וה' פקד את שרה - קריאה מעורר הזמן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

וה' פקד את שרה - קריאה מעורר הזמן

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 7:59 pm

בס"ד

וה' פקד את שרה כאשר אמר,
מ'גרייט זיך אצינד צו שב"ק פרשת וירא, ווי מ'גייט אי"ה ליינען די פרשיות וואס מ'ליינט ראש השנה, די פרשה פון "וה' פקד את שרה" און די פרשה פון די עקידה, וואו עס שטייט די וואך אין מדרש תנחומא אז אברהם אבינו האט געבעטן "כשיהיו בניו של יצחק חוטאין ונכנסין לצרה תהא נזכר להן עקדתו של יצחק ותחשב לפניך כאלו אפרו צבור על גבי המזבח ותסלח להן ותפדם מצרתן", ווי באקאנט אז די ערשטע טאג ראש השנה ביי קריאת התורה ווען מ'ליינט די פרשה פון וה' פקד, איז מסוגל פאר פקידת עקרות, ווי אויך די הפטורה פון חנה, ווייל קריאה מעורר הזמן, איז דאך אודאי אז פרשת וירא ווען מ'ליינט די פרשיות איז זיכער אויך ביידע קריאות מעורר דעם זמן מק"ו, איינס ווייל "כל הקורא פרק בזמנו מביא טובה לעולם", והשנית והוא העיקר, שטייט דאך אז מ'בלאזט ר"ה שופר לערבב השטן, און צו דערמאנען עקידת יצחק, ווי די גמרא זאגט אז ר"ה איז די שטן עולה ומקטרג, קומט אויס ר"ה בשעת די קריאה דארף מען האבן שטארקע זכותים, אדער שטארק מערבב זיין דעם שטן, כדי ער זאל נישט קענען מקטרג זיין, משא"כ פ' וירא אין א פשוטע שבת אין חודש מרחשון, פאלט פארן שטן נישט ביי אז ער דארף מקטרג זיין, איז די קריאה מסוגל, פארן פשוט'סטן איד בשפל המצב, וואו ער זאל נישט שטיין, להפקד בדבר ישועה ורחמים, ווי אברהם אבינו האט מתפלל געווען אז אין יעדע עת צרה זאל געדענקט ווערן עקדת יצחק, און מיט דעם וועט מען געהאלפן ווערן איז דאך זיכער אז בעת ווען מ'ליינט די פרשיות ווערט זיכער נתעורר יענע זמן, ווי אויך איז באקאנט אז ביים "דברי חיים" איז פרשת יתרו ביים ליינען די פרשה פון קבלות התורה געווען סאך א גרעסערע התעוררות ווי שבועות, איז לכאורה די זעלבע זאך די קריאה פון פרשת וירא איז גרעסער ווי ראש השנה,
די ווארט פקידה טרעף מיר ביי אלע הצטרכות וואס אידן זאלן נאר דארפן, אויף "בני" שטייט "וה' פקד את שרה, אויף "חיי" זאגט מען ראש השנה ביים דאווענען "ובריות בו יפקדו להזכירם לחיים ולמות", פרשת וירא איז דאך מעין ראש השנה, ווי געשריבן, אויף מזוני שטייט "כי פקד ה' את עמו לתת להם לחם", און בני מיינט אלעס וואס מ'דארף האבן צו ערציען קינדער, מ'דארף זיין געזונט, און האבן פרנסה, און זיי מגדל זיין און חתונה מאכן, וכולהו וכולהו, איז דאך אודאי אז ווען מ'ליינט די פרשה "וה' פקד", איז מסוגל פאר אלעם, אין מדרש רבה די וואך אויפן פסוק "צחוק עשה לי אלקים כל השומע יצחק לי" שטייט "הרבה עקרות נפקדו עמה, הרבה חולים נתרפאו בו ביום, הרבה תפלות נענו עמה, ורב שחוק היה בעולם", איז דאך אודאי אז וועלן מ'ליינט די פסוק איז קריאה מעורר הזמן, אז עס זאל זיין נאר "שמחה" ביי יעדן איד, און געהאלפן ווערן בכל מילי דמיט’, און די זעלבע זאך ווען מ'ליינט די פרשת עקידה איז די קריאה מעורר דאס וואס שטייט אין מדרש תנחומא "כשיהיו בניו של יצחק חוטאין ונכנסין לצרה תהא נזכר להן עקדתו של יצחק ותחשב לפניך כאלו אפרו צבור על גבי המזבח ותסלח להן ותפדם מצרתן", כנ"ל געהאלפן צו ווערן פון אלע צרות און פראבלעמען, און צו מחילת עוונות, (פאר ווערט עס האט שוין עספיעט פרישע, זייט יו"כ)
די סאטמאר רבי (דברי יואל) זצ"ל, האט אמאל געזאגט אין מירון, אויף די גמרא, "למה אמותינו עקרות משום שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים", אז פארוואס האבן זיי פונקט געהאט די צרה, עס וואלט פוננקט אזוי געקענט זיי סיי וועלכע אנדערע צרה, נאר סתם אזוי ווען א צדיק האט א צרה איז ער מאמין באמונה שלימה אז "מאתו לא תצא רעות" און זאגט "גם זו לטובה" ער פארשטייט אז דער אייבערשטער וויל אזוי דארף לכאורה אזוי צו זיין, במילא רייסט ער נישט איין, משא"כ ביי די צרה פון נישט האבן קינדער ח"ו, אויף דעם זענען צדיקים נישט מוותר, רייסן זיי יא איין, במילא האבן אונזערע אבות ואמהות דוקא געהאט די צרה, כדי זיי זאלן מתפלל זיין, און מיט דעם האבן זיי געעפענט א צינור פאר אידן אין אלע דורות ווען עס זאל ח"ו נאר נישט זיין די צרה, זאלן זיי קענען מתפלל זיין און געהאלפן ווערן, קומט אויס פון דעם אז ווען איינער איז ח"ו געשלאגן מיט די צרה איז עס ווייל הקב"ה מתאוה לתפלתו און ער וויל אז ער זאל מתפלל זיין,
עס איז ליידער נישט קיין סוד בימינו אלה, וויפיל אידן האלטן שוין יארן נאך די חתונה און זעהן ליידער נישט קיין פתח של ישועה, אין דעם ענין, וויפיל אידן וויינען יעדן טאג ביי "ונהי' אנחנו וצאצאינו" אויף זייערע דורות העתידים, און האבן נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זעהן זייערע דורות מיט די אויגן, וויפיל נחלי דמעות האבן שוין אידן פארגאסן ר"ה ובפרט היי יאר, בשעת'ן ליינען "וה' פקד את שרה", וויפיל אידישע מענער און אידישע פרויען, האבן זיך געשטיקט פון טרערן ביים זאגן די הפטרה ביי די ווערטער "כי את חנה אהב וה' סגר רחמה", און מתפלל געווען אויפן "ותהר חנה ותלד בן", לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט אסאך דרכים אין רפואה פאר די זאכן, וואס איז אמאל נישט געווען, איז ב"ה דא סאך שטערקערע האפענונג ווי אמאל, בפרט ווי די גמרא זאגט "אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף" און מיר זענען שוין טיף אריין אינעם לעצטן פערטל פון אלף השישי, איז די זמן זיכער מסוגל אראפצוברענגען אלע נשמות, דארף מען זעהן אויסנוצן די מינוטן ווען מ'ליינט די פרשיות איינצורייסן פאר די אידן וואס קוקן ארויס אויף סיי וועלכע ישועה ובפרט פאר די וואס ווארטן און לעכצן צו דעם "כעת חי' והנה בן", און האפן אז דעם קומענדיגן ר"ה זאל שוין זיין "כי פקד ה' את ענייך" זאלן געהאלפן ווערן און זאלן שוין קומענדיגע ר"ה זאגן די הפטרה בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, און ס'זאל אראפגעברענגט ווערן אלע נשמות מגוף עדי נזכה לביגו"צ בב"א

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:51 pm

כן יהיה. כן יהי רצון.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:20 pm

תגובהדורך דמתה לתמר » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:02 pm

אויך קען מען נוצען דעם מלאך אויף רפואה פאר כלל ישראל.
יישר כח

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:10 pm

שיין שיין, ישר כח פאר די התעוררת.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:59 pm

שטארקע דיבורים,פון דיין פעדער צום כביכול'ס אויערען
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג יוני 11, 2015 8:31 pm

עס גלייבט זיך שווער אז מיר האלטן שוין נאכאמאל דא,
ווי מיר זאגן אין די ימים נוראים ביים דאווענען "וכחלום יעוף"
די יאר פליהט,
האב איך טאקע געעפענט די אשכול פרשת וירא?
איז שוין טאקע זיבן חדשים פון דעמאלט?

מיר האלטן שוין ערב שבת מברכין חודש תמוז תשע"ה,
דורשי רשומות פלעגן זאגן, אז תמוז איז ראשי תיבות ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין
שנת תשע"ו "הנה זה עומד אחר כתלינו"

איז מיר היינט בייגעפאלן, מיר זאגן ראש השנה ביים דאווענען,
"וגם את נח באהבה זכרת וכו', על כן זכרונו בא לפניך להרבות זרעו כעפרות תבל וצאצאיו כחול הים"
די ווארט "כעפרות" איז גימטריא "תשע"ו"
חושבנא דדין כחושבנא דדין,

אזויווי מיר האלטן שוין אין אלף השישי, ביים לעצטן מאל "שנת תשע"ו" בעלמא הדין,
מוזן אלע אידן וואס האבן נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זש"ק, געהאלפן ווערן אויף שנת "תשע"ו"
שנת "כעפרות" תבל (די לעצט תשע"ו אויף די וועלט), ווער מיר גרייטן זיך צום אלף השביעי, יום שכולו שבת (תבל במספר קטן גימטרי"א שבת)




רייסט איין,
די אלע וואס מ'האט זיי נאך ליידער נישט אנגעשריבן בר"ה שנת תשע"ה לזש"ק
זאלן נכתב ונחתם ווערן לבנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, און זאלן זעהן פון זיי נחת עדי זקנה ושיבה,

עס איז נאך דא צ"ה ימים שלימים ביז ראש השנה הבעל"ט, כמנין "גם (זה לך) בן"

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג יוני 12, 2015 2:30 pm

#פאוwערפול
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג יוני 15, 2015 9:01 pm

ישר כח

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג יוני 16, 2015 2:09 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:#פאוwערפול

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:19 am

שמן זית האט געשריבן:בס"ד

וה' פקד את שרה כאשר אמר,
מ'גרייט זיך אצינד צו שב"ק פרשת וירא, ווי מ'גייט אי"ה ליינען די פרשיות וואס מ'ליינט ראש השנה, די פרשה פון "וה' פקד את שרה" און די פרשה פון די עקידה, וואו עס שטייט די וואך אין מדרש תנחומא אז אברהם אבינו האט געבעטן "כשיהיו בניו של יצחק חוטאין ונכנסין לצרה תהא נזכר להן עקדתו של יצחק ותחשב לפניך כאלו אפרו צבור על גבי המזבח ותסלח להן ותפדם מצרתן", ווי באקאנט אז די ערשטע טאג ראש השנה ביי קריאת התורה ווען מ'ליינט די פרשה פון וה' פקד, איז מסוגל פאר פקידת עקרות, ווי אויך די הפטורה פון חנה, ווייל קריאה מעורר הזמן, איז דאך אודאי אז פרשת וירא ווען מ'ליינט די פרשיות איז זיכער אויך ביידע קריאות מעורר דעם זמן מק"ו, איינס ווייל "כל הקורא פרק בזמנו מביא טובה לעולם", והשנית והוא העיקר, שטייט דאך אז מ'בלאזט ר"ה שופר לערבב השטן, און צו דערמאנען עקידת יצחק, ווי די גמרא זאגט אז ר"ה איז די שטן עולה ומקטרג, קומט אויס ר"ה בשעת די קריאה דארף מען האבן שטארקע זכותים, אדער שטארק מערבב זיין דעם שטן, כדי ער זאל נישט קענען מקטרג זיין, משא"כ פ' וירא אין א פשוטע שבת אין חודש מרחשון, פאלט פארן שטן נישט ביי אז ער דארף מקטרג זיין, איז די קריאה מסוגל, פארן פשוט'סטן איד בשפל המצב, וואו ער זאל נישט שטיין, להפקד בדבר ישועה ורחמים, ווי אברהם אבינו האט מתפלל געווען אז אין יעדע עת צרה זאל געדענקט ווערן עקדת יצחק, און מיט דעם וועט מען געהאלפן ווערן איז דאך זיכער אז בעת ווען מ'ליינט די פרשיות ווערט זיכער נתעורר יענע זמן, ווי אויך איז באקאנט אז ביים "דברי חיים" איז פרשת יתרו ביים ליינען די פרשה פון קבלות התורה געווען סאך א גרעסערע התעוררות ווי שבועות, איז לכאורה די זעלבע זאך די קריאה פון פרשת וירא איז גרעסער ווי ראש השנה,
די ווארט פקידה טרעף מיר ביי אלע הצטרכות וואס אידן זאלן נאר דארפן, אויף "בני" שטייט "וה' פקד את שרה, אויף "חיי" זאגט מען ראש השנה ביים דאווענען "ובריות בו יפקדו להזכירם לחיים ולמות", פרשת וירא איז דאך מעין ראש השנה, ווי געשריבן, אויף מזוני שטייט "כי פקד ה' את עמו לתת להם לחם", און בני מיינט אלעס וואס מ'דארף האבן צו ערציען קינדער, מ'דארף זיין געזונט, און האבן פרנסה, און זיי מגדל זיין און חתונה מאכן, וכולהו וכולהו, איז דאך אודאי אז ווען מ'ליינט די פרשה "וה' פקד", איז מסוגל פאר אלעם, אין מדרש רבה די וואך אויפן פסוק "צחוק עשה לי אלקים כל השומע יצחק לי" שטייט "הרבה עקרות נפקדו עמה, הרבה חולים נתרפאו בו ביום, הרבה תפלות נענו עמה, ורב שחוק היה בעולם", איז דאך אודאי אז וועלן מ'ליינט די פסוק איז קריאה מעורר הזמן, אז עס זאל זיין נאר "שמחה" ביי יעדן איד, און געהאלפן ווערן בכל מילי דמיט’, און די זעלבע זאך ווען מ'ליינט די פרשת עקידה איז די קריאה מעורר דאס וואס שטייט אין מדרש תנחומא "כשיהיו בניו של יצחק חוטאין ונכנסין לצרה תהא נזכר להן עקדתו של יצחק ותחשב לפניך כאלו אפרו צבור על גבי המזבח ותסלח להן ותפדם מצרתן", כנ"ל געהאלפן צו ווערן פון אלע צרות און פראבלעמען, און צו מחילת עוונות, (פאר ווערט עס האט שוין עספיעט פרישע, זייט יו"כ)
די סאטמאר רבי (דברי יואל) זצ"ל, האט אמאל געזאגט אין מירון, אויף די גמרא, "למה אמותינו עקרות משום שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים", אז פארוואס האבן זיי פונקט געהאט די צרה, עס וואלט פוננקט אזוי געקענט זיי סיי וועלכע אנדערע צרה, נאר סתם אזוי ווען א צדיק האט א צרה איז ער מאמין באמונה שלימה אז "מאתו לא תצא רעות" און זאגט "גם זו לטובה" ער פארשטייט אז דער אייבערשטער וויל אזוי דארף לכאורה אזוי צו זיין, במילא רייסט ער נישט איין, משא"כ ביי די צרה פון נישט האבן קינדער ח"ו, אויף דעם זענען צדיקים נישט מוותר, רייסן זיי יא איין, במילא האבן אונזערע אבות ואמהות דוקא געהאט די צרה, כדי זיי זאלן מתפלל זיין, און מיט דעם האבן זיי געעפענט א צינור פאר אידן אין אלע דורות ווען עס זאל ח"ו נאר נישט זיין די צרה, זאלן זיי קענען מתפלל זיין און געהאלפן ווערן, קומט אויס פון דעם אז ווען איינער איז ח"ו געשלאגן מיט די צרה איז עס ווייל הקב"ה מתאוה לתפלתו און ער וויל אז ער זאל מתפלל זיין,
עס איז ליידער נישט קיין סוד בימינו אלה, וויפיל אידן האלטן שוין יארן נאך די חתונה און זעהן ליידער נישט קיין פתח של ישועה, אין דעם ענין, וויפיל אידן וויינען יעדן טאג ביי "ונהי' אנחנו וצאצאינו" אויף זייערע דורות העתידים, און האבן נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זעהן זייערע דורות מיט די אויגן, וויפיל נחלי דמעות האבן שוין אידן פארגאסן ר"ה ובפרט היי יאר, בשעת'ן ליינען "וה' פקד את שרה", וויפיל אידישע מענער און אידישע פרויען, האבן זיך געשטיקט פון טרערן ביים זאגן די הפטרה ביי די ווערטער "כי את חנה אהב וה' סגר רחמה", און מתפלל געווען אויפן "ותהר חנה ותלד בן", לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט אסאך דרכים אין רפואה פאר די זאכן, וואס איז אמאל נישט געווען, איז ב"ה דא סאך שטערקערע האפענונג ווי אמאל, בפרט ווי די גמרא זאגט "אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף" און מיר זענען שוין טיף אריין אינעם לעצטן פערטל פון אלף השישי, איז די זמן זיכער מסוגל אראפצוברענגען אלע נשמות, דארף מען זעהן אויסנוצן די מינוטן ווען מ'ליינט די פרשיות איינצורייסן פאר די אידן וואס קוקן ארויס אויף סיי וועלכע ישועה ובפרט פאר די וואס ווארטן און לעכצן צו דעם "כעת חי' והנה בן", און האפן אז דעם קומענדיגן ר"ה זאל שוין זיין "כי פקד ה' את ענייך" זאלן געהאלפן ווערן און זאלן שוין קומענדיגע ר"ה זאגן די הפטרה בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, און ס'זאל אראפגעברענגט ווערן אלע נשמות מגוף עדי נזכה לביגו"צ בב"א


דעם יו"ט ראש השנה "הנה "זה" עומד אחר כתלינו" די צוועלפטע חודש "אלול" כמנין זה, איז שוין באלד "אחר" דערנאך, אט אט און מיר זענען אין ר"ה תשע"ו,
אסאך אידן זענען שוין נפקד געווארן און/אדער געהאט קינדער זייט מיר האבן געשריבן די ארטיקל,

אבער אסאך ווארטן נאך ליידער, און זעהן נאכנישט קיין פתח צו די ישועה,
רייסט איין, דעם ראש השנה,
וה' פקד את שרה,
ותהר חנה ותלד בן,
להרבות זרעו כעפרות תבל

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג אוקטובער 25, 2015 12:05 pm

אזויווי מיר האלטן שוין נאכאמאל ביי די פרשה,
ברענג איך עס ארויף

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 10:09 pm

נאך א יאר פאריבער (עיבור יאר)

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:49 am

ארויפגעברענגט בזמנו

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 6:10 am

שמן זית האט געשריבן:ארויפגעברענגט בזמנו

ווער נאך וויא איך פארשטייט וואס איר האט געשריבען, איר שרייבט ריכטיג, דער הייליגער טאשער רבי זי"ע פלעגט כסדר זאגען קריאה מעורר הזמן, איך קלער אז אויסער וואס ער האט דעם צבור מעורר געוועהן אז מען זאל ערנסט נעמען דעם קריאה מיטן זמן האט ער דאס אליינס געוואלט מעורר זיין אז עס זאל זיין קריאה מעורר הזמן מיט אלע הידורים,
שרייבט נאך עס איז כמים קרים על נפש עיפה, און פאר די אידען וועלעכע ווארטען אויף א ישועה, געט נישט אויף, אוודאי ווערט מען מיואש אבער זייט אייך מחזק, נאך אמאל און נאך אמאל, די יאוש איז א דבר טבעי, ווערט נישט צובראכען אז איר זענט מיואש נאר זייט אייך מחזק, איך פארשטיי אז עס גרינגער געזאגט וויא געטאן אבער אין חכם כבעל ניסיון,

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 6:54 am

ר' טובי' מאיר וויוי פילט זיך עס, ווען מ'גרייט זיך צו אזא בר מצוה

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:07 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:ארויפגעברענגט בזמנו

ווער נאך וויא איך פארשטייט וואס איר האט געשריבען, איר שרייבט ריכטיג, דער הייליגער טאשער רבי זי"ע פלעגט כסדר זאגען קריאה מעורר הזמן, איך קלער אז אויסער וואס ער האט דעם צבור מעורר געוועהן אז מען זאל ערנסט נעמען דעם קריאה מיטן זמן האט ער דאס אליינס געוואלט מעורר זיין אז עס זאל זיין קריאה מעורר הזמן מיט אלע הידורים,
שרייבט נאך עס איז כמים קרים על נפש עיפה, און פאר די אידען וועלעכע ווארטען אויף א ישועה, געט נישט אויף, אוודאי ווערט מען מיואש אבער זייט אייך מחזק, נאך אמאל און נאך אמאל, די יאוש איז א דבר טבעי, ווערט נישט צובראכען אז איר זענט מיואש נאר זייט אייך מחזק, איך פארשטיי אז עס גרינגער געזאגט וויא געטאן אבער אין חכם כבעל ניסיון,

;l;p- ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מוצ"ש אוקטובער 27, 2018 11:54 pm

שמן זית האט געשריבן:ר' טובי' מאיר וויוי פילט זיך עס, ווען מ'גרייט זיך צו אזא בר מצוה

איך האב ברוך השם מיידליך, וועל איך קיין בר מצוה נישט פראווען, און א בת מצוה אויך נישט ווייל איך האב עס נישט געזעהן ביי מיין טאטען זאל זיין געזונט, אבער באמת פראווע איך יעדן טאג, עס איז פרייליך לוסטיג לעבעדיג בלע"ה,

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:29 am

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:ר' טובי' מאיר וויוי פילט זיך עס, ווען מ'גרייט זיך צו אזא בר מצוה

איך האב ברוך השם מיידליך, וועל איך קיין בר מצוה נישט פראווען, און א בת מצוה אויך נישט ווייל איך האב עס נישט געזעהן ביי מיין טאטען זאל זיין געזונט, אבער באמת פראווע איך יעדן טאג, עס איז פרייליך לוסטיג לעבעדיג בלע"ה,

ב''ה זאל ווייטער נאר זיין פריילעך! :grin:
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט