בלאט 1 פון 4

חשבון- math פאר בעגינערס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 10:35 pm
דורך zookeeper
א גיט אווענט.
אזוי ווי עס איז באקאנט איז די חכמה פון מעט גאר שוואך ביי חסידישע יונגערלייט.
וועלען מיר דא גרונדען א שיעור פאר בעגינערס ביז ארויף.
וזה החלי....
מארגן וועט ערשיינען די ערשטע קלעס.
מבעט ווער סקען העלפען זאל אויף הייבן די האנד.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 11:02 pm
דורך מילכיגער
איך האב שוין א פאר מאל געוואלט אנהויבן א שיעור אבער צוריקגעטרעטן ווייל פון מיין עקספיריענס איז דאס זייער שווער. פארוואס?

- אנדערש ווי אנדערע ידיעות, מוז מען "ארבייטן" אויף קונה צו זיין מעט. פון הערן די קאנסעפט האט מען גארנישט נאר טאמער מ'טוט די עקסערסייז איינמאל און נאכאמאל.

- ווען איינער וויל שוין יא ארבייטן, איז שוין דא מן המוכן אן א שיעור זייטלעך אויף אלע מיני לעוועלס (ווידיאס, שיעורים, ביכער, האום ווארק). איז ממילא זעה איך נישט ווי א שרייבער אויף אייוועלט קען מוסיף זיין.

וואס יא? טאמער קען איינער אנהייבן פרעגן שאלות אין מעט (ער 'כאפט' נישט עפעס, קען נישט ארויסקריכן מיט א חשבון וכדו') בין איך גרייט אי"ה צו העלפן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 11:45 pm
דורך abr
אויב די האסט אסאך געדולט אין א רצון עס צו קענען
קענסטו זיך דא לערנען ממש פון אנפאנג ביז ארויף זייער הויעך
איך האב דא געלערנט ביז איך האב שוין נישט געהאט קיין געדולט
https://www.khanacademy.org/math


viewtopic.php?f=25&t=24306

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:28 am
דורך חיים צבי
יאפס, די כהנא אקאדעמי איז זייער פיין פאר איינער וואס וויל לערנען, זיי פארמאגען אויך א פיינער עפפ.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 12:48 pm
דורך משיח
איז דאס חינם?

אגב, איך זעה זיי לערנען אנדערע זאכן אויך, זענען זיי גוט?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 1:02 pm
דורך מאנ-יימער
יישר כח abr און חיים צבי, האמער געדאונלאוד די עפפ.

מילכי וואטש אוט, איי עם קאמינג פאר יו...
#אלדזשעברא

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 6:17 pm
דורך abr
משיח האט געשריבן:איז דאס חינם?

אגב, איך זעה זיי לערנען אנדערע זאכן אויך, זענען זיי גוט?

יא זיי זענען בחינם

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 6:42 pm
דורך ידיד
מאנ-יימער האט געשריבן:יישר כח abr און חיים צבי, האמער געדאונלאוד די עפפ.

וואו זעסטו א עפפ?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 7:14 pm
דורך מאנ-יימער
אויפן עפפ סטאר.

https://play.google.com/store/apps/deta ... rnanything

יעצט זעה איך די עפפ האט נאר טרעינינג ווידיאוס און נישט קיין פרעקטיס טעסטס אזויווי די וועבזייטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 8:08 pm
דורך green
סדא א געוויסע עפפ וואס העלפט שטארק ארויס אין רעכענען, סאיז דא אויף אלע פלאטפארמען, בב, אייפאון, ענדרויד, פאלמס, און אפילו אויף פליפ פאן'ס אויך...

קאלקולעיטער

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 8:15 pm
דורך ירוחם
דארפסט דאך אבער וויסן *וואס* אריינצולייגן אין די קאלקולעטאר! למשל, אויב האסט א קאלקולעטאר וואס האט נישט קיין %, וויאזוי רעכנסטו פראצענט? און אויב האסטו יא אבער דו ווילסט וויסן עפעס וואס די קאלקולעטער קען דיר נישט העלפן דערמיט, למשל 36 איז וויפיל פראצענט פון 468, וויאזוי געסטו זיך א עצה אן קענען?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 9:25 pm
דורך מילכיגער
מאנ-יימער האט געשריבן:יישר כח abr און חיים צבי, האמער געדאונלאוד די עפפ.

מילכי וואטש אוט, איי עם קאמינג פאר יו...
#אלדזשעברא


הלאטי מי יתן והי' איך זאל האבן מיט וועם צו רעדן א אידיש ווארט דא... אבער ווי געשריבן איז דאס דאונלאודן די עפפ אזוי ווי די וואס הייבן אן א דייעט מיטן סנעפן א BEFORE פיקטשע...אסאך ארבייט חבר! ס'איז אבער ווערט אלע געלטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 9:48 pm
דורך zookeeper
קען איינער מסביר זיין וואס איז דאס ratio?
און וואס ווערט דאס געניצט?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 9:51 pm
דורך מילכיגער
zookeeper האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס איז דאס ratio?
און וואס ווערט דאס געניצט?

depends on the context

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
zookeeper האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס איז דאס ratio?
און וואס ווערט דאס געניצט?

אז איך האב געווינען צוויי מאל די לאטערי, און א צווייטער נאר איינמאל, זענען אונזערע געוונסען 2:1 .

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:18 pm
דורך מילכיגער
שיינע משל... אבער די 2:1 נוצט מען ענדערש פאר ODDS ווי למלשל ווען מ'וויל זאגן אז די ODDS אז דיין מעשה איז אמת איז 1:250000000000000

RATIO קען מיינען פלעין א פרעקשאן, אדער קען עס זיין א קיצור לשון פון עפעס אנדערש (ביים נעמען א מארגעזש רעדט מען פון רעישא אבער דארט מיינט עס די רעשיא פון רענט אווער טאטל אינקאם).

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:37 pm
דורך zookeeper
פשוט איז למשל אז סזענען דא 24 וייסע און 16 שווארצע קינדער און א קלאס פון 40 וואס איז די ratio?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
מילכיגער האט געשריבן:שיינע משל... אבער די 2:1 נוצט מען ענדערש פאר ODDS ווי למלשל ווען מ'וויל זאגן אז די ODDS אז דיין מעשה איז אמת איז 1:250000000000000

RATIO קען מיינען פלעין א פרעקשאן, אדער קען עס זיין א קיצור לשון פון עפעס אנדערש (ביים נעמען א מארגעזש רעדט מען פון רעישא אבער דארט מיינט עס די רעשיא פון רענט אווער טאטל אינקאם).

ס'גייטעך אן אז כ'האב געווינען די לאטערי?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:43 pm
דורך מילכיגער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:שיינע משל... אבער די 2:1 נוצט מען ענדערש פאר ODDS ווי למלשל ווען מ'וויל זאגן אז די ODDS אז דיין מעשה איז אמת איז 1:250000000000000

RATIO קען מיינען פלעין א פרעקשאן, אדער קען עס זיין א קיצור לשון פון עפעס אנדערש (ביים נעמען א מארגעזש רעדט מען פון רעישא אבער דארט מיינט עס די רעשיא פון רענט אווער טאטל אינקאם).

ס'גייטעך אן אז כ'האב געווינען די לאטערי?


נאך ווי...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:45 pm
דורך מילכיגער
zookeeper האט געשריבן:פשוט איז למשל אז סזענען דא 24 וייסע און 16 שווארצע קינדער און א קלאס פון 40 וואס איז די ratio?


ווענדט זיך. טאמער רעדסטו פון די שווארצע וועסטו זאגן אז די רעשא פון שווארצע צו ווייסע איז 16/24 אויב פארקערט איז דאס 24/16

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:54 pm
דורך zookeeper
די ratio איז 2:3

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 11:57 pm
דורך מי חכם
איז דא עפעס מער צו מעטה ווי וואס מען האט געלערנט אין חדר? אדער זענען אלע הויך שטאפלערישע ווערטער און פאני בוכשטאבן נאר שארטקאטס, גרינגער צו מאכן דאס רעכענען ווען עס קומט צו קאמפליצירטע חשבונות, אבער באמת קען מען מיט בלויז + - × ÷ אנקומען צו אלעם מען דארף נאר ארבעטן אביסעלע שווערער (און דער עיקר נוצן אביסל דעם קאפ)?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 10:27 am
דורך מילכיגער
מי חכם האט געשריבן:איז דא עפעס מער צו מעטה ווי וואס מען האט געלערנט אין חדר? אדער זענען אלע הויך שטאפלערישע ווערטער און פאני בוכשטאבן נאר שארטקאטס, גרינגער צו מאכן דאס רעכענען ווען עס קומט צו קאמפליצירטע חשבונות, אבער באמת קען מען מיט בלויז + - × ÷ אנקומען צו אלעם מען דארף נאר ארבעטן אביסעלע שווערער (און דער עיקר נוצן אביסל דעם קאפ)?


מלה"ד (להבדיל בין קדש לחול) אז מ'קען עברי מיט טייטש מיינט נאך נישט אז מ'קען א שווערע סוגיא נאר אן עברי קען מען קיין סוגיא נישט קענען.

מיט אריטמעטיק (וואס מ'לערנט אין חדר) קען מען נישט אויסרעכענען קיין שיעור מקוה און נישט כלאים. ס'איז דא אן א שיעור זאכן וואס מ'מוז פאר דעם האבן העכערע כללים און יסודות. וד"ב

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 10:10 pm
דורך zookeeper
קען איינער מיר מסביר זיין וואס מיינט rational numbers?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 1:27 pm
דורך ירוחם
rational numbers מיינט נומבערס וועלכע רעפרעזענטן ratios. סיי וועלכע נומער וועלכע קען געשריבן ווערן אלס א רעשיא צווישן איין נומבער אין א צווייטע איז בכלל רעשענאל נומבערס. וויאזוי שרייבט מען א נומבער אלץ רעשיא צווישן צוויי נאמבערס? אדער אזוי:
frac1.gif
frac1.gif (1.1 KiB) געזעהן געווארן 256 מאל
, אדער אזוי
frac2.gif
frac2.gif (960 Bytes) געזעהן געווארן 256 מאל


לאמיר נעמען א פשוט נומבער אלץ ביישפיל: 3, די נומבער 3 קען מען שרייבן אלץ רעשיא:
frac3.gif
frac3.gif (864 Bytes) געזעהן געווארן 256 מאל
, אדער למשל די נומער "א דריטל" קען מען שרייבן אלץ רעשיא פון צוויי נומבערס: 1/3 (דו קענסט מער נישט עטעטשען, 3 איז דאס מערסטע וואס מען קען.)

נאכדעם זענען דא נומבערס וואס וויפיל מ'זאל נאר טרייען וועט מען נישט קענען דאס רעפרעזענטן אלס א רעשיא פון צוויי נומבערס און די נומבערס הייסן אירעשאנעל. א ביישפיל איז π (פּיי) - די רעשיא פון א סוירקלס סירקאמפרענס (וויפיל עס איז רינגס און ארום) צו די סוירקל'ס דיאמעטער (וויפיל עס איז פון איין עק ביז די עק אקעגן איבער).
בילד

דאס איז א אירעשאנעל נומבער ווייל מיר קענען דאס נישט בשום אין אופן אראפשרייבן ווי א רעשיא צווישן צוויי נומבערס. (דאס איז אגב נוגע א גמרא, אין עירובין יד עומד א ווי די גמרא זאגט כל שיש בהיקפו ג׳ טפחים יש בו רחב טפח, דאס הייסט אז די רעשיא פון די סירקומפרענס (היקפו) צו די דיאמעטער (רוחב) איז יא א רעשענעל נומבער 3/1, און תוספות אויפן פלאץ (ד"ה והאיכא) פרעגט " וקשיא דאין החשבון מדוקדק לפי חכמי המדות)