בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 4:31 pm
דורך מילכיגער
farshlufen האט געשריבן:מ'מעג, נאר די גמרא זאגט אז אזוקי מזיק לי', דאס מיינט אויפן פלאץ איז זייער שווער אריינצונעמען אין מויל, נישט א שפעטערע גורם.
אלענפאלס, קאן זיין אז איר האט נישט ארויס מיינע ווערטער בכלל, והוא גמ' ערוכה ולא חדשתי דבר.
אזוי מיין איך אויך אז אזוקי איז פשוט פשט אז ס'נישט געזונט. לכתחלה איז זיך מסתם טועה מיט די קשה לשכחה פון פשוטע זיתים אפשר? עפעס בין איך צומישט דא
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 4:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:מ'מעג, נאר די גמרא זאגט אז אזוקי מזיק לי', דאס מיינט אויפן פלאץ איז זייער שווער אריינצונעמען אין מויל, נישט א שפעטערע גורם.
אלענפאלס, קאן זיין אז איר האט נישט ארויס מיינע ווערטער בכלל, והוא גמ' ערוכה ולא חדשתי דבר.
אזוי מיין איך אויך אז אזוקי איז פשוט פשט אז ס'נישט געזונט. לכתחלה איז זיך מסתם טועה מיט די קשה לשכחה פון פשוטע זיתים אפשר? עפעס בין איך צומישט דא
עס איז נישט געזונט, דאס שטייט אין שלחן ערוך. מעג מען עס נישט עסן פשוט אלס ונשמרתם. אויך איז דא די ענין פון קשה לשכחה. אבער די ביידע זאכען זענען דאך נאר ווען מען עסט עס סתם. און פארשטייט זיך אז נישט פון דעם איז די שמועס געווען. יענער האט געפרעגט צו די שמן זית איז עדיבעל, לכאורה ווייל עס איז דא שמן זית וואס מען קויפט צום קאכן, האט ער געוואלט וויסען צו די איז די זעלבע.
אויף דעם איז מיין ענטפער געווען אז עס איז ביטער, און יענע וואס מען קויפט צום עסן, איז "טריטעד".
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 4:42 pm
דורך farshlufen
שוין, כשם שמצוה לומר וכו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 4:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:שוין, כשם שמצוה לומר וכו'.
און דאך האסטעך נישט געקענט איינהאלטן, הא?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 5:27 pm
דורך רמונים
פון שלחן ערוך איז א ראי' שמן זית איז נישט ראוי לאכילה, ייש"כ הרב פארשלאפן (ביטע זיך נישט וויסענדיג מאכן פון טשעפעס, זיי פארשטייען נישט דיינע שיחות חולין)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 7:53 pm
דורך יידישע קהילות
איך פארשטיי פונקליך די רמזים פון פארשלאפן און מילכיגער וכו', איין זאך איז ברור אז אוזוקי מזיק ליה מיינט אז אליינס קען מען דאס נישט טרינקען, אין א פארם פון אניגרון אדער אנסיגרון קען מען יא, און מען מאכט א בורא פרי העץ!
אין אנדערע ווערטער שמן זית איז א משקה וועלכע איז ראוי לאכילה ושתיה.
דער גאנצער מעדיטרעניען דייעט איז באזירט אויף שמן זית.
איצט איך זאג נישט אז אויב עס איז נישט ראוי לאכילה איז דאס פסול להדלקה, בפירוש נישט. עטרן און זפת זענען אויך נישט ראוי לאכילה און עס רעדט זיך פון זיי אין גמרא און שו"ע און לכאורה קען מען יא יוצא זיין. איך וויל אבער וויסן מחמת כמה טעמים איז עס יא אדער נישט ראוי לאכילה?
איז דאס מוקצה שבת אדער נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 7:59 pm
דורך רמונים
נישט מוקצה, ווייל ס'איז ראוי פאר עפעס, אדער נוצן פאר אנדערע עסן, אדער מיט אנדערע זאכן, אדער שמירן אויפן גוף. אדער פאר נוצן פאר חיזוק נישט פאר רפואה.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:04 pm
דורך יידישע קהילות
גערעכט.
באט עניוועי, איז דאס ראוי לאכילה אדער נישט?
קען איינער פרעגן פון איינער פון אומצאליגע שמשים און דיסטריבוטערס פון נר מצוה??
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:14 pm
דורך רמונים
יידישע קהילות האט געשריבן:גערעכט.
באט עניוועי, איז דאס ראוי לאכילה אדער נישט?
קען איינער פרעגן פון איינער פון אומצאליגע שמשים און דיסטריבוטערס פון נר מצוה??
דו מיינסט אויב ס'איז גוט פאר קאכן ? אביסל מער ספעציפיש.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:39 pm
דורך יידישע קהילות
ניין ניין ניין. מיין שאלה איז פשוט איז עס ראוי לאכילה אדער אינגאנצן נישט עדיבל
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:42 pm
דורך למעלה משבעים
די מיינסט צו לייגן אין א סאלאט?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 8:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
רמונים האט געשריבן:(ביטע זיך נישט וויסענדיג מאכן פון טשעפעס (דעם צדיק'ס פאניגונגען - ע"פ דפוס ראשון - ...), זיי (ער - ע"פ דפוס ראשון - ) פארשטייען נישט דיינע שיחות חולין)
דאס איז גראדע א גאר גוטע סטראטעגיע!! זיך נישט וויסענדיג מאכן!!
(ווי וואלט נשמה געשריבן דא... זיך נישט וויסענדיג מאכן, זיך נישט וויסענדיג מאכן, זיך נישט וויסענדיג מאכן, זיך נישט וויסענדיג מאכן! לאמיר גוט איינחזרן "זיך נישט וויסענדיג מאכן"!! ע"כ פון נשמה.... כ'טראכט אפשר קענט איר עס לייגן פאר אייער חתימה......)
סא גיימער אזוי טאן, און פראובירן אויסצוגראדען די שמועס.
די פה"א האט געפרעגט א זייער ספעציפישע פראגע: "איז זייער אויל ראוי לאכילה"? דאס האב איך פארשטאנען - און כ'מיין יעדער וועט עס אזוי פארשטיין - אז ער ווייסט אז מען קען שמן זית עסן - טאקע אפשר נישט אליין, משום די היזק, אדער משום שכחה, אבער מען רעדט אויף א אופן וואס מען קען יא, וויל ער וויסען צו "זייער אויל" - דהיינו נר מצוה'ס - איז אויך ראו.
אויף דעם האב איך גענטפערט אז די גרינע איז זייער ביטער, איז קען מען עס נישט עסן. און כ'האב געשריבן עס איז נישט ראוי, אבער נישט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב - נעמליך אז עס איז ווי פארברענגטע חלה וכדו' אדער חמץ מיט בליטש, וואס איז נישט "עסבאר", נאר דאס קען מען נישט עסן ווייל עס איז ביטער. סא אז מען וויל אריינלייגען שמן זית אין די אייער שפייז, קען מען נישט די גרינע, ווייל עס איז ביטער. און כ'האב צוגעלייגט איבער די אנדערע אויך קען זיין, ווייל די וואס מען נוצט יא צום עסן - ווייטער פארשטייט זיך נישט "טרינקען" - איז ריפיינד, אויסגעארבייט. און זיינס איז לכאורה רוי.
יעצט וויל איך פארשטיין הרב רמונים, ווי האט איר בכלל געזעהן די פראגע צו "שמן זית" איז יא אדער נישט ראוי צום "טרינקען"? מען האט נישט גערעדט בכלל פון די עצם שמן זית, נאר פון נר מצוה'ס ספעציפיש, און אויך נישט צו "טרינקען" - וואס פון דעם רעדט די ש"ע - נאר אויף צו נוצן ווי מען נוצט נארמאל שמן זית.
נאר יעצט טראכט איך אז פארשלאפן האט אויך פארשטאנען ווי אייך, און דאס האט ער געמיינט צו ברענגען פון ש"ע. פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט אזוי געמיינט, אויב זעהט מען די שמועס, זעהט מען דאך וואס די פראגע איז. אבער איך האב פארשטאנען אז ער מיינט פשוט "צו ווייזן".... און איך האב עס אזוי גענומען. אויב האט ער געהאט די זעלבע טעות ווי אייך, דארף איך זיך אנטשולדיגען פארן אים נישט גוט פארשטיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:33 pm
דורך רמונים
יידישע קהילות האט געשריבן:ניין ניין ניין. מיין שאלה איז פשוט איז עס ראוי לאכילה אדער אינגאנצן נישט עדיבל
דו פרעגסט אלס געזונט אויב מ'מעג דאס ארייננעמען אין מויל ?
לכתחלה
איינער פרעגט אויב שמן זית פון נר מצוה איז ראוי לאכילה, [פונקטליך פשט מוטשעט מען זיך נאך] איינער ענטפערט אז שמן זית בכלליות איז נישט א מאכל און מ'מאכט נישט קיין ברכה. ס'קומט נישט אריין אטאקעס. ודי בזה.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
רמונים האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:ניין ניין ניין. מיין שאלה איז פשוט איז עס ראוי לאכילה אדער אינגאנצן נישט עדיבל
דו פרעגסט אלס געזונט אויב מ'מעג דאס ארייננעמען אין מויל ?
לכתחלה
איינער פרעגט אויב שמן זית פון נר מצוה איז ראוי לאכילה, [פונקטליך פשט מוטשעט מען זיך נאך] איינער ענטפערט אז שמן זית בכלליות איז נישט א מאכל און מ'מאכט נישט קיין ברכה. ס'קומט נישט אריין אטאקעס. ודי בזה.
ס'קומט אריין - פאר מען קאמענטירט - ליינען וואס די שמועס איז, און ענטפערן צו די דירעקשאן וואס יענער פרעגט. צו מאכען א "ענדליכע שמועס, מאכט מען א עקסטערע אשכול, אדער מען שרייבן "מענין לענין וכו'. חוץ אויב האט מען געליינט, און נישט פארשטאנען וואס יענער וויל, דאן איז מען אונס.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:45 pm
דורך יידישע קהילות
טייל שמן זית (פאר צינדען) שרייבן ארויס "נישט צום עסן", אנדערע שרייבן פארקערט (כנראה, ווייל זיי זענען בעיקר מיועד פאר מענטשן וועלכע עסן דאס), אונזער אלעמען באליבטע "נר מצוה דחסידי טשיינע" נעמט נישט קיין שטעלונג דערין, דערמאנט מיר פון איזראעל'ס פאליסי לגבי נוקלעארע וואפן...
פרעג איך נאכאמאל, איז דאס עדיבל אדער נישט?
קען עמיצער פון נר מצוה פליז ענטפערן!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:46 pm
דורך יידישע קהילות
איך געב א אולטימאטום פאר נר מצוה, אויב הער איך נישט קיין ענטפער ביז 24 שעה, גיי איך ענטפערן און איך בין נישט זיכער אז דאס וועט זיי שמעקן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
העי...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 9:58 pm
דורך רמונים
יידישע קהילות האט געשריבן:איך געב א אולטימאטום פאר נר מצוה, אויב הער איך נישט קיין ענטפער ביז 24 שעה, גיי איך ענטפערן און איך בין נישט זיכער אז דאס וועט זיי שמעקן
אויב דו מיינסט צו זאגן אז ס'איז נישט שמן זית זך ? מוז נישט זיין
קוק וואס איינער טענה'ט
It is very common to find olive oil sold as "not for human consumption," or "for kindling only" either because the solvents or other chemicals used to extract or refine the oil are not food grade, because this oil was produced from inferior olives or in a way where the oil tastes bitter, or the oil was not necessarily prepared in the most sanitary environment
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 10:00 pm
דורך יידישע קהילות
זאלן זיי זאגן!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 10:02 pm
דורך רמונים
איך בין מסכים.
די בן איש חי זאגט מען זאל נישט נוצען אזעכלע שמן וואס איז א פגום אדער מאוס, אדער שמן מר וואס איז נישט ראוי לאכילה לאזט ער נוצען
Ner Mitzvah Olive Oil
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 10:55 am
דורך בערלשמערל
I did some research I saw all their imports to the US from the last year and I did not see the olive oil . I realized on the packaging that the oil is being imported in bulk and that they do the packing in .the US. From my experience it is fair to guess that they probably mix different oils together. According to the law it still needs to have the country it is coming from but it is harder to enforce Even if they were to be forced to write where the oil is coming from they can write five countries and you would not know where it is from .
Sorry for not writing in yiddish i dont have an yiddish keyboard and im not useto writing in yiddish
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 11:07 am
דורך ווישוואש
אסאך פון די אוילן וואס זענען 'made in Spain' זענען באמת נאר געבאטלט אין שפאניע צו פארנארן די קאסטומער, ס'איז באקאנט אז די אויל אינדוסטריע טוט אזעלכע זאכן, שוין מערערע מאל געווען אין די נייעס
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 6:24 pm
דורך סביב העולם
צוליב דאס נוץ איך נאר די אויל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2014 5:21 pm
דורך אַבּערוואַס
סביב העולם האט געשריבן:צוליב דאס נוץ איך נאר די אויל
דא שטייט נאר אז ס'איז "אימפארטעד" פין איטאליע.
אויף די "דאט-פרינטעד קאוד" אויבן אין די זייט (אדער ערגעץ אנדערש) אויפ'ן באטל, שטייט טאקע "IT" אדער עפעס אנדערש?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 3:13 pm
דורך סביב העולם
פון דא זעהט אויס אז הרבי מקאשוי שליט"א צינדט יא מיט נר מצוה