בלאט 1 פון 1
עקספריענדס מיט פאספארט אפיס אין מאנהעטן
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 8:52 am
דורך maybeeynot
איינער האט עקספריענדס מיט די פאספארט אפיס אין מאנהעטן ווי די חסידישע גיין ווען סאיז שוין א HOT RUSH. ?
כ'הער אז אינדערפרי איז דא זייער לאנגע ליינס אפילו מ'האט א אפויטמענט. אין איך דארף גיין מיט אפאר קינדעלעך. ווייסט איינער וויאזוי ס'קוקט אויס נאכמיטאג צו סאיז ליידיגער דעמאלסטס אין אויב יא ביז וויפיל אזייגער קען מען אריינגיין. אין צי מ'דארף א אפויטמענט ?
תודה למפרע
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 1:26 pm
דורך בנימין הלוי
געוואנדן וואס דו דארפסט דארט ערלעדיגן
איך בין געווען דארט אין די צופרי שעות און ס'איז געדאנגען איינס צוויי טראץ די פולע זאל
בעסט איז זאלסט גיין מיט אן אגענט. זיי קענען דאס און וועלן בעז"ה באגלייטן אז ס'זאל קלאפן
איך האב גענוצט Deluxe Passport
פאר לחיים ולשלום
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 1:39 pm
דורך פייווישעל
איך בין געוועהן בערך 4 יאר צוריק אין די פארמיטאג שעות די ליין ביזן דעסק איז געוועהן א דריי פערטל שעה ביים דעסק אליין בערך 20 מינוט דערנאך האבן זיי מיך געהייסן ווארטן א שעה בערך ביז סאיז פערטיג געווארן
דארפסט נישט קיין אגענט אויב די האסט איבעריגע פאר שעה
די דארפסט נאר האבן די פיקטשער'ס פין אלע קינדער אין א גוטע תירץ פארן עס דארפן היינט
איך האב געמאכט א טיקעט קיין לאנדאן וואס איך האב געקענסעלט גראד דערנאך
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 1:46 pm
דורך דוד משה
געהערט אמאל אז ביי די מעין פאספארט אפיס אין קאנעטיקוט וואס איז בערך א שעה פון ווימ"ס קען מען ביז עטליכע שעה האבן די פאספארט אין די הענט.
למעשה ווען כ'קוק
דא זעהט אויס אז היינט צוטאגס דארף מען שוין ווארטן עטליכע טעג, כוואלט דיר געראטן זיי אנצורופן מברר זיין.
Connecticut Passport Agency
850 Canal Street
Stamford, CT 06902
1-877-487-2778
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:05 pm
דורך פישל
מיט די פאספארט אפיס אין מאנהעטן האב איך נישט קיין עקספיריענס, אבער איך האב שוין געמאכט צוויי מאל א פאספארט אין קרית יואל, איין מאל פאר מיר און איין מאל האב איך באגלייט א צווייטן, און עס איז אלעס געגאנגען שנעל, געשמירט, היימיש און בא'טעמט, אן קיין פראבלעמען און מיספארשטענדענישן. מען קען זאגן רואיג אז עס לוינט זיך א טריפ פון איבעראל, ובפרט ווען מען וויל מאכן פאספארטס פאר א גאנצע פאמיליע פון היימישע קינדערלעך און מען קען אויסמיידן דאס ווארטן לאנגע שעות אין די מאנהעטענע אפיסעס.
אגב, סיי איך און סיי יענער וואוינען נישט אין קרית יואל, און האבן נישט חרטה געהאט פארן מאכן די נסיעה.
====
אחר כתבי זאת, באמערק איך אז דו רעדסט וועגן א rush, דאס דארף מען טאקע יא מאכן אין מאנהעטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 3:06 pm
דורך מאגר
פישל האט געשריבן:מיט די פאספארט אפיס אין מאנהעטן האב איך נישט קיין עקספיריענס, אבער איך האב שוין געמאכט צוויי מאל א פאספארט אין קרית יואל, איין מאל פאר מיר און איין מאל האב איך באגלייט א צווייטן, און עס איז אלעס געגאנגען שנעל, געשמירט, היימיש און בא'טעמט, אן קיין פראבלעמען און מיספארשטענדענישן. מען קען זאגן רואיג אז עס לוינט זיך א טריפ פון איבעראל, ובפרט ווען מען וויל מאכן פאספארטס פאר א גאנצע פאמיליע פון היימישע קינדערלעך און מען קען אויסמיידן דאס ווארטן לאנגע שעות אין די מאנהעטענע אפיסעס.
אגב, סיי איך און סיי יענער וואוינען נישט אין קרית יואל, און האבן נישט חרטה געהאט פארן מאכן די נסיעה.
====
אחר כתבי זאת, באמערק איך אז דו רעדסט וועגן א rush, דאס דארף מען טאקע יא מאכן אין מאנהעטן.
פארגעניגן צו מאכן א פאספארט ביי' ווילידזש, די גאנצע סטעף א מחי'
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 6:05 pm
דורך maybeeynot
שכח פאר אלע משיבים. אבער איך ווארט נאך צו הערן (ליינען) פון איינער וואס איז דארט געווען א נאכמיטאג