Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נר מצוה אויל - וואס און פון וואנעט

מאנטאג דצמבר 15, 2014 5:57 pm

ווייסט איינער צו נר מצוה אויל קומט פון טשיינע אדער איז דאס פון ארץ ישראל?
נאך א שאלה, איז זייער אויל ראוי לאכילה?

Advertisement

מאנטאג דצמבר 15, 2014 6:07 pm

זיי ווייסן מיסתמה http://www.nermitzvah.com/contacts

מאנטאג דצמבר 15, 2014 6:11 pm

זיי ווילן נישט ארויס געבן פון וואו עס קומט
כ'האב געמאכט פאריאר ריסוירטש ווייל איך נוץ נישט קיין אויל מעיד אין ספעין
האבן זיי מיר נישט געוואלט ענטפערן נאר אזויפיל אז עס קומט נישט פון שפאניע

מאנטאג דצמבר 15, 2014 6:23 pm

סביב העולם האט געשריבן: ווייל איך נוץ נישט קיין אויל מעיד אין ספעין

פארוואס?
(סתם נייגעריג)

מאנטאג דצמבר 15, 2014 6:44 pm

איינער זאל זיי פרעגען אויב ס'קומט נישט פון א"י וויי ער נוצט נישט זאכען פון מ"י.
און נאך איינער זאל פרעגען אויב ס'קומט נישט פון טשיינע, וכו' ביז מען וויסען פון וואו ס'קומט יא....

מאנטאג דצמבר 15, 2014 10:10 pm

יאפין האט געשריבן:איינער זאל זיי פרעגען אויב ס'קומט נישט פון א"י וויי ער נוצט נישט זאכען פון מ"י.
און נאך איינער זאל פרעגען אויב ס'קומט נישט פון טשיינע, וכו' ביז מען וויסען פון וואו ס'קומט יא....

יאפין, נו, האסט עפעס א תירוץ וואס איך געבן, פארוואס איך נוץ נישט קיין זאכן פון טשיינע?

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:05 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן: ווייל איך נוץ נישט קיין אויל מעיד אין ספעין

פארוואס?
(סתם נייגעריג)

וועגן די חרם

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:13 am

איז דאס לעגאל (נישט ארויפצושרייבן)?

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:58 am

האבן זיי א הכשר? אויב יא קען מען פרעגן פריוואט דעם בעל מכשיר פרטים וואס זענען נוגע כלפי כשרות.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:59 am

כמדומה אז ס'האט הכשר פון בד"צ דק"ק סקווירא.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 1:03 am

כ'פארשטיי בכלל נישט פארוואס אזא זאך איז א סוד, וואס קען שוין געשען? דער קאמפעטישאן וועט אויך נעמען פון יענע לאנד??..

דינסטאג דצמבר 16, 2014 1:09 am

איין זאך האבעך געזהען, אז זייער אויל ווערט פארגליווערט אין קעלט, אפי' נישט אין פריזער, וואס דאס איז לכאורה א שטארקע רייע אז עס איז עכט שמן זית. לויט ווי איך געדענק, איז דאס א אייגענשאפט פון עכטע שמן זית. לאפוקי די פאלטשע וואס האט זיך געדרייט אין די מארקעט.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 1:12 am

איז עס ראוי לאכילה, עדיבעל?

דינסטאג דצמבר 16, 2014 1:28 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איז עס ראוי לאכילה, עדיבעל?

די "גרינע" מן הסתם נישט.

נישט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב, נאר עס איז שטארק ביטער. בכלל ווערט די שמן זית וואס מען נוצט פאר קאכן ריפיינט, אויב האבעך נישט קיין טעות. סא רויע איז בכלל נישט אזוי גוט אין טעם.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 2:08 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איז עס ראוי לאכילה, עדיבעל?

כמיין אז ס'איז pomace אויל, וואס יתכן אז ס'איז א סכנה צו עסן

this not legal not to write the countywhere the oil is from

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:05 pm

see Customs site
http://www.cbp.gov/trade/nafta/guide-cu ... in-marking
i will try to get the country of origin

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:21 pm

סביב העולם האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן: ווייל איך נוץ נישט קיין אויל מעיד אין ספעין

פארוואס?
(סתם נייגעריג)

וועגן די חרם

האסט א מקור צום חרם (קענסט עפענען א באזונדער אשכול)

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:34 pm

viewtopic.php?p=978505#p978505

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:51 pm

סביב העולם האט געשריבן:
זיי ווילן נישט ארויס געבן פון וואו עס קומט
כ'האב געמאכט פאריאר ריסוירטש ווייל איך נוץ נישט קיין אויל מעיד אין ספעין
האבן זיי מיר נישט געוואלט ענטפערן נאר אזויפיל אז עס קומט נישט פון שפאניע

באקומען אין אישי:

כ'העט גשטשוזט זיי נישט צו גלויבן, נישט ווייל כ'האלט זיי זאגן ליגנט, נאר פשוט ווייל אז 95-100% פין די שמן זית (און אליוו'ס) וואס ליגט אין די היימישע געשעפטן זענען פין ספעין (ס'הייסט אז דאס איז די בעסטע אויל/אליוו'ס פאר ס'ביליגסטע), דאן פארוואס זאלן זיי זיין אנדערש?! בפרט אז זיי שטאלצירן נישט מיט זייער אויל אז ס'קומט פין ווייסעך וואו, קענסטו זיין גאנץ זיכער אז ס'איז די זעלבע ווי די אנדערע.. #לדעתי

פין די אייזערנע קאנעס איז יא דא כסדר פין איטאליע וכו', אבער היות אסאך פין די אוילן ווערן געמישט פין עטליכע מדינות, דארפט איר פארזיכטיג מאכן זיכער אז ס'נישט אריינגעמישט אויך ספאנישע.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 12:52 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=978505#p978505

ייש"כ פאר די מ"מ אבער ערבך ערבא צריך, דער האט דארט אויך נישט קיין געהעריגע מ"מ חוץ פון קאשויער רב ז"ל (ותלמידיו יתנהגו כפקודתו)

ס'איז א פלא, מ'רעדט פון א חרם פון 500 יאר צוריק, און ס'האט נישט קיין שום מקור אין קיין איין ספר?

דינסטאג דצמבר 16, 2014 3:45 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז עס ראוי לאכילה, עדיבעל?

די "גרינע" מן הסתם נישט.

נישט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב, נאר עס איז שטארק ביטער. בכלל ווערט די שמן זית וואס מען נוצט פאר קאכן ריפיינט, אויב האבעך נישט קיין טעות. סא רויע איז בכלל נישט אזוי גוט אין טעם.

אזוקי מזיק לי' סעיף ד', ולא שמעתי בפירוש מפי פוסקים אז ריפיינד איז אנדערש.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 3:47 pm

מי יודע האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=978505#p978505

ייש"כ פאר די מ"מ אבער ערבך ערבא צריך, דער האט דארט אויך נישט קיין געהעריגע מ"מ חוץ פון קאשויער רב ז"ל (ותלמידיו יתנהגו כפקודתו)

ס'איז א פלא, מ'רעדט פון א חרם פון 500 יאר צוריק, און ס'האט נישט קיין שום מקור אין קיין איין ספר?

האט נשיט איינער געברענגט א יעב"ץ? און בכלל איז עס נשיט קיין נייע שמועס, ווייל די הייליגער מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט שוין אז די חרם האט נישט קיין מקור, סא עס קוקט אויס אז אין זיין צייט איז שוין געווען א טענה'ריי אהין און צוריק.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 3:47 pm

סביב העולם האט געשריבן: 95-100% פין די שמן זית (און אליוו'ס) וואס ליגט אין די היימישע געשעפטן זענען פין ספעין

ויש אומרים אז אויך די וואס זענען לעבלד "מעיד אין איזראעל" זענען פון שפאניע..

דינסטאג דצמבר 16, 2014 4:02 pm

farshlufen האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז עס ראוי לאכילה, עדיבעל?

די "גרינע" מן הסתם נישט.

נישט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב, נאר עס איז שטארק ביטער. בכלל ווערט די שמן זית וואס מען נוצט פאר קאכן ריפיינט, אויב האבעך נישט קיין טעות. סא רויע איז בכלל נישט אזוי גוט אין טעם.

אזוקי מזיק לי' סעיף ד', ולא שמעתי בפירוש מפי פוסקים אז ריפיינד איז אנדערש.

כ'האב דאך גערעדט פון א אופן ווי מען מעג ע"פ הלכה. און איר ווייסט וואס כ'האב געמיינט.

דינסטאג דצמבר 16, 2014 4:06 pm

מ'מעג, נאר די גמרא זאגט אז אזוקי מזיק לי', דאס מיינט אויפן פלאץ איז זייער שווער אריינצונעמען אין מויל, נישט א שפעטערע גורם.

אלענפאלס, קאן זיין אז איר האט נישט ארויס מיינע ווערטער בכלל, והוא גמ' ערוכה ולא חדשתי דבר.
שרייב א תגובה

Advertisement