פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:05 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:אפשר נישט דא דער פלאץ אויסצושמועסן אלע דעטאלן, אבער עטליכע דזשענערעל רולס אינאכט צו נעמען ביים קויפן:
1) איינער וואס זיצט אסאך ביים קאמפיוטער אין/אדער נוצט ווארד-אוטלוק-קוויקבוקס - אדער אפי' נאר העווי וועב בראוזינג - כש"כ גראפיק פראגראמען, זאל נישט גיין אונטער i5 פראססעסאר און 4GB רעם.
איך מיין אז מער רעם איז וויכטיגער ווי דער חילוק פין איי טרי צי איי פייוו פאר דעי יוס וואס דו האסט אויסגערעכענט גרעפיק לאז ביזדערווייל ארויס
2) אונטער i7 איז געווענליך אינטעגרעיטעד/שעירד גרעפיקס מעמארי, וואס מיינט אז פאר עני פראגראם וואס נוצט גרעפיקס, קען עס זיין אביסל שווער, ואגב, איינער וואס נוצט צוויי מאניטאר'ס דארף מער מעמארי ריסאורסעס.
דאס האט גארנישט מיט וועלכע "איי" מען האט דאס האט ציטוהון צי זיי האבען ציגעלייגט א דעדיקעיטעד גרעפיקס קארד
3) די פראססעסאר פערפארמענס אליינס ווענד זיך אויך - אויסער די עדישען (i3-5-7) - וועלכע דזשענערעישן (די נומערן נאכ'ן i-3-5-7), אווי אויך אויב ס'איז א דועל/קוואד/סעקסע קאור.
4) ביי רעם וועט מער אויסמאכן די ספיד (איכות Ghz) ווי די אמאונט (כמות: 4/6/8/12), 1600 איז אסאך שנעלער ווי די אלטע 1333, ממילא איז ענדערש ווייניגער רעם מיט א בעסערע'ן ספיד. ווענד זיך וויפעל רעם מען האט לויט וויפעל רעם מען דארף רוב מאל איז וויכטיגער מער רען ווי די חילוק פין 1333 צי 1600
5) אזוי אויך איז בעסער צו נעמען א מאשין וואס האט 4 סלאטס פאר רעם ענדערש ווי די וואס האבן נאר 2 וכו'. וויבאלד די פערפארמענס איז בעסער ווען די געוויכט ליגט אויסגעשפרייט (איינער האט שוין אמאל מסביר געווען אויפן וועלטל דאס, כ'געדענק נאר נישט וואו).
אויב האט מען דועל טשענעל איז נישט קיין חילוק פין צוויי צי פיר די עיקר איז אז עס זאל זיין פארען (pairs) עס קען אבער עס מאכט יא א חילוק ביים אפגרעידען צי מער רעם אז אויב האט מען ליידיגע סלאטס אבער פאר פערפארמענס מאכט עס נישט בעסער איינמאל דו האסט צויי אין דועל טשעננעל מאוד
6) די "פאוער סופליי" שפילט א וויכטיגע ראלע אין וויפיל דער קאמפיוטער פערפארמד "למעשה"! ס'איז כדאי צו נעמען ווי א שטערקערע צו קענען זען די בעסטע פערפארמענס.פאור סופליי האט לכאורה נישט מיט קיין פערפאמענס און קיין איין קאומפענ שרייבט נישט וועלכע פאור סופליי זיי לייגען נאר וואס אויב איז עס נישט קיין גוטע פאור סופליי קען עס שאטען פאר די אריכות ימים פין אנדערע פארטס פלאס מאכען אנדער פראבלעמען
7) אין דזשענערעל וועט א לעפטאפ מיט די זעלבע ספעקס ווי א דעסקטאפ געווענליך זיין שטייטער ווי די דעסקטאפ, משום כמה סיבות, דאס אויסער וואס מ'קען עס כמעט נישט אפגרעידן.
8) א ריפורבישד מאשין (ל"ד קאמפיוטער) איז די זעלבע ווי א נייע חוץ אז געווענליך האט עס נאר א וואראנטי אויף 30-90 טעג, אבער אויב ארבעט עס גלייך ביים קויפן געהעריג, איז עס פונקט אזוי גוט.אפשר א לעפטאפ דארף מען אביסעל מער מורא האבען ווייס איך נישט
9) אויף איבעי איז נישט ראטזאם צו קויפן קיין שום קאמפיוטער הארדווער און אוודאי נישט קיין סאפטוועיר, צוליב וואס די קאנטראל אויף די פארקויפערס דארט איז זייער שוואך, און מ'קען קיינמאל נישט וויסן דעם אמת וואס יענער האט שוין יא אדער נישט געטון דערמיט, וד"ל.
10) בעיסד אויף זייערע אוועילעבל פראדוקטן און קאסטומער ריוויא'ס - איז לענאווא בכלל נישט קיין מורא'דיגע אפציע, כאטש וואס אויבנאויף געבן זיי גאנץ גוטע ספעקס פאר ריזאנעבל פרייזן, ווייל די ספעקס זענען באמת נישט רעלאטיוו, אנטקעגן די שוואכע פאוער סופליי וואס זיי געבן, ווי אויך זענען דא אסאך קאמפלעינ'ס אז געוויסע חלקים גייען שלאפן פריצייטיג ביי זיי.
ס'דא נאך אזעלכע און ענליכע ניצבארע כללים, אדרבה זאל ווער עס קען בעסער מסביר זיין, אדער מיטטיילן אייגענע נקודות מיט'ן עולם, למצוה יחשב.
והנלע"ד כתבתי
א אינטערעסאנטע זאך אז איך האב מיך אנגעשטויסען מיט אסאך HP מיט פראבעלמען וואס זעהט אויס מאודער באורד
איך רעד פין לעפטאפס איך זעה דער עולם האלט אז זיי האבען גוטע סחורה