Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:56 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:סתם גערעדט, גלייבן אין די יג עיקרים עברי טייטש, גלייבט יעדעס אינגל און מיידל, מ'דארף נישט לערנען רמחל צו וויסן אין וואס צו גלייבן.

דיין תגובה איז נאר ווערט טאמער האסטו שוין עס געלערנט. אבער ווען יא וואלסטו נישט געשאסן א "סתם גערעדט"

Advertisement

מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:00 pm

מילכיגער האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:סתם גערעדט, גלייבן אין די יג עיקרים עברי טייטש, גלייבט יעדעס אינגל און מיידל, מ'דארף נישט לערנען רמחל צו וויסן אין וואס צו גלייבן.

דיין תגובה איז נאר ווערט טאמער האסטו שוין עס געלערנט. אבער ווען יא וואלסטו נישט געשאסן א "סתם גערעדט"

מיין תגובה איז ווערט עניוועי, יא געלערנט נישט געלערנט...
מ'דארף גארנישט לערנען צו גלייבן, מ'דארף גלייבן.
אין וואס ? אין די ווערטער פון טייטש סידור ביי די דף פון אני מאמין.

מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:45 pm

איך פארשטיי נישט איין זאך. פארוואס זאגט מען "איך בין א 'נער' און איך גלייב", פארוואס נישט "איך בין א 'חכם' און איך גלייב"!
גלייבן האט עפעס מיט זיין א נער???!!!
לעצט פאראכטן דורך fiena nieas אום מאנטאג דצמבר 08, 2014 11:00 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:55 pm

אזוי ווי גלייבן האט נישט מיט פארשטיין, ווייל מ'קען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן, קוקט אויס דער מאמין פארן אינו מאמין ווי א נאר. אוודאי איז ער באמת א חכם אז ער איז מכיר מקומו און זיין הגבלה אין חכמה, אין די צייט וואס דער אינו מאמין איז דער גרעסטער נאר אז ער פרובירט זיך איינצורעדן אז ער פארשטייט אין זאכן וואס ער קען נישט פארשטיין, אדער פארשטייט ער נישט כלל די מושג פון ידיעה העכער שכל. דער אויסדרוק זאגט אפילו איך בין א נאר [לשי' השכליים] בין איך א נאר און גלייב.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 12:55 am

אן לערנען חובת הלבבות קען מען נישט זיין קיין מאמין. מ'קען נאכבאמבלען משפה ולחוץ כמעשה קוף - אמונה מוז זיין איבערצייגט מיט א פלאמעדיג הארץ - אזוי וועלן עס דיינע קינדער לערנען פון דיר! נאכזאגן איך בין א נער און איך גלייב, איבערצייגט מיך נישט אז "דו" גלייבסט". עס איבערצייגט מיך אז "דו" זאגסט עס!

ודע מה שתשיב מיינט נישט פאר יענעם - זאלסט וויסן וואס צו ענטפערן פאר'ן אפיקורס אין דיר. אפיקורס הטמון בלבך. ואקצר.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:20 am

אינטערעסאנט מיין מוטער האט קיינמאל געלערנט חובת הלבבות און זי איז גאר א גרויסע מאמין, איך קען נאך אסאך גרויסע מאמינים וואס האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט חובת הלבבות.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:34 am

איי עם וויט יו פאמילי.
ס'זייער שיין צו לערנען רמח"ל מיט חובת הלבבות, אבער אמונה האבען אונז מיטן זאגען די אני מאמין'ס בפשטות..

אוודאי אויב איינער פיהלט א שוואכקייט אין אמונה האט ער ספרים פון וואס זיך צו שטארקען.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:37 am

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אינטערעסאנט מיין מוטער האט קיינמאל געלערנט חובת הלבבות און זי איז גאר א גרויסע מאמין, איך קען נאך אסאך גרויסע מאמינים וואס האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט חובת הלבבות.


מיין קליין אינגל איז אויך א מאמין אן חובת הלבבות!

סיריעסלי. חובת הלבבות מיין איך "נישט" שער היחיד. וואס מיר לערנען נישט
שער הבחינה און אלע אנדערע חלקים מוז יעדער איד לערנען אויס ער וויל זיין א מאמין כדת וכדין, נישט כמעשה קוף.

איך מאך נישט אוועק דיין באבע, אבער אויף אמונה מוז מען הארווען! אויב האסטו נישט געוואוסט דערפון קענסטו נאך יעצט אנהייבן, וועסט געוואויר ווערן אסאך זאכן, וואס דו מיינסט דו פארשטייסט.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:52 am

נאטרוליסט האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אינטערעסאנט מיין מוטער האט קיינמאל געלערנט חובת הלבבות און זי איז גאר א גרויסע מאמין, איך קען נאך אסאך גרויסע מאמינים וואס האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט חובת הלבבות.


מיין קליין אינגל איז אויך א מאמין אן חובת הלבבות!


אט אזוי!

דינסטאג דצמבר 09, 2014 1:59 am

נאטרוליסט האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אינטערעסאנט מיין מוטער האט קיינמאל געלערנט חובת הלבבות און זי איז גאר א גרויסע מאמין, איך קען נאך אסאך גרויסע מאמינים וואס האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט חובת הלבבות.


סיריעסלי. חובת הלבבות מיין איך "נישט" שער היחיד. וואס מיר לערנען נישט
שער הבחינה און אלע אנדערע חלקים מוז יעדער איד לערנען אויס ער וויל זיין א מאמין כדת וכדין, נישט כמעשה קוף.

אין רמב"ם און אין שו"ע איז נישט גע'פסק'נט דער חיוב, אבער סתם זאג איך אז עס'איז דא א חיוב אויף יעדן איד צו לערנען די גאנצע תורה.
מעשה קוף קענסטו נוצן אויף טון מצוות אן הארץ אן כוונה אן יראה אן אמונה. אבער אז א אידיש קינד גלייבט, גלייבט ער דאך, וואס קומט דא אריין מעשה קוף ??
אני מאמין באמונה שלימה, איך גלייב מיטן גאנצן הארץ, אמונה שלימה וברורה בכל לב אז כל התורה כולה אמת אלע יג עיקרים אמת ויציב ונכון וקיים וישר ואהוב וחביב ונחמד ונורא ואדיר ומתוקן ומקובל ויפה וטוב הדבר הזה עלינו לעולם ועד, אמת אלקי עולם מלכנו צור יעקב מגן ישענו, לדור ודור הוא קיים ושמו קיים וכסאו נכון ומלכותו ואמונתו לעד קיימת ודברים חיים וקיימים ונחמדים לעד ולעולמי עולמים על אבותינו ועלינו ועל בנינו ועל דורותינו ועל כל דורות זרע ישראל עבדיך על הראשונים ועל האחרונים דבר טוב וקיים לעולם ועד אמת ואמונה חוק ולא יעבור אמת שאתה הוא ה"א ואלקי אבותינו מלכנו מלך אבותינו גואלינו גואל אבותינו יוצרנו צור ישועתנו פודנו ומצילנו מעולם הוא שמך ואין לנו עוד א'ל'ה'י'ם זולתך סלה.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:05 am

מיין קינד קען אויך מאכן "COPY/PASTE".
אבער זיי נישט בייז, חובת הלבבות שער הבחינה איז די אלף בית צו די מצוה פון גלייבן אין בוכ"ע. חוץ אויב דו וועסט מיר זאגן אז א מלאך לערנט עס מיט דיר - עפן עס אויף און לערן עס דורך וועסט אליין לאכן.

אמונה פשוטה קומט נישט אויטאמאטיש פון חדר! נאכזאגן איז באמת מעשה קוף

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:15 am

עס שטייט אין ספרי. און אויף אין ילקוט שמעוני, תתעג:

דורשי רשומות אומרים, רצונך שתכיר מי שאמר והיה העולם, למוד אגדה שמתוך כך אתה מכיר את הקב"ה ומדבק בדרכיו.

פארוואס שטייט נישט זאג: "איך גלייב" אין פינטל. די גמרא האט פארשטאנען אנדערש דעם קאנצעפט פון אמונה פשוטה.

נאכאמאל, נישט חקירה, נאר פשוט'ע אמונה פשוטה - דעטס אלל.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:16 am

יא אמת, א מלאך לערנט עס מיט מיר, [נישט נאר מיט מיר, מיט נאך אסאך אידן].
איך דארף נאך אלץ לערנען חובת הלבבות ?

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:18 am

נאטרוליסט האט געשריבן:עס שטייט אין ספרי. און אויף אין ילקוט שמעוני, תתעג:

דורשי רשומות אומרים, רצונך שתכיר מי שאמר והיה העולם, למוד אגדה שמתוך כך אתה מכיר את הקב"ה ומדבק בדרכיו.

פארוואס שטייט נישט זאג: "איך גלייב" אין פינטל. די גמרא האט פארשטאנען אנדערש דעם קאנצעפט פון אמונה פשוטה.

נאכאמאל, נישט חקירה, נאר פשוט'ע אמונה פשוטה - דעטס אלל.

סאו איז עס שער הבחינה אדער אגדה? כ'בין צומישט.
יעצט ערנסט גערעדט, וואו האסטו דא געזען די ווערטער "רצונך שתאמין בהשי"ת"?

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:25 am

יעצט האסטו שוין א פראבלעם מיט'ן ספרי. נישט מיט מיר.

דער חובת הלבבות איז די זעלבע אגדה. לאפוקי מעשי קוף און קאפי/פעיסט.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:35 am

נאטרוליסט האט געשריבן:יעצט האסטו שוין א פראבלעם מיט'ן ספרי. נישט מיט מיר.

דער חובת הלבבות איז די זעלבע אגדה. לאפוקי מעשי קוף און קאפי/פעיסט.


איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיטן ספרי, דו האסט א פראבלעם מיט קריאה.וואו האסטו געזען דא רצונך שיהיה לך אמונה במי שאמר והיה העולם ?
זיי מיר אויך מסביר וואס איז אויב ס'איז נישט רצונך ? וואסארא שאלה איז דאס רצונך ? ס'איז אפשינעל?

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:46 am

אין אידיש:

אויב איר ווילט קענען דעם באשעפער, לערן אגדה וועסטו קענען הקב"ה און וועסט זיך מדבק זיין אין אים.

גארנישט אפשניעל שטייט דא. נאר א גרינגע מהלך עס צו עררייכן.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:54 am

וואס מיינט קענען דעם באשעפער ? מדבק זיין ?
פאר איינער לערנט אגדה גלייבט ער נישט אין באשעפער ? אדער קען ער אים נאר נישט ?
איז נאכאמאל וואס זאגסטו אז ס'איז נישט אפשינעל, נאר א מהלך, פריער איז עס געווען א חיוב גמור אויף יעדע איד. איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו האלסט.
דו האלסט נאך אלץ אז א יעדע איד מוז לערנען חובת הלבבות און\אדער אגדה, אויב נישט איז ער נישט קיין מאמין בה', נאר פלאפלעלט סתם ??

אין ירושלמי שטייט ר' יונתן האט נישט געוואלט לערנען אגדה פאר ר' שמלאי, ווייל מ'טאר נישט לערנען אגדה מיט גסי הרוח ומעוטי תורה. סאו פאר דו לערנסט מאך זיכער ... [סתם א וויץ].

דינסטאג דצמבר 09, 2014 2:55 am

סתם, אויב וויל מען באמת מקיים זיין מצות אמונה (להסוברים דאנכי ה' אלוקיך - אמונה היא מצוה בפני עצמה) דארף מען עס טון במעשה. דער חינוך זאגט:

וענין האמנה הוא שיקבע בנפשו שהאמת כן ושאי אפשר חלוף (בחלוף) זה בשום פנים. ואם נשאל עליו, ישיב לכל שואל שזה יאמין לבו ולא יודה בחלוף זה אפילו יאמרו להרגו, שכל זה מחזיק וקובע האמנת הלב כשמוציא הדבר מן הכח אל הפעל, רצוני לומר כשיקים בדברי פיו מה שלבו גומר.

ולפי הנראה, אז א איד טוט א מצוה בפועל אדער האלט זיך צוריק פון אן עבירה צוליב די איינע סיבה אז ער גלייבט אין מציאות ה' ויכלתו, איז ער בכלל "שכל זה מחזיק וקובע האמנת הלב כשמוציא הדבר מן הכח אל הפועל", וקיים בזה עיקר מצות אמונה.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:02 am

דער חינוך איז קילורין לעינים, וואס ער מיינט שכל זה מחזיק וקובע האמנת הלב בפשטות מיטן ארויסזאגן מיטן מויל אז דאס גלייב איך, דאס וואס דו זאגסט מיט מקיים זיין א מצוה דורך אמונה, איז זיכער אמת אז ער האט אמונה וואס מאכט אים טון די מצוה, אבער פון חינוך איז משמע אז ער וויל זאלסט ארויסזאגן אז דו גלייבסט און דעמאלט איז עס מחזיק און קובע די אמונה בלב. פון טון א מצוה מוז נאכנישט זיין אז מ'טוט עס וועגן אמונה.
פארשטייסט וואס איך זאג ?

דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:03 am

אויסער אויב מיינסטו צו זאגן אז ער טוט א מצוה אפילו יאמרו להרגו, דאן איז עס טאקע פונקט ווי ארויסזאגן.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:13 am

ווייל ער רעדט נישט פון דעם ציור פון טון א מצוה בכלל, ער רעדט "אם נשאל עליו, ישיב לכל שואל".

אבער לכאורה, הרי הדברים ק"ו. Action speaks louder then words. פארשטייט זיך אז " יאמרו להרגו" איז טאקע די מערסטע הוכחה, אבער ער רעדט דאך נישט (נאר) פון אזא ציור.

(אפי' דער יאמרו להרגו איז יתכן אז דאס איז אלעס א המשך פון דעם "ישיב לכל שואל" - ער זאל איינמעלדן פאר יעדן וואס וויל נאר הערן אז ער גלייבט און זיין אמונה איז אזוי פעסט "שלא יודה בחילוף זה אפילו יאמרו להרגו" און מיט אט דעם דיבור איז ער שוין מוציא מן הכח אל הפעל כלומר שיקים בדברי פיו מה שלבו גומר - כ"ש כשיקים במעשה ידיו מה שלבו גומר)

דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:48 am

איך פרעג, וויאזוי איז זיינע מעשים קובע אז די מצוה שטאמט ווייל ער איז א מאמין, מאן יימר?
ווען ער זאגט ארויס ווייסטו וואו דו האלסט מיט אים, איי אפשר זאגט ער סתם, אפילו כשיאמרו להרגו איז א הוכחה אז אמת אומר. אין דעם פאל פון וויסן וואס מ'גלייבט איז קלארע דיבורים יא שטארקער ווי סתם מעשים שאינם מוכיחים.
אויסער אז ער רעדט נישט פון הוכחה לגבי אחרים נאר לגבי עצמו, איז אפשר גענוג עבודת הקל במעשה המצוות הבאה ע"י אמונה, אבער אויב אזוי פארוואס זאגט ער ביי אמירה שישיב כל השואל אפילו שיאמרו להרגו, פון דעם איז משמע לענ"ד, אז קביעה בלב איז עיקר אמונה, און די החזקה און קביעות איז ווען מ'זאגט אויף אן אמת ארויס וואס מ'גלייבט אפילו אין שווערע אומשטענדן וואס ס'קאסט בלוט', און דאן ווערט נתאמת בפועל מה שגמר בלבו. וואס פון טון סתם א מצוה אן דיבור ווערט נישט נתאמת פאר א שואל דער ענין. חוץ אויב די מצוה קומט אן במסירת נפש איז די זעלבע מוכרח אז ער טוט עס וועגן אמונה.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 7:40 am

ווען א איד מאכט א בורא פרי העץ, און נעמט נישט די מיה ארייצוטראכטן וואס השי"ת האט דא ספעציעל באשאפן אין דעם עפל, ער פראבירט בכלל נישט צו פארשטיין די אויסטערלישע וואונדער וואס השי"ת האט אריינגעלייגט (מ'מוז נישט קענען קיין סייענס דערצו), אזא איינער איז ביי מיר מעשה קוף. (איך בין א נער און איך מאך א ברכה).

דאס איז שער הבחינה. גארנישט מער. יעצט קלער אריין צי ס'פעלט טאקע נישט אויס, און מ'קען געהעריג זיין א מאמין ווייל מיין באבע קלערט אויך קיינמאל נישט אריין (למשל).

א מענטש מוז נוצן מחשבה ביי יעדע זאך, ק"ו בבשק"ו אז ביי אזא פונדאמענט ווי אמונה דארף מען וויסן וואס איינצובאקן אין די קינדער יעדן טאג. זאגן איך גלייב אן קיין טעם און א פשט איז גאר א שוואכע דרגא, און מעשה קוף. ווייל ער נוצט נישט זיין מחשבה.

דינסטאג דצמבר 09, 2014 8:15 am

אין תורת אבות שטייט: א יוד דארף גלייבן אז ער גלייבט.
שרייב א תגובה

Advertisement