מ'קען גיין ווייטער, צו דעוויזשאן? איך בין זיכער גרייט...
דיוויזשאן - הקדמהדעוויזשאן (ויש גורסים פרעקשאנס) איז לכאורה די וויכטיגסטע (און מסתמא די שווערסטע) פון די פיר אפערעישאנס (דהיינו, פלאס מיינוס טיימס און דיוויזשאן). והא ראיה, עס זענען דא אן א שיעור וועגן וויאזוי אונז רעדן פון דיוויזשאן. קודם די אביולעס סימבאל וועלכע מ'געדענקט נאך (האפענטליך) פון חדר... ÷, דעראנאך די סאלידוס (סלעש) סימבאל כזה /, און ווער געדענקט נאך די שרעק אנווארפאנדע ◌̅( ? אבער דאס זענען בעצם אלע סימבאלן וועלכע רעדן פון די זעלבע זאך, איין נומבער צוטיילט אין א צווייטע, אבער דיוויזשאן גייט ווייטער ווי דעם. אויבן (בעפאר מ'האט אנגעהויבן פלאס) האט מען גערעדט פון רעשיאס וועלכע איז אויך א צווייג פון דיוויזשאן. דעסימעל נומבערס (נומבערס מיט דעסימעל פינטלעך דערין) זענען אויך פרעקשאנס פון א נומבער, און אויך פראצענט איז א דיוויזשאן אפשטאמיגע.
נישט נאר דאס, נאר אין העכערע מאטעמאטיקס ווי צום ביישפיל אלדזשעברע, דארף מען האלטן פאר די אויגן אז אפילו אזוי גערופענע "גאנצע נומבערס" ווי 1, 5, 55, 398 א.א.וו. קענען אויך ווערן געשריבן אלס פרעקשאנס צום ביישפיל דער נומער איינס קען געשריבן ווערן מיט אין סוף סארטן פרעקאשנס (א נומבער דיוויידעד ביי די זעלבע נומבער (למשל 57/57) איז אייביג איקוואלס צו 1 ווי מ'וועט באלד מאריך זיין).
אבער וואס מיינט דיוויזשאן? פונקט ווי ביי פלאס מיינוס און טיימס זענען אויך דא אין דיוויזשאן די פשוט'ער הבנה, און דערנאך קען מען זיך דערגרינטעווען צו טיפערע הסברים. עמער אנהייבן מיט די פשוט'סטע הסבר: ווען מ'דיווייד א נומבער ביי א צווייטע נומבער, צום ביישפיל 6 דיוויידעד ביי 2, איז די שאלה: וויפיל מאל גייט די נומבער 2 אריין אין 6? אדער בעסער געזאגט, וויפיל 2'ערס קען איך ארויסנעמען פון 6? מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער בר הכי צו זען אז 2 גייט אריין אין 6, דריי מאל (2+2+2 איז איקוואלס 6, אדער בעסער געזאגט 2×3=6).
ביי פלאס און ביי טיימס האב איך מדגיש געווען אז די סדר מאכט נישט קיין נפקא מינא. מה שאין כן ביי מיינוס מאכט די סדר א גרויסע נפקא מינא, ווייל מ'דארף דאך וויסן וועלכע נומבער מ'נעמט אראפ פון וועלכע. וויבאלד דיוויזשאן איז צו מיינוס וואס טיימס איז צו דיוויזשאן (
דהיינו, פונקט ווי טיימס איז פשוט אסאך מאל פלאס, די זעלבע איז דיוויזשאן א סאך מאל מיינוס) איז ביי דיוויזשאן אויך שטארק נוגע די סדר. מ'וויל דאך וויסן וועלכע נומבער גייט אריין אין וועלכע, און יעדער פארשטייט אליינס אז 2 גייט אריין אין 6 דריי מאל, אבער 6 גייט נישט אריין אין דריי אפילו איין מאל!
מיט די אלע הקדמות, לאמיר אנהייבן מאכן פשוט'ע דיוויזשאן. אופס, כ'האב פארגעסן נאך איין הקדמה... צו קענען מאכן דיוויזשאן פון גרויסע נומבערס קען מען נוצן פען און פאפיר, אבער דיוויזשאן פון קלענערע נומבערס קען נישט גיין נאר אויב מ'האט זיך גוט איינגעחזרט די טיימס טעיבל לכה"פ ביז 9×9*! איי וועסטו דאך אוודאי פרעגן, ווי קומט טיימס צו דיוויזשאן? דער תירוץ איז אז דיוויזשאן איז פונקט די פארקערטע פון טיימס, צום ביישפיל אז מ'וויל וויסן וויפיל איז 7÷42 (42 דיוויידעד ביי 7, דהיינו וויפיל מאל גייט 7 אריין אין 42), דארף מען זיך דערמאנען פון טיימס אז 6×7 איז 42, און דעריבער איז 7÷42 איקוואלס 6 (7 גייט אריין - אדער קומט ארויס - פון 42, זעקס מאל).
גוט, לאמיר זיך נעמען צום נושא. וואס איז 3÷897? אין אידיש, וויפיל מאל גייט 3 אריין אין 897? אדער וויפיל 3'ס קען מען ארויסנעמען פון 897? בעפאר מ'הייבט אן, לאמיר נאר זאגן וויאזוי די צוויי נומבערס רופן זיך - נישט אז די פענסי נעמען זענען עכט נוגע, נאר ס'פשוט גרינגער אז מ'זאל וויסן פון וואס מ'רעדט. די נומבער וועלכע מ'זיכט צו צוטיילן - 897 אין אונזער פאל - הייסט דער דיווידענד (דער צוטיילטער). דער נומבער ביי וועמען מ'צוטיילט (3 אין אונזער משל) הייסט דער דיווייזער (די צוטיילער).
איז אזוי. די וועג וויאזוי מיר רעכענען דאס אויס איז אז מ'שטעלט אויס שיין דעם שאלה אויף דעם אופן:

דערנאך וואס מ'טוט איז אז מ'גייט נומבער ביי נומבער. לאמיר אנהייבן. וואס איז 3÷8, דאס הייסט וויפיל מאל גייט 3 אריין אין 8? דאס קען מען אויסרעכענען מיט די פינגער: 3 גייט אריין אין 8 גענוי 2 מאל (און דערנאך בלייבט איבער 2, פון וואס מ'וועט תיכף קעיר נעמען)**. דער ענטפער "2" לייגט מען העכער דעם אכט:

יעצט, כדי צו וויסן וויפיל פונעם דריי מ'האט שוין אריינגעשטעלט אינעם דיווידענד (897), און וויפיל מ'דארף נאך אריינלייגן טוט מען ווי פאלגנד: וויפיל איז 2×3 (דער ענטפער טיימס די דיווייזער 3)? 6! לייגט מען א 6 אונטער דעם 8, און מ'מאכט מיינוס. 8-6 איז 2. שטעלט מען אהין א צוויי.

יעצט גיי מיר ווייטער, 3 קען דאך נישט אריינגיין אין 2, זעמער שוין פערטיג מיטן הונדערטער קאלום און ס'צייט זיך אנצוהייבן רעכענען מיטן צענערס קאלום. ברענגט מען אראפ פון אויבן דעם 9 ער זאל זיך משתתף זיין מיט 2, און צוזאמען פארשטעלן א 29***. יעצט איז די שאלה, וויפיל מאל גייט 3 אריין אין 29? 3÷29 איז איקוואל וואס? לאמיר זען. 3×10 איז 30, איז דאך 10 צו א גרויסע ענטפער. ווידעראום 3×9 איז בלויז 27, ווייסן מיר שוין אז 3 גייט אריין אין 29 ניין מאל, (און ס'פארבלייבט 2). נישט קיין פראבלעם. מיר שרייבן 9 העכער דעם 9, און פונקט ווי פריער מאכט מען 9×3 (דער ענטפער טיימס די דיווייזער), און די ריזאלט לייגט מיר דארט אונטן, אונטער דעם 29.

יעצט איז די צייט צו מאכן מיינוס. 29-27 איז וויפיל? 2. 3 גייט דאך נישט אריין אין צוויי, סאו ס'צייט אראפצוברענגן דעם 7 אינעם איינסערס קאלום, און אים מצרף זיין צום 2, עס זאל זיין א דבר השלם: 27. וויפיל מאל גייט 3 אריין אין 27? 3÷27=9, דאס האט מען דאך א מינוט צוריק געזאגט! נו, שרייבט מען א 9 העכער דעם 7.
יעצט, פונקט ווי פריער רעכענען מיר 3×9 (דער ענטפער מיינוס די דיווייזער) די רעזאלט 27 לייגן מיר אונטער דעם 27, און 27-27 איז 0, און מ'איז פארטיג! און מיר האבן דעם ענדגיליטגין ענטפער, 3 גייט אריין אין 897, 299 מאל!

לאמיר נאר זיכער מאכן אז איך רעד צום זאך. וויפיל איז 3×299? רעכנט עס אויס, גענוי 897! ווייסמער שוין אז אלעס קלאפט.
המשך יבוא...
************************ הערות************************
*דער אמת'ער אמת איז אז ביי יעדע טיימס טעיבל דארף מען נאר קענען ביז צו די נומבער טיימס די נומבער, דהיינו, פון די 4 טיימס טעיבל דארף מען קענען ביז 4×4, די 5 טיימס טעיבל דארף מען קענען ביז 5×5, די 6 טיימס טעיבל ביז 6×6 א.א.וו אבער פארשטייט זיך אליינס אז צו קענען ביז 9×9 העלפט אסאך ארויס אין לעבן
**נעם אין אכט אז די עכטע שאלה וואס מ'פרעגט איז נישט וויפיל מאל גייט 3 אריין אין 8, נאר וויפיל מאל גייט 3 אריין אין 800, ווייל די 8 איז דאס אין די הונדערטער קאלום. נאר מאיגנארירט די צוויי זיראוס ווייל אין די ענדע וועלן מיר דאך קעיר נעמען אויך פון די צענער קאלום און די איינסער קאלום. והיינו טעמא פארואוס די ענטפער (2) לייגט מען העכער דעם 8 ווייל 3 גייט אריין אין 800 צוויי הונדערט מאל מיט א תוספת פון נאך אפאר צענערס און איינסערס וועלכע מ'גייט תיכף אדרעסירן.
***און נאכאמאל, בעומק איז דאס 290, אבער יעצט האלטן מיר ביי די צענער קאלום, און מיר זארגן זיך נאך נישט איבער די איינסערס.