בלאט 1 פון 1

אודך! ס'רעעעגנט אריין אין מיין הויז.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 5:41 am
דורך פשוט'ער אידל
5:30AM אויף אייוועלט. אלעס אינאיינעם זענען דא 23 איינגעשריבענע באנוצער..

איך בין שוין אויף אזוי פון נאך תיקון חצות.

וואסיגעשען?
ס'רעגנ'ט אריין אין מיין הייזקע!. נישט ס'טראפט, ס'רעגנט! אדער; "ס'רעעעעגנט אריין!!!". כ'שוין אנגעפולט אפאר לעווארן וואסער.

ראה עניי ועמלי וכו'

יעצט צום למעשה, NO JOKES, תכלית:

נאך 3 מאל וואס מיין לענדלארד זז"ג האט שוין געשיקט א קארפענטער וואס רעדט זיך איין אז ער קען אלעס, ער האט שוין 3 מאל געפיקסד יענעם פלאץ אויפן דאך, און 'אודך', ס'רעגנט אריין ווידער, צושטערענדיג מיין נאכטליכע דערהויבענע תיקון חצות.

ווייסט איינער פון א פראפעסיאנעל 'ראָאָפער' (וומס"ב אומגעגענט) וועם איך קען אנטראגן פארן לענדלארד שליט"א וואס זאל איינמאל פאר אלעמאל פערמענעט מסדר זיין בעז"ה דעם צולעכערטן דאך? (און אויך נישט צו טייער, וויל איך נישט אז מיין לענדלארד זאל מיר ח"ו העכערן)

תזכו למצוות.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:50 am
דורך וואסערטרעגער
איך בין שוין אויף אזוי פון נאך תיקון חצות.


ווי עס קוקט אויס, רעדט מען נישטא פון אזא ״פשוטע אידע׳ל״ ווי ער פרובירט זעך צו מאכען, נאר פון א גאר געהויבענע איש מורם וואס רעכטעט אף דעם תיקון איטליכעס צופרי, ווי באוואוסט איז דא אין יעדע דור זעקס און דרייסיג באהאלטענע צדיקים, סא מן הסתם זענען אין ״די וועלט״ אויכעט פארהאנען, און אפשר איז ער גאר איינע פון זיי

אלזא מיינע טייערע פריינט, לייגט צו א פלייצע און העלפט ארויס
אז וועט אייך זיכער זיין א גרויסע זכות

א פשוטע ״וואסערטרעגער״
:grin: :grin: :grin:

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:15 am
דורך farshlufen
Roth roofing
א היימישער אינגערמאן, ער הייסט גרין אויפן נאמען.

718-851-7783

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:33 am
דורך green
בענצי'ס ראפינג
בנציון ווערצבערגער ב"ר יושע מרדכי

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:47 am
דורך פשוט'ער אידל
וואסערטרעגער האט געשריבן:
איך בין שוין אויף אזוי פון נאך תיקון חצות.


ווי עס קוקט אויס, רעדט מען נישטא פון אזא ״פשוטע אידע׳ל״ ווי ער פרובירט זעך צו מאכען, נאר פון א גאר געהויבענע איש מורם וואס רעכטעט אף דעם תיקון איטליכעס צופרי, ווי באוואוסט איז דא אין יעדע דור זעקס און דרייסיג באהאלטענע צדיקים, סא מן הסתם זענען אין ״די וועלט״ אויכעט פארהאנען, און אפשר איז ער גאר איינע פון זיי

אלזא מיינע טייערע פריינט, לייגט צו א פלייצע און העלפט ארויס
אז וועט אייך זיכער זיין א גרויסע זכות

א פשוטע ״וואסערטרעגער״
:grin: :grin: :grin:


א דאפלטע זינד פון גילוי ביזטו דא באגאנגען ר"ל לשיזבן. גילוי ל"ו צדיקים איז אויך נישט אזא פשוט'ע זאך, ס'איז א געוואגטקייט פון דיין זייט. כ'האף סעט דיר נישט שאטן ח"ו.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:53 am
דורך פשוט'ער אידל
א גרויסען דאנק פאר די משיבים.