בלאט 1 פון 1
קינד קומט ארויס פון קריב
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:19 am
דורך לטב עביד
אויב עס איז שוין דא אזא אשכול ביטע אהין לינקען,
מיין קינד (2 יאר) קומט ארויס פון דאס בעטל (קריב) אן עצה ביטע אויב ווייסט איינער א גוטע שטארקע נעט ביטע לינקען,
תודה למפרע
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:22 am
דורך געלעגער
ס'איז דא צו קויפן א נעט וואס מ'לייגט ארום די בעט אז דאס קינד זאל נישט קענען ארויסקומען. פרעגט אייך נאך אין די קינדער געשעפט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:28 am
דורך לטב עביד
און די לאקאלע געשעפטן איז עס נישט צו געפינען איך מיין אז עס איז געווארן אום ליגאל מחמת סעפטי אישות,
אויב ווייסט איר ווי מען קען עס קריגן ביטע זייטס מודיע, תודה
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:31 am
דורך געלעגער
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:40 am
דורך טעגלאש
דא האט איר אביסל אינפארמאציע, די טענט זאגט מען, איז זייער נישט סעיף, די אינטערנעט איז פיל מיט שוידערליכע מעשיות, עטליכע גרויסע געשעפטן האבן עס ארויסגעטראסקעט.
http://www.babysleepsite.com/toddlers/t ... KnUAMXgHa8
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:44 am
דורך farshlufen
לטב עביד האט געשריבן:מיין קינד (2 יאר) קומט ארויס פון דאס בעטל (קריב)
געלויבט דער גרויסער מתיר אסורים
זינג פאר אים און דאנק אים בשבחות ושירים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 9:31 am
דורך שוועמל
וויפיל אזייגער קומט דאס קינד ארויס פון בעטל?
אויב נאך זעקסע איז די פראבלעם מיט די עלטערן.. איר שלאפט צו לאנג
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 9:38 am
דורך ירמי'
וואספארא קריב האסטו? איך האב א קריב וואס האט גוטע הויכע ווענט וואס אפילו מיינע דריי יעריגע קענען נישט ארויסקומען
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 9:48 am
דורך אַבּערוואַס
יע יע, וועלקאם דא דע קלאב! כ'פארשלאפן ועוד, פראביר צו מאכן זיכער אז ס'איז נישטא קיין אייזענע'ס נאנט צום קריב, און פראביר עס צו לימיט'ן מיט גוטנ'ס און בייזנס ווען ס'פעלט באמת אויס.
אדערווייז, דאנק דעם אויבערשטן אז אייער קינד איז ב"ה אקטיוו און געזונט!!
______
שוועמל, חחח
די זייגער איז נישט יעדן טאג די זעלבע! די וואס קריכן ארויס זענען אפטמאל אויך אזעלכע וואס רוען נישט איין פאר אכט שעה אין איין צו...!
______
ר' ירמי', ווייזט אויס אז אייערע קינדער זענען נישט פין די טייג געקנעטן, פאר אקטיווע קינדער איז קיין שום וואנט נישט צו הויך, ודו"ק היטב!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 10:57 am
דורך אט אזוי
עמו אנוכי בצרה מיינע קינדער דרייען איבער דאס הויז פין 5אזייגער פארטאגס בשעת זייערעעלטערן שלאפן ברוך השם פארדעם
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 10:59 am
דורך שמעלקא טויב
געלויבט השי"ת מיר האבן דעם זעלבן פראבלעם, ביי אלע אידישע קינדער געוואונטשן!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:07 am
דורך מי יודע
שוועמל האט געשריבן:וויפיל אזייגער קומט דאס קינד ארויס פון בעטל?
אויב נאך זעקסע איז די פראבלעם מיט די עלטערן.. איר שלאפט צו לאנג
מיינע קינדער קענען שפאצירן 4 פארטאגס פון חלומות, קומען אריין צו די עלטערן אין שטוב, נישט פון קריב נאר שוין פון בעט
פאר אלע עקרות אזעלכע צרות
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:30 pm
דורך וויווידיזיינער
א גוטע עצה: ווער פטור פונעם קריב.... קויף א TODDLER BED
http://www.amazon.com/Dream-On-Me-Class ... ODDLER+BEDאיך האב אזוי געטוהן מיט אלע מיינע קינדער ווכן זיי זענען געווארן 2 יאר אלט, יא זיי גייען ארויסקומען גלייך אבער נאר די ערשטע פאר מאל....
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:40 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אזוי ווי מהאט שוין געשריבן פריער פריי דיך און דאנק דעם אייבערשטן פאר דעם, אויב קומט דאס קינד ארויס ביינאכט ווען מלייגט אים אריין אין בעט פרוביר צו לייגן שלאפן ווען ער/זי איז גוט מיד, סיז לכאורה נישט די בעסטע פארן קינד צו לייגען נעצן מיט אנגעשפארעכץ, לאז אים קריכן,
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:59 pm
דורך יאפין
מיין אינגעלע פלעגט ארויסקריכען, ביז איינמאל האט ער זיך גיט צוזעצט, אז איך האב מיר אויך דערשראקען, און זייט דעמאלטס קריכט ער מער נישט ארויס, אפילו היינט וואלט ער באמת יא געקענט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:04 pm
דורך יום אחד
יאפין האט געשריבן:מיין אינגעלע פלעגט ארויסקריכען, ביז איינמאל האט ער זיך גיט צוזעצט, אז איך האב מיר אויך דערשראקען, און זייט דעמאלטס קריכט ער מער נישט ארויס, אפילו היינט וואלט ער באמת יא געקענט.
לערן אים אויס "שבע נפל צדיק וקם"...
ב''ה נחת גידול בנים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:17 pm
דורך יאפין
זארג דיר נישט ער קריכט ארויף אויף די דערנעבנדיגען שאפע, אבער דארטען בלייבט ער שטיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 6:15 pm
דורך שנאפס
איך האב אויך דעם פראבלעם ב"ה ביינאכט, דער קומט ארויס נישט קיין חילוק וויפיל מאל מ'טראגט אים צוריק
די איינציגסטע עצה וואס האט אביסל געהאלפן איז אים גוט אויסמוטשען פארן גיין שלאפן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 9:42 pm
דורך שוועמל
כדערמאן זיך כאב אויך געהאט א קינד וואס פלעגט ארויסקריכן און אויפוועקן די מאמען, ביז כאב אים געטרעינט אז ער קען ארויסקומען אבער ער מוז שפילן מיט די טויס.
ביינאכט פלעג איך אים אנגרייטן די טויס פאר מארגן ווען ער קריכט ארויס זאל ער קענען שפילן. גענומען אביסל אבער לבסוף האר ער זיך צוגעוואוינט צו די טויס און נישט געוועקט די מאמען אזוי אפט.
#אידיש נחת
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 10:47 pm
דורך שאץ מאץ
ס'איז בכלל נישט קיין דשואק!
מיינע קינדער זענען עטליכע ארויס געקראכן, און איך האב געלייגט דעם נעץ, דאס איז ווי א טענט אויפן קריב, און ס'האט געהאלפן,
אז נישט קען עס זיין א סכנה, זיי פלעגן זיך דרייען 3'ע 4'ע פארטאג'ס אין הויז געטון כל אשר לבם חפץ, ביז מאכן א אייגענע באטי ביים קעסל רח"ל, ממש א סכנה...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:17 pm
דורך סביב העולם
שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז בכלל נישט קיין דשואק!
מיינע קינדער זענען עטליכע ארויס געקראכן, און איך האב געלייגט דעם נעץ, דאס איז ווי א טענט אויפן קריב, און ס'האט געהאלפן,
אז נישט קען עס זיין א סכנה, זיי פלעגן זיך דרייען 3'ע 4'ע פארטאג'ס אין הויז געטון כל אשר לבם חפץ, ביז מאכן א אייגענע באטי ביים קעסל רח"ל, ממש א סכנה...
ווייס איך פון א קינד וועלכע איז ארויסגעקראכן פארטאגס פון קריב אין אויפגעגעסן א גאנצע שאכטל טיילענאל פון די נאכט קעסטל ה"י
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 12:55 am
דורך ניקעל
טאמער איך מעג פרעגן וויאזוי קען איך אוסלערנן פאר מיין קינד יא אליין ארויסצוקומן, פארשטייט זיך אביסל עלטער שוין