טעיפס פון שיעורי הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 4:14 pm
מיט א יאר צוריק האב איך באזוכט בארה"ק, און איך האב געהאט די זכי' זיך צו באטייליגן ביי א הערליכן שיעור בהלכה פון הגאון הישיש הרב וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי בבית מדרשו, א שיעור וועלכע פלעגט פארקומען יעדן ליל שישי. ממש א קורצע צייט שפעטער האט דער רב שליט"א מרוב חולשה אויפגעהערט פארלערנען דעם ליל שישי שיעור.
דער שיעור וואס איך האב מיטגעהאלטן איז פאר מיר געווען א שטארקע זכי' און אויך גאר באלערנד, עס איז מיר געווען א חידוש אז אין אזעלכע יארן לאויושט"א לערנט דער רב שליט"א פאר אזוי קלאר און גרונטליך. איך וואלט זייער שטארק געוואלט האבן די רעקארדירונג פון דעם שיעור, איך זאל דאס קענען איבערהערן נאכאמאל. שוין א לאנגע צייט וואס איך פרוביר מיך נאכצופרעגן צי מען פארקויפט ערגעץ די שיעורים פונעם רב, אדער צי מען קען דאס הערן ערגעץ אויף א טעלעפאון ליין.
קען מיר איינער ארויסהעלפן אין די נושא?