בלאט 1 פון 1

ווער ווייסט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 2:37 pm
דורך ליבעריל קויבעק
איך בין געווען אין וויליאמסבורג אויף שבת לכבוד א משפחה שמחה, למעשה אפאר טעג פאר שבת האט די בעלת אכסניה געפרעגט מיין זוגתך וועלכע פון דיינע קינדער וועל איך דארפען בעביסיטען ווען עטס גייטס פאר די סעודות, זאגט איר מיין זוגתך "וואס הייסט ?? איך נעם זיי אלע מיט!", זאגט זי אוי וויי די טראגסט ??? איך ווייס נישט אויב די וועסט קענען איינשטיין ביי מיר... למעשה האט זי מסדר געווען אז זי נעמט אריין איר טאכטער אין איידעם צו איר אויף שבת אין איך וועל איינשטיין אין איר טאכטערס אפארטמענט!!!!!

איך בין אנגעקומען שפעט צום זמן, אינז זעמיר געווארען נערוועז ווייל אינז האבן נישט געהאט קיין עסן מיט אינז, און דא גייען אינז אנקומען צו א ליידיגע דירה, וואס גיימיר עסן גאנץ שבת??
למעשה אינז זעמיר אנגעקומען אין די דירה איז דארט געווען צוגעשטעלט מכל טוב וטוב, אינז האמיר זיך ממש מחיה געווען, און גלייך פאר די זמן האבן זיי נאך געריפען זאגען אז אונז קענען נעמען וואס אינז ווילען פון פרידזשידער וכו'!!!!

וויל איך וויסען ווער ס'ווייסט פון א געשעפט אין וויליאמסבורג וואס איך קען באשטעלן עפעס א מתנה'לע צו טשאקלאד אדער אפילו דאונאטס זיי זאלען עס דערליווערן צו אונזער מכניס אורח אויסצודריקען א שטיקעלע הכרת הטוב...
ישר כח פון פאראויס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 3:00 pm
דורך סמארט גאי
צו איך האלט יא ווי עם אדער נישט איז אירעלעוואנט, אבער איך האב א געוואלד מיט רעספעקט פאר איינעם וואס נעמט זיינע חומרות ערנסט און מאכט זיכער נישט אומבאקוועם מאכן יענעם דערמיט,

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:11 pm
דורך גענעראל
Chocolicious 718-387-3214 718-596-6767
Party line 718-782-1900

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:25 pm
דורך אַבּערוואַס
סמארט גאי האט געשריבן:צו איך האלט יא ווי עם אדער נישט איז אירעלעוואנט, אבער איך האב א געוואלד מיט רעספעקט פאר איינעם וואס נעמט זיינע חומרות ערנסט און מאכט זיכער נישט אומבאקוועם מאכן יענעם דערמיט,

יאפ, די השגה איז ווערט נתפעל צו ווערן! כ'האב געקענט אידן פין פריערדיגן דור וואס האבן זיך אזוי געפירט אין כמה לפנים משורת הדין ענינים, ב"ה מ'זעט דאס נאך היינט!

יענער האט עס לכאו' געטון פאר די חינוך פין די קינדער אדער אפי' זיך אליין, אז דער געפיל זאל נישט אפגעשוואכט ווערן זעענדיג גאנץ שבת ווי מענטשן טראגן, אין דער צייט וואס ביי זיי איז אנגענומען לאיסור, נישט סתם ווייל "די טרעגער'ס זענען נישט אויסגעהאלטן", ווען נישט וואלט די בעה"ב נישט געבעטן דעם טאכטער, ודו"ק.

#ערליכקייט אן קיין פשרות "תרתי משמע"!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:52 pm
דורך ליבעריל קויבעק
שכח גענעראל