בלאט 1 פון 1

דענטיסט פון מאנסי רופט מיך אין סמאל קלעימס קאורט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 4:43 pm
דורך יעקב צוקערמאן
איך עפן אויף די פאסט מוצ"ש און איך טרעף אן אנגענעמע איבערראשונג, א דענטיסט פון מאנסי רופט מיין זון און מיין פרוי אין סמאל קלעימס קאורט, איבער א ביל פון 3,000 וואס ער טענה'ט אז איך קום אים.
עס איז א מעשה שוין פון דריי יאר צוריק, איך וואוין אין קרית יואל, פאר סאם ריזען, האט מיין ווייב געשיקט מיין זון צום דענטיסט דארטן אין מאנסי, פרויען האבן בכלל עפעס א שגעון צו זוכן דאקטוירים פון ווייט אוועק. די לאקאלע זענען ביי זיי פסול.
עניוועי, אלעס איז געגאנגען כשורה, אבער נאך א האלב יאר קריג איך א טעלעפאן רוף פון דעם דענטיסט, אז מעדיקעיד צאלט נישט פאר די ארבעט און איך קום אים געלט. כ'האב אים געזאגט אז איך האב שטארק רחמנות אויף אים, אבער איך האב נישט קיין טויזענטערס פאר קיין ציינער, איך אליינס גיי ארום מיט צוהאקטע צובראכענע ציינער, מיין כוונה ביים קומען צו אים איז געווען אז מעדיקעיד צאלט אים און ער וואלט דאס געדארפט מברר זיין גלייך פון אנהויב נישט ארבעטן און געוואויר ווערן א האלב יאר שפעטער אז די סערוויסעס זענען נישט געדעקט.
הקיצור, ער פלעגט מיך רודפ'ן, אבער די קאלס האבן זיך אויפגעהערט, ביז יעצט.
כ'מיין, איז דאס נארמאל, ער פארלאנגט 3,000, דאס איז סתם א רשעות, מעדיקעיד צאלט אים אפשר א פערטל פון די פרייזן, און וואס וויל ער פון מיר, בין איך שולדיג אז ער האט נישט מברר געווען פון פאראויס אז מעדיקעיד גייט נישט צאלן.
אלזא, אידן, האט איר אמאל געהערט דערפון, וואס קען מען טאן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 5:10 pm
דורך ניק ניק
איך בין נישט פונקטלעך באקאנט אבער איך פארשטיי אז די אמעריקאנע געזעץ באשוצט באיזה אופן מענטשן וואסן דארפן מעדעצינישע באהאנדלונגען און האבן נישט צו באצאלן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 5:12 pm
דורך יידישע קהילות
אויב דו האלטס באמת אז דו ביסט גערעכט, גיי אין קאורט און זאג עס פאר דעם דזשאדזש...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 5:35 pm
דורך אורייתא
איך וואלט דיך געצעט פארן גיין אין קאורט צו איבערשמועסען דיינע רעכטען מיט א פראפעשענעל און דיזע הלכות
די שכל זאגט לויט די דעמאקראטישע הלכות אז ער וואלט דיך געדארפט זאגען ביפאר אז עס איז נישט געקאווערט אבער מען קען נישט וויסען מיט וועלכע טענות ער קלאגט דירת געוועינליך גייען די אלע אקאונטס פאר קאללעקשענ קאמםעניס און אז זיי קלאגען דיר ווייסען זיי אלע זייערע אפציעס, עס ווענט זיך אויף וואס די/דיין ווייב האט געחתמט אז מען גייט באצאלען אויב מעדיקעיט גייט עס נישט קאווערען,
איז זיי עס מברר ביפאר,

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 6:31 pm
דורך פאטאקי08
סאשעל סערוויסעס דעפארטמענט קען דיר העלפן אין דעם געביט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 6:35 pm
דורך טעגלאש
יו דשעי אוי פארמאגט א לויער וואס פייט די זאכן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 7:37 pm
דורך יידישע קהילות
דער דענטיסט נוצט יענע לויער...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 8:09 pm
דורך FedEx
וואס איז די סיבה פארוואס מעדיקעיד האט נישט באצאלט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 9:48 pm
דורך אפטימיסט
פאר סמאלס קלעים קאורט דארף מען אויך נעמען אן אטוירני, רעד דיך מיט אים דורך. ער רופט דיך צו דזשאדזש דזשודי? אויב יא לאז מיך וויסן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 11:17 pm
דורך signout
טעגלאש האט געשריבן:יו דשעי אוי פארמאגט א לויער וואס פייט די זאכן
איך בעט דיך נאר דאס פראביר נישט, זיי ברענגן אראפ א ליגעל עיד וואס קען דיר נאר שאדען מאכען, זיי זענען גיט פאר א א מעדיקעיד פער הירינג אויב זי איז מסכים ''אנצונעמן'' די קעיס, ענדערש רעדט מיט א פראפאשענעל, עס זענען דא מומחים לאו דוקא לויערס ביי היימישע אידן וואס האבען עקספיריענס אין דעם געביט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 1:03 am
דורך מילין_יקירין
Monsey Health center?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 10:34 am
דורך שנאפס
signout האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:יו דשעי אוי פארמאגט א לויער וואס פייט די זאכן
איך בעט דיך נאר דאס פראביר נישט, זיי ברענגן אראפ א ליגעל עיד וואס קען דיר נאר שאדען מאכען, זיי זענען גיט פאר א א מעדיקעיד פער הירינג אויב זי איז מסכים ''אנצונעמן'' די קעיס, ענדערש רעדט מיט א פראפאשענעל, עס זענען דא מומחים לאו דוקא לויערס ביי היימישע אידן וואס האבען עקספיריענס אין דעם געביט


איר רעדט פון עקספיריענס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 12:58 pm
דורך יעקב צוקערמאן
א דאנק פאר די תגובות, איך וועל האלטן דעם עולם אפדעיטעד.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 1:43 pm
דורך יעקב צוקערמאן
כ'האב גערעדט צום דענטיסט, ער איז א איד, ער זאגט מיר אז ער וויל חס ושלום נישט רופן א איד אין קאורט אריין, ער האט נאר פשוט געוואלט באקומען מיין אויפמערקזאמקייט, ווארום ער ווארט שוין אזוי לאנג און איך האב אים נישט באצאלט. סאו מיר וועלן פרובירן צו מאכן עפעס א שליכטונג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 2:09 pm
דורך מאגר
אין קרית יואל ע.ח.ה.ס. איז דא פראגראם מיטן נאמען "סליידינג פי" מיט מינימאלע אפצאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 2:33 pm
דורך ירמי'
איך האב שוין עטליכע מאל באקומען א בריוו פון העלט-פורסט אז זיי האבן נישט באצאלט פאר די דאקטער פאר געוויסע סערוויסעס, און זיי שרייבן צו אין בולד אז אויב דער דאקטער האט מיר נישט מודיע געווען ביפאר די סערוויס קענען זיי מיר נישט טשארזשען

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 2:36 pm
דורך טעגלאש
signout האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:יו דשעי אוי פארמאגט א לויער וואס פייט די זאכן
איך בעט דיך נאר דאס פראביר נישט, זיי ברענגן אראפ א ליגעל עיד וואס קען דיר נאר שאדען מאכען, זיי זענען גיט פאר א א מעדיקעיד פער הירינג אויב זי איז מסכים ''אנצונעמן'' די קעיס, ענדערש רעדט מיט א פראפאשענעל, עס זענען דא מומחים לאו דוקא לויערס ביי היימישע אידן וואס האבען עקספיריענס אין דעם געביט

אני הקטן האט געהאט גאר גוטע עקספיריענס.

הצלחה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 2:53 pm
דורך מי יודע
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:כ'האב גערעדט צום דענטיסט, ער איז א איד, ער זאגט מיר אז ער וויל חס ושלום נישט רופן א איד אין קאורט אריין, ער האט נאר פשוט געוואלט באקומען מיין אויפמערקזאמקייט, ווארום ער ווארט שוין אזוי לאנג און איך האב אים נישט באצאלט. סאו מיר וועלן פרובירן צו מאכן עפעס א שליכטונג

קוקט אויס ער האט געליינט אייוועלט...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 3:03 pm
דורך signout
שנאפס האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:יו דשעי אוי פארמאגט א לויער וואס פייט די זאכן
איך בעט דיך נאר דאס פראביר נישט, זיי ברענגן אראפ א ליגעל עיד וואס קען דיר נאר שאדען מאכען, זיי זענען גיט פאר א א מעדיקעיד פער הירינג אויב זי איז מסכים ''אנצונעמן'' די קעיס, ענדערש רעדט מיט א פראפאשענעל, עס זענען דא מומחים לאו דוקא לויערס ביי היימישע אידן וואס האבען עקספיריענס אין דעם געביט


איר רעדט פון עקספיריענס?
פין א פאל וואס איך האב מיטגעהאלטן, זיי זענען אומזינסטע לויערס וואס קומען פין ניילעג, זיי זענען אומערפארען אויב איינער איז דארט מצליח ווערט יענער א געהעריגע לויער אין לאזט זיי אפ, זיי זענען אדער אומערפארען וואס טרענירן זיך אדער קלעצער וואס קענען נישט שטייגען

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 3:16 pm
דורך יעקב צוקערמאן
מאגר האט געשריבן:אין קרית יואל ע.ח.ה.ס. איז דא פראגראם מיטן נאמען "סליידינג פי" מיט מינימאלע אפצאל.

דאס איז נאכנישט געווען דאן איינגעפירט. עס איז גראדע א מורא'דיגער סיסטעם.