בלאט 1 פון 1

איך וויל וויסן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:12 pm
דורך רוצה לדעת
אני רוצה לדעת!!

טייערע חברים, איך באגלייט דעם וועלט שוין א לענגערע צייט, און איך זעה אז מ'העלפט איינער דעם צווייטן

אמרתי לאמיר אויך פריוון מיין מזל דא, און איך האף, אז בס"ד וועל איך באקומען נוצבארע תשובות


שאלה נאמ. 1
מיין ב"ב וויל קויפן א קעמערע, און וויל וויסן וועלכע ס'וואלט געווען די בעסטע פאר די געברויכן
(אויף צו חאפן בילדער פון די משפחה)
אויב קען מיר איינער העלפן
וואס מ'ברויך צו קוקן
וועלכע קאמפאני
וויפיל מעגע-פיקסל ס'ברויך צו האבן (און ביי וויפיל איז שוין נישט קיין נפקא מינא, ווען איך דארף נאר פאר פרייוואטע בילדער)
ELPH וואס מיינט דאס, און וועלכע נאמבער דערפין איז בעסער (געזעהן פארשידענע נאמבערס) ס'דא קעמערע'ס וואס שטייט SX600 אדער שטייט אנדערע ווערטער
און וואס מיינט אפטיקל-זום? (געזעהן ס'דא פארשידענע נאמבערס, מיינט דאס עפעס, און וואס איז דער באדייט)
(מ'רעדט פון א גרויסע מינהארץ וואס האט קיין אנהונג אין דעם, און ברויך צו צופרידן שטעלן די ב"ב, און וויל וויסן אויף וועלכע פון די שמות הנרדפים הנ"ל מ'ברויך צו קוקן, און אויף וועלכע מ'קען פארקוקן)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:12 pm
דורך רוצה לדעת
שאלה נאמ. 2
איך ברויך (פאר פרנסה-מיט א היתר פון מיין רב) א טשיפ אויף צו קענען באקומען אינטערנעט סערוויס אין אויסלאנד (ווילאנג איך וועל נישט זיין דאהי) וואו קען מען אזאנ'ס באקומען
און צו מ'ברויך דאס צו קויפן, אדער נאר דינגען, און צו דאס קען מען נאר באקומען אין אמעריקא אדער אויך אין ארץ ישראל?
און צו דיע וואס איך נעם אין אמעריקא וועט אויך ארבעטן אין ארץ ישראל?

ייש"כ

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:16 pm
דורך לכאורה
ווען איך האב א שאלה ווי נומער 1, גיי איך אריין צו ליע עוועניו פאוטא געשעפט און ביז געציילטע מינוטן גיי איך ארויס מיט א חפץ צוגעפאסט צו מיין געברויך.

(דער אשכול קומט לכאורה אין די איש את רעהו יעזורו אפטיילונג)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:18 pm
דורך רוצה לדעת
בעהט איך איבער
פיר דעם אשכול דארט ווי דאס באלאנגט

לגבי מאנסי-סקווירא-קרית יואל, וועלכע געשעפט וואלט גוט געווען פאר דעם?
(דער עיקר איז, ווען איך בין שוין אין געשעפט, ווייס איך אויך נישט וואס צו וועלן, און וואס צו נעמען)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:19 pm
דורך יהיה כן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:20 pm
דורך לכאורה
איך האב געמיינט צו זאגן אז דער פארקויפער הערט מיך אויס און שטעלט מיר צו דעם כלי לויטן געברויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:21 pm
דורך רוצה לדעת
יהיה כן האט געשריבן:שאלה נומער 1
א גאנצער אשכול אויף דעם!!
viewtopic.php?f=25&t=18695&hilit=%D7%93%D7%99%D7%96%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%9C+%D7%A7%D7%A2%D7%9E%D7%A2%D7%A8%D7%A2


הרב יהיה כן, ייש"כ
(אויב ס'דיר נישט שווער, אפשר קענסטו מיר אין איין ווארט זאגן, וואס ס'איז גוט, ווי איידער צו דארפן נישטערן 3 עמודים (איך בין אביסל פויל אויך צו דער זייט) א דאנק)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:21 pm
דורך רוצה לדעת
לכאורה האט געשריבן:איך האב געמיינט צו זאגן אז דער פארקויפער הערט מיך אויס און שטעלט מיר צו דעם כלי לויטן געברויך.

דארף איך א געשפעט אין אפסטעיט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:37 pm
דורך מחותן
בי ענד עיטש אווער די פאון אדער טשעט איז די בעסטע אפציע, זיי וועלן דיר פארקויפן פינקטליך וואס די דארפסט און פאר די בעסטע פרייז.
זיי האבן די בעסטע אויסוואל, די בעסטע פרייזען, און זיי שטיפען נישט פאר זאכען וואס מען דארף נישט. און אויב גייסטו אראפ אהין וועלן זיי דיר אפילו אויסלערנען די בעסיקס ווי אזוי צו ניצען דאס וואס די קויפסט איין ביי זיי.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
רוצה לדעת האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:שאלה נומער 1
א גאנצער אשכול אויף דעם!!
viewtopic.php?f=25&t=18695&hilit=%D7%93%D7%99%D7%96%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%9C+%D7%A7%D7%A2%D7%9E%D7%A2%D7%A8%D7%A2


הרב יהיה כן, ייש"כ
(אויב ס'דיר נישט שווער, אפשר קענסטו מיר אין איין ווארט זאגן, וואס ס'איז גוט, ווי איידער צו דארפן נישטערן 3 עמודים (איך בין אביסל פויל אויך צו דער זייט) א דאנק)

איך פארשטיי אייער ווילן. און מען קען אפשר נישט האבן קיינע טענות. אבער אויב טוט יעדער ווי אייך, אפשר זאל מען אויסמעקען גאנץ אייוועלט, און יעדער וואס וועט עפעס ווילן וויסען, וועט אריין קומען פרעגן, מאכען א נייע אשכול, און איינער וועט שוין ענטפערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:40 pm
דורך רוצה לדעת
ייש"כ

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:40 pm
דורך רוצה לדעת
רוצה לדעת האט געשריבן:שאלה נאמ. 2
איך ברויך (פאר פרנסה-מיט א היתר פון מיין רב) א טשיפ אויף צו קענען באקומען אינטערנעט סערוויס אין אויסלאנד (ווילאנג איך וועל נישט זיין דאהי) וואו קען מען אזאנ'ס באקומען
און צו מ'ברויך דאס צו קויפן, אדער נאר דינגען, און צו דאס קען מען נאר באקומען אין אמעריקא אדער אויך אין ארץ ישראל?
און צו דיע וואס איך נעם אין אמעריקא וועט אויך ארבעטן אין ארץ ישראל?

ייש"כ

און וואס איז מיט דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:47 pm
דורך קנאפער ידען
רוצה לדעת האט געשריבן:
רוצה לדעת האט געשריבן:שאלה נאמ. 2
איך ברויך (פאר פרנסה-מיט א היתר פון מיין רב) א טשיפ אויף צו קענען באקומען אינטערנעט סערוויס אין אויסלאנד (ווילאנג איך וועל נישט זיין דאהי) וואו קען מען אזאנ'ס באקומען
און צו מ'ברויך דאס צו קויפן, אדער נאר דינגען, און צו דאס קען מען נאר באקומען אין אמעריקא אדער אויך אין ארץ ישראל?
און צו דיע וואס איך נעם אין אמעריקא וועט אויך ארבעטן אין ארץ ישראל?

ייש"כ

און וואס איז מיט דעם

דער סטיק דארף זיין ספעציפיש פאר דער מדינה און אינטערנעט פראוויידער וואו דו גייסט זיין.

אין יענע מדינה קענסטו עס זיכער באקומען, אבער אין דיין וואוינארט קענסטו עס מסתם באקומען ביי סיי וועלכע טרעוועל אגענט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:48 pm
דורך קאכעדיגע
מיין רבי פלעגט זאגן "אז די ווילסט וויסען וועלסטו וויסען"

#דרך אגב

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 6:15 am
דורך עירמאנט'ער
און מיין רבי פלעגט זאגן
"אז דו ווילסט וויסן העל איך דיך לאזן וויסן"

#יחצל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:38 am
דורך רוצה לדעת
למעשה ברויך איך א געשעפעט אין געגנט פון מאנסי - ק"י
וואס קען מיר צושטעלן א גוטע קעמערע (זאל מיר וויסן צו זאגן וואס איך דארף)

און ווי מ'קען קויפן / דינגען / בארגן, א טשיפ

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:42 am
דורך קנאפער ידען
קעמרע קענסטו טרייען אקשען-מארט.

אינטערנעט סטיק סיי וועלכע סעלפאן סטאר.