בלאט 1 פון 1

מיין ווייב וויל עפענען א היים-ביזנעס - עני איידיעס?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 5:58 pm
דורך דרייסטקייט
א גוטן טאג טיייערע חברים וידידם פה אייוועלט.

נאך יארן פון זיין א טיטשער, וויל מיין ווייב פארבלייבן אין שטוב מיט אירע קאניינעהארע פאר קינדערלעך, און נאך אלץ צוהעלפן צו די פרנסה.

איר ציל איז צו עפענען א היים-ביזנעס, פון ווי זי זאל קענען פירן אירע געשעפטן אן דארפן צופיל ארויסגיין פון שטוב.

איך וואלט געוואלט הערן איידיעס פונעם עולם.

עס ליגן אויפן טיש פארשידענע אפציעס, און אלעס האט זייערע חסרונות און מעלות.

א. זי האט חשק אריינצוגיין אין די עמעזאן / איבעי אינדאסטריע.

ב. זיך לערנען וועב-דיזיין והמסתעף.

די פראבלעם מיט די סארט ביזנעסער איז אז מען דארף האבן א קאמפיוטער מיט אינטערנעט אינדערהיים. מיר האבן נישט קיין שטארק חשק דערצו.

אפילו אז מוועט טרעפן א וועג ווי עס וועט זיין אויסגעהאלטן ע"פ טהרת הקודש, איז בכלל מומלץ אנצוהייבן א עמעזאן ביזנעס וכדו' פאר א יודענע וואס פירט א שטוב מיט קינדער (אבער קען האבן צייט במשך'ן טאג ווען די קינדער זענען אין חדר / סקול?

קען איינער ברעינסטארמען נאך איידיעס, מיט אינטרענעט און אן אינטערנעט?

פון די אנדערע זייט, וואלט זי געוואלט קענען ארויסברענגען אירע קוואליפעקאציעס וואס זי האט זיך אנגעזאמעלט במשך די יארן פון זיך אויסגעבן ענערזשי דורך לידערשיפ, טיטשען וכדו', אויסלערנען אנדערע דורך איר עקספיריענס וכדו', אבער כווייס נישט וויאזוי זי קען דאס אויסגעבן אן נעמען אויף זיך א געהעריגע זשאב און ווייטער דארפן ארויסגיין פון שטוב.

א גרויסן דאנק למפרע. איך גלייב אז אסאך יודענעס געפונען זיך פון צייט צו צייט אין אזא מצב, און יעדער קען הנאה האבן פון אזא אשכול.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 6:17 pm
דורך זאל ער קומען
דארף זיין א ביזענס אדער מאכן געלט?
ביזנעס איז היינט שווער אן א קאמפיוטער, ווייל די אנדערע אפשן פון דערהיים איז פארקויפן עפעס וואס מענטשן וועלן קומען צו דיר אהיים... וואס כ'גלייב אז דו זיכסט נישט.

אבער אויב איז געלט די עיקר, איז דא איבערנעמען פאן קאלס פאר ביזענס, אפונטומענט סעטינג, טעלעמארקענטינג (זייער פראפיטאבל פאר'ן ריכטיגן פערזאן)
עס איז נאך דא ביזנעס וואס זיכן מענטשן זאלן מאכן חשבונות פאפירן, אבער רוב פארלאנגען שוין א קאמפיוטער.
כ'האף ס'העלפט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 6:19 pm
דורך תרנגול
וואס טוט זיך מיט א פלעי-גרופ, קידדי-גרופ, וכל שום חניכא דאית לי'??

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 6:22 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
?how abbout babysiting

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 6:35 pm
דורך AHA
Sell makeup
Sheitel macher
Hair cutter
Special education
Interior design for stores
Window show case designer
Bring advertisers for weekly אויסגאבעס.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2014 7:47 pm
דורך יואל שווארטץ
מסדר זיין אירע לעססאנס פון די אלע יארן אלס טיטשער און עס פארקויפן פאר טיטשערס, אדער עס אויסשטעלן אין בוך-פארמאט פאר קינדער.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 12:37 am
דורך your friend
זיך אפגעבן מיט די קינדער און שטוב ארבעט

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 7:35 am
דורך שוועמל
צו א האקעלע שאלה. זיי שואל עצה מיט דיין רב אדער קלוגן איד.
בפשטות אויב ווילסטו נאך האבן א ווייב, בעסער הייב נישט אן.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:35 am
דורך כרמי
שוועמל האט געשריבן:בפשטות אויב ווילסטו נאך האבן א ווייב, בעסער הייב נישט אן.

שוועמל זאגט עפעס, אבער וואו ס'שיינט האלט ער שוין נאכ'ן פאסן א באשלוס.
ער איז נישט געקומען פרעגן און אויסשמועסן די מעלות און חסרונות פונעם עצם פאקט,
נאר געבעטן הילף אין געדאנקן און - אגב - באקןמען א שיינע ליסטע ב"ה.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 12:55 pm
דורך שויתי'ניק
שוועמל האט געשריבן:צו א האקעלע שאלה. זיי שואל עצה מיט דיין רב אדער קלוגן איד.
בפשטות אויב ווילסטו נאך האבן א ווייב, בעסער הייב נישט אן.

זייט מסביר מער, וואס מייט איר צו זאגן דערמיט?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 1:15 pm
דורך זאל ער קומען
שוועמל ביי וועם ביזטו אן איידעם?
נישטא קיין כללים אויף די זאכן, מיין באבע האט געארבעט עד זיבולו בתרייתא (סארי פאר די ספעלינג) און האט אויפגעשטעלט א משפחה מיוחסת בישראל.
עס איז דא טיפין מענטשן וואס דערהייבן עס, און עס איז דא געוויסע ארבעט וואס מ'קען טון, מיין שוויגער און אלע שוועסטער ארבעטן נאך היינט, עס פעלט זיי גארנישט, מ'דארף אריין נעמען אלע ווינקלען פאר מ'זאגט סטעיטמענטס, און ווי אנדערע האבן שוין ערווענט ער האט דאס נישט געפרעגט במחילת כבודכם.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 6:35 pm
דורך דרייסטקייט
א גרויסן ייש"כ פאר אלע מגיבים און פארן ברעינסטארמען איידיעס.

@ שוועמעל בנוגע דיין הערה, איך האב נישט קיין סאך קינדער דערווייל, באופן אז זי זיכט א ביזנעס, צו זיין סעלף עמפלויד, אלעס די אייגענע צייט, כדי זי זאל זיך קענען ארבעטן ווען זי וויל און ווען זי האט צייט. און דאס איז טאקע די עיקר טשעלעזש וואס דארף דא פאסירן, וואס דערפאר זיכט זי א אייגענע קליינע ביזנעס.

וואס איך גיי יא דארפן פרעגן א רב, איז ווי איך זעה דא איז די מין סארט ביזנעס וואס זי זיכט, ווי זאלער האט מעיר געווען, זיין זייער שווער אנע קאמפיוטער און אינטערנעט, וואס אויף דעם ברויך איך א שאלת חכם.

הלכה למעשה, בעיבי סיטינג, פלעי גרופ וכדו' איז נישט אינטרעסאנט כעת, נאר באמת מאכן געלט. איז די שאלה אזוי, איז דא ערגעץ קורסעס פאר פרויען זיך צו לערנען פארקויפן אויף עמעזאן וכדו'? היימישע נישט היימישע? home study courses? וועב דיזיין קורסעס כנ"ל? ביכער? יסודות ופראקטיק? וואלט א פשוטע ביזנעס קאנסאלטענט איר געקענט שטעלן אויף די פיס, אדער מען ברויך א ספעשעל 'עמעזאן קאנסאלטענט'?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:04 pm
דורך הצלחה רבה
was now courses in kj, i thing he is going to start now a new class

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:50 pm
דורך דרייסטקייט
הצלחה רבה האט געשריבן:was now courses in kj, i thing he is going to start now a new class


ווי? וואס? ווען? ווער? נאמבער...? וכו' וכו'

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:31 pm
דורך derech eretz
קודם פרעג דיר נאך אויב ס'איז דא א היימישע אידענע וואס האט שוין מצליח געווען אליין אויפצובויען א עמעזאן ביזנעס פון סקרעטש ביז פראפיטעבל.

איבערהויפט אויפן גאנג פון דעם קורס וואס איז געווען בעיקר אויף אליין אריינברענגען פון טשיינע.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:33 pm
דורך דרייסטקייט
derech eretz האט געשריבן:קודם פרעג דיר נאך אויב ס'איז דא א היימישע אידענע וואס האט שוין מצליח געווען אליין אויפצובויען א עמעזאן ביזנעס פון סקרעטש ביז פראפיטעבל.


דאס איז טאקע איינע פון מיינע גרעסטע שאלות דא, ווייסט איינער פון א יודענע וואס האט שוין מצליח געווען? און אויף וואס זאל איך קוקען וואס זאל מיר געבן די אינפו צו וויסן אויב מיין יודענע וועט מצליח זיין אין אזא ביזנעס?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 10:21 pm
דורך שכל הישר
די תשובה איז אז עס איז נישטא קיין תשובה:
דהיינו קיינער קען דיך נישט ענטפערן אן קענען די תחינת הנפש פון אייער רעבעצין.
און פונקט וואו די פארשטייסט אז נישט א יעדער אינגערמאן איז געמאכט צו פירן א שווער פארצווייגטע ביזנעס וואס טראגט מיט זיך אסאך פרעשור וכדומה אזוי אויך איז עס ביי ווייבער.

פארקויפן מעיקאפ און נייען קליידער איז זיכער פון די גרינגערע זאכן אז דיין ווייב איז מולטי-טעסק און זיכט אויסצונוצן א יעדער איבריגע סעקונדע פאר ביזנעס- דאן איז זי גרייט צו עפענען א ביזנעס.
מאך נאר זיכער צו טראכטען פון דיין משפחה און די אפעקט וואס די ביזנעס גייט האבן אויף זיי.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:27 pm
דורך א איד אין גלות
דרייסטקייט האט געשריבן:
הצלחה רבה האט געשריבן:was now courses in kj, i thing he is going to start now a new class


ווי? וואס? ווען? ווער? נאמבער...? וכו' וכו'


האב איך גוט פארשטאנן? עס איז דא עמעזאן קורסוס פאר נשים? אפשר געט איר מער אינפארמאציע

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 8:57 pm
דורך ווישוואש
אויף Lynda.com איז דא אן אמעזאן קורס

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 9:03 pm
דורך ווישוואש
אפשר קען דעטע ענטרי אדער בילינג וכדו' פאר א קאמפאני דורך רעמאוט לאג אין אויך זיין א אפציע, ווייניגער קאפוויי.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 12:52 pm
דורך דרייסטקייט
ווישוואש האט געשריבן:אויף Lynda.com איז דא אן אמעזאן קורס


שכוח ווישוואש