פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 5:06 pm
עס האט נישט קיין באשטימטער נאמען ווייל עס איז א רעלאטיוו נייע סימבאל. געווענילך רופט מען עס "לאנג דיוויזשאן סימבאל" אדער דיוויזשאן ברעקעט.
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
ירוחם האט געשריבן:עס האט נישט קיין באשטימטער נאמען ווייל עס איז א רעלאטיוו נייע סימבאל. געווענילך רופט מען עס "לאנג דיוויזשאן סימבאל" אדער דיוויזשאן ברעקעט.
מילכיגער האט געשריבן:ירוחם. איך האב ליידער ליידער נישט קיין צייט אויסצופיגורן ווערטער אויסצודרוקן מיין התפעלות!
הצעה: ביטע גיי נישט ווייטער און זיי מער מאריך מיט פריים נומערס און רידוסן פרעקשאנס. דאס דארף מען מער פילעווען... איך וואלט צוגעלייגט דא קוויזעס וכדו' ווייל די נושא איז ווילד פרעמד (אנדערש ווי ביז יעצט וואס מ'האט געהערט אין חדר...)
מילכיגער האט געשריבן:הצעה: ביטע גיי נישט ווייטער און זיי מער מאריך מיט פריים נומערס און רידוסן פרעקשאנס. דאס דארף מען מער פילעווען... איך וואלט צוגעלייגט דא קוויזעס וכדו' ווייל די נושא איז ווילד פרעמד (אנדערש ווי ביז יעצט וואס מ'האט געהערט אין חדר...)
ירוחם האט געשריבן:...די קונץ איז דאס צו "פעקטארן". וואס הייסט פעקטארען? איז אזוי. אויב ביידע נומבערס קענען ווערן צוטיילט ביי די זעלבע נומבער, צום ביישפיל סיי 8 און סיי 4 קענען ווערן צוטיילט אין 2, איז דער 2 א "פעקטאר" פון 4 און פון 8. צו רידוסן א פרעקשאן דארף מען קענען טרעפן א פעקטאר וועלכע צוטיילט ביידע נומבערס, און דערנאך טאקע צוטיילן די צוויי נומבערס.
צום ביישפיל, לאמיר טאקע זאגן אז מיר האבן 4/8 (פיר אכטלעך) קוקנדיג אויף דעם נומבער קען מען תיכף זען אז ביידע פון זיי קענען צוטיילט ווערן אויף 2. קוקנדיג אביסל טיפער קען מען אויך זען אז ביידע פון זיי קענען צוטיילט ווערן אויף 4. יעצט, אז 'מצוטיילט 4 ביי 4 בלייבט מען מיט איינס, און אז מ'צוטיילט 8 ביי פיר בלייבט מען מיט 2. האבמער יעצט א נייע פרעקשאן פון 1/2. און דער אמת איז אז אפילו ווען מיר צוטיילן דאס בלויז אין 2, וואלטן מיר אויך אין די ענדע אנגעקומען צו 1/2. ווייל 4 דיוויידעד ביי 2 איז 2, 8 דיוויידעד ביי 2 איז 4. האבן מיר א נייע פרעקשאן פון 2/4. אבער די נייע פרעקשאן קען מען אויך צוטיילן ביידע נומבערס ביי 2, און די ריזאלט וועט טאקע זיין 1/2.
און דאס איז דער כלל: אזוי לאנג ווי מ'קען טרעפן די זעלבע פעקטארס אין ביידע נומבערס פונעם פרעקשאן, קען מען דאס רידוסן צו א קלענערע פרעקשאן. און באמת, דאס איז דער סך הכל פון וויאזוי מען לערנט אין חדר צו רידוסן פרעקשאנס.
קנאפער ידען האט געשריבן:אקעי אקעי... וועיט עי מינוט... איך קוואוט נאר דער ערשטער חלק ווייל איך האלט נאך דארט... איך בין אביסל שטייט [אינקעיס יו דידענט רילייז איט ביי יורסעלף].
קען מען דען אייביג אזוי טון, טרעפן א פעקטאר? לאמיר נעמען א משל פון 7/14, דאס איז כמובן האלב [קוקענדיג פשוט אז די נומערן זענען איינער טאפעלט פונעם צווייטן], אבער וואס איז דער פעקטאר פון זיבן?
מילכיגער האט געשריבן:בכלליות ערלויב איך מיר צוצולייגן אז ביי מעט איז דא אסאך כללים וואס קוקן אויס אנפאנג ווי ס'מאכט נישט קיין סענס אדער בעסער געזאגט, ווי ס'סתם איבריג און ס'מאכט נישט אויס. אבער ווי ווייטער מ'גייט אלס וויכטיגער ווערט עס.
מילכיגער האט געשריבן:וואס זענען די ערשטע 10 פריים נומערס? וויזוי קען איך וויסן ווען איך האב א נומער צו דאס איז א פריים נומער? אויך מער מאריך זיין אין די וויכטיגקייט פון פריים מיט מער משלים.
ירוחם האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:אקעי אקעי... וועיט עי מינוט... איך קוואוט נאר דער ערשטער חלק ווייל איך האלט נאך דארט... איך בין אביסל שטייט [אינקעיס יו דידענט רילייז איט ביי יורסעלף].
קען מען דען אייביג אזוי טון, טרעפן א פעקטאר? לאמיר נעמען א משל פון 7/14, דאס איז כמובן האלב [קוקענדיג פשוט אז די נומערן זענען איינער טאפעלט פונעם צווייטן], אבער וואס איז דער פעקטאר פון זיבן?
חלילה!! ביסט בכלל נישט שטייט, און דיין שאלה ווייזט נאר אז דו כאפסט אויף פונקט די נקודות אויף וועלכע כ'האב נישט מאריך געווען את הדיבור!
7 איז דיוויזעבל ביי 7 (7 דיוויידעד ביי 7 איז 1, ווייל 7 טיימס 1 איקוואלס 7). בעצם אי דאך יעדע נומבער דיוויזעבל ביי זיך, נאר דער חכמה איז צו זען צו דער נומבער איז אויך דיוויזעבל ביים צווייטן נומבער פונעם פרעקשאן. אין אונזער פאל: 14 איז דיוויזעבל ביי 7 אין 14 דיוויידעד ביי 7 איז 2 ווייל 7 טיימס 2 איקוואלס 14.
אין קורצן: סיי 7 און סיי 14 האבן א אייניגע פעקטאר פון 7.