פלאס פון גאנצע נומבערסמ'דארף (האפענטליך) קיינעם נישט זאגן וואס פלאס און מיינוס מיינט, לאמיר נאר איבערגיין די דיטעילס:
אונזער נומבער סיסטעם ארבעט מיט א בעיס פון צען. וואס מיינט "בעיס פון צען"? דאס מיינט אז אונז האבן בלויז סימבאלס פאר צען נאמבערס, און ווען אונז ווילן שרייבן העכערע נאמבערס נוצט מען א קאמבינעישאן פון די צען סיבמאלס. וויאזוי טוט מען דאס? לאמיר באטראכטן א נומבער און מיר וועלן תיכף זען וויאזוי מען טוט דאס:

וואס באדיט די נומבער? פינף הונדערט ניין און דרייסיג. די זעלבע סימבאלן, אויב וואלטן זיי געווען אין אנדערע פלעצער וואלטן זיי געמיינט אנדערע זאכן. למשל, מ'וואלטן מיט די דריי סימבאלן געקענט שרייבן ניין הונדערט פינף און דרייסיג (935), דריי הונדערט ניין און פופציג (359) און אזוי ווייטער, אבער אונז וויסן צו די סימבאל מיינט איינס, צען, אדער הונדערט, בלויז דורכן קוקן *וואו* די סימבאל איז פלאצירט. אינעם ערשטן קאלום (פון די רעכטע זייט) איז עס בלויז די נומבער זעלבסט, אינעם צווייטן קאלום מיינט עס צען מאל אזויפיל וויפיל עס איז, אין די נעקסטע איז עס הונדערט, דערנאך טויזנט א.א.וו.

ממילא, אז מ'קוקט אוף אונזער נומבער, 539, ווייסן אונז אז באמת רעדט מען דא פון

אדער

יעצט אז אונז פארשטייען דעם נקודה (האפענטליך...) איז פלאס גאר גרינג. וואס מ'טוט איז מ'שורה'ט אויס די נומבערס איינס אונטער דעם אנדערן אזוי אז די איינזער נומבערס זענען איינס אונטער די אנדערע, די צענערס זענען איינס אונטער די אנדערע און די הונדערטערס זענען איינס אונטער די אנדערע, און דערנאך מאכט מעןפלאס, קאלום ביי קאלום, גייענידג פון רעכטס צו לינקס. פאוואס דווקא רעכטס צו לינקס? ליין ווייטער וועסטו פארשטיין!
צום ביישפיל, אז מ'האט דעם פראלבעם:

דער ענטפערט איז 37, ווייל פינף פלאס צוויי איז 7, און 1 פלאס 2 איז 3. אבער אז מ'טראכט א רגע טיפער, האט מען דא געטון א קונץ, ווייל באמת האט מען נישט געמאכט פלאס אויף 1 מיט 3, נאר אויף 10 מיט 30 (ווייל זיי זענען ביידע אין די צווייטע קאלום ואוס איז דאך די צענער קאלום)!

איצטער קען מען צוגיין צו קעריען. וואס געשעט ווען מיר טרעפן אין א קאלום (נישט קיין חילוק וועלכע) אז די רעזולטאט איז מער ווי איין נומער? צום ביישפיל אז מיר האבן 25+17? מיר גייען דאך לינקס צו רעכטס, 5+7 איז 12, וואס טוט מען מיטן איינסער? דער תירוץ איז זייער פשוט: מען שטעלט אים אריין דארט ווי ער באלאנגט, אינעם צענער קאלום, כזה:

און דערנאך רעכענען מיר צאם, פינף מיט זיבן איינזערס, איז איקואל 2 איינזערס מיט איין צענער, און דערנאך איין צענער פלאס צוויי צענערס פלאס נאך איין צענער איז דריי צענערס, און די פיינעל רעזאלט איז 32.
יעצט קען מען שוין אויך פארשטיין פארוואס גייט מען פון רעכטס צו לינקס, ווייל מיר קענען נישט גיין צום צענערס קאלום בעפאר מיר ווייסן וויפיל איינסערס מיר האבן! אויב האבן מיר מער ווי 9 איינסערס, האבן מיר דאך דא נאך א צענער וועמענן מ'דארף צולייגן צום צענער קאלום. דערפאר דארף מען האבן פון איינסער קאלום און אזוי רוקן מיר זיך פון רעכטס צו לינקס, פונעם איינסער קאלום אראפ ביז וויפיל קאלומס מיר האבן.