עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג דצמבר 04, 2014 11:19 pm
אודאי דארף מען רעדן פון אמונה און טאקע גאר אפט! און מיט א ברען! נאר, דאס וואס מ'פרעגלט אריין זאל טאקע זיין די אמונה פשוטה אן זיך אריינצולאזן אין חקירות וסברות, ווייל כדאי עס זאל נישט נתעורר ווערן די אלע קשיות דארף מען בעיקר זיין ארומגענימען מיט יראת שמים און א ליבשאפט צו זייו א איד, ווייל די שורש פון די ספיקות איז חסרון אין יראת השם מער ווי אמונת השם.
כ'האב געהאט א מגיד שיעור וואס פלעג זאגן אמאל ווען א קינד פלעגט טוען אן עבירה פלעג דער טאטע דערציטערט ווערן און זאגן טוה נישט! סאיז דא א ברענעדיגע גיהינום! היינט זאגט מיט א רואיגקייט מיט א האלבע שמייכל סאיז מקצה.. לייג אראפ...
דאס גייט אריין אין הארץ פון א קינד און באגלייט אים נישט צוצוקומען צו וועלן האבן ספיקות.. אסאך אסאך מער ווי דאס אז מהאט מברר געווען אין ישיבה אז עס איז יא דא א באשעפער...
Advertisement
פרייטאג דצמבר 05, 2014 8:23 am
עשרת השבטים האט געשריבן:מען זאגט נאך איינער איז געקומען צום בריסקער רב אז ער האט קשיות פרעגט ער אים וואס איז געווען פריער די עבירות אדער די קשיות ענטפערט ער אים די עבירות האט
בריסקער רב געזאגט "די האסט נישט קיין קשיות די האסט תירוצים"
פרייטאג דצמבר 05, 2014 8:54 am
ווער זאגט אז דער בחור האט קודם געטון עבירות? פון די מעשה שיינט פארקערט
פרייטאג דצמבר 05, 2014 9:10 am
דורך מזויף מתוכו
ווייל די שורש פון די ספיקות איז חסרון אין יראת השם מער ווי אמונת השם.
100% גערעכט! די ספיקות קומען ארויף אינסטענטלי נאכן זיך נאכגעבן די ברענעדיגע יצר הרע, צו פארווישן די גילטי פילינג'ס, און כדי מען זאל קענען ח"ו ווייטער זינדיגן רוהיגערהייט.
אמונה פשוטה אהן קיין הסבירים, איז געווען וואס אונזערע מאמעס און באבעס האבן געפרעגעלט, אין מען האט נישט געדארפט מער פון דעם!
חוץ אויב ח"ו ער איז אנגעליינט מיט אפיקורסות פון פעיסבוק, וואס דעמאל'ס דארף ער טאקע אמונה מיט הסבר, אויסצוקלארען זיין פאדרייטקייט.
מיינע....סענט'ס
פרייטאג דצמבר 05, 2014 9:26 am
שוועמל האט געשריבן:ווער זאגט אז דער בחור האט קודם געטון עבירות? פון די מעשה שיינט פארקערט
ס'שיינט נישט פארקערט, די גאנצע מעשה איז מיר פארדעכטיגט, ביטע שיין...
אז מ'ווערט א עלטערע בחור פארלירט מען פלוצלינג די אמונה ? כ'בעט דיך, כ'האב געקענט גענוג עלטערע בחורים, העכסענס איז מען געווארן אביסל דעפרעסט, אבער האבן קשיות פלוצלינג אין די יסודות אמונה ? איך וואלט ענדערשט געזאגט אז די פעיסבוק איז געקומען פאר ער האט זיך פארעלטערט, נאכדעם האט ער אנגעהויבן מיט די קשיות, דאס האט קיין שייכות נישט מיט קיין ראש ישיבה'ס שולד...
----------------------
קאכעדיגע האקט, זאגסט גוט.
פרייטאג דצמבר 05, 2014 1:29 pm
אפשר קען מיך איינער מסביר זיין וואס פונקטליך איז די אפטייטש פון די ווארט 'דיפרעסט'
פרייטאג דצמבר 05, 2014 2:57 pm
איך זאג נאך אלץ ס'שטייט עניות מעביר אדם מדעת קונו. יסורים הסתרת פנים קענען אפשוואכן א מענטש. חלילה חלילה.
שבת דצמבר 06, 2014 7:20 pm
און איך זאג נאכאלץ אז מ'דארף אריין האקן אמונה פשוטה אין די יוגנט יארן, אז ס'זאל זיין כמונח בקופסא.
שבת דצמבר 06, 2014 8:10 pm
איך ווייס פון א פאל ווען א בחור האט גלייענט א סייענס בוך און ער איז געווארן אינגאנצן צוטומעלט. עס איז כמעט נישט געווען צו וועם זיך צו ווענדן. מיט חסדי ה' האט ער געטראפן א תלמיד פון הרב אביגדור מיללער זצ"ל וועלכער האט איהם עכ"פ געמאכט זיין א ספק מאמין, און מיט הארוואניע אין ספרים און הערן דרשות און שיעורים פון ארץ ישראל'דיגע מחזירי בתשובה, איז ער היינט א מאמין הגם נאך היפש אויפגעקלערט, און לאכט נאך אפ פון אסאך יסודות פון היימישע-חרידישע יידישקייט.
שבת דצמבר 06, 2014 8:18 pm
ווען יעדער זאל ווען שרייבן נאר "אריין " פאל וואס זיי ווייסן, וועט דיו אילו ימי, וכל מי כנישותא זיין מעגליך צו באשרייבן דעם הארץ ווייטאג'דיגע נושא.
שבת דצמבר 06, 2014 8:44 pm
אקעי, יעצט אז מ'ווייסט שוין פון דעם פראבלעם,וואס גייסט דו טון דערצי?
עס איז זייער גרינג צו בלעימען דעם מחנך,אבער דו אלס טאטע וואס טוסטו אריין צו פאקען אמונה אין דיינע קינדער?
שבת דצמבר 06, 2014 9:04 pm
איי טריי מיי בעסט...
מיינע קינדער זענען נאכנישט אזוי אלט (די עלטסטע איז אונטער צוויי יאר) איך האף זיי אלע מחנך זיין ע"פ תורה
שבת דצמבר 06, 2014 11:14 pm
אמונה! אמונה! אמונה!
ווי אזוי גיבט מען דאס איבער פאר די קינדער?
זייער פשוט, דו קענסט נישט איבערגעבן פאר די קינדער א זאך פון וואס דו אליין האלטסט נישט דערביי
וואס הייסט איך אליין האלט נישט דערביי? איך האב א חסרון אין אמונה? דו ווייסט וואסערע מאמין איך בין? יעדן שבת טיש רעד איך פון אמונה!
אלעס פיין און וואויל, מען קען זאגן און רעדן דערפון כסדר, די שאלה איז ווען עס קומט למעשה ביי דיר אליין וואס איז דיין רעאקציע? ווען עפעס גייט דיר נישט גוט אינדערהיים, אין ביהמ"ד, ביי די ארבעט וכו' וכו', ווי אזוי רעאגירסטו? ווייסטו דעמאלטס אויך אז הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים? אדער דאס איז נאר גילטיג ווען יענער האט א פראבלעם?
כדי א קינד זאל וואקסן מיט אמונה, דארף ער זען א לעבן פון אמונה ביי זיינע עלטערן אויף טריט און שריט, אויב לעבן די עלטערן מיט אמונה, און יעדע זאך וואס פאסירט איז די רעאקציע 'אזוי וויל דער באשעפער' דעמאלטס אולי יש תקוה אז ס'זאל בלייבן ביי די קינדער אויך.
אויב אבער פרעדיגט ער אמונה, אבער ווען איינער כאפט אים אויס א עלי' אין ביהמ"ד איז עק וועלט, און מאכט זיכער קער צו נעמען פון יענעם, איז דו האסט נישט קיין אמונה אינעם אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו און דיין קינד גייט א טריט ווייטער
זונטאג דצמבר 07, 2014 12:37 am
מאנכע האבן א טעות, דהיינו, מען טייטשט אפ אמונה פשוטה אזוי ווי די רבי אין חדר זאגט "שא, פרעג נישט קשיות", אדער כלשונם "מען דארף גלייבן מיט אמונה פשוטה, און פרעג נישט קיין קשיות", דאס הייסט נישט קיין אמונה פשוטה, דער מלמד אדער מגי"ש וואס זאגט אזאנס פאר א בחור, ווייזט דאס אז - זאל מיר אנטשולדיגן - ער קען נישט א-ב פון אמונה פשוטה, צומאכן די אויגן ווי א בת היענה מיינט נישט אמונה פשוטה, עס הייבט זיך נישט אן, אמונה פשוטה איז אויך א לימוד, מען דארף דאס "קענען".
פאר א שייינע פאר יאר צוריק האביך געהערט א סעריע פון שמועסן פון הרב משה וואלפסאן שליט"א, ער לערנט פאר הלכות "אמונה פשוטה" פאר אינגע בחורים, עס ממש כמים קרים, עס איז בערך 23 שמועסן, עס לוינט זיך איינצוהאנדלן, עס פארענטפערט אלע קשיות וואס בחורים מוטשענן זיך, ער רעדט נישט קיין שום חקירות, אבער אלעס ווערט צולייגט בטיב טעם ודעת.
איך ווייס נישט וועלעכע ישיבה דאס איז, אבער הרב וואלפסאן רעדט אויף ענגליש, עס שיינט ווי די דאזיגע ישיבות לייגט מען יא א דגוש אין די ענינים.
זונטאג דצמבר 07, 2014 1:12 am
און טאקע דארט זעט מען א מורא'דיגע אמונה, ביי די ענגליש רעדנדע קרייזן, נישטא קיין נושרים, נישטא קיין כופרים. גיוו עי ברעיק פליז. מיר האבן ב"ה א מסורה, ווי דער בעשט הק' האט געזאגט איך בין א נער און איך גלייב, והדברים מבוארים בספה"ק שומרי אמונים מאמר האמונה.
זונטאג דצמבר 07, 2014 2:45 am
@חסד שבמלכות איך מײן אז דו רעדטס װעגן בטחון נישט אמונה. מען קען גלײבן אין באשעפער אבער זײן באזארגט פון װי צו פארדינען
געלט. אזוי מײן איך.
זונטאג דצמבר 07, 2014 9:04 am
בולקע האט געשריבן:@חסד שבמלכות איך מײן אז דו רעדטס װעגן בטחון נישט אמונה. מען קען גלײבן אין באשעפער אבער זײן באזארגט פון װי צו פארדינען
געלט. אזוי מײן איך.
איך רעד דייקא יא פון אמונה, בטחון איז א שמועס פאר זיך, און אוודאי קען מען נישט האבן קיין בטחון אויב מ'האט נישט קיין אמונה, און איך האב נישט גערעדט פון זארגן ווי צו פארדינען געלט
מען רעדט ווען דו פארדינסט שוין געלט, האסט א גוטן ביזנעס, און ס'פאסירט א פאנטשער, א פאנטשער וואס מ'קען הענדלען, ווי אזוי נעמסטו אויף דעם פאנטשער? וויפיל מענטשן באשולדיגסטו אונטערוועגנס? וויפיל העטעך פעטעך'ס האסטו אז ס'וואלט נישט פאסירט?
והוא הדין ביי אלע זאכן אינעם טאג טעגליכן לעבן, קומסט אן צו ברידער'ס חתונה אין א צווייטע שטאט און דערזעסט זיך האסט פארגעסן דעם שטריימל, פארסט אויף א ביזנעס טריפ און אויפן פליגער כאפסטו אז דו האסט פארגעסן דיין לעפ טאפ, מ'שמועסט אפ מיט די גאנצע משפחה אז אויף דעם שבת פארט מען ערגעץ אין די קאנטרי און ס'איז פרייטאג מיטאג יעדער איז גרייט און געפאקט און באמערקסט א פראבלעם אויפן קאר וואס דער מעקעניק זאגט אז ס'איז א סכנה אזוי צו פארן, ס'איז נישט מעגליך עס צו פיקסן פאר שבת ווייל ער האט נישט דעם פארט, קענסט שוין נישט דינגען יעצט א אנדערע קאר, אין אנדערע ווערטער דו ברויכסט יעצט בלייבן אינדערהיים אויפן שבת נאך אלע הכנות (דאס איז א מעשה שהי' פארגאנגענעם זומער), ווי אזוי איז דיין רעאקציע?
אט דאס איז דער בעסטער אמונה שמועס פארן קינד!
און צו קענען זיין פאזיטיוו אונטער די אלע אומשטענדן ועוד ועוד שאי אפשר לפורטם כי רבים המה, צו דעם דארף מען האבן א שטארקע אמונה וואס מ'ווערט נישט מיט דעם געבוירן, נאר מ'דארף ארבעטן דערויף.
מ'דערציילט אין ירושלים איז געווען א איד ער האט געהייסן ר' נטע צענווירטה ז"ל אויף די עלטערע יארן האט ער געהאט א אייניקל אין שטוב וואס האט אים געהאלפן, איין צופרי שטייט ער אויף ער זוכט זיין פאנטאפל און טרעפט עס נישט, זאגט ער פארן אייניקל: הערסטו! איך האב היינט באקומען א נבואה פון באשעפער, דער אייניקל קוקט אים אן, און קלערט נעבעך, די זיידע אין די יארן, עפעס גייט פאר מיט אים, שוין ער וויל אים טעסטן פרעגט ער אים, זיידי וואסערע נבואה האסטו באקומען, זאגט ער כ'האב היינט באקומען א נבואה דער באשעפער וויל איך זאל היינט זוכן מיין פאנטאפל.
א האלבע שעה שפעטער זאגט ער פארן אייניקל, יעצט האב איך באקומען נאך א נבואה, דעם אייניקל ווערט גוט, וואס איז די אנדערע נבואה? דער באשעפער האט מיר יעצט געזאגט אז איך דארף שוין נישט זוכן מיין פאנטאפל.
"פון ווי ווייסטו?" פרעגט דער אייניקל.
"ווייל כ'האב עס שוין געפינען".
אט דאס מיינט געלעבט מיט אמונה, ס'איז א קלייניקייט, מ'רעדט פון סתם פארלירן א פאנטאפל, אבער אז מ'לעבט ביי אזעלכע קלייניקייטן מיט אמונה, און מ'ווייסט אז אלעס איז פון באשעפער, דעמאלטס איז גרינגער צו לעבן אזוי אויך ווען מ'האט ח"ו שווערערע פראבלעמען.
זונטאג דצמבר 07, 2014 4:36 pm
די זאגסט דאך אזוי גוט!
איינמאל די שמועס דא וועט זיך אפשטילן, האף איך בעזרתו דהוי' ב"ה צו ארויספרינטן אלע תגובות, און איבערגעבן פאר די ראשים פון די וועד הרוחני און די מוסד ווי איך האב געלערנט, איך ראט יעדער איינער זאל אויך אזוי טוהן.
מאנטאג דצמבר 08, 2014 10:31 am
געב עס איבער פאר די משגיחים און אינגעלייט וואס רעדן און ארבעטן מיט די בחורים, זיי קענען אסאך אויפטון.
מאנטאג דצמבר 08, 2014 6:14 pm
קען מיר איינער מסביר זיין, נישט אריינרעדן, דאס "איך בין א נאר און איך גלייב"?
וויאזוי ארבעט דאס?
פארוואס טוה איך דאס טאקע? ווייל איך גלייב? איך בין דאך דערווייל נאכנישט א נאר. וואס האט מיך געמאכט מחליט זיין צו זיין א נער און גלייבן?
מאנטאג דצמבר 08, 2014 6:42 pm
איך גלייב ווייל איך גלייב, ווייל איך גלייב, איי דו אויפגעקלערטער [מיין נישט דיך ווייל איך קען דיר נישט] סייענטיסט, חכם, מליץ, משכיל, וכל שום וחניכא דאית להו, לאכסט פון מיר, הע דו נארישער תמים, פרוי וואס דו ביסט, גלייבסט וואס גלייבסטו? הע? פארשטייסט גארנישט, כאפסט גארנישט סתם א נארישער פאנאטישער פארגלויבטער נעבעך... יא יא , איך בין א נאר און איך גלייב.
מאנטאג דצמבר 08, 2014 7:12 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין, נישט אריינרעדן, דאס "איך בין א נאר און איך גלייב"?
וויאזוי ארבעט דאס?
פארוואס טוה איך דאס טאקע? ווייל איך גלייב? איך בין דאך דערווייל נאכנישט א נאר. וואס האט מיך געמאכט מחליט זיין צו זיין א נער און גלייבן?
מיין טאטע מאמע האבן מיר אזוי אויסגעלערנט
מאנטאג דצמבר 08, 2014 8:12 pm
איך דערמאן זיך יעצט במעשה שאירע עם הקדו"ל זי"ע, שהלך אצל רבו, המגיד ממעזריטש כנגד דעת חתנו, וכשבא בחזרה, שאל הימנו מה לימדת שם? אמר לו "אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט", וחתנו צחק ממנו וקרא לשפחתו ושאל לה אם יש מנהיג לבירה, וענתה בחיוב. א"ל הקדו"ל: "יא יא, זי זאגט און איך ווייס"
וד"ל
מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:11 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין, נישט אריינרעדן, דאס "איך בין א נאר און איך גלייב"?
וויאזוי ארבעט דאס?
פארוואס טוה איך דאס טאקע? ווייל איך גלייב? איך בין דאך דערווייל נאכנישט א נאר. וואס האט מיך געמאכט מחליט זיין צו זיין א נער און גלייבן?
די פראבלעם איז ענדערש אז רוב אומגעלערנטע (אפגעזען וועמעס שולד) חרדישע אידן ווייסן נאכנישט פונקטליך "וואס" זיי גלייבן, נישט "פארוואס". די חינוך/דרשות/לעקציעס דערפן זיין מסביר צו זיין די י"ג עיקרים מיט די דיטעילס (אזא בחי' ווי דער רמח"ל) און דרך השם.
מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:45 pm
סתם גערעדט, גלייבן אין די יג עיקרים עברי טייטש, גלייבט יעדעס אינגל און מיידל, מ'דארף נישט לערנען רמחל צו וויסן אין וואס צו גלייבן.