בלאט 1 פון 1
איי וועלט סערוועי
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:36 am
דורך שטארקע חסיד
איך האב מיר יעצט אריינגעסיינט אינעם וועלטל האב איך מיר באגעגנט מיט אן אינטרעסאנטען זאך, עס קומט מיר ארויף א פעידזש אז איך בין דער צען טויזענסטער וויזיטער דא ממילא בין איך געווארן אויסגעוועלט צי מעגן ענפערן א ספעציעלע פראגע בויגן שנקרא סערוועי און טאמער איך ענפער עס באקום איך ריווארדס און ווערד פון זעווענטי פייוו דאלארס, נו בין איך דאך א חסיד האב איך עס אויסגעפילט און געקלעימט מיין פרייז און באקומען אן עלעקעטריק ציגרעטל פאר אימזיסט, בין איך אקע דער איינציגסטער אדער סאיז דא נאך ?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:37 am
דורך שאינו יודע
איך האף אז דו האסט נישט געגעבן Personal information
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:38 am
דורך פער בריסטאו
וואס איז געשטאנען אינעם סערוועי?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:49 am
דורך שטארקע חסיד
זיי האבן געפרעגט ווי אפט איך בין אויף איי וועלט, צי איך בין ציפרידן מיט די געשרייבעכץ, אויב איך וואלט עס רעקעמעדירט פאר א צווייטן, אינטערסאנט אז עס איז געווען אויף ענגליש איך גלויב אז ווען עס וואלט ווען געווען א אמת'ע זאך וואלט עס געווען אויף אידיש ניין ?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:50 am
דורך גלעזעל
אויך געהאט לעצטענס געקענט באקומען א גיפט פון $75
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:50 am
דורך קרעפטיג
שאינו יודע האט געשריבן:איך האף אז דו האסט נישט געגעבן Personal information
דאס אז ער רייכערט האט ער זיכער ארויסגעגעבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:51 am
דורך פער בריסטאו
ווי איז מיין $75?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 1:23 pm
דורך לכאורה
צען טויזנטסטער באזוכער ווען? פון היינט? די לעצטע וואך/חודש/יאר?
שמעקט פון א סקעם
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 2:33 pm
דורך שטארקע חסיד
קוקט טאקע אויס ווי עפעס א סקעם, איך האב געקאנטאקט מיין טעקנישאן ער זאגט מיר אז עס איז ענדערש א העקער אויף איי וועלט סייט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 5:55 pm
דורך pcsolutions
שטארקע חסיד האט געשריבן:קוקט טאקע אויס ווי עפעס א סקעם, איך האב געקאנטאקט מיין טעקנישאן ער זאגט מיר אז עס איז ענדערש א העקער אויף איי וועלט סייט
דאן זאלט איר מוחל זיין אין זיך זיכען א נייע טעקנישאן
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 6:03 pm
דורך געלעגער
אויף אייוועלט סייט אדער אויף דיין כלי?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 8:43 pm
דורך פלעכטער
ס'איז גוט פאר א אפריל פול וויץ. מנהלים לייגטס אוועק די איידיע.