בלאט 1 פון 1

פטור ווערן פון ציגארעטל גערוך

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 1:55 pm
דורך בערקא
איך האב פארדינגען א פלאץ פאר איינעם און איך האב זיך אויסגענומען אז ער טאר דארט נישט מעלה עשן זיין, למעשה האט ער מיך ארינגעפיפן און מקטיר געווען קטורת ממינים שונים איבערלאזנדיג א געפערליכע שטינק דארט, די שאלה איז ווי אזוי ווער איך פטור פון די גערוך?

o

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 1:57 pm
דורך עין טובה
איך האב גראדע גארנישט קעגן ציגרעטלעך, אבל יש להשיג שמעקערס שמעבירין הריח עד כמה שעות, וכן אם אפשר צו לאזן די פענסטער אפען אז די צימער זאל זיך אביסל לופטערען

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 2:01 pm
דורך בערקא
איך האב שוין געלאזט די פענסטער אפען פאר איבער א וואך צייט, און איך האב שוין געלייגט אויפגעשניטענע צוויבל וואס כידוע העלפט דאס פטור ווערן פון מויסטשער קיארד גערוך האב איך געקלערט אז דא וועט דאס אויך העלפן, אבער ביזדערווייל זיץ איך מיט די ריח ניחוח...

אדרבה וואסערע שמעקערס קענען העלפן דערצו?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 2:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
עיר פיוריפייער.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 2:05 pm
דורך עין טובה
איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט, אבער אויב קענסטו אנקומען צו האום דיפאו, וועלן זיי דיר קענען העלפן, לכאורה וואלט א לייסאו ספריי געוועהן די בעסטע אפציע.

לאז וויסן די ענדגילטיגע רעזולטאטען.

בהצלחה#

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 2:18 pm
דורך טרעף מיך
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עיר פיוריפייער.


איך בין זייער צופרידן מיט דעם

http://www.amazon.com/Austin-Health-Pur ... XEVGQP7H43