בלאט 1 פון 1
דארפט איר אן amazon mws api פראגראם?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 1:39 pm
דורך יעקב צוקערמאן
איך וויל מעלדן דעם חשוב'ן ציבור אז איך בין גרייט צו העלפן עמעזאן סעלערס וואס דארפן א קאסטום-מעיד פראגראם פאר זייערע געברויכן דורך נוצן דעם עמעזאן עם. דאבעליו. עס. API פארבינדונג, פאראינטערסירטע קענען זיך מעלדן צו מיין אימעיל
nafberger@gmail.com. א דאנק
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 1:57 pm
דורך יעקב צוקערמאן
אגב די וואס ווילן פארשטיין וואס עמעזאן עי. פי. איי. מיינט קען איך דאס זיי מסביר זיין
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 1:59 pm
דורך בנימין הלוי
אדרבה זיי עס מסביר ברבים וועסטו האבן מער פאטענציעלע קליענטן
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 2:00 pm
דורך מי הוא זה
יא איך וויל וויסן
ילמדנו רבינו
ערקלערונג
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 2:58 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ווי יעדער ווייסט איז דא א שלל פון אידן וואס פארקויפן זאכן אויף עמעזאן, וויפיל פון זיי עס מאכן געלט וועלן מיר איבערלאזן פאר די ליינער צו דעבאטירן.
געווענליך, כדי צו קענען מענעדזשן דעם עמעזאן פארקויפן אקאונט האט מען א גאנצן סיסטעם אינערהאלב עמעזאן גערופן עמעזאן סעלער סענטראל.
וואס טוט זיך אבער ווען מען וויל טאן אפעראציעס אין גרויסן, צב"ש ארויפלאדענען גאנצעטע ליסטעס מיט פראדוקטן פאר אינווענטארי, טוישן די ציפערן וויפיל מען האט פון יעדע אייטעם אין סטאק באזירט אויף דאס וואס מען האט ביים דראפ-שיפער, באקומען ריפארטס און זיי אנאליזירן, וכהנה וכהנה.
דאס אלעס טוט מען דורך א קאסטום מעיד פראגראם, וואס פארבונדט זיך צו עמעזאן דורכ'ן עמעזאן עם. דאבעליו. עס. api, צודעם דארף מען זיין א פראגראמער
צב"ש א דזשאב וואס מיר האבן נארוואס געטאן פאר עמיצן. עמיצער האט א טירד-פארטי וועבסייט, א דראפ-שיפער וואס שיקט סחורה צו זיינע עמעזאן קליענטן, דארף ער דאך פארגלייכן דעם סטאק שטאפל ביי יענעם וועבסייט מיט זיין עמעזאן סעלער סיסטעם, אט אזוינס האבן מיר אים געטאן. די זאכן וואס מען קען אויפטאן מיט עמעזאן איז פילצאליג.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 3:20 pm
דורך Mordec
מה יקר?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 4:18 pm
דורך פיטום
וואס איז דאס אנדערש פון אי טעיל?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 4:22 pm
דורך יעקב צוקערמאן
מה יקר. נישט טייער, געוואנדן לויט וואס מען דארף, פון 100 ביז 200, געוואנדן לויט'ן קאמפלעקסיטי.
איטעיל איז גוט אבער די אלע זאכן קאסטן טייער געלט, נישט אזוי, וויפיל איז איטעיל א חודש, דוכט זיך מיר אז די אלע סארטן סערוויסעס הייבן זיך אןן אין די הונדערטערס אדער טויזענטערס פער חודש. קארעקט מי איף איי עם ראנג. משא"כ אן אייגענעם פראגראם איז געצאלט און אייערס אן מאנאטליכע צאלונגען
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 4:23 pm
דורך בנימין הלוי
מ'רעדט דא אז א היימישער אינגערמאן זאל פראגרעמן עפעס ספעציעל פאר דיינע געברויכן
אי טעיל טוט עס אויך? וואס זענען זיי אנדערש פון יענקל?
-צוקערמאן האקט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 4:25 pm
דורך פיטום
איך ווייס נישט וואס יענק'ל טוטת אבער איטעיל איז זייער טיף, און האט גאר גוטע פיטשערס.
אדרבה אפשר זאל מען טאקע שטיצן א היימישן יונגערמאן
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 9:41 pm
דורך אלטן דור
און וואס טוט זיך מיט איבעי קען מען אויך האבן אזא פראגראם?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 11:00 pm
דורך יעקב צוקערמאן
יא, פאר איבעי קענען מיר אויך מאכן