בלאט 1 פון 1

דיין מלמד טוט ראונג ער איז אבער נישט ראונג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 4:19 pm
דורך חסד שבמלכות
כ'האב א שאלה צום ציבור, ותשועה ברוב יועץ, אולי וועלן מיר הערן א גוטע עצה דא

מיין בחור'ל פילט אז זיין מלמד האט אים פיינט!!!, צווישן אונז גערעדט, בדרך כלל א מלמד האט נישט פיינט א קינד, געווענליך האט דאס קינד א אישו, און דער מלמד הענדלט עס פשוט נישט גוט.

אט דאס איז די סיטואציע מיט מיין קינד, ער האט אישוס, כ'האב נאך נישט פונקטליך די פעסווארד... כ'מיין די עי בי סי ווי אזוי ס'הייסט, אבער עפעס אזוינע מיני אישוס, און דער מלמד פשוט הענדלט אים נישט גוט, און ס'ווערט ווי א פייט צווישן קינד און מלמד, ביז דאס קינד ערקלערט, מיין מלמד האט מיך פיינט, און אז איך וויל שיקן חנוכה געלט וויל ער עס נישט נעמען, ווייל ס'קומט זיך אים נישט!!! (#תש14)

האב איך מיר היינט מתבונן געווען, מיין בחור'ל איז ב"ה א פארשטענדליך קינד, איך גיי אים אפירנעמען און איך גיי אים ערקלערן, זאלסט וויסן, דיין רבי האט דיך נישט פיינט, דו ווייסט אז דו האסט אישוס (יא ער ווייסט, און ער גייט פאר העלפ) און אז דו גייסט פאר העלפ צו איינעם, מיינט דאס אז צו פארשטיין צו דיינע אישוס דארף מען האבן א געוויסע ידיעה צו וויסן ווי אזוי צו הענדלען מיט דיר, פונקט ווי א גראסערי מאן ווען ער האלט אינמיטן רעכענען און ס'פאסירט א פראבלעם מיטן קאמפיוטער קען ער עס נישט אליין פאררעכטען נאר ער מוז רופן דערפאר א מומחה, און דאס מיינט נישט אז ער קען נישט זיין קיין גראסערי מאן, די זעלבע איז מיט דיין רבי, ער איז איז וואס ער איז, א געלונגענע מלמד, אבער די סקיל פעלט אים, דיין רבי האט נישט געלערנט דעם פאך, און האט פשוט נישט די ריכטיגע ידיעה ווי אזוי צו הענדלען מיט דיר ממילא פאסירט וואס ס'פאסירט.

וואס איז מיין ציל?
די נעקסטע מאל וואס ס'מאכט זיך א צוזאמען שטויס, זאל דאס קינד וויסן, מיין רבי האט דאס נישט געטון ווייל ער האט מיך חלילה פיינט, ער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי מ'דארף מיר הענדלען, אזוי קען מען כאטש מונע זיין אז דאס קינד זאל נישט פילן אז זיין רבי האט אים פיינט.

יעצט איז מיין שאלה צום ציבור:
איז אויסגעהאלטן אזוי צו זאגן פאר א קינד?
וועט א קינד פארשטיין דעם געדאנק?
קען דאס אוועקנעמען דעם רעספעקט צום מלמד?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 4:25 pm
דורך פלוני
ווי אפט רעדט איר מיטן מלמד? אפשר קען מען אזוי ברעגען א פארשטענדעניש?
אפשר איז כדאי כאפן א שמועס מיטן מנהל וואס קען עס זעהן פון דער נאנט, און פון ביידע זייטן?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 7:21 pm
דורך משה פרייליך
בס"ד, עס שטייט "ההכרח לא יגונה" אמאל אז עס פעלט אויס צו טון עפעס איז דא סייעתא דשמיא, לדעתי איז כדאי צו רעדן דערוועגן מיט'ן מלמד, ס'איז נישט זיכער אז ס'וועט העלפן אבער די וועלט זאגט אז "פרובירן קאסט נישט קיין געלט", און וועגן אייער קינד איז לדעתי "זייער" וויכטיג איר זאלט אים מסביר זיין אז ס'איז לכאו' די פאקט אז זיין מלמד איז נישט באהאוונט אין די זאכן, איר מוזט נישט נעמען א משל פון א גראסערי מאן, מ'קען מסביר זיין אז ס'איז דא תלמידי חכמים וואס קענען או"ח אבער אין יורה דעה זענען זיי נישט אזוי באהאוונט וכו', סייעתא דשמיא און "אסאך נחת"

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 7:28 pm
דורך משה פרייליך
אנטשולדיגט פארן שיקן 2 מאל,"איך האב אויך אישא'ס...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 8:02 pm
דורך אַבּערוואַס
די נושא דארף א באהאנדלונג פאר זיך באמת! אבער באמת איז די טענה בעיקר אויפן מלמד אדער מנהל מער ווי אויפן קינד. א קינד איז זייער שווער אויפצוקלערן, די שכל איז סייווי נישט גובר!

ממה נפשך, אוי ווייסן דער מלמד אין מנהל אז דער קינד האט אישו'ס און אז מען פראבירט אים צו געבן הילף, דארף די מוסד ארבעטן מיט איידעלע הענט!

און אויב ווייסט דער מלמד נישט, קומט זיך אייך דער פסק, היתכן?? ווי לאזט מען א קינד אין פיסק פינעם לייב? ווען איר ווייסט קלאר אז אן די ידיעה גייט דער קינד דורך שוועריקייטן על לא דבר?

אייער קינד האט בסך הכל דער געפיל וואס מיר אלע וואלטן געהאט אין אזא מצב,נאר האט נישט די שכל עס גובר צו זיין. ממילא איז די לעצטע ברירה צו פראבירן דאס אויצוגלייכן אויפ'ן קינד'ס זייט.

און אויב מחמת א סבה שפירט איר אז די מוסד טוט נישט וואס זיי דארפן, אדער איר קענט משום סבה נישט דורכשמועסן מיט'ן מוסד, און ארויסנעמען טוישן קען מען נישט/וועט נישט העלפן, פרעגט אן א קלוגן איד מיט א דעת תורה! #מיט די זאכן שפילט מען נישט!!

הצלחה אין סייעת דשמיא!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 8:46 pm
דורך חסד שבמלכות
פלוני האט געשריבן:ווי אפט רעדט איר מיטן מלמד? אפשר קען מען אזוי ברעגען א פארשטענדעניש?
אפשר איז כדאי כאפן א שמועס מיטן מנהל וואס קען עס זעהן פון דער נאנט, און פון ביידע זייטן?

איך רעד גענוג מיטן מלמד, כ'האב עס שוין געהאט עטליכע מאל במשך די יארן מיט מלמדים, די חילוק איז נאר, אז בדרך כלל ווען ער האט געהאט א צוזאמען שטויס מיט א מלמד איז דער עצם מלמד געווען א דופן עקומה וואס האט באקומען א פאסטן ווייל נאר דארט האט מען אים אויפגענומען, און מען האט רחמנות אויף אים ער זאל נישט בלייבן אן קיין ברויט אין שטוב, משא"כ יעצט הייסט דער מלמד יא א גוטער, און ס'קוקט מיר אויס רעדנדיג מיט אים אז ער איז טאקע פיין, אבער סאומהאו מיט מיין קינד קליקט ער נישט (און כ'האב אייך געזאגט, מיין קינד איז נישט דער צדיק הדור, זיינע ליידן זענען נישט בלי סיבה, אבער איך פיל אז מלמדים אין די אנדערע יארן האבן געהאט א בעסערע צוגאנג צו אים)
משה פרייליך האט געשריבן:בס"ד, עס שטייט "ההכרח לא יגונה" אמאל אז עס פעלט אויס צו טון עפעס איז דא סייעתא דשמיא, לדעתי איז כדאי צו רעדן דערוועגן מיט'ן מלמד, ס'איז נישט זיכער אז ס'וועט העלפן אבער די וועלט זאגט אז "פרובירן קאסט נישט קיין געלט", און וועגן אייער קינד איז לדעתי "זייער" וויכטיג איר זאלט אים מסביר זיין אז ס'איז לכאו' די פאקט אז זיין מלמד איז נישט באהאוונט אין די זאכן, איר מוזט נישט נעמען א משל פון א גראסערי מאן, מ'קען מסביר זיין אז ס'איז דא תלמידי חכמים וואס קענען או"ח אבער אין יורה דעה זענען זיי נישט אזוי באהאוונט וכו', סייעתא דשמיא און "אסאך נחת"

ייש"כ פארן גוטן משל

דער מלמד ווייסט די סיטיואציע און עכ"ז האט ער "זיין" מהלך פון די לעצטע 20 יאר, און דו קענסט נישט טוישן א מלמד פון איין מינוט אויפן צווייטן בלויז ווייל איך בין AWARE אויף דעם, ווען אין די זעלבע צייט האט ער די זעלבע מהלך גענוצט אין די לעצטע יארן אויף די זעלבע סארט קינדער און קיינער האט אים נישט געזאגט קיין ווארט
ארויסטוישן פון א קלאס אינמיטן יאר איז אויך נישט ראטזאם ווען ס'איז נישט געפערליך, איך זוך דא איין זאך, מיין קינד זאל פארשטיין זיין מלמד אז ער האט אים נישט פיינט, נאר פשוט ער ווייסט אים נישט ווי אזוי צו טריעטן, דערווייל זע איך נישט איינער זאל זאגן אז ס'איז ראונג אזוי צו זאגן פארן קינד, האב איך רעכט?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 9:04 pm
דורך אַבּערוואַס
ווי איך האב פריער געשריבן און כ'פיר זיך צו שרייבן ווען ס'נוגע האקעלע גשמיות'דיגע ענינים למעשה, איז אלעמאל דאס בעסטע צו פרעגן!
אַבּערוואַס האט געשריבן:..פרעגט אן א קלוגן איד מיט א דעת תורה! #מיט די זאכן שפילט מען נישט!!

חינוך פין קינדער בפרט ווען ס'איז שוין קאמפליצירט איז צו טייער ס'זאל ווערט זיין זיך צו לערנען אויף די אייגענע שכל.

הצלחה און סייעת דשמיא!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 9:21 pm
דורך נישט
כ'וועל זיך מחולק זיין מיט @אבערוואס, לפי קט שכלי שאצן אונז אונטער אונזער קינדער.

אוודאי איז וויכטיג זיך אדורך צו רעדן מיט א קלוגע איד. אבער בכלליות איז דאס א ריכטיגע מהלך מסביר זיין פאר'ן קינד די סעטושועשען.
חוץ אויב איז ער "עס על או דאבעליו" וועט ער זיכער פארשטיין.

יעצט אפאר נקודות ווען מען איז עפעס מסביר פאר א קינד

דארף בלייבן זייער קלאר ביי זיך, און זיך נישט לאזן ארומדרייען (וואס ער וועט מעגליך טוהן), נאר אלץ זאלסטו בלייבן ביי די זעלבע נקודה.

מסביר זיין וואו די פארשטייסט אים, אבער נאך אלץ פארשטייסטו דעם מלמד אויכעט (הגם די מלמד איז אפשר נישט גערעכט, איז אבער קיינער נישט קיין מושלם, און די מלמד אויך נישט, און ס'נעמט גארנישט אוועק פונעם מענטש ווען מען מאכט א טעות)

און ער זאל אויך פארשטיין די מלמד

וויכטיג ארויסצוברענגען וואו שטארק די האסט אים ליב,

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 9:43 pm
דורך מי חכם
אויפטון וואס דו ווילסט, וועסטולכאורה נישט; ערווארט נישט פון דיין קינד צו זיין בעסער פון 90 פראצענט ערוואקסענע. דער מציאות איז, וויבאלד א מענטש איז עגאאיסטיש, קוקט ער אן יעדע זאך, דורך זיין פריזמע, און נאר דורך דעם. עס איז זייער שווער אויס צו לערנען א מענטש די ריכטיגע וועג פון אנקוקן זאכן, סיי וואס פאסירן בהוה און ווערט געטון דורך אנדערע, סיי זאכן וואס האט פאסירט בעבר וועט א מענטש אייביג עס צופאסן און אנקוקן דורך זיין ענגע מצומצם'דיגע בליק.

פארוואס דאס איז אזוי? פארוואס קומט יומען קיינד מיט דעם דיסעביליטי? ליבי אומר לי אז דאס איז א נסיון פאר מענטשן. ווען מענטשן וואלטן אריין געטראכט וויאזוי די אנדערע זאכן / מענטשן געשען, וואלטן פארמיטן געווארן מיספארשטענדענישן און מילא וואלט כמעט נישט געווען קיין מחלוקת אויף דער וועלט. מענטשן וואלטן געלעבט בשלום איינער מיטן אנדערן אן קיין טענות אויף א האלבע וועלט, און נאר די ריכטיגע אמת'ע שלעכטע מענטשן וואס מיינען אויף א אמת צו טאן שלעכטס וואלטן געווען פארפיינטעט.

אבער לאידך גיסא, כאטש דיין קינד וועט עס מסתמא נישט גוט אויפנעמען, איז עס נאכאלס כדאי, פשוט אלס חינוך אים אויס צו לערנען וויאזוי מען דארף באמת טראכטן. און מיט די צייט וועט ער עס אריין נעמען אין זיך.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 9:55 pm
דורך חסד שבמלכות
מי חכם
האסט א פוינט
אבער באמת, קלערסטו טאקע אז ס'איז נישטא מענטשן וואס האבן נישט אזא בליק אויפן לעבן? ס'איז דא! און די האבן טאקע א גרינגערע לעבן, איז עס גרינג? ניין, אבער מ'קען לעבן מיט אזא בליק אויפן לעבן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 9:58 pm
דורך נישט
@מי חכם

פאר די נייציג פראצענט ערוואקסענע איז טאקע ט-ו ל-ע-י-ט, מ'קען זיך אייביג אויסמענטשלען, אבער ס'איז פילפאכיג שווערער

אבער ווען מען וואלט אים עס אויסגעלערנט אלס קינד אזוי ווי חסד שבמלכות וועט האפנטליך טוהן, וואלט די ניינציג פראצענט געווען זייער דאנקבאר זייער עלטערן, פאר'ן פארגרינגערן זייער ארבעט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 10:00 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'קען דיר נישט ענטפערן מיט א קלארקייט דערווייל, כ'ברויך אפשר לענגער טראכטען. אבער איין זאך איז גוט צו וויסען, פשוט צו פארשטיין די צוויי צדדים פון די פראגע.

עס קען זיין, אז אפי' דיין קינד וועט הונדערט פראצענט פארשטיין וואס דו זאגסט אים, און וועט אפי' דיר געבן נאך א בעסערע משל, קען אויסקומען, אז ער זאל אנהייבן צו רייטן אויף דעם! מער קען אים די מלמד מער גאאארנישט זאגען, ווייללל, העעע ער פארשטייט נישט צו מיר! דאס ביסעלע קאנטראל וואס ער האט - אפשר - אויף אים יעצט, וועט פארלוירן גיין.

נאכאמאל, עס קען זיין מען דארף נאך אלס זאגן, נאר מיין נקודה איז ארויסצוברענגען די מעגליכע קאנסעקווענס, וואס מען ברויך גוט קלערן פארדעם.

אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 10:02 pm
דורך נישט
@חילי

גערעכט, פארדעם דארף מען אים קלאר ארויסברענגען, אז ס'איז נישט קיין תירוץ נישט צו פאלגן, מען קען נוצן די באקאנטע מעשה פון קורח, אז אפילו העט ער געווען גערעכט, וואלט ער אויך געברויכט שטארבן. נאר איצטערט איז ער געשטארבן שלא כדרך בני אדם

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2014 10:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
נישט האט געשריבן:@חילי

גערעכט, פארדעם דארף מען אים קלאר ארויסברענגען, אז ס'איז נישט קיין תירוץ נישט צו פאלגן, מען קען נוצן די באקאנטע מעשה פון קורח, אז אפילו העט ער געווען גערעכט, וואלט ער אויך געברויכט שטארבן. נאר איצטערט איז ער געשטארבן שלא כדרך בני אדם

אז ער זאל דאס "פארשטיין", און פראקטעצירן, איז שוין "על מנת שתעלה לרקיע" האבעך מורא.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 7:33 am
דורך ספיידער
אז איהר שיקט אייער קינד פאר העלפ, אויב אזוי וואס האלט די טעראפיסט איהר זאלט טוהן אין די סיטואציע?
נאכן מיטהאלטן און באגלייטן בחורים און קידער מיט פראבלעמען האבעך געזעהן אז עס איז זייער ראטזאם ווען עס קומט צו קינדער מיט פראבלעמען נישט צו נעמען מיינונגען פון דעם און יענעם, עס ברענגט נישט קיין גוטס, און עס מאכט זייער צומישט, נעמט 1 טעראפיסט און 1 דעת תורה און לאז זיי פירן די זאך, און טוט פינקטלעך וויאזוי זיי הייסן אן קיין חכמות,
און אויב עס פעהלט אויס מער ווי 1 מענטש זאל זיין אינוואלווד דעמאלטס זאל די טים ארבייטן צוזאמען און דורכרעדן צווישן זיך יעדע מאוו,
נאך א זאך איז ראטזאם אז די טעראפיסט זאל ארבייטן צוזאמען מיטן מלמד, הנהלה, פרייועט טוטאר, וכו׳ אפילו עס וועט קאסטן געלט איז עס ווערד יעדע פעני,

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 8:26 am
דורך נישט
@חילי, דאס איז טאקע וואס איך טענה, מיר שאצן אונטער אונזערע קינדער און די תוצאה דערפון איז, אז אנשטאט מחנך זיין ס'טייטש רעדן צום קינד, גייט מען ארום און ארום

@ספיידער, ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. וויל איך טאקע בעטן פון @חסד שבמלכות, ער זאל נישט נוצן מיינע עצות. איך האב נאר גערעדט בכלליות, אבער א קינד וואס האט א אישא'ס, דארף מען וויסן פרעזענליך די מעשה

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 9:38 am
דורך תואר
איך וואלט געזאגט מיין מיינונג ווי אזוי צו האנדלן לפי עניית דעתי, אבער די פאלגענדע זאץ האט מיך אפגעהאלטן דערפון.
חסד שבמלכות האט געשריבן:און אז איך וויל שיקן חנוכה געלט וויל ער עס נישט נעמען, ווייל ס'קומט זיך אים נישט!!! (#תש14)

דאס ווייזט אויף מער פראבלעמן ווי נאר מיט'ן מלמד, ער האט נישט קיין רעספעקט פאר זיין טאטן אויך נישט, דאס זיך אפזאגן פון נעמען געלט ווען דער טאטע לייגט עס אריין אין די הענט, ברענגט ביי מיר צוויי קשיות

1) וואסערע סארט באציאונגען דו האסט מיט אים אז ער קען זיך אזוי חוצפה'נען.

2) צו דיינע ווערטער האבן בכלל אן השפעה אויף דיין קינד און וואס ער וועט דיר צוריקשיסן ווען דו וועסט פראבירן צו פארענטפערן זיין מלמד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 10:02 am
דורך חסד שבמלכות
ער איז חוצפה'דיג!, וואס איך האב אלס קינד געטראכט במחשבה צו זאגן פאר מיין טאטן זאגט ער מיר בפה מלא, אבער צו וועמען איך האב נאר גערעדט האט מיר יעדער געזאגט אז דאס איז נישט אוט אוו רעינזש, נאר דאס איז היינט דער דור, און אזוי רעדן די יונגווארג, נישט אז ס'איז א תירוץ, און אוודאי בין איך אים מחנך נישט צו חוצפה'נען, אבער עכ"פ אז ער איז געבוירן מיט די חוצפה ווייזט דאס נישט מער חוצפה ווי א צווייטן, ווייל אנדערע זענען אויך אזוי, בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, צפה לרגלי משיח.

בנוגע די חנוכה געלט, למעשה האט ער עס גענומען, און ער האט עס שיינערהייט איבערגעגעבן, זיין ערשטע ענטפער איז נאר געווען דאס אז ער וויל עס נישט געבן, און דאס איז באמת ביי אלע חוצפה'דיגע ערשיינונגען, די ערשטע מינוט פרובירט ער צו טון וואס ער וויל, פארשטייט זיך אז מ'שטייט דערויף פירט דער טאטע אויס, איך האב ב"ה גוטע באציאונגען מיט אים, זיין רידזעקשען פון נעמען דאס געלט האט נישט געהאט מיט חוצפה צו מיר, נאר אויסצודריקן זיין כעס אויפן מלמד, און ווי געזאגט כ'האב עס געטשעקט מיט אים נעכטן, און ער האט עס איבערגעגעבן.

און יא, מיינע ווערטער האבן א השפעה אויף אים, און ווען איך בין אים מסביר פארשטייט ער און ער וועט עס אננעמען, און דאס מאכט מיר טראכטן אים דאס מסביר צו זיין, אבער ספיידער זאגט אויך גוט, מ'זאל הערן וואס דער טעראפיסט האט צו זאגן.

און אגב דער מהלך פון ארבעטן מיטן מלמד הנהלה וכו' צוזאמען, דאס ארבעט ביי סעוועיר קעיסעס, מיין יונגל איז ב"ה נישט קיין סעוועיר קעיס, ער האט אישוס וואס ס'מאכט זיך ביי גאר אסאך קינדער, שוין איך וועל עס אנרופן מיטן נאמען, די סימפטאמען זענען ADHD, ס'איז נאך נישט געהעריג דיאגנאזט, אבער אויב איז עס דאס, דאכט זיך יעדע כתה האט עטליכע אזוינע קינדער, און דא קומט אריין די גרויסע מומחיות פונעם מלמד אינדערמיט, אויב איז עס א מלמד א יונגערמאן קען מען פרובירן צו ארבעטן מיט אים, אויב אבער איז עס א עלטערע מלמד וואס האט שוין זיין מהלך פון לאנגע יארן אז אזא קינד העלפט נאר פעטש, אדער אפילו א יונגע מלמד וואס האט דעם זעלבן פראבלעם, צו ער איז אליין א ענקשעסט מענטש, איז עס ווי א נאדל אין א פלאג, ס'שיסט אויף ווען די צוויי קומען זיך צוזאם, און ס'איז ממש נישט שייך קיין צוזאמען ארבעט, און צו דעם איז גרינגער צו ארבעטן אליין מיטן קינד צו וויסן ווי אזוי צו דיעלן מיט זיין כעס אויפן מלמד.

א ייש"כ פאר אלע מגיבים (@תואר איך וויל נאך הערן וואס דו האסט צו זאגן)
גיי מיר פרובירן צו הערן וואס זיין טעראפיסט זאגט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 4:52 pm
דורך עת לחשוב
איך האלט אז עס איז זייער גוט מסביר צו זיין פאר'ן קינד, עס וועט אים נאר העלפן, נאר מ'מוז נישט אזוי שטארק מדגיש זיין אז דער מלמד פארשטייט כאילו עס איז זיין פראבלעם נאר מ'קען זאגן אז אסאך מענטשן פארשטייען נישט ובתוכם דער מלמד און עס איז גארנישט קיין פעלער נאר עס איז דער תפקיד פון זיך אליין זיך צו פארשטיין מיט אנדערע (איך ווייס דאס איז פון די שווערסטע זאכן פאר אזא קינד צו הענדלען אבער דאס איז דו מעסעזזש)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 5:06 pm
דורך נישט
חסד שבמלכות האט געשריבן:ער איז חוצפה'דיג!, וואס איך האב אלס קינד געטראכט במחשבה צו זאגן פאר מיין טאטן זאגט ער מיר בפה מלא, אבער צו וועמען איך האב נאר גערעדט האט מיר יעדער געזאגט אז דאס איז נישט אוט אוו רעינזש, נאר דאס איז היינט דער דור, און אזוי רעדן די יונגווארג, נישט אז ס'איז א תירוץ, און אוודאי בין איך אים מחנך נישט צו חוצפה'נען, אבער עכ"פ אז ער איז געבוירן מיט די חוצפה ווייזט דאס נישט מער חוצפה ווי א צווייטן, ווייל אנדערע זענען אויך אזוי, בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, צפה לרגלי משיח.

בנוגע די חנוכה געלט, למעשה האט ער עס גענומען, און ער האט עס שיינערהייט איבערגעגעבן, זיין ערשטע ענטפער איז נאר געווען דאס אז ער וויל עס נישט געבן, און דאס איז באמת ביי אלע חוצפה'דיגע ערשיינונגען, די ערשטע מינוט פרובירט ער צו טון וואס ער וויל, פארשטייט זיך אז מ'שטייט דערויף פירט דער טאטע אויס, איך האב ב"ה גוטע באציאונגען מיט אים, זיין רידזעקשען פון נעמען דאס געלט האט נישט געהאט מיט חוצפה צו מיר, נאר אויסצודריקן זיין כעס אויפן מלמד, און ווי געזאגט כ'האב עס געטשעקט מיט אים נעכטן, און ער האט עס איבערגעגעבן.

און יא, מיינע ווערטער האבן א השפעה אויף אים, און ווען איך בין אים מסביר פארשטייט ער און ער וועט עס אננעמען, און דאס מאכט מיר טראכטן אים דאס מסביר צו זיין, אבער ספיידער זאגט אויך גוט, מ'זאל הערן וואס דער טעראפיסט האט צו זאגן.

דאס אז קינד זאגט אפן פארן טאטן איז בכלל נישט קיין חוצפה, און אויב די ביסט נישט געווען אפן מיט דיין טאטן, איז עס אדער דיין פראבלעם אדער דיין טאטנס.

חוצפה איז אויב רעדט ער צו דיר חוצפה'דיג, אדער ער האלט די נישט ביים פאלגן, דהיינו ער ווייזט דיר א גרויסע פייג.

דא קוקט אויס וואו די מעשה איז געווען אנדערש, דיין קינד האט דיר פשוט געזאגט אז זיין רבי האט אים פיינט דעריבער וויל ער עס נישט שיקן. אויב האט ער עס געזאגט אויף א נארמאלע טאן, דארפסטו דיר פרייען אז דיין קינד רעדט צו דיר אפן, דאס האט גארנישט מיט חוצפה.
אויב ער האט דאס דיר נישט געזאגט נארמאל, דהיינו ער האט דיר עס געזאגט אויף א חוצפה'דיגן אופן. איז די שאלה צו די האסט אים אמאל געזאגט אז די ביסט צופרידן אז ער דערציילט דיר זיינע געפילן, אבער זאגן אויף דעם וועג, איז חוצפה. דיין קינד איז נישט קיין נביא און אויב האסטו אים עס קיינמאל נישט געזאגט, האב נישט קיין טענות. משא"כ סתם זאגן פאר א קינד, ס'איז חוצפה אזוי צו רעדן, דערמיט טוט מען נאר דערשטיקן זיינע געפילן...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 8:34 pm
דורך משה פרייליך
איך שפיר אז דו האסט אביסל מורא צו רעדן מיט'ן מלמד, ס'איז זייער מעגליך אז פון ווייטאג אויפן ענין האסטו [בטעות] אביסל [אדער אסאך] רוגזה אויף אים, "בלויז אז דו ווייסט דאס" וועט דיר לכאו' העלפן זיך אביסעלע רילעקסן פון די רוגזה און דעסיידן צו "פרובירן" און רעדן מיט אים, איך גלייב נישט אז ס'וועט ערגער מאכן / ס'איז דא א טשענס אז ס'וועט בעסער מאכן, "אסאך נחת"