בלאט 1 פון 1
social communication disorder
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 12:35 pm
דורך KUPSTHICK
איינער האט דא איקפירענס The sun-rise program
אויב יא ביטע לאט אייך הערן.
פאר קינדער וואס האבן נישט ליב צו דריין ציוושען מענטשן
חבירעם אדג.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 12:58 pm
דורך מאגר
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 27, 2014 8:44 pm
דורך ספיידער
איז דאס קינד אויפן ספעקטראם?
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 27, 2014 8:46 pm
דורך ספיידער
Son-rise נישט sun-rise
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 27, 2014 9:11 pm
דורך מאגר
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 27, 2014 11:34 pm
דורך צו געזונט
Son Rise - זוהן אויפגאנג. נישט די זון וואס שיינט, נאר זייער באליבטער זוהן וואס ברויך הילף. דאס איז פאסיג פאר קינדער וואס מען קען פראגראמירן צו א שטאפל אז זיי זאלען זיך קענען אליין אומגיין אויף גאר וויכטיגע זאכען אין טאג טעגליכען לעבן.
MasterFaster - פאר קינדער וואס מען קען זיי אויסלערנען זיך מער ווייניגער זיין פולשטענדיג אומאפהענגיג, נאר מען ברויך זיי געבן א דערמאנונג פון צייט צו צייט.
ABA - פאר קינדער אין א היבש נידעריגן שטאפל, וואס מען פראגראמירט זיי, אז סיז דא זאכען ווי למשל א שאהל, און מען הייבט דאס אויף און מען לייגט צום מויל און מען טרינקט, אז שטיגן איז א זאך וואס מען באוועגט די פוס צו גיין אויף זיי.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 12:32 am
דורך ספיידער
די לינק איז די אפיציעלע וועבסייט פונעם son-rise פראגראם
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 2:55 pm
דורך מקבל
געזעהן אדווערטייזט די וואך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 4:40 pm
דורך ספיידער
עי בי עי און סאנרייז זענען 2 אונגאנצן אנדערע מהלכים פאר קינדער מיט אוטיזם אדער עספערגערס, און עס הערשט א שטארקע חיליקי דיעות צווישן די צוויי מהלכים, די בעלי עי בי עי זענען ברוגז אויף סאנרייז ווייל כאטשיק מ׳זעהט אסאך פראגרעס דורך די סאנרייז פראגרעם איז עס נישט געבויעט אויף געהעריגע סטאדיעס, פון די אנדערע זייט רייסט סאנרייז אראפ עי בי עי ווייל עס טרעינט די מענטש צו טוהן אלעס ווי א נארמאלע מענטש אבער עס בלייבט אלעמאל א התנהגות מן השפה ולחוץ געפראגרעמט ווי א מאשין אן קיין שום געפיהל אין די זאכן וואס מ׳האט אים געלערנט
אויך איז דא די פלארטיים מהלך וואס איז א שטיקל פשרה צווישן די צוויי מהלכים (איך מיין עס איז געמאכט פאר קליינע קינדער)
בערך די חיליקים פון די צוויי מהלכים זענען ווי פאלגענד
די עי בי עי מהלך: ארבייט דורך נעמען די חלק וואס אוטיסטיק קינדער האבן פון זיין זייער שטארק צוגעבינדען צו רוטין און מ׳געוואוינט איין די קינד דורך שכר ועונש צו א התנהגות ביז די קינד ווערט צוגעוואוינט נאכדעם וועט עס די קינד טוהן ווייטער אן שכר ועונש ווייל ער איז צוגעוואוינט, למשל מ׳זאגט פארן קינד יעדעס מאל ער גייט צום שכן און ער קלאפט אויפן טיהר באקומט ער א קענדי אויב וואקט אריין אן רשות באקומט ער א פעטשל ביז די קינד געוואוינצעך צו אז ווען ער גייט צום שכן קלאפט מען פאר דעם אויפן טיהר (די קינד פארשטייט נאך אבער בכלל נישט די גאנצע ענין פון טראכטן פון א צווייטן׳ס פרייוועסי, ער לעבט נאכאלץ אין זיין וועלטל, נאר איז געווארן צוגעוואוינט צו א נייע מנהג פון קלאפן)
סאנרייז מהלך: יעדע אויטיסטיק קינד האט זיך זיינע זאכן וואס דאס זענען זיינע נושאים, ווי למשל אז ער רעדט אלעמאל פון טרעקטארס אדער מאוקאשלעך, גארביטש טראקס וכו׳ וכו׳ וועט סאנרייז הייסן אז מ׳זאל שמועסן מיט אים פון זיינע נושאים און ציביסלעך אויסברייטערן זיין וועלטל, למשל אויב די קינד רעדט פון גארבעדזש טראקס זאל מען קודם שמועסן מיט אים פון גארבעדזש טראקס דערנאך אויסברייטערן די שמועס צו גארביטש אליינס און דערנאך פון לייגן זאכן אין גארביטש דערנאך עסן ריינערהייט און אכט געבן אויף נקיות ביים עסן דערנאך נקיות בככליות, אזוי ווערט די קינדס וועלט ברייטער נישט ווי עי בי עי וואס וועט צוגעוואוינען די קינד צו זאכן אינדרויסן פונעם קינדס וועלטל און אן דעם וואס די קינד פארשטייט און קאנעקט דערצו
שכר ועונש האלטן זיי דארף זיין געבויעט אויף די סיבה פארוואס מענטשן טוען די זאך, למשל אויסלערנען איי קאנטעקט זאל מען נישט זאגן פארן קינד יעדע מאל די קוקסט אין מיין אויגן באקומסטו א מתנה, ווייל אויף די וועג כאפט די קינד נישט די סיבה פארוואס צו מאכן איי קאנטעקט, נאר ענדערש ווען די קינד מאכט איי קאנטעקט זאל מען אים זאגן אז איך פיהל מיך גוט ווען די קוקסט אין מיינע אויגן, און אויב די קינד קוקט אוועק בשעת׳ן שמועסן זאל מען אים נישט זאגן העי קוק אויף מיין אויגן, נאר ענדערש זאל מען פרעגן וועם זעסטו דארטן, אדער די רעדסט צו די וואנט, וועט די קינד פרעגן וואס די מיינסט וועט מען אים ענטפערן ווען די קוקסט אויפן וואנט זעהט אויס ווי די רעדסט צו אים, אזוי לערנט זיך די קינד אויס וואס צו טוהן און אויך די געדאנק פארוואס צו טוהן
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 9:21 pm
דורך KUPSTHICK
איך פרעג פאר א געהריגע קינד
וואס האט א גרויסע פראבלעם מאכן חברים
Social communication skills
גהערט אז זיי האבן גאנץ גיטע עצות פאר די
פראבלעם
בין גרייט צו הערן עני גיטע עצה
ישר כח פין פאראויס
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 12:58 am
דורך צו געזונט
מעסטער פעסטער קען בעסער ארבעטן לויט ווי ווייט מיין עקספערטיז מיט די נשמהלעך גייט. ווייל סיז מער א פערזענליכע באהאנדלונג, און דער באגלייטער קלערט אויף דעם קינד וואס איז דאס ריכטיגע צוגאנג.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 1:09 pm
דורך מקבל
אז מען רעדט שוין פון די נושא, איוב איינער האט עקספיריענס מיט דר. פרייס און זיין צוגאנג פון intuniv און inositol ביטע מיטטיילען.
http://www.pricesyndrome.com/א דאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 1:55 pm
דורך KUPSTHICK
Asperger's Syndrome
is a better description for it
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 3:20 pm
דורך ספיידער
צו געזונט האט געשריבן:מעסטער פעסטער קען בעסער ארבעטן לויט ווי ווייט מיין עקספערטיז מיט די נשמהלעך גייט. ווייל סיז מער א פערזענליכע באהאנדלונג, און דער באגלייטער קלערט אויף דעם קינד וואס איז דאס ריכטיגע צוגאנג.
מעסטער פעסטער איז די נאמען פון די טעראפי אדער איז עס די נאמען פון די עדזשענסי?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 4:28 pm
דורך מקבל
לפי ידיעתי איז מעסטער פעסטער א עדזשענסי וואס פראווייד ABA Therapy
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 7:45 pm
דורך צו געזונט
מעסטער פעסטער שטעלט צו עי בי עי סערוויסעס. אבער אויך פאר העכערע שטאפל קינדער
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 8:04 pm
דורך בנימין הלוי
KUPSTHICK האט געשריבן:איך פרעג פאר א געהריגע קינד
וואס האט א גרויסע פראבלעם מאכן חברים
Social communication skills
גהערט אז זיי האבן גאנץ גיטע עצות פאר די
פראבלעם
בין גרייט צו הערן עני גיטע עצה
ישר כח פין פאראויס
אין אזא פאל בין איך מיעץ אדער טוישן דעם קעפל פונעם אשכול אדער אנהייבן א פרישן אשכול אין ולאחיו יאמר חזק איבער קינדער מיט social communication disorder
דארט איז דא מער אויסזיכטן צו באקומען הילף און אינאיינוועגס העלפן אנדערע וואס דארפן דאס, ספעציעל אויב וועסטו אויסשמועסן דעטאלן
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 12:34 am
דורך KUPSTHICK
גערעכט,פארראכטען
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2015 12:25 pm
דורך KUPSTHICK
בס׳ד
אויסצולערנען אז מע זאל זיך צןגעוויינען
צו האלטן חשוב א יעדם אין יעדימס ווערטער וואס ער
זאגט
(1)במילא וועט נישט אזוי שנעל אוועקמאכן וואס יענער זאגט
(2)אז מעווט זען וועט זיך אויסלערנ communication skills