בלאט 1 פון 1

העלפט עי על עס ליידענדע

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 4:20 pm
דורך טהור-עיניים
ווער עס ווייסט וואס עי על עס איז דארף איך קיין ווארט נישט זאגן.

ווער עס ווייסט נישט, וועל איך זאגן אפאר ווערטער.

עי על עס איז א מיתה משונה. גארנישט ווייניגער און איך האב נישט קיין ווערטער דאס צו פארקלערנערן. עס איז א גרויזאמע, שוידערליכע מיתה משונה. ווער עס האט דאס אמאל צוגעזעהן ווייסט אז דאס קען מען נישט גענוג שטארק ארויסברענגען.

עס איז א מחלה אין וועלכע דער מענטשן גוף שטארבט אבער דער מענטש בלייבט לעבן. פשוטו כמשמעו. א לעבעדיגער מענטש אין א טויטן גוף. איך ווייס נישט אויב דער גיהנם איז ערגער פון דעם.

און וואס נאך, כהיום איז נישט דא קיין האפענונג פאר דעם. אמת, מיר גלויבן אז דער אייבישטער קען אלעס, ער קען אפילו אויסהיילן א מענטש מיט עי על עס. ער קען אויך מחיה מתים זיין און איך בין נישט מסופק אין דעם פאר קיין רגע. אבער דער מציאות איז אז פון הארץ אטאקעס און יענע מחלה קומען יעדן טאג ארויס אויסגעהיילטע מענטשן און פון עי על עס נישט.

פון שפיטאל וואקן יעדן טאג ארויס אויסגעהיילטע מענטשן, אבער פון בית עולם נישט. ווער עס באקומט שוין זיין פלאץ אין בית עולם בלייבט דארט, עד אשר יקיצו וירננו שוכני עפר.

עי על עס איז דאס זעלבע, ווער עס באקומט דאס, ווערט נישט אויסגעהיילט. מען ווערט ל"ע ערגער און ערגער און מען גייט אויס צוביסלעך אין שוידערליכע אומבארגרייפליכע יסורי הגוף והנפש.

כהיום איז נאך ליידער נישט דא קיין רפואה פאר דעם. אבער א געוויסע מעדיצינישע פירמע ארבעט יעצט אויף א רפואה וואס קען העלפן פאר דעם (איך האב נאך נישט דורכגעטון פונקטליך וואס און וויפיל עס קען מעגליך העלפן, אבער עס איז מעגליך אז עס זאל פארגרינגערן די ליידן און פיין פון די מענטשן), און זיי גייען אין די טעג אריינגעבן די פאפירן פאר די עף די עי פאר אפרואוועל. אזא פראצעדור געדויערט געווענליך זייער לאנג, צומאל פילע יארן.

אבער עס האבן זיך צוזאמען גענומען פאמיליע און פריינט פון עי על עס ליידענדע און (און טייל פון די ליידענדע אליינס) און האבן אנגעהויבן א פעטיציע אויף טעינדש . ארג צו בעטן ביי די עפ די עי זיי זאלן דאס שנעלער אפרואווען.

ביטע טייערע אידן, נעמט אייך די צוויי מינוט און גייט אויף דעם סייט און שרייבט אונטער דעם פעטיציע. און אין דעם זכות זאל דער אויבערשטער אייך אלע העלפן און באשיצן פון אלעם בייזן.

יישר כח,
הכו"ח, טהור עיניים

https://www.change.org/p/food-and-drug- ... 5Ah%2FKjoS

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 4:41 pm
דורך עירמאנט'ער
אונטערגעשריבן

רְפָאֵנוּ ה' וְנֵרָפֵא
ווען ה' היילט ווערט מען אויסגעהיילט

א רפואה שלמה במהרה לכל חולי ישראל

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 4:44 pm
דורך עין טובה
עירמאנט'ער האט געשריבן:אונטערגעשריבן

רְפָאֵנוּ ה' וְנֵרָפֵא
ווען ה' היילט ווערט מען אויסגעהיילט

א רפואה שלמה במהרה לכל חולי ישראל


איך שוין אויך.

אפשר צולייגן אן 'אנקעטע' ווי מ'זאל פשוט דרוקן אז מ'האט שוין אונטערגעשריבן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 4:46 pm
דורך עירמאנט'ער
מע דארף דאך אנווינטשען אויכעט

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 5:02 pm
דורך סמארט גאי
done

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 5:13 pm
דורך שלום אויש
געוואלדיגע זכיה טהור'ל איך האב נארוואס פארענדיגט מיין אפליקאציע, זאל זיי דער רופא כל בשר אויסהיילן בתוך שאר חולי ישראל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 5:14 pm
דורך להודיע
געסיינט.
הגם כווייס נישט וויפיל אזעלכע פאטישינס טוען אויף אויב בכלל, אבער אפילו פאר איין פראצענט ספק ברויך מען פרובירן אונזער השתדלות.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 5:42 pm
דורך טהור-עיניים
עס העלפט אסאך מאל. אויב זיי זעען אז מענטשן אינטערעסירן זיך דערינען. איך האב שוין געזעהן אסאך פעטישענס פון טויש . ארג אויפטיען זאכן. כאטש רוב מאל איז עס שטותים, אבער דאס מאל איז עס גאר א וויכטיגע ענין, קען עס זיכער ארויסהעלפן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 6:56 pm
דורך גערעכטער
שלום אויש האט געשריבן:געוואלדיגע זכיה טהור'ל איך האב נארוואס פארענדיגט מיין אפליקאציע, זאל זיי דער רופא כל בשר אויסהיילן בתוך שאר חולי ישראל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:08 pm
דורך זאכליך
ס'האט א שייכות מיט די אייז באקעט דזשאלאנדזש?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:11 pm
דורך שלום אויש
זאכליך האט געשריבן:ס'האט א שייכות מיט די אייז באקעט דזשאלאנדזש?

יא, דאס איז פארוואס מיליאנען האבן זיך אנגעגאסן מיט אייזיגע וואסער.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:15 pm
דורך שלום אויש
עס ווייטאגט דאס געוויסן און מען דארף שטארק מעורר רחמים זיין אויף איינע פון די חשובי רבני עיר וויליאמסבורג וואס ליידער האט מען אים דיאגנאזירט מיט די עי. על. עס. רח"ל און ער איז אין א שטערבליך דערקוטשנדער מצב (איך ווייס נישט צו עס פאסט ארויסצושרייבן און די כללים דא אדרבה זאל מיך איינער ארויסהעלפן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:21 pm
דורך mini van
Done

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:25 pm
דורך יהיה כן
שלום אויש האט געשריבן:עס ווייטאגט דאס געוויסן און מען דארף שטארק מעורר רחמים זיין אויף איינע פון די חשובי רבני עיר וויליאמסבורג וואס ליידער האט מען אים דיאגנאזירט מיט די עי. על. עס. רח"ל און ער איז אין א שטערבליך דערקוטשנדער מצב (איך ווייס נישט צו עס פאסט ארויסצושרייבן און די כללים דא אדרבה זאל מיך איינער ארויסהעלפן.


ירחם ה'
אויף אים שליט"א און אויף זיין שוועסטער לרפואה שלימה בתשח"י

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:26 pm
דורך אבי.גערעדט
שלום אויש האט געשריבן:עס ווייטאגט דאס געוויסן און מען דארף שטארק מעורר רחמים זיין אויף איינע פון די חשובי רבני עיר וויליאמסבורג וואס ליידער האט מען אים דיאגנאזירט מיט די עי. על. עס. רח"ל און ער איז אין א שטערבליך דערקוטשנדער מצב (איך ווייס נישט צו עס פאסט ארויסצושרייבן און די כללים דא אדרבה זאל מיך איינער ארויסהעלפן.


פון דעם רבי'ן שליט"א איז געווען פארשפרייט פארשעמענדע בילדער, איך האלט ס'פשוט נישט מענטשליך צו פארשפרייטן אזאלכע נעבעכדיגע בילדער, ביטע איבערגעבן פאר די בילדער כאפער און הויף אנהענגער

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:29 pm
דורך עבודת_הבורא
עס איז דא אידן מיט משפחות וואס ליידן שוין אויף דעם יארן, אפגעזעהן וואסערע לעבן דאס איז האבן זיי זיך אויף א געוויסע אופן אויסגעשטעלט זייער לעבן אויף א מהלך אז עס גייט אן, ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק, איך וואלט געזאגט אז א גרופ פון די משפחות די נייע מיט די אלטע וואלטן אסאך געהאלפן די אידן מיט זייער משפחות אנצוגיין מיטן לעבן טראץ די אומבאשרייבליכע מצב. בידעי ומכירי קאמינא

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 8:54 pm
דורך געלעגער
אלס נביא ווייס איך סייער תירוץ...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 9:27 pm
דורך גערעכטער
וואס איז דער סוד?
זאלן נאך אידן מתפלל זיין פאר הרב משה בן רייזל האדמו"ר מקאלוב לרפואה שלימה בבריות גופא ונהורא מעליא בתוך שאר חולי ישראל.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 12:54 am
דורך טהור-עיניים
יא, איך האב עס נישט געוואלט לכתחילה שרייבן, כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב שליט"א, מגדולי מזכי הרבים בדורינו איז ליידער געווארן דיאנגנאזירט מיט די ביטערע שוידערליכע מחלה, און זיין מצב ווערט ליידער ערגער און ערגער (איבער די בילדער מאכער איז נישט דא וואס צו האבן טענות, זיינע אייגענע בני הקהילה פארשפרייטן בילדער פון אים), און דאס איז נאך פיל שרעקליכער ווייל זיין שוועסטער ליידט אויך ליידער אויף די זעלבע מחלה שוין אפאר יאר.

אידן איך זאג אייך, ווער עס לעבט דאס נישט מיט פון די נאנט ווייסט נישט וואס דאס מיינט. די אלע וואס האבן זיך אנגעגאסן מיט די אייז באקעט, און אלע וואס נישט, זאלן נעמען דעם קיבארד אין די הענט און געבן דארט א שרייב אונטער. עס איז אלעס אין גדר פון פשוט'ע השתדלות, ס"ה דויערט עס א מינוט צוויי און עס קען גורם זיין אז די עף די עי זאל שנעלער אפרואוון דעם מעדיצין. און זאל שוין דער גרויסער באשעפער, דער בורא רפואות ברענגען דעם גואל צדק וואס דעמאלס וועט דאך זיין יתרפאו כל החולאים און מען וועט נישט דארפן מער צוקומען צו די עף די עי.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2015 1:31 am
דורך שלום אויש
טהור'ל יויש באנעמען מיך דיינע אויפריכטיגע רייד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 2:55 am
דורך טהור-עיניים
אקעי, דא איז אן אפדעיט. צאמגענומען 225 טויזענט חתימות. ווער עס איז וויליג צו גיין נאך א טריט ווייטער האט איר דא א לינק:

https://www.change.org/p/lisa-murkowski ... &utm_term=

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 2:31 am
דורך כלל גדול
אינטערגשריבן! זאל דער באשעפער העלפן כל חולי עם ישראל מיט א רפואה שלימה במהירה