בלאט 1 פון 1

ציגארעטל דיטעקטאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 1:23 pm
דורך mikva yid
אזוי ווי עס איז ליידער דא מענטשן וואס זעצן זיך אריין רייכענען אין די ביה"כ און אין די האלוועיס פון די בתי מדרשים האב איך געזוכט צו אינסטאלן א ציגארעטל סמאוק דיטעקטאר וואס זאל זיך צוקלינגן אז עס זאל אוועקגיין דער אפעטיט פון דעם באטרעפענדן דאס איבער צו טוען
זוכענדיג אויפן געוועב זעה איך אז אין USA איז עס כמעט נישט בנמצא, וואס דאס מאכט די קשיא שטארק פארוואס נישט? אפשר וואלט דאס געווען א גוטע ביזנעס איידיע פאר אחינו בני ישראל,
איין זייטל האב איך געטראפן http://www.cigarettesmokedetector.com און געטרייט זיך צו מקשר זיין און ביז דערווייל אן ערפאלג
ווער עס קען ארויסהעלפן למצוה גדולה יחשב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 1:45 pm
דורך בנימין הלוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 1:51 pm
דורך בנימין הלוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 1:54 pm
דורך ohrchodosh
וואס איז שלעכט מיט א פשוטע סמאוק אלארם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 1:54 pm
דורך בנימין הלוי
א פשוטע סמאוק אלארם האט שוין אמאל זיך צעפיפן ביים רויכערן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 2:08 pm
דורך יוראפ
בנימין הלוי האט געשריבן:video
https://copy.com/xtZf8LfJKTv36XRD

גאנץ גוט [א יוראפעישער נאכדערצו], כ'בין נאר נישט מקנא דעם מקוה איד וואס גייט עס לייגן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 4:31 pm
דורך mikva yid
smoke detector כאפט עס נישט אויף

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 6:36 pm
דורך אַבּערוואַס
איך גיי פאר דעם געדאנק אין אלע אינדאורס פאבליק פלעצער!

#אז ס'גייט נישט מיט גוטנ'ס..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 7:38 pm
דורך AHA
פארוואס מעג מען אונז רויכערערס פייניגען אנלימיטעד? אפו' א הינט לאזט מען עסן, לאזט אונז צורוה.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 7:51 pm
דורך גערעכטער
AHA האט געשריבן:פארוואס מעג מען אונז רויכערערס פייניגען אנלימיטעד? אפו' א הינט לאזט מען עסן, לאזט אונז צורוה.....

אפי' א הונט רייכערט נישט אין פאבליק...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 7:53 pm
דורך מיסטעריעז
און אונז נישט רויכערערס מעגן די רויכערער פייניגען אנלימיטעד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 11:51 pm
דורך י
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2015 12:23 pm
דורך שמן למאור
ישר כח מקוה איד פארן אויפקומען מיט דעם סעלושן, און יישר כח פאר בנימין הלוי פארן ברענגן די אינפארמאציע.

האף מיר עס איינצוהאנדלן ביי אונז אין שוהל.