בלאט 1 פון 1
אכסניא אין ארץ-ישראל
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 4:11 pm
דורך חסדי אבות
גרייטן מיר זיך יעצט, אום גאטס ווילן, אונטערצונעמען א רייזע קיין ארץ-ישראל, וואס זאל דינען אלס ווינטער וואקאציע אינאיינעם מיט די ב"ב זז"ג. אין אנדערע ווערטער גערעדט: נעתרתי לבקשת חסידי ומעריצי, לבוא ולבקר בארץ-הקודש, למען הרמת קרן הדת והיהדות.
לויטן פלאן וועט אונזער עיקר אכסניא זיין אין ירושלים, וואו מיר וועלן זיך אויפהאלטן אין די טעג, הגם מיר וועלן אויך ארומפארן מבקר זיין די מוסדות אין מירון, צפת, אפשר אביסל ביים ים-המלח מוסד, מצדה וכדו', פשוט צו געבן חיזוק פאר די ברכיים כושלות אשר לא כרעו לבעל. אבער פארט וועט אונזער עיקר אכסניא זיין אין עיר-הקודש ירושלים, פשוט ווייל דארט פעלט אויס א גרויסער מאס חיזוק.
על-כל-פנים ערנסט גערעדט, מיין שאלה אצינד איז, מיר זוכן א באקוועמע געשמאקע אכסניא אין ירושלים, וואו מיר קענען זיך אויפהאלטן באקוועם. ווייסט איינער וואו מען קען דינגען צימערן, אדער א דירה וכדו' אין ירושלים? - וואס טוט דער אלגעמיינער עולם ווען מען פארט אויף ישראל?
ווער קען מיר דא העלפן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 4:34 pm
דורך אונטערשמש
עס איז דא איינער אדווערטייזד אין די מעלות יעדן חודש, ער האט עטליכע דירות אין צענטער פון ירושלים אויף ישעיהו נעבן ככר השבת, מאה שערים וכולו'
איך בין דארט געווען פאריאר סאיז באקוועמע דירות א הערליכע view
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 5:06 pm
דורך כאפצעם
חסדי אבות האט געשריבן: וואס טוט דער אלגעמיינער עולם ווען מען פארט אויף ישראל?
ס'דא וואס נעמען ארויס א דירה און ס'איז דא וואס גלייכן ענדערש אן האטעל.
ביידע האבן מעלות און חסרונות.
אויבן אויף אויב גייט מען אן קינדער איז א האטעל ענדערש רעקאמענדעט.
ווענדט זיך אויך יעדער לויט זיין געשמאק לפי המצב והזמן.
די מעלות פון א האטעל איז אז ס'איז שענער און מיט מער מנוחת הנפש וויבאלד מ'דארף נישט רוימען,צוגרייטן עסן אד"ג.
די מעלות פון א דירה איז געווענליך אז עס מער אין צענטער פון היימישן געגענט און אזוי אויך אויב קומט מען מיט קינדער קומט עס ע"פ רוב אויס ביליגער.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 5:24 pm
דורך זושאלע
שוין לאנג צוריק האביך זיי גענוצט,
אלבום אין ירושלים, פארדינגט רומס, גאנץ גוט, און נישט טייער.
01197225386720
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 5:26 pm
דורך חסדי אבות
כאפצעם, איך גיי אן קינדער. וויפיל קומט אויס א האטעל און וויפיל קאסט א האטעל צימער אין ירושלים?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 5:41 pm
דורך כאפצעם
חסדי אבות האט געשריבן:כאפצעם, איך גיי אן קינדער. וויפיל קומט אויס א האטעל און וויפיל קאסט א האטעל צימער אין ירושלים?
ווענציך וועלעכע האטעל.
ס'דא למשל 'לענאראדא', 'קראון פלאזא', 'מלון ירושלים', זייערע פרייזן זענען $120/$130 א נאכט.
נאכדעם איז דא 'פריימא פאלאס' (גראדע א שוואכערע ווי די אנדערע אבער איז אביסל נענטער אין געגענט) זיי לאזן זיך באצאלן ארום $170 א נאכט.
א דירה אין גאולה איז ארום $1,500 און $2,000 פער וואך.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 7:31 pm
דורך לייב ירק
כאפצעם האט געשריבן:חסדי אבות האט געשריבן:כאפצעם, איך גיי אן קינדער. וויפיל קומט אויס א האטעל און וויפיל קאסט א האטעל צימער אין ירושלים?
ווענציך וועלעכע האטעל.
ס'דא למשל 'לענאראדא', 'קראון פלאזא', 'מלון ירושלים', זייערע פרייזן זענען $120/$130 א נאכט.
נאכדעם איז דא 'פריימא פאלאס' (גראדע א שוואכערע ווי די אנדערע אבער איז אביסל נענטער אין געגענט) זיי לאזן זיך באצאלן ארום $170 א נאכט.
א דירה אין גאולה איז ארום $1,500 און $2,000 פער וואך.
פרימא איז היימישער ווי למשל האבן זיי א מקוה איך מיין די הכשר איז אויך בעססער ווי לענרדא אבער לענארדא אויב דו זוכסט אביסל פרייוועסי איז בעססער ווייל אלע היימישע גיין צו פרימא פרימא איז נאנט צו זכרון משה לענארדא אונמיטן ווינטער קען מען טרעפן פאר$100 עס איז נאנט צו מאה שערים תולדות אהרן דושינסקי