ואפי' בהסתרה שבתוך הסתרה....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 3:03 pm
יענקל: די גאנצע טאג איז מיר היינט געגאנגען מיט די לינקע פיס! וואס טוט מען?
משה: זיי מסביר,
יענקל: אנגעפאנגן מיט דעם אז מיין קאר האט זיך נישט אנגעצונדן, איך האב געדארפט רופן חברים צו געבן א boost,
משה: אקעי,
יענקל:בשעת לאנטש האב איך באקומען א ראנג ארדער, און ביים באקומענדיג די ריכטיגע ארדער האב איך שוין געדארפט לויפן, און איך בין געבליבן הונגעריג.
משה: גיי ווייטער,
יענקל: אוועקגייענדיג פון אפיס האט מיין סלפון געקלינגען, ווען איך האב עס אויפגעהויבן, איז עס אראפגעפאלן און זיך צובראכן,
משה: וואס נאך?
יענקל: ווען איך בין ענדליך אנגעקומען אהיים, האב איך געוואלט רילעקסן אביסל, האב איך געפענט די נייע עקסערזייז מאשין וואס איך האב געקויפט און די ווייער האט געפעלט.
משה: איך פארשטיי.
יענקל: גארנישט איז מיר געגאנגען גוט היינט! פארוואס האט עס דער באשעפער געטוהן פאר מיר???
משה: איך בין שאקירט! אזוי רעדסטו?? אויך, איך בין נייגעריג, די האלטס טאקע נישט מיט די נייעס?
היינט צופרי בערך ווען די ביסט אויפגעשטאנען איז ווילד ארומגעפארן א שיכור'ע דרייווער, די פאליציי האט נאך א געיעג איהם באוויזן צו אפרוימן פון וועג, און, ווייסט ווי די עיקר אויסברוך איז פארגעקומען?אויף דיין וועג צום ארבעט! איך וויל אפי' נישט טראכטן וואס וואלט געווען ווען די פארסט ארויס צייטליך היינט!
און מיט די רעסטוראנט? האסט נישט געהערט אז חיים ליגט אין בעט טויט קראנק? לויט ווי מ'ווייסט יעצט, איז די ארבעטער אין רעסטוראנט געווען קראנק מיט אן אנשטעקיגע קרענק. ווען די וואלסט געגעסן די עסן וואס ער האט אנגעגרייט וואלסטו געווארן קראנק און געפעלט פון דיין ארבעט טעג און וואכן! די השגחה האט צוגעפירט אז די זאלסט נישט באקומען דיין עסן, בכדי די זאלסט נישט ווערן אנגעשטעקט!
און וועגן די מענטש מיט וועם די האסט געוואלט רעדן אויפן טלפון? איך האב דיר שוין נעכטן געוואלט רופן אז די זאלסט זיך אבאכט געבן וואס די רעדטסט מיט יענעם, ער גייט ארום דערציילן אלע דיינע סודות! וואס האסטו געוואלט? האסט טאקע געוואלט פארלירן דיין גאנצע רכוש? ווי אזוי געטרויעסטו אזא מענטש?
און וועגן דיין עקסערזייז מאשין בין איך ממש שאקירט. די קאמפעני האט ארויסגעגעבן א ריקאל אויף דעם, ווייל ס'איז א פעקטערי דעמעזש, און אויב וואלסטו עס איינגעשטעקט וואלסטו געווארן עלעקטערעזירט! האט די השגחה צוגעפירט אז דיר זאל פעלן די ווייער!
יענקל: משה, איך מוז דיר זאגן, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אין דעם ריכטונג, איך האב געהאט טענות צום באשעפער על לא דבר, איך האב פשוט נישט געכאפט אז יעדע זאך איז דא א סיבה דערצו! ש'כח באשעפער פארן מיר אפהיטן פון די אלע שלעכטס וואס וואלט ווען געקענט פאסירן מיט מיר!
משה: יענקל, נישט אלעס וואס די באשעפער טוט קען איך דיר פארענטפערן, אבער איך וויל אז פון היינט און ווייטער זאלסטו וויסן און פארשטיין אז יעדע זאך וואס די באשעפער טוט איז א דא א סיבה דערפאר, און ער האט זיינע וועגן צו מאכן זאכן זאלן געשען.
___
שמועסן אזוי ווי דאס, קומען טעגליך פאר, אבער נישט אייביג זענען אונז זוכה צו הערן די תשובות און פארשטיין וואס די באשעפער וויל. מיט געדולד און אמונה וועלן מיר פארשטיין אז יעדע זאך וואס די באשעפער טוט איז אויסגערעכנט, אמאל וועלן מיר הערן דערפון און רוב מאל וועט מען טאקע דארפן ווארטן ביז לאחר מאו"ש צו געוואר ווערן די אויסגערעכנטקייט פון א יעדע זאך וואס האט אויסגעקוקט שלעכט