בלאט 1 פון 1

איבערלייגן מעסעזשעס פון פאון צו קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 7:29 pm
דורך חסדי אבות
איך האב ביי מיר וויכטיגע מעסעזשעס אויפן טעלפאן, וואס איך וויל סעיוון, אבער וויבאלד עס פארנעמט צופיל פלאץ אויף מיין טעלפאן, וויל איך עס איבערלייגן אויף מיין קאמפיוטער, כדי איך זאל עס קענען אויסמעקן פון דעם פאון.

איז פאראן א סיסטעם ווי אזוי מען קען דאס טון?

יישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 7:30 pm
דורך געלעגער
פארשטייט זיך אז איר דארפט שרייבן וועלכע פאון איר פארמאגט

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 7:33 pm
דורך חסדי אבות
א רעגילער פעידזש-פלאס, מאושר, למהדרין מן המהדרין...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 7:36 pm
דורך געלעגער
פעידזש פלאס איז די סערוויס. צו קענען העלפן דארף מען די פאון אינפא.

נישט אז איך גיי דיר קענען העלפן, אבער אז מ'בעט הילף דארף מען עס בעטן אויף א וועג אז פארן העלפער זאל אלעס זיין קלאר. דאס שלעפן אינפארמאציע נעמט צייט און האלט צוריק פון קענען העלפן

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 7:39 pm
דורך מי הוא זה
זייער א פיינער עפפ פאר ענדרויד

https://play.google.com/store/apps/deta ... sync&hl=en

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 7:42 pm
דורך חסדי אבות
עפראווד לינק.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 11:06 pm
דורך bobke
Maybe you can forward it to your email address

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2014 11:13 pm
דורך פער בריסטאו
פארווערד עס אויף טעקסט צו דיין אימעיל אדרעסס

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 25, 2014 3:59 pm
דורך חסדי אבות
איך בין כשר, מהודר, גע'טובל'ט... איך האב נישט קיין טעקסט, איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי דאס צו שיקן צו מיין אימעיל אדרעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 25, 2014 4:07 pm
דורך פריילאך
חסדי אבות האט געשריבן:איך בין כשר, מהודר, גע'טובל'ט... איך האב נישט קיין טעקסט, איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי דאס צו שיקן צו מיין אימעיל אדרעס.


איך בין אייך מקנא.
איז וויאזוי האט איר מעסעזשעס בכלל?