מיין געגנט אין אנגעהויבן קייען זיינע עסן אויף הויעכהילכער'ס. אזש איך זאל קענען מיטהאלטן ווי ער האלט מיטן פראצעדור און פינקטלעך וואס ער האט אין מויל.

בררר....עס עקלט מיר.

מילא אין ביי א שמחה אדער רעסטעראנט קענסטו סוכ"ס ארויס גיין זיך דרייען אין זאל אדער עכ"פ עס האט א טיים פרעים...........
אבער ווען די ליידס פון דיין קאלעגע אין ארבייט טאג איין טאג אויס............... מען באקימט דאך א פעינטינג ספיל פון דעם
איך מיין אבער עס ווענט זיך ווי שטארק די האסט יענעם............. והא ראיה ביי דיינס א קינד אדער בני בית איז עס אסאך לייכטער און אויב טאקע נישט האט איר א ערענסטען פראבלעם

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 10:36 am
דורך סמארט גאי
לכאורה איז דער שורש פונעם פראבלעם די זעלבע ווי די מענטשען וואס קענען נישט לערנען אויף איין טיש וואס א אנדערע חברותה לערנט,

אז מ'טראכט אז ס'שטערט דיך וועט דיך עס טאקע שטערן, און אז די האסט דיך אליינס דיאגנאזירט אלץ איינער וואס איז 'קראנק' אויף דעםת האסטעך לכאורה אליינס באקרענקט דערמיט,

אונטערשטע שורה,

'קיינער איז נישט געבוירן געווארן דערמיט, והא ראיה ס'איז דא אסאך העכער קולות און די זעלבע צייט (למשל א דורכפארענעדע בעזים טראק, און די פענסטער איז אפן) און יתכן אז די האסט אפילו נישט געכאפט אז ס'פארט יעצט אריבער),

פארוואס הערט דיין ווייב ביינאכט די מינוט וואס די בעבי לאזט ארויס א קרעכץ, און די שטייסט אויף צופרי און פרעגסט מיט א תמימות אויב די בעבי האט בכלל געוויינט,

און פארוואס יערט נישט דיין ווייב דיין וועקער זייגער ? און די הערסט עס גלייך ??

כנלע"ד

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 10:47 am
דורך פישל
שווייצע זייגער האט געשריבן:אומענטשן? פייניגן?
איך מיין אז איהר טרייבט איבער.

ער טרייבט בכלל נישט איבער, איך קען א איד וואס וואו ער קומט אן איז ער פארנומען זיך צו בייזערן אז מען עסט צו הויעך, און ער פייניגט אויס דעם עולם. דער פראבלעם איז קלאר א פראבלעם פונעם שומע נישט פונעם משמיע. ד.ה. אז די מענטשן וואס ליידן פון דעם פראבלעם אז זיי קענען נישט דערליידן וויאזוי אנדערע מענטשן עסן, זיי האבן דעם פראבלעם שטענדיג וואו זיי גייען און ווען זיי הערן א צווייטן עסן סיי צי יענער עסט שטיל אדער הויך. הגם אז עס איז אמת אז ס'זענען דא מענטשן וואס האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט צו עסן שטיל און איידל און זיי עסן מיט א הויך קול, אבער געווענליכע מענטשן עסן נארמאל און עס דארף נישט שטערן. אויב איינער איז הייקעל צו דעם איז עס זיין פראבלעם און ער זאל זוכן א עצה דערצו, (דאס וואס דער פותח האשכול האט געטון ער האט געעפנט א אשכול צו זוכן עצות).

מען האט שוין געשריבן וועגן דעם אין המספיק גאזעט, איך מיין עס האט א נאמען צווישן אלע שמות הנרדפים אין די מעדיצינישע וועלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 11:30 am
דורך להתחדד
די עצה פאר אייך איז צי דורך לערנען גיט אין אפשר אפאר מאל מסילת ישרים שערי גאווה ער רעדט שטארק ארום וועגען דעם מדה רעה ער ברעגט ארויס אז זיך צי רעגען אין האבן שנאה, כעס איז אלעס א שורש פין מדה רעה גאווה

יענער וואס עסט הויעך קענסטי נישט פארעכטען,אבער די קעטסט ארבעטען אויף דיך

Misophonia

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 4:04 pm
דורך knowledge
לאמיר עס אביסעלע צולייגן: מסתמא מיינסטו נישט סתם עסן, נאר ווען איינער עסט מייערן, עפל, און עס מאכט אזא קראנטשי אדער קריספי גערודער? דאס האט נישט צוטאן מיט קיין מידות ווי מאנכע שרייבן דא, עס איז א זעלטענע מחלה און הייסט Misophonia זוך ארום אויף די געוועבאכץ וועסטו געפונען. איין זאך יא די מענטשן וואס ליידן דערויף זענען געווענליך יא גאשלאגן מיט 'אימפאלסעווינ'ס' אד"ג

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 4:06 pm
דורך knowledge
נשמה האט געשריבן:איך כעל דער זאגן. ס'דא (אומ)מענטשן וואס פייניגען דע ארומיגע זאלן נישט מאכן דאס מינדעסטע קול ביים עסן, סאו, איז ווען איינער זאגט איך קען נישט דערליידן אז יענער מאכט גערודער ביים עסן מיינט נאכנישט ווער ס'איז דער שולדיגער דא. פיריעד. נישט יעדער מענטש קען נישט דערליידן. און איך האב נישט אפגעשפעט.


מיז נישט זיין אז זיי זענען אוממענטשן, זיי לייידן אויף עפעס וואס הייסט Misophonia.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 4:08 pm
דורך knowledge
סמארט גאי האט געשריבן:לכאורה איז דער שורש פונעם פראבלעם די זעלבע ווי די מענטשען וואס קענען נישט לערנען אויף איין טיש וואס א אנדערע חברותה לערנט,

אז מ'טראכט אז ס'שטערט דיך וועט דיך עס טאקע שטערן, און אז די האסט דיך אליינס דיאגנאזירט אלץ איינער וואס איז 'קראנק' אויף דעםת האסטעך לכאורה אליינס באקרענקט דערמיט,

אונטערשטע שורה,

'קיינער איז נישט געבוירן געווארן דערמיט, והא ראיה ס'איז דא אסאך העכער קולות און די זעלבע צייט (למשל א דורכפארענעדע בעזים טראק, און די פענסטער איז אפן) און יתכן אז די האסט אפילו נישט געכאפט אז ס'פארט יעצט אריבער),

פארוואס הערט דיין ווייב ביינאכט די מינוט וואס די בעבי לאזט ארויס א קרעכץ, און די שטייסט אויף צופרי און פרעגסט מיט א תמימות אויב די בעבי האט בכלל געוויינט,

און פארוואס יערט נישט דיין ווייב דיין וועקער זייגער ? און די הערסט עס גלייך ??

כנלע"ד


רב סמארט איר מישט א קאשע: 'קיינער איז נישט געבורין' דערמיט??? זוך אויף די געוועב וועגן Misophonia וועסטו זעהן. אויך דאס וואס א פרוי וועקט זיך אויף צו א קינד'ס געווייין איז א טבע אשר הטביע הקב"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 4:20 pm
דורך ענדע צדיק!
פון וויקי:
People who have misophonia are most commonly angered by specific sounds, such as slurping, throat-clearing, people clipping their nails, brushing their teeth, chewing crushed ice, eating, drinking, breathing, sniffing, talking, sneezing, yawning, walking, chewing gum, laughing, snoring, typing on a keyboard, coughing, humming, whistling, singing; saying certain consonants; or repetitive sounds.[11] Sufferers experience fight/flight symptoms such as sweating, muscle tension, and quickened heartbeat. Some are also affected by visual stimuli, such as repetitive foot or body movements, fidgeting, or movement they observe out of the corners of their eyes. Intense anxiety and avoidance behavior often develops, which can lead to decreased socialization. Some people feel the compulsion to mimic what they hear or see.[12] Mimicry is an automatic, non-conscious, and social phenomenon. It has a palliative aspect, making the sufferer feel better. The act of mimicry can elicit compassion and empathy, which ameliorates and lessens hostility, competition, and opposition. There is also a biological basis for how mimicry reduces the suffering from a trigger

כמיין אבער אז נישט דאס איז די נושא דא

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 4:23 pm
דורך שוועמל
הקדמה: מיך פערזענליך באדערט נישט ווען איך הער איינעם קייען הויעך, אבער די הויכע לעפל-שלוקס (ביים עסן זופ למשל) מאכט מיך יא אביסל נערוועז.

די פראגע וואס איך האב צום פותח האשכול איז, וועמען וויל ער דא פיקסן? זיך אליין אדער דעם קייער?
אויב ווילסטו פיקסן דעם קייער, סארי ראנג אשכול, ראנג אינטערנעט, ראנג וועלט. עס גייט נישט פאסירן.
אויב ווילסטו דיך אליין פיקסן קענסטו דיך לערנען צו הענדלען אזוינע קעיסעס, איך ווייס נישט וויזוי, אבער כבין זיכער סיז דא וועגן דערצו.

און סמארט גיי,
עס האט נישט מיט עסן מיט א אפענע מויל צי נישט, עס איז א געוויסע מאלפאנקשען פון א מענטש, מען הערט ארויס דאס קייען אפילו פון א צוגעמאכטע מויל. קען זיין א TMJ פראבלעם כבין נישט באקאנט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:00 pm
דורך נשמה
להתחדד האט געשריבן:די עצה פאר אייך איז צי דורך לערנען גיט אין אפשר אפאר מאל מסילת ישרים שערי גאווה ער רעדט שטארק ארום וועגען דעם מדה רעה ער ברעגט ארויס אז זיך צי רעגען אין האבן שנאה, כעס איז אלעס א שורש פין מדה רעה גאווה

יענער וואס עסט הויעך קענסטי נישט פארעכטען,אבער די קעטסט ארבעטען אויף דיך


להתחדד איך שטעל מיך פאר אז דו קענסט איינעם וואס האט געלערנט מסילת ישרים און קען שוין זיצן נעבן מענטשן וואס זיפן דעם קאווע צופריה מיט גרויס אפעטיט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:19 pm
דורך Zik
שוועמל האט געשריבן:די פראגע וואס איך האב צום פותח האשכול איז, וועמען וויל ער דא פיקסן? זיך אליין אדער דעם קייער?
אויב ווילסטו פיקסן דעם קייער, סארי ראנג אשכול, ראנג אינטערנעט, ראנג וועלט. עס גייט נישט פאסירן.
אויב ווילסטו דיך אליין פיקסן קענסטו דיך לערנען צו הענדלען אזוינע קעיסעס, איך ווייס נישט וויזוי, אבער כבין זיכער סיז דא וועגן דערצו.
.

Misery seeks company

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:27 pm
דורך אייער_קיכל
נאך א מזל ביי חתונות גייט הויעך די מיוזיק...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 5:43 pm
דורך שוועמל
Zik האט געשריבן:Misery seeks company

אין אידיש: צרת רבים חצי נחמה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 6:02 pm
דורך מתבונן
נשמה האט געשריבן:ס'דא ניקים וואס ס'גייט זיי אן אין די שפיץ פון די איין האר וואס קומט די לעצטע ארויס פון די לינקע פיאה. ס'הערט זיך זיי נישט גארנישט. ס'איז עפעס אזא ניוראן אין מח וואס לאט נישט נאך. דאכט זיך אז דעי טערעפי מיט וואס מתבונן איז ביזי, קען העלפן פאר דעם אויך


knowledge האט געשריבן:לאמיר עס אביסעלע צולייגן: מסתמא מיינסטו נישט סתם עסן, נאר ווען איינער עסט מייערן, עפל, און עס מאכט אזא קראנטשי אדער קריספי גערודער? דאס האט נישט צוטאן מיט קיין מידות ווי מאנכע שרייבן דא, עס איז א זעלטענע מחלה און הייסט Misophonia זוך ארום אויף די געוועבאכץ וועסטו געפונען. איין זאך יא די מענטשן וואס ליידן דערויף זענען געווענליך יא גאשלאגן מיט 'אימפאלסעווינ'ס' אד"ג


האבעך געהערט מיין נאמען.

איך האב אמאל מיטגעהאלטן א שמועס בענין זה בנוגע די אויבערדערמאנטע מהלך און אויסהיילען מיספאניע.
דער טערעפיסט (איך נעם נישט קיין אחריות אויף די בילדער און קליפס, מיין פילטער האט געפילטערט די בילדער און די קליפס) האנדעלט מיספאניע אויף דעם מהלך, דער מענטש האט זיך אזוי צוגעוואוינט צו לעבן פאר א געוויסע סיבה, און ווען דער סיבה קומט ארויס, גייען די סימפטאמען אוועק.
זעה זיין לאנגע ליסטע, אינמטין וועסטע זעהן די סימפטאם פון די נאזשערייען פון הערן יענעמס עסן קראכן אין די אויערן.