ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אופען פארלאנג פון געוויסע ליינער דא, עלעך אהער ברענגען אלע שיעורים כסדרן אין איין אשכול. ביטע נישט שרייבן קיין הערות דא, נאר דא.

איך לייג דא אויך צו א פרישע ארטיקל וואס איך האב שוין געהאט פארשריבן פאר מיר פא א לאנגע צייט צירוק וואס איך האב נאכנישט געשריבן דא אינעם וועלטעל.


סימפטאמען פון א פראבלעם

'וואס גייט פאר מיט מיר'? וואונדערט זיך יענקל.

אין די לעצטע פאר וואכן שפירט יענקל אז עפעס טוט זיך אפ אין אים. אנשטאט דער מלא חיות'דיגע יענקל, דער געשמאקער לעבעדיגער יונגערמאן, איז אפירגעקומען א צובראכענע, דיפרעסטע יענקל, גענצליך אנדערש פון אמאל.

'וואס גייט דא פאר'?

יענקל איז נישט דער איינציגסטער.

ביי יעדן איינעם הויבט זיך עס אן אנדערש: ביי יענקל איז עס ווען ער הויבט אן צו שפירן 'זייער נאכגעלאזט', פארלירט דעם אפעטיט און ווערט צובראכן; ביי יאסל איז די מעשה אביסל אנדערש. יאסל איז א לעבעדיגער כאראקטער, וואס האט קיינמאל ערענסט נישט געהאלטן ביי גארנישט. אבער מיטאמאל דערזעט ער זיך אז... דאס לעבן פארלאנגט זיינס, מ'מוז זיך נעמען אין די הענט אריין, אויב נישט, גיי איך נישט קענען חתונה האבן, טרעפן א זשאב צו שפייזן מיין משפחה און-אזוי-ווייטער. יאסל וויל צוריקגיין צום געווענליכן סדר היום, אבער די וועג צירוק איז עפעס פארמאכט. ער פאנגט אן צו פילן 'געטרעפּט', עס דוירט נישט אפאר טעג, און ער דערזעט זיך ליידן פון 'ענקזייעטי'.

ווידער ביי בערל איז גאר א צווייטע געשיכטע, ווען איינמאל אינמיטן העלן טאג באפאלט אים פלוצלינג א שרעק וואס ער קען נישט מסביר זיין פונקטליך וואס דאס איז. בערל הויבט אן צו ציטערן, נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן (אין די קלינישע שפראך, ווערט דאס אנגערופען א 'פאניק אטאקע'). בערל פארשטייט נישט וואס עס קומט אצינד פאר, דען 'גארנישט ספעציעל גייט יעצט פאר אין מיין לעבן' קלערט בערל, 'נו, וואס איז יעצט געשען'?

לאמיר אצינד אריבערגיין צום ביורא פון ברוך און שמואל, צוויי ערפאלגרייכע שותפים וואס פירן אן ברייטפארצווייגטע געשעפטן אינאיינעם.

שמואל איז א זייגער מאשין, זיין ווארט איז א ווארט און א צייט איז ביי אים א צייט. אין בית-המדרש ווייסט מען אז ווען שמואל קומט אין שוהל, קען מען אנשטעלן דעם זייגער לויט זיינע טריט, דען ער ערשיינט יעדן טאג אין זעלבן צייט, ער וועט זיך קיינמאל נישט טוישן. אין ביורא ווייסט מען אז ניין-אזייגער פונקטליך זיצט שוין שמואל ביי זיין טישל און ליגט שוין פארטיפט איבער א הויפן פאפירן וואס ער דארף נאכקוקן.

אזוי איז עס אלעמאל געווען, ביז יענעם דינסטאג אינדערפרי. ברוך זיצט אין ביורא און עס רוקט זיך א מינוט נאך א מינוט, עס איז שוין אצינד צען נאך ניין און שמואל איז נאכנישט דארט. 'עפעס האט פאסירט מיט שמואל' טראכט ברוך. מיט א קלאפנדיגע הארץ הויבט ער אויף א טעלפאן צו זיין שותף און פרעגט זיין חבר "שמואל אלעס איז אקעי?"
"ברוך, פרעג נישט", צווינגט זיך שמואל ארויסצוזאגען אפאר ווערטער, "איך שטארב! מיין ריקן רייסט, איך קען זיך נישט רירן. איך האב אן אפוינטמענט ביים דאקטער אין א שעה ארום, איך ווייס נאך נישט ווי אזוי איך וועל אנקומען צו אים" .

יאנקל, יאסל, בערל און שמואל, לעבן אין אן אומגעהויערן שרעק. זיי ווייסן נישט וואס עס קומט פאר מיט זיי און ווייסן נישט וואס צו ערווארטן אויף דער מארגנדיגע טאג. 'וואס איז יעצט געשען'? טראכטן זיי, 'גייט דער שרעק קומען מארגן נאכאמאל'?

שלום מיט די מציאות

לאמיר זען וואס קען זיך דא ווייטער אפשפילן.

עס גייט אריבער אפאר וואכן, און יאנקל זעט אז עפעס געפערליך גייט דא פאר, זיין אפעטיט צו לעבן ווערט ווייניגער און ווייניגער און עס נעמט נישט קיין ענדע. ער נעמט די קאראזש און גייט זיך דורכרעדן מיט איינעם, צו זאל עס זיין א רב, רבי, ראש ישיבה אדער סתם א גוטע פריינד. די חברים ראטן אים וואס צו טון און זאגן אים, "עס קען זיין אז... דו דארפסט זען א מענטל העלט פראפעשענל... אפשר..."

"וואס?!" ער איז אין שאק. "איך?... א 'מענטל העלט פראפעשנל?... – וואס עפעס?! – איך בין נישט נארמאל? איך האב א נפשיות'דיגע פראבלעם? - נישט מיר, א צווייטער!".

די געפילן דערשרעקן זיך נישט פון יענעמ'ס איבערראשונגען, עס טוט ווייטער זיינס, די פחדים ווערן שטערקער און דאס חשק צום לעבן ווייניגער... ענדליך געבט ער זיך אונטער, מען נעמט די קוראזש מיט אן החלטה, 'איך וועל בלית ברירה מוזן גיין צו א מומחה פאר אן איוועליועישען, האפענטליך וועט מען וויסן נאכדעם פון וואס איך 'לייד'.

יענקל זעצט זיך אראפ פארן איוועליועיטער, די סעריע פון שאלות הויבט זיך אן. "האסט געליטן אלס קינד פון...?" 'רבונו של עולם', טראכט צו זיך דער פאציענט, 'וואס גייט מיר אן וואס איז געשען אלס קינד?! איך וויל וויסן וואס איז מיין פראבלעם היינט?' נו, ער איז דאך די מומחה, מסתמא ווייסט ער וואס ער טוט.

נאכן דורכגיין דעם גאנצן צעטיל און פרעגן אלע נערווירנדע פראגן, ענדיגט מען דעם איוועליועישען, און יאנקל ווארט מיט גרויס אנגסט צו הערן דעם דיאגנאז פונעם דאקטער.
'אין וועלכע קאטעגאראריע פונעם די. עס. עם. גיי איך אריינפיטן?', טראכט ער צו זיך.

דער מומחה הייבט אויף זיין קאפ און נעמט אראפ די ברילען פון שפיץ נאז: "קוק אהער", הויבט דער מומחה אן מיט זיינע ווערטער, "היות דיינע סימפטאמען גייען שוין אן מער ווי צוויי וואכן, איז זייער מעגליך אז דו ליידסט פון דעפרעסיע".

א דערשראקענער הערט זיך יאנקל צו צום דאקטער... ער איז שוין א... דערפרעסיע ליידנדע, נישט מער נישט ווייניגער. דער דאקטער איז ממשיך און ערקלערט רואיג פאר יאנקלען: "עס איז מעגליך דאס אויסצוהיילן, עס איז פאראן פארשידענע מהלכים דערין, אדער קענסטו זיך נעמען צו מעדיצינען און דאס וועט דיר אויסהיילן, אדער דו קענסט פראבירן קודם סי. בי. טי. אויב ביידע אפציעס העלפן נישט, זאלסטו צירוקקומען אהער, און מען וועט אויסארבעטן א צווייטע פלאן. אצינד ליגט די אפציע אין דיינע הענט, דו קענסט אויסקלויבן וואס צו טון און אויף וועלכן מהלך דו ווילסט גיין צום ערשט".

יענקל הייבט זיך אויף און טראכט צו זיך, 'געוואלד, וואס דארף איך טון יעצט, וואס זאל איך פראבירן קודם? - ווי הויבט מען דא אן? וועמען זאל איך פרעגן? - איך לייד טאקע פון דעפרעסיע? וואס גייט מיין ווייב זאגען צו דעם?'.

די אמת'ע צומישעניש הויבט זיך הערשט יעצט אן.

וואו הויבט מען אן?

אבער ניין. יאנקל איז נישט פון די סארט מענטשן וואס וועלן זיך לאזן פארפירן פון נארישע געפילן. 'איך האב א פראבלעם און איך וועל עס איבערקומען' קלערט יאנקל צו זיך. זייער שנעל אריאנטירט ער זיך פון זיינע געדאנקען און הויבט אן טון למעשה.

ער הייבט אויף דעם טעלעפאן, נעמט זיך רופן ריפערל ארגענזאציעס, ער רעד אויך צו אנדערע פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד, ער הערט עצות וואס מען קען דא טון, מען פרעגט זיך נאך ביי נאנטע פריינד וואס האבן שוין אויך געליטן פון דעם און אינטערעסירט זיך וואס זיי האבן פראבירט צו טון.

נאכן הערן אלע עצות און הדרכות, ווערט ער נאכמער צומישט. די עצות און הדרכה וואס ער באקומט, איז איינס די פארקערטע פונעם צווייטן.

מעכל, דער עסקן פון בית-המדרש, כאפט אן יאנקל ביים ארבל און זאגט אים שארף: "גיי צו א צווייטע פראפעשענעל פאר נאך אן 'אַפּיניען'. יענער דאקטער איז א גרעסערע מומחה, און אפשר וועט יענער האלטן אז דו האסט נישט קיין "עכטע" דעפרעסיע"...

ווידער מאיר, דער פסיכילאג פון שטיבל עצה'עט איהם מיט פסיכילאגישע טערמינען: "דו צודריקסט צופיל דיינע געפילן, דו דארפט פעיסען און זיך לאזן אויפמאכן דיינע געפילן."

יאנקל'ס שכן טענה'עט: "א שאד צו זיצן אויף געפילן, מען קומט נישט אן, דו דארפסט טון הלכה למעשה. איך גיב דיר א נומער פון א טערעפיסט, א מומחה אין 'קאגנעטיוו בעיהעיוויורעל טערעפי' (CBT), פארבינד דיר שוין מיט יענעם און דו וועסט דיר אויסלערנען וויאזוי צו קאנטראלירן דיינע מחשבות און מעשים ווען זיי שטערן דיר במשכ'ען טאג."

דער געוועזענער ראש-ישיבה פון יאנקל'ען, נאכן אויסהערן אלע פרטים רופט זיך אן און זאגט: "א שאד אויף די טערעפי, איך קען דיר נאך פון אלס בחור... דו האסט נישט בעצם קיין פראבלעם פאר זיך, דו האסט פשוט א 'קעמיקעל אומבאלאנס'. גיי צירוק צו דיין דאקטער, און פאנג שוין אן מיט די מעדעצינען. יעדע מינוט וואס דו נעמסט נישט די מעדעצין, פארפאטשקעסטו נאך א מינוט אין דיין לעבן".

הערנדיג דאס שרייט די ווייב געוואלד: "נעם נישט קיין מעדעצינען, עס האט געפערליכע סייד עפעקטס, און עס מאכט נאר מער משוגע, גיי צו יענעם 'נאטירלעכען דאקטער', און ער וועט טרעפן דעם אמת'ן 'שורש' פון דיין פראבלעם. ער וועט טעסטן וועלכע ווייטעמינען עס פעלן דיר, וואס דו מעגסט עסן און וואס דו זאלסט נישט עסן, איך זאג דיר עס לוינט זיך צו האבן אן אפוינטמענט מיט יענעם, דו וועסט ווערן אן אנדערען מענטש".

אן עלטער מומע, וואס טענה'עט אז זי האט שוין עקספיריענס דערמיט און האט שוין מיטגעמאכט מיט עטליכע קינדער אזאנס, שיקט איהם צו א קיירעפרעקטער, "ער וועט דיר מאכן אפאר 'עדזשאסטמענטס', און ביז אפאר וואכן וועסטו זיין אן אנדערע מענטש".

די שוויגער זאגט איהם, "מאך דיר נישט נאריש, גיי גלייך צו 'ענערזשי הילינג', די רבנים זאגן אז יענער איז מותר און ארבעט אויף א כשרע אויסגעהאלטענע מהלך, איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס זענען שוין געהאלפן געווארן ביי אים, ער בעט אביסל טייער אבער עס לוינט זיך. אין די ענערזשי ליגט די סוד פאר אלע די סארט פראבלעמען".

די ליסטע פון רעקאמענדאציעס האט נישט קיין ענדע, פון פראבירן צו טון פשוט'ע עקסערסייז צו בארואיגן דער נערווען סיסטעם, ביז פארן קיין לאנדען צו מאכן פריזעמס גלעזער (דארט ליגט דער פראבלעם... אין די פארקרומטע אויגען). יעדער איינער ווערט א מומחה און אלע האבן צו זאגן מיט א זיכערקייט אז אלע רעדן שטותים, אויסער ער זעלבסט.

און אז ער איז מחליט צו פרעגן א חסידי'שער איד אין בית-המדרש, וועט יענער אוועקמאכן אלע אפציעס, פארקנייטשן דעם שטערן און א מאך געבן מיט די האנט: "לאז דיך אפ מיט די היינטיגע מעשיות, זאלסט טון אזוי ווי אונזערע זיידעס האבן געטון פאר הונדערט יאר צוריק, זיי דיך מחזק אין אמונה אין בטחון, און אלעס וועט זיין בסדר, מיטן אויבערשטנס הילף".

פון מעכל צו רעכל

יענקל גייט זיך זיין וועג, 'גיי ווייס פון וואו מיין ישועה דארף קומען', טראכט ער צו זיך צובראכענערהייט. נעמט ער זיך בלית ברירה אויספראבירן איין מיטל נאכן צווייטן, אבער ער זעט נאכנישט זיין פרייליכע ענדע אזוי שנעל. ער טראכט און וואונדערט זיך צו זיך אליין, 'איך האב גערעדט צו איינעם וואס האט אויך געליטן די זעלבע, און די דאזיגע ווייטעמינען האט אים געהאלפן, פארוואס פאר מיר העלפט עס נישט?' עס גייט נישט דורך לאנג און יענקל טוישט צו סי. בי. טי. און נאך עטליכע פארצויגענע וואכן פון ווארטן און וועלן זען דארט א ישועה, איז ער מחליט צו טוישן צו א קיירעפרעקטאר און דאן צו ענערדזשי.

אזוי רוקן זיך דורך וואכן און חדשים און יאנקל פארשטייט נישט: 'פארוואס קען יעדער געהאלפן ווערן, יעדער אויף זיין מיטל, און מיר האט מען שוין געטוישט די מעדיצינען דריי מאל, און מען האט נאך אלס נישט געטראפען די ריכטיגע 'דויסעדזש', עס האלט שוין דארט אז מען וויל יעצט אפילו טוישען די דיאגנאז?!'.

נאכן זיך מאכן א חשבון-הנפש, דערזעט זיך יאנקל מיט די פאלגענדע תוצאות: ווייטעמינס ארבעט נישט פאר אים, ענערזשי האט נאר געהאלפען אביסל, די קיירעפרעקטער'ס עדזשאסטמענטס האט געהאלפען פאר אפאר וואכן, און נאכדעם... צוריק צום אלטן. ער האט זיך שוין אפילו פראבירט צו מחזק זיין מיט אמונה און בטחון, און האט שוין געמאכט א שיעור קבוע אין חובות הלבבות, און גארנישט!

'פארוואס בין איך אנדערש?' טראכט יאנקל, 'איז עפעס נישט בסדר מיט מיר? איז דא א מעדעצין וואס קען מיך מאכן בסדר, אז איך זאל קענען וויסן וואס איך דארף טון?'

עצות און הדרכות

לאמיר אצינד צוריקגיין צו שמואל, וואס ליידט אויף רוקן ווייטאג, און זען וואס מיט אים האט פאסירט.

נאכן ליידן א מאסיווע רוקן אטאקע, האט זיך שמואל קוים ארויסגעריקט פון בעט צו גיין צום דאקטער. דער דאקטער שיקט אים תיכף פאר אן עקסרעי, וואס ווייזט אן אויף א 'הירענעיטעד דיסק', א סימן אז די געדרייטע ביין אינעם שדרה איז די סיבה פאר זיין ווייטאג. "די עצה דערויף איז" ערקלערט אים דער דאקטער, "צו מאכן פיזיקל טעראפי. אויב דאס וועט נישט העלפן, וועט מען מוזן אפערירן."

שמואל וועט טון וואס מעגליך פטור צו ווערן פון זיין רוקן ווייטאג. וואס א טאג עס גייט אריבער און ער איז נישט אין אפיס, ווערט ער מער נערוועז און אנגעצויגען. נאך אפאר טעג פון טעגליכע טערעפי, דערזעט זיך שמואל אז ער האלט אין ערגעץ נישט, נישט נאר דאס, עס איז נאך געווארן אביסל ערגער. נו, בלית-ברירה, וועט מען זיך מוזן אראפלייגן אויפען אפעראציע בעטל.
אבער שמואל האט נישט געוואלט לויפן תיכף זיך לאזן שניידן. ער האט קודם געוואלט פראבירן נאטירליכע מיטלען. אנגעהויבן האט ער מיט נאטירליכע ווייטעמינס, ווי מאגניזיום, וואס העלפן בארואיגן אנגעצויגענע מוסקלען. ווען דאס האט נישט געארבעט, האט ער פראבירט א גאר פראמינינטער קיירעפרעקטער אין זיין געגענד, וואס האט אויסגעגראדעט זיינע פארקרומטע ביינער אין זיין רוקן. שמואל איז אהינגעגאנגען מיט די האפענונג, אז ווען די ביינער וועלן זיין גראד וועט שוין נישט זיין קיין ווייטאג. נאך אפאר עדזשאסטמענטס האט ער געזעהן אז מען קומט נישט אן. איינע פון זיינע חברים, וואס האבן אליין געליטן פון אזעלכע סארט ווייטאגן, האבן איהם געראטן צו פראבירן אקיופאנטשער. נאך דריי ווייטאגליכע וואכן פון טריטמענטס ביים אקיופאנטשער האט זיך אנגעזעהן עפעס רעזולטאטן, אבער נאך פינף וואכן איז ער ווייטער צוריקגעפאלן.

בלית ברירה גייט ער צירוק צום לעצטן אפציע.

אפעראציע.

דר. סארנא

געציילטע טעג פאר די אפעראציע, קלינגט אים אן זיין שותף ברוך מיט א בשורה טובה, אז ער האט יעצט גערעדט מיט איינעם, און יענער האט אים געזאגט וועגן עפעס א 'דר. סארנא' מעטאד, וואס טענה'ט אז ריקן ווייטאג קען מען נישט אויסהיילן מיט אן אפעראציע, ווייל די שורש פונעם ווייטאג איז נישט קיין פיזישע, נאר א גייסטישע. דאס הייסט, אז די גאנצע פראבלעם האט צוטון מיט דער נפשיות'דיגע חלק פון דעם מענטש, און האט בכלל נישט צוטון מיט די פיזישע חלק. "איך וואלט דיך ממליץ געווען זאלסט ליינען זיין בוך", זאגט אים ברוך, "זעה וואס ער זאגט, אפשר וועסטו געהאלפן ווערן דורך זיין שיטה?"

'וואו דר. סארנא, וואס דר. סארנא' טראכט שמואל, 'איך האב א גייסטישע פראבלעם? – וואס רעדסטו שטותים... איך בין דאך א באזעצענע מענטש, איך האב נישט קיין פראבלעמען. 'איים אקעי'.

די צייט מאכט איר'ס, און נאך א טאג טראכטן האט זיך שמואל געבראכן, מיט די החלטה צו פראבירן, 'וואס קען שוין שאדן? - העכסטנס וועל איך זען אז ביי מיר איז עס יא א פיזישע פראבלעם, ווייל איך האב דאך נישט קיין גייסטישע פראבלעמען', האט ער זיך אונטערגעשמייכעלט.

שמואל האט געקויפט דעם בוך, ער איז אפילו געפארן קיין בארא-פארק, הערן שיעורים פון א באקאנטן מומחה אין דעם פעלד, און וואונדער איבער וואונדער, די געדאנק האט איהם געכאפט, עס מאכט דאך אזוי פיל סענס... א מענטש האט דאגות און עגמת נפש, אבער דער מענטש וויל דאס נישט אנערקענען, ממילא קומט א פיזישע ווייטאג און איז אים מסיח דעת פון זיינע אומאנגענעמע געפילן. די עצה דערפאר איז, אז מען דארף דוקא יא אנערקענען די אומאגענעמע געפילן מיט וואס מען דרייט זיך ארום במשכ'ן טאג, ווי שווער עס זאל נאר זיין, און מיט דעם וועט שוין נישט אויספעלן קיין פיזישע ווייטאג.

מיט זיין אנטוויקעלטע סענס פון 'געזאגט און געטון', איז שמואל גלייך געגאנגען טון הלכה למעשה. ער מישט אויף אלע זיינע אומאיינגענעמע געפילן און עגמת נפש וואס ער האט קיינמאל נישט געוואלט זען, און אפילו אלע זיינע שלום בית פראבלעמען וואס ער האט קיינמאל נישט געוואלט טראכטן דערפון... יעצט האפט ער אז די ישועה וועט קומען, ער 'פעיסט' און ער 'ווייסט' אלע זיינע פראבלעמען און ער האפט אז מארגן אינדערפרי גייט ער אויפשטיין 'ווייטאג פריי'... כאילו לא היה, כאילו ער האט קיינמאל פון דר. סארנא נישט געוויסט.

אבער דאס האט נישט פאסירט.

זיין ווייטאג איז נאכאלס דא. יא, עס איז אפשר אביסל בעסער, אבער ער האט זיך געראכטן צו זיין אינגאנצן פריי, און זיין זיכער אז עס זאל מער נישט צירוקקומען. 'וואס גייט פאר מיט מיר?' טראכט שמואל, 'פון אלע מענטשען וואס איך קען וואס האבן געטון 'סארנא' הלכה למעשה, איז כמעט יעדער געהאלפען געווארן, און איך... וויפיל איך זאל נאר דיירעקט 'פעיסען' מיינע דאגות און פראבלעמען, גייט נאכאלס נישט אוועק מיין רוקן ווייטאג? וואס גייט דא פאר? איך באהאלט גארנישט? מיט וואס בין איך אנדערש?'

דער 'שורש' פונעם פראבלעם

אט די ביישפילען וואס מיר האבן דא געזעהן, זענען נישט קיין פיקטיווע, נאר מעשים בכל יום וואס איך האב שוין מיטגעלעבט מיט פארשידענע מענטשן . ווען איינער דערזעט זיך מיט א נפשיות'דיגע פראבלעם, שטעלט זיך אים גלייך אויף די האר פון קאפ, און עס נעמען זיך אים בוזשעווען דערדריקנדע מחשבות: 'וועל איך אמאל ארויסקריכן דערפון אינגאנצען? וועל איך זוכה זיין צו טרעפן די ריכטיגע לייזונג פאר מיין פערזענליכען פראבלעם?'

יעדער פראבירט צו טון די בעסטע וואס עס איז מעגליך, און מיט די היינטיגע מעגליכקייטן איז פאראן אסאך וואס צו טון אין די פעלד פון מענטל העלט. עס זענען פאראן נייע טרענירטע טערעפיסטן, קאונסלערס, קאויטשעס, און נאך. עס קומען צו טעגליך נייע סארטן טערעפי, נייע מעדעצינען אדער ווייטעמינען, עס איז ברוך-השם אן אכשר-דרא צייט. פארט קענען זיך א גרויסע חלק פון די באטראפענע זיך נישט ארויסדערזען פון זייערע פראבלעמען און זיי שפירן ווי זיי טאפן א וואנט. ווי איראניש עס קוקט אויס, קענען זיך אסאך מענטשן זיך געפינען נאך מער פארפלאנטערט, נאכן מיינען אז זייער טריטמענט האט געארבעט, ווען זיי דערזעען זיך צו זייער וואונדער אז זייער פראבלעם קלאפט פלוצלינג אויס אויף א צווייטען פארמאט.

דער שלאג ווארט וואס מענטשן זוכן היינט איז 'דער שורש'. מענטשן זיצן, טראכטן און זוכן, וואו ליגט דער 'שורש' פון מיין פראבלעם? – וואו איז דער יסוד פון וואס אלע פראבלעמען קומען?
עס זענען פאראן פיל מומחים וואס וועלן זיך אויפטון אז ביי זיי גייט מען צום 'שורש'. אבער וואס פונקטליך 'שורש' מיינט, איז ביי יעדער פראפעשענעל עפעס אנדערש: אין די נאטירליכע היילונג וועלט, וועט יעדער דאקטער טרעפען א פיזישען שורש - איינער וועט זאגן, "דיינע עדרינעל גלענדס זענען שוין איבערגעארבעט", בשעת דער קייראפרעקטער וועט זאגן אז דער שורש איז אין די צודריקטע ביינער אינעם שדרה, וואס לאזן נישט די אקסעזשען דורכגיין געהעריג אין די נערווען סיסטעם. ווידער א צווייטער נאטירליכער היילער וועט זאגן אז די נעגעטיווע ענערזשי וואס דרייט זיך ארום איבעראל, דאס איז די שורש פון אלע נפשיות'דיגע פראבלעמען, און ער וועט עס דיר אויפווייזן מיט קלארע שטודיעס דערויף. ווייטער אין די דאקטארישע וועלט וועט מען שרייען חי וקים, "דער שורש פונעם פראבלעם איז אין די קעמיקעל אומבאלאנס, און דאס איז דאקיומענטירט אלס א פאקט". אפילו אין די טעראפי וועלט וועט זיין חילוקי דיעות וואס 'שורש' מיינט, איין שיטה וועט זאגן אז די שורש פון אלע פראבלעמען איז די וועג וויאזוי מען האט זיך צוגעוואוינט צו לעבן מיט די עלטערן, און אויב וויל מען זיך היילען מוז מען דאס פאררעכטן. אנדערע וועלן זאגן אנדערע סארט 'שרשים', ווי-צום-ביישפיל אז עס איז די געפילן וואס מען האלט זיך איין און מען זאגט עס נישט ארויס.

אזוי צי אזוי, וואס דער שורש זאל נאר באמת זיין, שפירן זיך מענטשן פארלוירן און געפינען נאכנישט קיין לעזונג צו זייער פראבלעם. וויפיל מענטשן וויינען צו זיך אליינס, "איך האב שוין ארויסגעזאגט אלע מיינע געפילן וואס איך האלט איין אלע מיינע יארן, איך האלט שוין גארנישט איין, אבער איך בין נאך אלטס אנגעצויגען און נערוועז, און איך זעה נאך אלטס נישט די פולקאמע ישועה".

פאר א לאנגע צייט צוריק האב איך געזען א בריוו אין המספיק גאזעט, וואס שילדערט זייער שטארק די מיטמאכענישן וואס אזעלכע מענטשן גייען דורך. איך וויל מיטטיילען די בריוו מיט די ליינער, מען זאל בעסער פארשטיין וואס איך מיין. די בריוו איז געווען אונטערן קעפל "ענקזייעטי און שלאף פראבלעמען", ווי א פארווייטאגטע פרוי רעד זיך אפ:

מענטשן גייען דורך פארשידענע שוועריגקייטן, און אויב עס איז נישט גענוג ערנסט ווען מ'איז שוין געצווינגען צו זעהן א דאקטאר און אויסגעבן געלט, קען מען אמאל שפירן ווי מען טאפט א וואנט און מען דארף פשוט אן אפענע אויער, און אט די אויסגעבע טוט דאס אין פילן זין פון ווארט. מי כעמך ישראל, פאר דעם אליין דארף שוין משיח קומען אלס מאמע פון קליינע קינדער בין איך זייער אנגעוועזן אויף א גוטע נאכט שלאף. אמאל איז עס מיר געווען שווער, אבער כבין ב"ה פיין געהאלפן געווארן דורך "קאגניטיוו ביהעוויאר טעראפי". עס ה אט געעפעט מיינע אויגן צו זען די צוזאמענהאנג פון געפילן, געדאנקען, און אויפפירינגען. אין מיין פאל איז די שלאפלאזיגקייט געווען א רעזולטאט פון מיינע געדאנקען און געפילן וואס די טעראפי האט בארואיגט און איך האב שוין געקענט שלאפן נארמאל. אבער שפעטער איז עס צוריק געקומען אויף אן אנדערע וועג, מיט א שטארקע פחד, ענקזייעטי.

דאס שטעלט מיך אין א שווערע דילעמא, אויב מקען זיך שוין פילן אזויפיל בעסער און נאכדעם קען עס פארט צוריקקומען, וויאזוי קען מען זיך העלפן אויף פערמאנענט? איך האב שוין פראבירט שלאף מעדיצינען, אבער זיי האבן געהאלפן שוואך און כ'וויל נישט זיין אנגעבידן דערוף. אויך האב איך שוין געליינט ביכער ווען "אינסאמניע", און זיך דערלערנט די "מיינד אווער באדי" פרינציפן, אבער איך שפיר היבש פארפלאנטערט. וואס איז נאך דא צו טון מיר צו הלעפן מיטן שלאפן?


אט די בריוו, איז איין ביישפיל פון אסאך פעלער וואס מענטשן מאכן מיט.

לעומקם של הדברים

נאכן צוזען פון די נאנט די מצב וואס טוט זיך היינט אפ, האב איך מיר אנגעהויבן צו דערגרינטעווען און אריינגיין בעומק הדברים. איך האב זיך געמאכט דעם חשבון אזוי:

רעדן טערעפי העלפט אמאל? - זיכער אז יא.

ווייטעמינען העלפט? - אמאל העלפט עס זיכער.

מעדעצינען העלפן? - אויך אמאל.

ענערזשי און אנדערע סארט היילינג מיטלען העלפט קיינמאל נישט? - זיכער אז ס'העלפט אמאל.

אויב אזוי, וואס איז די זאך וואס העלפט באמת? - עס קוקט אויס ווי א מיסטעריעיזע שאלה וואס האט נישט קיין קלארע תשובה.
וואס דארף געשען אז א מענטש זאל זיך טאקע קענען אפלאזען פון זיין אלטע וועג פון לעבן מיט די ענקזייעטי און דעפרעסיע אויף אייביג? פארוואס וועט דער ספעציפישע מיטל העלפן פאר יענעם און נישט פאר יענעם? וואס איז טאקע דער אמת'ע שורש פון א נפשיות'דיגע פראבלעם? איז בכלל דא אזא זאך ווי א נפשיות'דיגע פראבלעם, אדער איז עס גאר א היינטיגע אויפגעבלאזענע זאך? ס'איז קלאר אז מענטשן ליידן, אבער פון וואס ליידט מען באמת?

עס האט מיר אויסגעזעהן ווי אפילו די וואס האבען יא אנערקענט אין די טיפע באדייט אינעם עולם הרגש, א דוגמא ווי דר. סארנא (וואס מיר האבן אויבן אראפגעברעגט) און נאך, האבן נאך אלטס פארזען זייער א וויכטיגע נקודה, עפעס קלאפט נאך אלטס נישט. אבער וואס איז דאס?

לעצטנס האב איך געזעהן אן ארטיקל פון דר. העלען מייבערג פון אימארי יונעווירסיטי, וואס שרייבט לגבי היילן דעפרעסיע, אז רוב מענטשן ווערן נישט געהיילט פון זייער דעפרעסיע מיט די ערשטע זאך וואס זיי פראבירן, מען דארף פראבירן און פראבירן און זען וואס עס ארבעט. שפעטער אונעם ארטיקל קומט ער אויף מיט זיין געווינס, אז זייער מעגליך אז בקרוב וועט מען קענען נוצן "פעט (P.E.T.) סקענס" צו דיטעקטען א חלק אין די מוח וואס זאל קענען פאראויס זאגען אויב דער פאציענט וועט בעסער ריאגירן צו מעדעצין אדער סי.בי.טי. (רעדן טערעפי). אויב דאס וועט זיין די ענדגילטיגע לייזונג צום פראבלעם? - גיי ווייס? (וויאזוי וועט מען וויסן וואס צו טון ביי ענקזייעטי פראבלעמן...?).

די לעזונג

נאך א לאנגע צייט פון זוכן און נישטערן, איז מיר בסייעתא דשמיא אויסגעקומען דורך אן אינטרעסאנטן צופאל אנצוקומען צו די אינפארמאציע וואס איך האב געזוכט. די אינפארמאציע איז אפן פאר יעדעם איינעם, עס איז נישט עפעס א מיסטעריעזע סוד. מיט די אינפארמאציע האט זיך געעפענט א גרויסע טיר צו פארשטיין די טיפע באדייט פון א 'מענטל דיסארדער', וואס דאס באדייט, און ווי אזוי דאס ווערט פאבריצירט, און ממילא וועט דאס צופירען מיטן באשעפערס הילף, צום ריכטיגען שליסל און צו די געווינטשענע רפואה.

מיר האפן מיטן אויבערשטענס הילף, צו קענען אהערברענגען א סעריע פון ארטיקלן, וואס וועט געבן פארן ליינער א שטיקל באגריף און א בליק אויפן גאנצן ענין, אז מענטשן זאלן האבן א השגה ווי אזוי צו זוכן זייער רפואה און אין וועלכן ריכטונג זיך צו ווענדן.

די מטרה פון די ארטיקלען איז נישט פאראויס צו שטיפן איין שיטה פון היילינג מער פון די צווייטע. אונזער מטרה איז אראפצולייגן פאר די ליינער די טריקענע פאקטן וואס די היינטיגע סייענטיפישע וועלט ווייסט היינט מער וואס מ'האט אמאל געוויסט, און ווי אזוי דאס קען העלפן צו פארשטיין וואס מען קען ערווארטן פון סיי וואספארא סארט צוגאנג מען וויל נעמען.

עס זענען דא אסאך שיטות אין טערעפי, וואס דער דאזיגער שליסל ווערט נישט-וויסענדיג אויסגעפירט, מען האט נאר נישט קלאר געכאפט – און אפשר ווייסן זיי נאך אלץ נישט – פונקטליך וואס דא פאסירט. יעדער וועט קענען וויסן פאר זיך וואס צו ערווארטן ווען מען איז מחליט צו נעמען מעדעצינען אדער ווייטעמינען. מען וועט אויך קענען וויסן וואס צו ערווארטן ווען מען איז מחליט אז מען וויל פראבירן סיי וועלעכע סארט היילינג ווי 'ענערזשי הילינג' און-דאס-גלייכן. עס וועט זיין א טאטאלער באשלוס אויפן ליינער זעלבסט, וואס זיין קומענדיגע טריט אין לעבן גייט איהם ברענגען.

ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור א' – הקדמה: צו וועמען גייט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די ערשטע שאלה וואס איינער האט ווען מען פילט זיך סטאק בעניני הנפש איז, ווי גיי איך? דארף איך גיין צו איינעם וואס איז א מומחה בתורת הנפש (טערעפיסט / קאוטש)? אדער דארף איך טרעפן א צדיק וואס זאל מיר זאגען וואס צו טון? דארף איך צירוקגיין צו מיין ראש ישיבה?

(אדער נישט דאס און נישט דאס, נאר גאר א 'גופניות'דיגע' פראבלעם אזוי ווי סיי וואספארא אנדער פיזישע פראבלעם ווי הארץ פראבלעמען, ווי אסאך נעמען היינט אן די תיאריה פון די דראג קאמפעניס אז ענקזייעטי און דעפרעסיע איז א פשוטע גופניות'דיגע מחלה וואס רופט זיך 'קעמיקעל אומבאלאנס'?
אן אריינגיין בפרטיות יעצט צו ס'איז דא אזא זאך ווי קעמיקעל אומבאלאנס אדער נישט (וואס אויף דעם וועט מען מער אריינגיין בקרוב אי"ה), איז אבער קלאר אז דאס איז היבש איבערגעטריבן. דעיוועד בורנס וואס מ'האט דא דערמאנט, פון די גרעסטע דעוועלעפערס און סי. בי. טי., האט אנגעהויבן זיין קארעריע אלטס א פסייכייעטריסט און געגעבן רעצעפטן פאר מעדעצינען פאר זיינע דעפרעסטע פאציענטן, ביז ער האט איינגעזען אז ס'ארבעט נישט און האט אנערקענט אז דעפרעסיע אד"ג, האט צוטין מיט א מענטשענס מהלך המחשבה און נישט מיט קיין קעמיקאלען.)


אזוי צו אזוי, אפגעזעהן צו וועמען מען דארף גיין, צום בקי אדער צום צדיק, איז קלאר אז ענקזייעטי און דעפרעסיע פאסירט ווען א מענטש האט געלעבט אומבאלאנסירט מיט זיינע חלקי הנפש, און זיך אויסצוהיילען פעלט זיך אויס איינער וואס האט צוטריט צום נפש בכדי צו ווערן צירוק באלאנסירט.

איז לאמיר טאקע צירוקמישען דעם בלעטעל, און געבן א בליק אויף צירוק צו וועמען אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס זענען געגאנגען זיך היילן דעם נפש, און אויב דאס איז נאך גילטיג היינט?

אמאליגע צייטן ווען איינער האט געהאט א פראבלעם איז מען געגאנגען צום צדיק זיך אויסרעדן דאס הארץ מיט אלע נסיונות און פראבלעמען, הן בעבודת ה' הן בעבודת המידות. וויאזוי האבן דאס די צדיקים געטון? די תירוץ איז, אז זיי האבן געלעבט אין העכערס, כמעט נישט אויף דער וועלט, און זיי האבן געוויסט פונקטליך וואס די שורש פון יעדע פראבלעם איז, און זיי האבן געקענט אנדייטן אויף זייער א פונקטליכען אופן ווי דער יוד האט פוגם געווען און וואס ער דארף פאררעכטן. אבער אפילו אן דעם, דאס עצם זיין ביי די אמאליגע צדיקים האט געהאט די השפעה אויפצוועקען דעם יוד פון זיין שלאף און איהם אויפהייבן העכער פון ווי ער איז יעצט, ווי דער הייליגער פיאסעצנער הי"ד שרייבט אין מבוא השערים (פרק י'):

בין החסידים הראשונים אם באה מעשה כזו (פון א געוויסע פראבלעם אין עבודת השם) לפני אחד מהם, נסע להרבי, אם נתן לו גם עצה לזה או לא, שפע הקדושה של הרבי והחברייא וזמן הרב שישב החסיד שם הי' בכחם לבטל את כח גשמיותו והרגשותיו עד שלא יהי' שום כח וסדר טבעי לעמוד נגדה... וחוץ אשר טיהר הרבי אותו בשפע הקדושה גם הוא בעצמו תיקן את אשר פגם, עכ"ל.

אינטרעסאנט וואס דער תפארת שלמה (שבועות ד"ה פנים בפנים וכו') ברענגט בשם דער ס' משיבת נפש, וויאזוי דער אר"י הק' פלעגט היילען יודישע נפשות. ער שרייבט אזוי:

והיה מוציא [האר"י הק'] נשמת האדם בחיים חיותו ומביאו אצלו ומדבר עמה להשיבה בתשובה, ואח"כ החזיר הנשמה להאדם.

פשוט און גראד. דער אר"י הק' האט ארויסגענמוען די נשמה פונעם יוד, עס אויסגעוואשען, און צירוק אריינגעשטעלט אין פלאץ. שטעלטס ענק פאר, איינער האט ענקזייעטי, מקומט צום טערעפיסט, ער נעמט ארויס דעם קליענטס נשמה, מאכט א וויש-וואש, און... ואיננו, קענסט צירוקגיין רוהגיערהייט. יענער וואלט געהאט אסאך קאסטומערס. ווייטער שרייבט דער תפארת שלמה אז דאס אויך געווען די מהלך פון משה רבינו ע"ה וויאזוי ער האט געהאלפן די יודען. ער שרייבט אזוי:

ולזה אמרו רז"ל שמשה היה הדעת של כל ישראל כמ"ש והודעתי את חוקי א-לקים ואת תורותיו... והיה בכוחו להמשיך כל נשמות ישראל והדעת שלהם לנשמתו ולדעתו לדבר עמם ואח"כ להחזירו להם, ואם האר"י ז"ל היה בכוחו לעשות כן, מה נאמר במשה רבינו ע"ה...

אבער אזאנס איז נישטא היינט.

היינט האבן מיר נישט די סארט צדיקים וואס קענען מאכן אזא quick fix. לאמיר זעהן וואס דער פיאסעצנער שרייבט דארט ווייטער אין מבוא השערים וויאזוי מען דארף זיך היינט מתקן זיין דעם נפש:

לא כן עתה שאין הרבי כהרבי ר' בער זצוקלל"ה וכמעט שאין חברייא ואנו רק רוצים ומבקשים בזה להעמידה בעזרת ד' ואין נסיעת החסיד עתה כמלפנים כנ"ל, עד כמה שהרבי והחברותא והנסיעה כמו שהיא עתה, מוספת גם עתה קדושה להחסיד הנוסע נסיעות החסידות, קשה לאמור שכל עצמו וטבעו וסדר הרגשותיו יתבטלו לגמרי... לכן צריך הוא לשמש בעצות יותר מאשר לפנים... וצריך הוא לדעת את סדר וחקי הדמיון הנ"ל ואז ישלול את החקים טבע הסדר והרגשותיו מן יצרו וישמש בהם לטובה... וכשיודעים את סדר וחקי נפשו וחסרונותיו אז נדע איך לכובשם ולהכניסם לקדושה, והגם שלע"ע לא ביארנו את כל סיבות ומניעות נפש הגופניות... ובפנים הספר מקוים אני לה' שיזכני לבארן יותר...

אין א ווייטערדיגע שטיקעל שרייבט ער:

אף סדר תיקון המדות צריך עיון בתוכיות הנפש והתגלותה בגוף כי יש בהן אמהות ותולדות, ואם ירצה להקדים תיקון מדה שהיא תולדה לא יוכל לה או רק ירמה א"ע לחוב שתיקנה ולא תיקנה, וא"א לתקנה באמת כל עוד שהאם שלה המסבבת אותה לא נתקנה. ומה הנה מחשבות העוברות בקרב האיש שגם הוא לא ידע מהן כמו שאיתא בספה"ק נועם אלימלך פ' וירא, אם מנפש הבהמיות הן, למה גם דעת האנושי שגם הוא מנפש הבהמי' לא ידע מהן, מתפללים אנו לד' שנדבר מזה בפנים הספר כי הכל נחוץ לדעת לעבודתו ית', עכ"ל.

רעד דא דער פיאסעצנער אפילו לגבי סתם עבודת ה' און עבודת המידות (וואס דער ספר מבוא השערים איז געווידמעט אויף מסביר צו זיין וויאזוי צו זיין חסידים היינטיגע צייטן) גייט דאס נישט סתם אזוי ווי אמאל, נאר מען דארף וויסן פונקטליך וויאזוי די שרשי המידות ארבעטן, און ער האפט ארויסצוגעבן א ספר דיירעקט אויף דעם, וואס ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען צו דעם ספר. כ"ש וכ"ש אויב איינער האלט שוין ביי ענקזייעטי אדער דיפרעסיע דארף ער גיין צו איינעם מיט וועמען ער קען זיך דורכרעדן און דורכטון זיינע כוחות הנפש, און זעהן וויאזוי ער קען זיך ארויסדערזען פון זיין פלאנטער מיטן דערגיין וועלכע כוחות הנפש ארבעטן אין איהם אומבאלאנסירט.

אינטרעסאנט צו באמערקען, אז כידוע האט מען ביי חסידים בעיקר געלייגט א דגוש אויף די חלק הטוב פונעם מענטש, און ווייניגער געקוקט אויף די חלק הרע. ווידער די תנועת המוסר האט בעיקר געקוקט אויף דעם אז דער מענטש דארף אנערקענען זיין חלק הרע און זיך נישט נער'ן מיט זיך אליין, נאר קלאר זעהן זיינע חסרונות און עס עוקר מן השורש זיין. ווי מען זעהט קלאר, פארשטייט דער פיאסעצנער, אז כיום, אפילו צו זיין א חסיד, מוז מען דורכטון די חלקי הנפש, די אבות און די תולדות, כדי זיך צו באקענען מיט די נפש הבהמיות מיט אלע אירע נטיות רעות, און ערשט נאכדעם קען מען צוקומען צו זיין א חסיד. און ס'איז א דבר פשוט אז היינט אין אלע ישיבות איז דא א סדר פאר מוסר, און א סדר פאר חסידות. מען מוז האבן ביידע. בפרט ווען מען האלט שוין אזוי ווייט אז מען ווערט שוין פארקריפעלט מיט ענקזייעטי, איז נישט מומלץ סתם צו זאגען 'איך וועל קוקן אויף די גוטע פאזעטיווע זייט פון מיר און פון מיין לעבן און ס'וועט אריבער גיין', ווייל בדרך כלל וועט עס נישט העלפן צו לאנג, עס פעלט אויך אויס צו גיין 'בדרך המוסר', אריינקוקען אין זיך אויף די חלק הרע, וואס איז אריינגעמישט אין די ענקזייעטי, און צו גיין צו איינעם וואס פארשטייט גוט צו תורת הנפש ער זאל איהם ארויסהעלפן אין דעם.

דאס מיינט נישט אז מען טאר נישט גיין צו א צדיק בעטן א ברכה אויף הצלחה, אבער לפי ידועתי שיקן ממילא רוב צדיקים היינטיגע צייטען צו מומחים וואס האבן זיך געלערענט צו פארשטיין די כוחות הנפש, און האבן די הבנה צו פארשטיין וויאזוי ארויסצונעמען דעם מענטש פון זיין פראבלעם. ס'איז ב"ה דא היינט א פלוס פון ריפערעל עיזשענסיס וואס זענען מדריך מענטשן פערזענליך צו וועלכע מומחה צו גיין. על כולם, איז דער באקאנטער וועלטס ארגענעזאציע Relief.

ברוך השם באופן כללי איז אכשר דרא, און עס איז דא אסאך ערליכע טערעפיסטן, און אפילו נישט היימישע, ווערן היינט מער טרענירט זיך צו רעכענען מיט יענעמס רעליגיעזע סענסעטיווע צרכים און בעקראונד, אויף א אופן אז מען קען זיין מער פלעקסיבעל צו וועמען מען גייט. אבער פארשטייט זיך אז עס ליגט אויף יעדעמס אחריות זיך דורך צורעדן מיט זיין מורה דרך צו וועמען צו גיין.

* * *

די נעקסטע שאלה וואס קומט ארויף איז, פון אזויפיל מיני שיטות אין טערעפי וואס איז דא היינט אויפן גאס, וויאזוי ווייס איך וואס איז די בעסטע? וואס קען איך ערווארטען זאל פאסירן מיט מיר בשעת איך גיי דורך די טערעפי, און וואס האב צו ערווארטן ווען איך ענדיג די טערעפי?

כדי צו קענען ענפערן אויף דעם, וועלן מיר צוטיילען די שיטות אין טערעפי אין צוויי קאטעגאריעס.

א. שיטות וואס זיכען צו 'פיקסען' און גיין 'קעגן' דעם סימפטאם, זיי קוקען אן דעם ענקזייעטי ווי א שונא וואס האט ממש נישט קיין פשט. און אויב האט עס נישט קיין פשט, ברויך מען עס פאררעכטן ווי שנעלער אז דער מענטש זאל זיך נישט ארומדרייען מיט א 'פעילער' אין זיך. די קאטעגאריע גלייבט אז א מענטש דארף זיך פשוט שלאגען מיט זיך אוועקצושיקען די ענקזייעטי (אזוי ווי מאנכע ווילן צוגלייכען צו די 40 טעג פון צעטל קטן), און זיי געבן פארשידענע וועגן וויאזוי דאס צו טון.
אין דעם קאטעגאריע גייט אריין דעם אלעמען באקאנטן Cognitive Behavioral Therapy, אדער מיט די באקאנטע ראשי תיבות, CBT, וואס אין דעם איז אויך נכלל Exposure Therapy פאר פוביעס וכדו'. אין דעם גייט אויך אריין Acceptance And Commitment Therapy, positive psychology, ועוד. ועל כולם, די דראג קאמפעניס וואס שטופען צו נעמען מעדעצינען צו פיקסען די ביאלאגישע פראבלעם וואס מאכט דעם ענקזייעטי.

ב. ווידער איז דא א אנדעדרע קאטעגאריע, וואס קוקט אן א סימפטאם פון ענקזייעטי וכדו', אז עס האט יא זייער א קלארע פשט און איז בכלל נישט קיין פעילער, נאר פארקערט, אין א געוויסע זין וויל עס דער מענטש אנהאלטן פאר געוויסע סיבות, אפילו אויבען אויף שפירט זיך עס זייער אומבאקוועם. לשיטתם, דארף מען מיטגיין מיט באטראפענעם ביז מען טרעפט דעם שורש וואס טרייבט דעם ענקזייעטי, און נאכדעם גייט דער ענקזייעטי אוועק פון זיך אליינס.
אין דעם קאטעגאריע גייט אריין טערעפיס ווי, Internal family Systems, Focusing, Emotion Focused Therapy, Coherence Therapy, ועוד. ווי אויך איז נכלל אין דעם כלל דר. סארנא'ס מעטאד צו היילען פיזישע ווייטאגען.

וואס זענען די מעלות און חסרונות איבער די ביידע? און וואס קען מען ערווארטען פון די ביידע? אויף דעם האפען מיר אי"ה אנצוהייבן צו ערקלערן קומענדיגען שיעור אי"ה.

הערות דא.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ב' – וואס איז א נפשיות'דיגע פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

וואס איז דיין פראלבעם? – חיים'ס קלאסטרעפאביע

'וואס איז דיין פראבלעם? פארוואס דארפסטו אריינגיין אין פאניק? די האסט מורא פאר גארנישט און פארנישט!'

דאס איז די אלגעמיינע אויסדריק פון מענטשן וואס באפאלען איינעם וואס לייד פון אומפארשטענדליכע אנגעצויגענקייטן.

איז וואס איז טאקע פשט? אויב איז שכל'דיג נישטא וואס מורא צו האבן, איז וואס האט ער טאקע מורא?

לאמיר נעמען א משל וואס האט זיך אפגעשפילט מיט חיים.

חיים איז נארוואס חתונה געהאט, און אפילו ער וואלט זייער שטארק געוואלט זיין אין כולל פאר א פאר יאר, האט ער צוליב אומפארגעזענע סיבות, געמיזט פארלאזן כולל א יאר נאך זיין חתונה נאכן געבורטס פון זיין בכור למז"ט. ער האט זיך ארויסגעלאזט טרעפן א זשאב, און ב"ה דער באשעפער האט איהם מזמין געווען א פיינע זשאב אין א גרויסע ריעל עסטטעיט קאמפעני אין מאנהעטן. פאר זעקס חדשים איז ער אזוי געפארן יעדען טאג פון אפסטעיט קיין מאנהעטען מיטן מאנסי באס זעקסער אינדערפרי, און ב"ה שיין מצליח געווען און האט געזען א גרויסע עתיד אין זיין זשאב.

אלעס איז אזוי געפארען כשורה, ביז יענעם דינסטאג אינדערפרי.

יענעם אינדערפרי איז חיים אויפגעשטאנען און זיך געשפירט אביסל שוואכלעך נאכן גיין שלאפען גאר שפעט די נאכט בעפאר. ער האט זיך נישט אזוי גוט געשפירט און די קאפ האט איהם אביסל געשווינדעלט, און האט שטארק געוואלט צירוק גיין שלאפען, אבער ער האט געוויסט אז זיין זעקס אזייגער באס גייט נישט ווארטען אויף איהם. בלית ברירה איז ער ארויסגעקראכען פון בעט, און נאכן נעמען צוויי טיילענאל, איז ער ארויסגעלאפען צום באס. ער איז ארויפ אויפן באס כאילו לא היה, ווען טיפ אינמיטן וועג האט איהם זיין שוואכקייט און מידיקייט איהם צירוק איבערגענומען, און דאס הארץ אנגעהויבן שטארק קלאפן, נאכפאלגענדיג א דיזינעס. א שטארקע פחד האט איהם פלוצלינג באפאלען, אויב פילט ער נישט גוט, ווי גייט ער גיין דא? 'אפשר גיי איך חלש'ן און ס'וועט נישט זיין ווער ס'וועט מיר העלפן דא אינמיטן וועג?' האט ער אנגעהויבן טראכטן צו זיך. פארשטייט זיך ווי מער ער האט זיך געזארגט וואס גייט דא געשען מיט איהם, איז ער געוואן נאך מער פארפאניקט און אנגעהויבן שוויצן. ער האט נישט געוויסט פונקטליך וואס דא פאסירט. ער איז געווארען ממש פאראלאזירט פון שרעק. ביז ער האט אנגעהויבן שפירן אז אט אט כאפט ער א הארץ אטאקע, אבער ער האט נישט געוואלט מאכן קיין איבערקערעניש, און ער האט געהאפט אז עס וועט אריבערגיין ווי שנעלער. ער האט געוואלט אנטלויפען, אבער ווי קען ער גיין יעצט? אבער ב"ה ער איז אפגעקומען מיט שרעק. אנקומענדיג אין מאנהעטען איז ער אראפ פון באס, און אפגעאטעמט. ער האט גערופען זיין ווייב און פארציילט וואס דא איז פארגעקומען, און מיט איר בינה יתירה - פון אינפארמאציע וואס זי האט שוין געוויסט פון פריער – האט זי פארשטאנען אז איר מאן האט פלוצלינג אנגעהויבן ליידן פון פאניק.

מארגען האט זיך אפגעשפילט דאס זעלבע. אינמיטען וועג האט חיים אנגעהויבן פאניקען, אבער לכה"פ האט ער שוין געוויסט וואס דאס איז, און ער האט געוויסט אז ער גייט נישט שטארבען, אבער די פחד איז געווען שרעקליך און געווארען היבש פארלוירען. זיין ווייב – וואס האט געוויסט אז איר מאן איז נישט פון די רוהיגסטע מענטשן – האט פראבירט צו רעדן צו איהם און זעהן אויב עפעס קוועטשט איהם אדער פילט זיך עפעס אומרוהיג מיט זיין זשאב, ווען זיין תשובה איז אלעמאל געווען אז ער איז העכסט צופרידען ווי קיינמאל בעפאר. בטבע איז חיים געווען זייער א ענערגישע מענטש פול מיט חיות, יעדער האט ליב געהאט צו שמעוסן מיט איהם און שטיין אין זיינע ד' אמות, איז טאקע א קושיא וואס איז דא אריין אזא זשאק אין קאפ צו פאניקען יעדען אינדערפרי? די צרה איז אז ס'האט זיך נישט אפגעשטעלט מיטן באס. שבת ביי 'נקדישך' - ווען ער האט געוויסט אז ער קען נישט ארויסלויפן פון ביהמ"ד, האט ער אויך אנגעהויבן פילן ווי ער פאלט צאם, און פארשטייט זיך אז די שרעק איז געווען גרויס וויסענדיג אז ער איז יעצט אין א 'טרעפ'. יעדע שבת ביים דאווענען האט ער געוואלט ארוילויפן פון ביהמ"ד, אבער מחמת גרויס בושה האט ער זיך שטארק איינגעהאלטן און געבליבן אויף זיין פלאץ וואקלענדיג זיך פאר שרעק. אזוי אין אנגעגאנגען פאר אפאר חדשים, ביז ער האט מחליט געווען אז ער האט נישט קיין ברירה, און אויב וויל ער פטור ווערן דערפון, דארף ער גיין נאך הילף.
חיים דערזעהט זיך אין די סאמע פון זיינע בליענדע יארן, מיט א אומערווארטעטע פארקריפעלטע פאניק, ברעגענדיג דערצו צו ווערן פארפלאנטערט אין קלאסטראפאביע, און קיין וועג ארויס זעהט ער נישט דערפון.

פארשטייט זיך אז די שאלה קומט ארויף, אזא פחד איז דאך טאקע נישט נארמאל, איז פארוואס הערט דער פאניק נישט אויף, בשעת שכל'דיג איז גארנישטא וואס מורא צו האבן? ועל כולם, איה"נ דעמאלטס ווען עס האט פאסירט די ערשטע מאל האט ער טאקע נישט אזוי גוט געשפירט, אבער נאך אזויפיל צייט וואס חיים האט זיך איבערגעוויזן נאכאמאל און נאכאמאל אז אפילו ער האט מורא אז ער גייט חלש'ן און שטארבען איז למעשה גארנישט געשען, דאך האט ער מורא כאילו ס'געשעט יעצט די ערשט מאל. היתכן?

די וועג וויאזוי די געפילן לערנען זיך אויס צו לעבן

צו פארשטיין וויאזוי דאס פאסירט דארף מען פארשטיין א וויכטיגע פאנקציע אינעם נפש פונעם מענטש. און דאס איז די וויכטיגע שאלה וואס א מענטש טראגט ארום אין זיך ווען ער ווערט געבוירען – וויאזוי לעבט מען אויף דער וועלט? א מענטש האט אין זיך צוויי נפשות, א נפש הא-לקית, וואס ציט צום אויבערשטען און לעבן העכערס – אזוי ווי ער איז געווען צוגעוואוינט פאר ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט – א חלק אין זיך וואס ער גייט נישט אזוי שטארק פילן ביז ער ווערט א בר דעת. דער צווייטער חלק איז דער נפש הבהמיות, וואס איידענטעפטירט זיך גלייך אלטס דער 'אמת'ע' לעבן דא אויף דער וועלט, און האלט אז ער גייט איבערנעמען די מאכט און איבערנעמען די וועלט, כידוע מדברי התניא ווי די צוויי חלקים שלאגען זיך ארום. די שאלה איז נאר, איינמאל מען איידענטעפעצירט זיך אלטס 'בהמי' – א שטייגער ווי דער מענטש פאנגט זיך אן באקוועם צו מאכן אויף דעם נייעם וועלט, פרעגט זיך די שאלה, וויאזוי מאכט מען דאס? וואס דארף איך טון צו באקומען וואס איך דארף? וואס דארף איך טון איך זאל מיך האלטן סעיף און נישט צוקומען צו קיין סכנות? וויאזוי באקום איך עסן? וויאזוי באקום איך ליבשאפט? וויאזוי מאך איך אז מ'זאל מיך ליב האבן און וועלן זיין גוט מיט מיר, בפרט מיינע נאנטע? ס'איז זייער וויכטיג אז מזאל זיין גוט מיט מיר, כדי מזאל מיר דערהאלטן ביים לעבן און מיך נישט אוועקשיסן.

מיט די צייט לערנט זיך דאס קינד אויס פארשידענע וועגן וויאזוי מען לעבט. ער וויינט, און ס'קומט עסן און מהייבט איהם אויף און ער פילט זיך זיכער אין די מאמעס הענט. שפעטער וואקסט ער אויף און ער לערענט זיך אויס, אז נישט מיט וויינען באקומט מען עסן, נאר מגייט צום פענטרי און מכאפט עפעס ארויס. דערנאך לערנט די מאמע אויס אז לא זו הדרך, מדארף פרעגן פאר מנעמט, און אויב נישט, קען מען באקומען א עונש וכדו'. אויב מ'זאגט א קליג ווערטעל, שמייכעלט מען צירוק צו איהם און מגיט א גלעט. דאס קינד לערענט זיך אויס, אהא, אויב איך געב ארויס עפעס א גוטס, האט מען מיך ליב. ערלעדיגט. איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי עס ארבעט.

וואלט א מענטש געקענט פרעגן, זיך אויסצולערנען אזויפיל זאכן, און נישט נאר סתם זאכען, נאר פראקטיש וויאזוי צו לעבן, וואלט מען דאך געדארפט האלטן חשבון א גאנצן טאג, וואס דארף איך יעצט טון? און וואס דארף איך יעצט טון? עה, איין מינוט, לאמיך מיך דערמאנען, וואס דארף איך טון מ'זאל מיר ליב האבן? האט דער באשעפער באשאפען א מעכטיגע כח אינעם נפש, וואס רופט זיך 'רגילות'. דאס הייסט, אז אנשטאטס צו דארפן געדענקן און האלטן קאפ וויאזוי איך דארף לעבן, ווערט יעדע נייע זאך וואס מען לערנט זיך אויס ווי א דבר פשוט ביים מענטש, מגעדענקט אלעס פון זיך אליינס און דאס לעבן פארט ווי א באן.

נאך מער, מיר שרייבן עס דא ארויס כאילו עס איז דא א שכל'דיגע דין ודברים אין מוח. אבער דער אמת איז, אז די זאכען גייען זייער שנעל אומבאמערקט, ווייל די געפיל לערענט זיך דא, נישט די שכל. די געפיל לערענט זיך מיט די חושים צו דערטאפן, הממ, וואס פיל איך יעצט? און וואס האט עס געמאכט? אהא, איך פיל יעצט אזוי גוט, ווייל איך האב געזאגט דאס און דאס, און יעצט איז געקומען די גלעט. אהההה, א מחיה! אזוי גיי איך לעבן לאורך כל ימי חיי. ס'אידעך אזוי געשמאק! ווי מער די געפיל כאפט אויף אז אזוי לעבט מען, ווערט עס מער און מער צוגעוואוינט, אז אזוי לעבט מען, און די געפיל לעבט אזוי אומגעטראכטערהייט.

מיט דעם קען מען פארשטיין, אז געפילן לעבן נישט מיט קיין שכל, נאר די מינוט וואס זיי פילן אז עפעס גיט זיי תענוג, אדער עפעס שוינט זיי פון צער, וועט עס פון זיך אלייין זיך צוגעוואוינען אז אזוי לעבט מען, אפגעזען צו עס האט פשט ע"פ שכל אדער נישט, פאר איהם – געפיל, האט עס פשט און ס'גייט איהם פון גארנישט אן. דער כח ארבעט ביי ערוואקסענע פונקט ווי ביי קינדער, און אונז אלע האבן אין אונז א חלק וואס 'לעבט' ווי א קינד, אומשכל'דיג, נאר וואס פילט זיך פאר איהם גוט.

דאס זעלבע איז נוגע ביי יעדע זאך וואס א מענטש וויל זיך לערנען. לאמיר נעמען א דוגמא ווען איינער לערענט זיך דרייוון א קאר. ביים דרייוון א קאר, זענען אקטיוו כמה חלקים פונעם מוח. די חלק וואס קאנטראלירט די motor skills, וואס ווייסט וויאזוי מקאנטראלירט די מוסקלען, די חלק אין די מוח וואס טוט שופט זיין וואס לוינט זיךי צו טון מיט יעדע ריר, ווי אויך די חלק וואס אנאלזירט סכנה. איז שטעלט אייך פאר ווען איינער זעצט זיך אריין אין א קאר און האלט כסדר חשבון, 'יעצט דארף איך רוקען די רעכטע מוסקעל ביים אויבערשטען חלק פון די רעכטע פוס ווייל דאס וועט רוקען די אינטערשטע חלק פון די פיס ארויפצולייגען די פיס אויפן פעדעל, אזוי וועט די קאר זיך נעמען פארן. אהא. און יעצט דארף איך האלטן שטארק די מוסקלען פון ביידע הענט אויפן רעדל און דרייען רעכטס, ווייל אויב גיי דרייען לינקס, וועט די קאר אנקומען אויף די לינקע זייט, און אהא, איך זעה דארט איינער גייט אויפן גאס, איז דארף איך אנצוען מיינע מוסקלען נאך שטערקער און ריקען מיין פיס שנעל צו די סטאפ ברעיק און לייגן מיין גאנצע פרעשור דארט, כדי די קאר זאל סטאפן...' מען וואלט געקענט משוגע ווערן דרייוון אזוי. האט דער באשעפער ברוב חכמתו געמאכט אז די אלע זאכן ווערן רעקאדירט אין די אונטער-באוויסטזיין פונעם מוח כדי מען זאל זיך נישט דארפן מוטשענען יעדע מאל.

די כח הרגילות איז נישט סתם אזא מיסטישע רעיון, עס איז דא א ביאלאגישע פראצעדור וואס העלפט ארויס דעם מצב. אונעם מוח זענען דא ביליאנען 'ניורונס' (neurons). ניורונס, זענען די יסוד פונעם נערווען סיסטעם. איין ניורון שיקט מעסעדזשעס צום צווייטן, און אזוי ווערט א גאנצע 'נעטווארק' פון ניוראנס וואס קאנטראלירן דעם מענטש. ניורונס זענען אבער נישט קאנעקטעד איינער צום צווייטן, זיי קאמיוניקירן צווישן זיך דורך די הילף פון א 'סינעפס' (synapse). סינעפסעס זענן צעלן אויף די עקען פון די ניוראנס וואס שיקט עלעקטראנישע סיגנאלן צום נעקסטן סינעפס, און אזוי באקומעט דער ניוראן די ריכטיגע מעסעדזש וואס ער דארף צו טון. די עלעקטראנישע סיגנאלען, זענען די brain waves. יעדע מאל עס איז דא א 'עלעקטריק שאק' אין איין ניורון, שיקט דאס גלייך מעסעדשעס צום נעקסטן ניורון אין די פארעם פון קעמיקעלס וואס הייסן 'ניוראוטרענסמיטערס' (neurotransmitters).

יעדעס מאל איינער לערענט זיך עפעס, ווערן צוביסלעך פארמירט ניי סינעפסעס מיט ניוראנס וואס שיקן מעסעזשעס איינער צום צווייטען אז, 'ווען דו פילסט ווי דיין בעה"ב – דער מענטש – זעצט זיך אריין אין קאר, זאלסטו אקטעוויזירן די כוחות פון זיינע מוסקלען און זשאזשמענט וכדו' כדי ער זאל קענען דרייוון געמיטלעך און רוהיגערהייט'. דער מעסעדזש ווערט אריינגעזעצט און געפראגרעמט אינעם נערווען סיסטעם, און עס ווערט במציאות א חלק פונעם מענטש. עס איז אזוי ווי זיין GPS פארן לעבן. די סינעפעסעס ווערן ווי א שלאס צווישן צוויי ניוראנס, צו האלטן די צוויי זייטען צוזאמען פארמאכט אויפן לעבן. די פארשער רופען אן דעם פרצעדור, memory consolidation – דאס איז די מהלך וויאזוי מוח לייגט אוועק אלע זכרונות וואס פעלט אויס פאר וויכטיג צו געדענקען, אין די long term memory. אזוי ווי ביי א קאמפיטער, וואס מען לייגט אריין אינפארמאציע אין א פייעל בשעת עס איז אין די short term memory (אין די RAM), און ווען מען saved די ארבעט, גייט עס אריין אין די hard drive.

איינע פון די וויכטיגע פונקציעס אינעם מוח, איז צו אלאמירן דעם מענטש ווען עס איז דא א סכנה. דאס איז א אינסטינקט וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין יעדע בעל חי צו כאפן ווען עס איז א שעת סכנה, און דאס אלאמירט דעם מענטש צו נעמן באלדיגע שריט. לדוגמא, איינער זעהט פאר זיך א לייב, כאפט איין ניורון אין מוח אז עס איז א מצב סכנה, און עס שיקט גלייך א מעסעדזש צום קעגנזייטיגע ניורון צו נעמן די ריכטיגע שריט, וואס דאס שיקט גלייך א מעסעסדש צו די 'אדרינעל גלענד' וואס געט ארויס א הורמאון וואס אינפארמירט דעם מענטש אז 'עס איז צרות'! און... דער מענטש נעמט זיך לויפן. דאס אלעס געשעהט אונטער א סעקונדא. דאס איז א פאקט אין לעבן, פונקט ווי עס איז א פאקט אויסצושטרעק די הענט, ווען א באל קומט צו פליען.

ווען איינער גייט אריבער שווערע צייטן, און האט נישט די ריכטיגע הדרכה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם, פילט זיך דאס פארן מענטש פונקט ווי סכנה ווען ער טרעפט זיך פנים אל פנים מיט א לייב, און די אדרינעל גלענדס שיקן גלייך מעסעדשעס צום מענטש זיך צו אכטונג געבן. יעדער איינער אנטוויקעלט זיך א געוויסע וועג וויזוי דורכצושוויצן דעם שווערע זמן. און דער ספעציפישע וועג וואס דער מענטש האט פארשטאנען פאר די פאסיגע וועג דורכצומאכן דעם שווערן זמן, וועט ווערן יעצט א נייע 'פאקט' אונעם לעבן פונעם מענטש, אז דער און דער מצב איז א סכנה, אין די איינציגסטע וועג אויסצומיידען דעם סכנה, איז דורך טון דאס און דאס. מיט דעם שליסען זיך איין נייע ניוראנס און סינעפסעס וואס באשאפען נייע 'מעסעדזשעס' אונעם מוח, אז אזא מין מצב טאר מער קיינמאל נישט געשעהן, און ווען עס געשעהט, זאלסטו דאס און דאס טון. איינמאל די מעסעסשזעס ווערן קאנסאלעדעיטעד און פארמאכט, פילט זיךי דער מוח רוהיג אז דער מענטש קען רוהיג ווייטער לעבן, ווייל דער מוח האט די טולס וויאזוי צו פירן דעם מענטש על מי מנוחות. די נייע פארמירטע ניוראנס זענען דא צו מאכן גרינגער פארן מענטש ער זאל נישט דארפן יעדע מאל טראכטן פון פאראויס וויאזוי דארף איך לעבן יעצט. יעדע מאל דער מין מצב חזרט זיך איבער, שיקט דער מוח א מעסעדזש גלייך צו אלע רמ"ח אברים ושס"ה גדים, דו ביזט אין א סכנה, and keep back 200 feet! לדוגמא, א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב ווי ער ווערט כסדר קריטיקירט, פילט זיך עס פארן קליינעם קינדס מוח'ל, אז זיין לעבן איז אין א סכנה. 'ווער ווייסט צו איך פיר מיך נישט אויף גענוג גוט? אפשר בין איך טאקע שלעכט, און אויב איך בין שלעכט, וועט מען מיך איין טאג ארויסווארפן פון הויז און איך גיי עווענטואל שטארבן! אדער דארפן וואוינען אליין כל ימי חיי! עפעס מוז מען דא טון. נו, איך מוז זיין אזוי מין גוט אז עס זאל נישט זיין אפילו קיין הוה אמינא צו שרייען אויף מיר, ווייל נאר אזוי בין איך פארזיכער אז איך גיי זיין דא עקסעפטעד! פארן לעבן פונעם קינד גייט זיין א דבר פשוט אז מ'מוז זיין סופער ספעשעל פערפעקט, ווייל נאר אזוי איז מען פארזיכערט פון א זיכערע טויט! אדער לכה"פ איינזאמקייט. דאס אלעס גייט אריבער אינם מוח, ווי אויבען דערמאנט, אוטאמאטיש, אן קיין דין ודברים אין שכל, עס איז די ריינע ארבעט פון די געפיל וואס פארארבעט מעשים זיך נישט צו פילן דערשראקען.

וואס האט זיך חיים אויסגעלערענט אויפן לעבן?

ווען חיים האט זיך דערשראקען אויפן באס יענעם דינסטאג צופרי, איז ער געווען זייער דערשראקען און זיך נישט געוויסט ווי אהין צוטון. פאר איהם האט זיך געפילט ווי זיין לעבן קען זיך דא ענדיגען. פארן שכל קען מען אפשר מסביר זיין אז ס'איז נאר א איימאל געשעניש, אבער די געפילן טראכטן ווי א קינד – מאמי איך האב מורא, און ס'איז קיינער נישטא דא אויפן באס וואס קען מיר העלפן (אויב וואלטן זיינע געפילן געפילט אז ס'יאז דא איינער וואס קען איהם העלפן, וואלט דאך די פחד נישט געווען אזוי געפערליך)! בלית ברירה גייט די מוח פ יבערהאפטיג ארבעטן אויף א סאלושען. ווען ער זעהט אז קיין סאלושען איז נישטא, (און ווען מען איז גוט פארלוירען קען מען נישט טראכטן פון קיין געהעריגע סעלושענס), נער'ט מען זיך אביסל בלית ברירה. מ'איז מחליט, איך גיי מער נישט אויף קיין פלאץ ווי איך ווער איינגעפארט! פינטעל. די מוח גייט דאס גאנץ שנעל אויפכאפן, און שנעל פארמירן נייע ניוראנס און גלייך שיקן די מעסעסדזשעס אריין אינעם נערווען סיסטעם, אז יעדע מאל וואס חיים דערזעהט זיך אריין גיין אין א פלאץ ווי ער קען זיך נישט דערזעהן ארויס, זאל ער שטיין ווייט פון דעם, ווייל 'אפשר' קען ער זיך דארט פארלירן!

חיים האט אפשר געמאכט מתוך בהלה א אומרוכטיגע שריט, אבער אין יענע קריטישע מאמענט האט זיך עס געפילט ריכטיג צו טון כדי זיך צו פילן זיכער ביים לעבן. איז אויב געוואוינט זיך א מענטש צו, צו לעבן קרום, ווערט עס א טיפע געוואוינהייט, און ער ווערט צוגעוואוינט צו דעם אלטס א א פאקט אין לעבן. פון די זייט פון די געפיל, איז פיל גרינגער אזוי צו לעבן, אזוי דארף מען נישט טראכטן א גאנצע צייט וויאזוי זיך צו היטן פון דעם אזאנע גרופענע נייע פאברעצירטע סכנה.

די מטרה פון טערעפי, איז קער צו נעמען פון דעם נייעם פאברעצירטן מעסעסדזש און צירוק דרייען דאס רעדל כאילו לא היה. די ווינטש פון יעדע מענטש וואס טרעפט זיך אין אזא מצב, איז טאטאל פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש וואס – איז שווער עכט ארויסצוזאגען – אליין פאברעצירט געווארן בלא יודעים ובלי כוונה. די שאלה איז, וויאזוי מען מאכט דאס, און אויב איז בכלל מעגליך באמת תשובה צו טון אויף דעם.

כדי צו פארשטיין די צוגאנג צו דעם, וועלן מיר איבעלאזען אביסל חיימ'ן אביסל אפאטעמען, און אביסל צירוקצומישן א בלעטעל אין די היסטאריע פון די טערעפי וועלט, צו זעהן ווי זיי האבן געהאנדעלט דעם פראבלעם.

די היסטאריע פון די עולם-הטערעפי

פאר בערך הונדערט יאר צירוק, אין די אנפאנג 1900 יארן האט סיגמאנד פרויד – דער מייסד פון די שיטה פון סייכויאנאלעסיס (psychoanalysis)– אנגעהויבן היילען מענטשען פון זייערע נפשיות'דיגע פראבלעמען, דורך אריינקוקען אין די מענטשענס 'אינערליכע קאנפליקטן'. ער האט זיי אראפגעלייגט אויפן קאוטש, און געהייסן רעדן וואספארא געפילן עס קומט נאר ארויס. מיט די יארן האבן זיינע נאכפאלגער אין דעם שיטה, מפתח געווען אסאך שיטות און טיאוריות, וואס האט געדארפט געבן די וועג-ווייזער פארן טערעפיסט וויאזוי צו פארשטיין די השפעה פון די קינדערישע יארן (די שיטה פון psychodynamic), צו די היינטיגע מצב פונעם מענטש און זיינע היינטיגע / יעצטיגע פראבלעמן. אזוי ווי אסאך פון די שיטות האבן אין זיך געוויסע נקודות וואס זענען נישט תואם צו יודישע השקפה, איז בכלל נישט וויכטיג אריין צוגיין וואס פונקטליך זייערע שיטות איז געווען געבויט. די עיקר וואס זיי האבן געהאלטן איז, אז עפעס 'אמאל' און די 'ווייטע פארגאנגעהייט', עפעס טיף טיף אין די unconscious איז עפעס נישט בסדר, און דאס איז די גורם פאר די היינטיגע אומריאליסטישע פחדים און מחשבות. עס האט געקענט דויערן, חדשים און אמאל יארן, איז מ'איז דערגאנגען וואס דא קומט פאר. זיי האבן געהאפט, אז אויב דער מענטש וועט פארשטיין פון ווי דאס קומט, וועט זיך דער מענטש טוישן זיין מהלך החיים און קענען פירן א געזונט לעבן. (אגב איז כדאי צו באמערקען, וואס איך האב געהערט אמאל פון ר' מאטל זילבער שליט"א, אז די מקובלים רופען אן דעם unconscious מיטן נאמען 'שרשי המוחין', ער האט געוואלט ארויסברענגען אז די מקובלים האבן געוויסט פון חלק אין מוח נאך סאך פאר די מאדערנע פסיכאלאגען האבן דאס אויסגעטראפן).

די אנטוויקלונג פון סי. בי .טי.

עס האט געדוירט אביסל צייט, ביז אין די 1950'ער יארן האבן פסיכאלאגען אנגעהויבן איינצוזעהן אז 'פארשטיין' אינערליכע קאנפליקטן, און 'פארשטיין' די 'אמאל וואס איז געווען אלטס קינד', העלפט נישט א מענטש זיך טוישן זיין מהלך החיים. עס ארבעט נישט. איז וואס יא? זייער פשוט. פראבלעמען האבן גארנישט צוטון מיטן אמאל. עס האט צוטון מיט היינט. א מענטש לערנט זיך אויס געוויסע התנהגיות במשך זיין לעבן אויף א נישט ריכטיגע אופן, און מקען דאס פאררעכטן און טוישען, און זיך אויסלערנען א נייע וועג וויאזוי מ'פירט זיך אויף. למשל, א דוגמא ווי אונזער חיים, אויב ער האט זיך אויסגעלערענט אין א געוויסע וועג אז צו זיין אין א פארמאכטע פלאץ איז שרעקעדיג, קען מען זיך דאס אויסלערנען אז ס'איז 'נישט' שרעקעדיג און גארנישט וועט נישט פאסירן, פונקט אזוי ווי מען האט זיך דאס אויסגעלערענט מתחלה אז עס איז יא שרעקעדיג.

דאס איז די שיטה פון די 'בהעיוויוריסטען' וואס זיי האבן מפתח געווען 'ביהעיוויור סייקאלאזשי' (behavior psychology), וואס דאס מיינט, אז זיי האבן חוקר געווען וואס מאכט א מענטש זיך לערנען א געוויסע נעגעטיווע אויפפירינג, וואס דאס וועט זאגן וויאזוי מקען העלפן דעם מענטש זיך צירוק אויסלערנען א פאזאטיווער אויפפירינג.
פאר אינטרעסאנטקייט איז כדאי צו שרייבן איינער פון די הויפט שיטות אויף וואס זיי האבן זיך פארלאזט אויף וויאזוי א מענטש לערנט זיך אויס נייע אויפפירינגען. דאס איז די באקאנטע אויסטרעפ פון 'איוואן פאוולאוו', וואס הייסט 'קלעסיקעל קאנדישענינג' , (classical conditioning), פארהאן וואס רופען עס על שמו, Pavlovion conditioning. איוואן פאוולאוו איז געווען א רוסישע פראפעסער אין פיזיקס, וואס האט שטודירט דער 'מאגען סיסטעם' – וויאזוי דער מאגען ארבעט. א וויכטיגע פונקציעט פונעם מאגען איז די שפייעכטס. די שפייעכטס איז די ערשטע מאטריאל אונעם קערפער וואס פאנגט אן צו צוברעכן און פארדייען די עסן אין מויל, כדי עס זאל זיין גרייט אראפצושלינגען. ווען עסן רירט אן דאס מויל, שיקט דער מוח גלייך א סיגנאל צום שפייעכטס, זיך אנצוגארטלען און זיין גרייט פארן עסן, און עס ווערט מער שפייעכטס אין מויל.

איוואן, האט געהאט ביי זיך אין לעברעטאריע אפאר הינט וואס ער האט געניצט פאר זיינע עקספערימענטן. פאר די הינט האבן באקומען צו עסן, פלעגט זיך אנצונדען א לעמפל, וואס האט געצייגט פאר די הינט אז עס קומט עסן. מיט די צייט האט איוואן באמערקט, ווי עס רינט שוין שפייעכטס פון די מיילער פון די הינט גלייך ווען דער לעמפל צינד זיך אן! נאך פאר זיי האבן אפילו געזען דעם עסן. איוואן האט געכאפט וואס דא געשעט. עס האט זיך צאמגעשטעלט אינעם מוח פונעם הינט, 'לעמפל' מיט 'עסן'. אויב דער לעמפל צינד זיך אן, האט דער מוח געוויסט פאר א פאקט אז עס קומט עסן, ממילא האט דער מוח געוויסט אז מקען שוין אנהויבן צו פראדעצירען שפייעכטס. ער האט דאס גערופן, classical conditioning, דאס הייסט, א נייע מין 'לערנען' – קאנדישען, וואס שטעלט זיך כסדר צוזאמען מיט נאך עפעס. דאס איז געשעהן ביי די הינט, און דאס געשעהט אויך אין א מענטשענ'ס מוח. דאס ווערט אזוי ווי א נייע אינסטינקט, א טבע שני. א צייט שפעטער האט איוואן אוועקגענומען די לעמפל, און נאר געברענגט עסן דיירעקט אן דעם לעמפל, און נאך א שטיק צייט איז די שפייעכטס מער נישט צירוקגעקומען אפילו ווען מען האט צירוק אנגעצונדען דעם לעמפל, א ראיה אז די נייע לערנען האט זיך צירוק אויסגעלערנט, און די נייע געלערענטע צאמגעשטעלאכטס, האט זיך צירוק געשטעלט אזוי ווי אמאל, און האט זיך אויסגעוואוינט פון יענע נייע געוואוינהייט. דאס האט איוואן אנגערופען extinction, דאס מיינט, מען האט אזוי ווי 'אויסגעלאשען און אויסגעמעקט' די פאריגע צאמשטעל, און עס צירוקגעשטעלט אזוי ווי אמאל.

דאס האט אלעס צוטין מיט פיזישע אברים, אבער וואס האט דאס צוטון מיט נפשיות'דיגע געפילען און אויפפירינגען? איז גקומען א פסיכאלאג מיטן נאמען זשאן וואטסען (1878-1958), און ער האט צאמגעשטעלט, נו, אויב עס ארבעט אזוי פיזיש, ארבעט עס זיכער אזוי אויך גייסטיש. ער האט אנגעהויבן צאמצושטעלן אז, מענטשן לערנען זיך אויס נייע אויפפירינגען לויט וויאזוי זיי לערנען זיך אויס צאמצושטעלן געוויסע אויפפירענגען צו געוויסע מצבים. למשל, אויב איינער וואקסט אויף מיט שווערע עלטערן, לערענט זיך דער קינד אויס, אז ווען מקומט אהיים גייט זיין געפערליך, און עס פילט זיך פאר איהם אז 'אלעמאל' ווען ער גייט אהיימקומען, ווייסט ער 'פאר א פאקט' אז עס גייט זיין זייער אומבאקוועם. עס איז געווארן ביי איהם א קלעסיקעל קאנדישענינג, אז דער 'היים', איז זייער אומבאטעמט מיט אומאיינגענעמע געפילן. די עצה פאר דעם איז, צירוק צו דרייען דעם זייגער, מאכן א פרישע רוהיגע אטמאספערע אינדערהיים, אז דער קינד זאל זיך 'צירוק-לערנען' אז אהיים צוקומען איז נישט געפערליך. אזוי קען מען 'עקסינקטען' די ענקזייעטי פון זיין אינדערהיים.

עס זענען דא נאך שיטות אין ביהעיוויער פסייכאלאזשי וואס זאגט פארוואס מענטשן לערנען זיך אויס נעגעטיווע אויפפירענגען, ווי למשל, שכר ועונש (Operant conditioning), דאס הייסט, אויב פארדינט מען פונעם אויפפירינג, לערענט זיך דער מענטש אויס אז עס לוינט זיך אזוי צו טון ווייטער, וכדו'. דער שיטה האט אנגענומען פאר די בעסטע מיטל צו אויסלערנען א קינד זיך אויפצופירן ווי עס באדארף צו זיין, איז אדער געבן א 'גיטע זאך' פאר זיין פאזעטיווע אויפפירענג, אדער א עונש פאר זיין נעגעטיווע אויפפירינג. אזוי אויך פאר ערוואקסענע וואס ווילן זיך טוישן, זאל זיי זיך אדער 'טריטען' פאר א גוטע זאך, אדער זאלן זיי ליידן די קאנסעקווענצן, און אזוי וועט מען זיך אויסלערנען נישט צו טון קיין נעגעטיווע אויפפירינגען.

מיט די שיטות איז געבוירען געווארן אסאך וועגן וויאזוי איבערצוקומען אומאנגענעמע געפילן. למשל די מערסטע אויפגעכאפטע exposure therapies איבערצוקומען traumatic עסקפיריענסעס, ווי מען ברענגט אריין דעם מענטש צירוק צוביסלעך אין די שרעקעדיגע מצב, ביז דער מענטש לערנט זיך אויס אז עס איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי ער מיינט. Breathing relaxation exercises techniques אויף צו בארוהיגען ענקזייעטי. אלע די סארט מעטאדען, זענען דא צו הלעפן דעם מענטש איבערצוקומען זיינע נעגעטיווע געפילן, מיט פאזעטיווע געפילן.

מיט די צייט איז כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן 'דאס אריינקוקען אין זיך' ווען איינער האט זיך געוואלט העלפן בעניני הנפש, ווייל עס האט דאך בלל נישט צוטין מיט וואס עס טוט זיך אינעוויינג, מקען זיך בכל אופן אויסלערנען פון דאס-ניי. זיי האבן אנגעהויבן אנצוקוקען אלע 'אומנארמאלע' געפילן, ווי ענקזייעטי און דעפרעסיע אד"ג, פאר 'דיסארדערס' – אלטס א געפיל וואס איז נישט לפי חוקי הנפש, און די בעסטע וועג פטור צו ווערן דערפון, איז זיך צירוק אויסצולערנען וויאזוי צו האבען 'נארמאלע' געפילן.

מיט די צייט האט זיך אנטוויקעלט נאך שיטות וואס זענען געגאנגען אין דעם גאנג, אז די איצטיגע געפילן זענען 'אומנערמאל' און א 'טעות', און מדארף דאס מסדר זיין באצייטענס. עס איז ארויפגעקומען 'קאגנעטיוו טערעפי', וואס זיי האבן געהאלטן אז מדארף בעיקר פאררעכטן דער טעות וויאזוי דער מענטש 'טראכט'. למשל, צירוק צו אונזער חיים, אויב חיים טראכט, 'איך קען היינט נאכאמאל פילן ווי איךי גיי שטארבען אויפן באס, און עס וועט זיין דערנאך מיט מיר!' וועט מען איהם אויסלערנען צו טראכטן, אז אפילו אויב ער וועט פילן ווי זיין הארץ קלאפט, זאל ער טראכטן, 'איך בלייב עכט לעבן, סאיז נאר א פניק אטאקע, אבער ס'איז גארנישט מיט גארנישט' און אזוי זיך אביסל אפטיילן צוביסלעך פון די ווילדע מחשבות וואס באגלייטן דעם פאניק. מיט די צייט האבן זיך די ביידע שיטות צאמגעפארט, און עס איז געווארן, 'קאגנעטיוו ביהעיוויורעל טערעפי' (CBT).

אויבען אויף האט דער שיטה זייער שיין געארבעט, איבערהויפט אז עס האט געברענגט זייער שנעלע רעזולטאטן. עס קען אפילו האבן מקורות בדברי חז"ל ורבותינו הראשונים והאחרונים אויף די וועג וויאזוי מ'ארבעט אויף די מידות ווי דער רמב"ם שרייבט אין אנפאנג הל' דיעות, אז אויב איינער וויל ארבעטן אויף די מידות, דארף מען טון למעשה און גיין ביז די אנדערע עקסטרעמע זייט פון זיין מידה. אויב אזוי מאכט עס דאך נישט מער ווי סענס, אז ווען איינער לייד פון ענקזייעטי, און ער לערענט זיך סיי וואספארא טעקניק עס זאל נאר זיין, צו זאל עס זיין breathing techniques, אדער exposure techniques, וואס מיט דעם גייט ער ביז די אנדערע זייט פון זיין געווענליכע געוואוינהייט פון זיין קעסטרעים אנגעצויגען, אז ער וועט זיך מיט דעם צוגעוואוינען א נייע מהלך החיים, און זיין גוף און נפש, וועלן זיך צוגעוואוינן צו לעבן 'סטרעס פריי'.

ווי ווייט עפעקטיוו איז סי. בי. טי.?

צירוק צו אונזער חיים.

חיים איז פארשטייט זיך געגאנגען זיכען די שנעלסטע וועג ארויס. צוזאמען מיט זיין טערעפיסט האט מען מחליט געווען צו ארבעטן אויף די מערסטע עפעקטירטע וועג – עקספאוזשער טערעפי צוזאמען מיט נאך קאגנעטיוו טעקניקס. ביז אפאר חדשים האט חיים געפילט גאנץ רוהיג צירוקצוגיין אויפן באס און זיין רוהיג ביי נקדישך. אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו עפעס, ארבעט עס.

האט חיים טאקע מצליח געווען – אין ביולאגישע טערמינען גערעד – אויפצומאכען די נייע פארמירטע סינעפסעס אין זיין מוח? איז דער פאקט אז א פארמאכטע פלאץ איז א סכנה צו זיין, אויסגעמעקט געווארען? וועט חיים טאקע מהיום והלאה מצליח זיין אריינצוגיין און א פארמאכטע פלאץ גענצליך שרעקלאז?

די תשובה אויף דעם האט חיים באקומען איין טאג נאך א שווערע סטרעס'פולע טאג ארבעט. יענעם מיטווך נאכמיטאג איז געווען זייער אנגעצויגען אין אפיס. מען האט געדארפט אניאגען אסאך 'דעדליינס' און אסאך בילס האבן שוין געדארפט ארויסגיין. ענדליך האט זיך דער טאג געגענדיגט, און ער פאנגט אן צו גיין אונעם ריכטונג פונעם באס, ווען אינמיטען פאנגט איהם אן דאס הארץ צו קלאפען, 'א-א-א-פשר, ג-ג-ג-ייט עס היינט געשען?!' ער האט אפילו נישט געוואלט טראכטן פון וואס ער טראכט. נאך אזא שווערע טאג ארבעט האט ער בכלל נישט געהאט קיין כוח און ענערגיע פאר נאך א מלחמה. בלית ברירה איז ער ארויף אויפן באס און אנגעקומען אהיים א ערשעפטער. חדשים לאנג געארבעט אויף זיך, און מיט איין שווערע טאג ארבעט, איז אלעס דערנאך?

וואס האט דא פאסירט? עס זעהט אויס ווי די פאקט אין לעבן האט זיך נישט גערירט. די ניורונס זענען געבליבן הערמאטיש פארמאכט, און ווילן זיך נישט רירען אפילו נאך אלע טערעפי, אפילו עס האט אויסגעזעהן אויבען אויף אז די מצב איז לייכטער געווארן.

דא דארף ווערן אויסגעשמועסט, א וויכטיגע פונקט אין די כוחות הנפש וואס די פסיכאלאגען האבען פארזעהן.

אויף דעם וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין אין קומענדיגען שיעור.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ג ' - ווען העלפט טערעפי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די ווייטאגליכע ריאלעטעיט

אינעם פאריגער שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט דעם פראבלעם וואס נאגט די מענטשהייט ווען מען פראבירט זיך צו היילען פון א נפשיות'דיגע פראבלעם. מען ארבעט און מען ארבעט, בפרט מיט די סי.בי.טי. מהלכים, און צום סוף... טראך! מען פאלט צירוק. אדער ווי עס הייסט אין ענגליש, א relapse. חיים האט געארבעט מיט זיין טערעפיסט חדשים לאנג פטור צו ווערן פון זיין פאביע פון 'זיין פארמאכט', מיט פארדשידענע טאקטיקן, און אין א שיינעם טאג נאך א סטרעספולען טאג ארבעט, והנה! ער איז דא צירוק! ווי א וואלקעינאו קראכט עס נאך אמאל אויף אינעם מענטש מיטן פולן קראפט, ווי צו זאגען, פארגעס נישט פון מיר, איך בין נאך דא. האסט געמיינט אז דו ביזט פטור געווארען פון מיר?

שטעלט זיך די שאלה, היתכן? פארוואס נאך אזוי פיל ארבעטן און איבערקומען דעם פראבלעם, קען זיך נאך אלץ מאכן אז ס'זאל צירוקפאלן?

נאך מער איז שווער, זייערע שיטות קוקן אויס אויבען אויף אז ס'איז בכלל נישט אזוי ווייט פון וואס די ראשונים האבן שוין געשריבן וויאזוי צו ארבעטן אויף א נייע מידה, ווי מיר האבן שוין געברענגט אינעם פאריגען שיעור דברי הרמב"ם אנפאנג הל' דיעות וויאזוי צו ארבעטן אויף די מידות. ווי אויך איז באקאנט די ווערטער פונעם בעל החינוך אז 'האדם נפעל כפי פעולותיו', אז א מענטש וויל זיך איינחזרן א נייע התנהגות אין לעבן, זאל ער עס טון נאכאמאל און נאכאמאל, ביז עס ווערט באזעצט אין זיין הארץ. אזוי אויך שרייבט דער רמב"ם אין פרקי אבות, אויף די משנה, הכל לפי רוב המעשה (פ"ג מט"ו), אז אויב איינער וויל געבן צדקה, זאל ער נישט געבן אלעס אויף אמאל אין איין גרויסע נתינה, נאר ער זאל עס צוטיילען אויף קלענערע נתינות, ווייל אזוי קומט אויס אז ער געט מער מאל צדקה, ממילא ווערט די מצוה מער באזעצט אין זיין הארץ. נו, אויב אזוי, וואלט דאך חיים היינט געדארפט זיין פטור פון זיין נארישען פאביע נאך אזוי פיל 'מעשים' פון גיין אנדערש ווי די פאביע?

דער תירוץ אויף דעם איז, פון די וויכטיגסטע יסודות פון תורת הנפש, וואס וויפל מען זאל וויסן און פארשטיין דעם געדאנק, איז א גרויסע מהלך ביז מען 'לעבט' באמת מיט דעם, בבחינת והשבות אל לבבך.

“זיי האבן געארבעט 25 יאר, אנצוקומען צום פענסיע!”

מען האט אמאל געפרעגט דעם חפץ חיים זי"ע א מורא'דיג קושיא אויף דעם אויבן דערמאנטן דברי החינוך. אמאל אין רוסלאנד, זענען די קוזאקען געווען זייער באקאנט מיט זייער 'פלינקקייט און זריזות'. מען האט זיי טרענירט צו טון אלעס 'שנעל', און דאס איז געווען ביי זיי א מאראלישע סימבאל. נאכן דינען 25 יאר אין די מיליטער, האבן זיי באקומען אויסגעצאלטע פענסיע (ריטייערמענט) אזוי ווי עס איז איינגפירט אין רוב לענדער. עס וואלט זיך געלייגט אויפן שכל, אז נאכן ארבעטן 25 יאר אזוי פלינק, וואלט דער ריטייערד קאזוק אייביג געבליבן 'יונג', מיט די פולע ענערגיע פון א טינעיזשער.

אבער די פאקט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אנדערש.

די מינוט וואס זיי האבן געענדיגט זייער טערמין אין די מיליטער, זענען זיי געווארן צירוק דער אלטער 'פוילער' רוסישע שיכור פון 25 יאר צירוק. עס איז ממש נישט געווען צו דערקענען אז זיי זענען געווען 25 יאר אינעם העכסט ראנגיקען מיליטער – די קוזאקען. האט מען געפרעגט דעם חפץ חיים, "עס שטייט דאך אין חינוך, אז האדם נפעל ל פי פעולותיו. נו, אז איינער ארבעט אויף זיך 25 יאר צו זיין גאר פלינק, וואלט ער לכאורה געדארפט ווערן א נאטירליכע 'פלינקער מענטש'? וויאזוי קען זיין אז זיי זענען פלוצלינג געווארען דער אלטער פוילער מענטש די מינוט זיי זענען ארויס פון מיליטער?"

האט דער חפץ חיים געענפערט, "זיי האבן געארבעט 25 יאר אנצוקומען צום פענסיע".

פשט פונעם תירוץ איז אזוי. דער כלל פון האדם נפעל לפי פעולותיו, ארבעט נאר 'ווען מען וויל דאס באמת טון', און די גאנצע פנימיות הרצון פונעם מענטש זיכט נאר אנצוקומען צו דעם ציל וואס ער וויל טון. טאמער אבער, טוט דער מענטש עפעס נאר כדי צו ערגרייכען עפעס אנדערש, דעמאלטס טוט ער דאך דאס געצווינגענעהייט, און ווען מען טוט עפעס געצווינגענערהייט אן די גאנצע פנימיות'דיגע רצון, ווערט נישט דער מעשה אריינגעזעצט אין דעם מענטש.

ווען דער קוזאק האט געארבעט 25 יאר מיט זריזות, האט ער באמת 'נישט' געוואלט זיין א זריז, אבער עס האט זיך געלוינט צו ארבעטן שווער 25 יאר, כדי צו באקומען נאכדעם אן אויסגעצאלטע פענסיע פאר זיין גאנץ לעבן. קומט אויס, אז דער קוזאק האט זיך געצווינגען 25 צו ארבעטן בזריזות, פאר זיין אזוי ארויפגעקוקטע פענסיע, און זיין שווערע ארבעט האט זיך קיינמאל אין איהם נישט אריינגעזעצט. די געדאנק דערפון איז פשוט, אויב איינער טוט עפעס געצווינגענעהייט, זאגט ער זיך אגאנצע צייט, 'איך וויל עס נישט טון, און איך וויל נישט וויסן דערפון' אפילו בשעת ער טוט עס יא. נאר ווען מען טוט עפעס, ווייל מען וויל עס 'באמת' טון, דעמאלטס לאזט עס דער מענטש אריין אין זיך, איך די כח הרגילות טוט זיינס, אז עס זאל ווערן א חלק פון דעם מענטש.

(דער כלל איז נוגע אין אסאך תחומים אין לעבן, בפרט בעניני חינוך. ווען א קינד ווערט נתחנך צו רוחניות 'נאר' ע"פ 'כללי המשמעת', און מען לייגט נישט אריין כח און מוח אז דער קינד זאל באמת 'וועלן' טון אין רוחניות, און צו פילן אן אמת'ן פנימיות'דיגע געשמאק אין דעם, דעמאלטס טוט דאס דער קינד 'געצווינגענערהייט', אפילו ער טוט דאס צו באקומען זיין 'פרייז'. די שעדליכקייט דערפון איז זייער גרויס, און דער קינד קען מיט די יארן מפתח זיין א שנאה צו רוחניות, ווייל פאר איהם האט זיך געפילט אז מהאלט איהם אין איין צווינגען צו טון זאכן וואס ער וויל נישט, און כל-שכן, אז ער ווערט נישט צוגעוואוינט צו רוחניות. אבער דא איז נישט דער פלאץ מאריך צו זיין אין דעם.)

איך וויל יא, אבער איך וויל נישט

לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיט אונזער חיים.

וויל חיים באמת פייטען און לעבן פארקערט פון זיין פאביע און גיין אפען באס יעדען טאג? אדער אפשר גאר צווינגט ער זיך צו פארן?

די תשובה אויף דעם איז אזוי. ווי מיר האבן אויבען ארויסגעברענגט, פונעם שווערן דורכגאנג וואס חיים איז ארודך יענעם אונדערפרי, איז די זכרון פון דעם געווארן 'קאנסאלידעיטעד' און פארמאכט אלטס א פאקט פון זיין לעבן, 'אריינגיין אין א פארמאכטע פלאץ, קען מיר צוברענגען צו א סכנה 'אויב' איך וועל ח"ו מוזן צוקומען צו הילף און איך וועל מיך נישט קענען רירען און ארויסדערזעהן פון דא!'.

פינטעל.

מקען דאס נישט אפפרעגען.

ס'איז א פאקט.

פונקט ווי קיינער גייט זיך נישט פראבירן איינצורעדן און ארבעטן אויף זיך, אז מען דארף נישט מורא האבן פון א לייב, גייט חיים'ס מוח אויך נישט אנערקענען אז מען דארף ארבעטן אויף זיך צירוקצוגיין צום באס, און בלייבן שטיל אין ביהמ"ד ביי נקדישך.

ס'איז שרעקעדיג.

חיים שלאגט זיך מיט זיך אליין. ער ארבעט זייער ערליך אויף זיך צו קענען אריינגיין – ווי נישט ווי מוז איך דאך אנקומען צו די ארבעט. אבער חיים זאגט 'אויך' צו זיך אליין ווען קיינער הערט נישט, און ער אליין ווייס עס אפשר אויך נישט (לכה"פ אין זיין באוויסטזיין), 'איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין! יעבור עלי מה! ס'איז א סכנה! ווער גייט צו די ארבעט ווען ער ווייסט אז אויפן וועג קען מען שטארבען?'

ווען חיים טוט זיין טערעפי פטור צו ווערן פון זיין פאביע, איז ער ליידער ממש ווי דער קאזאק וואס איז מסכים צו זיין פלינק נאר צו באקומען פענסיע נאך 25 יאר. חיים איז גרייט זיך צו שלאגען מיט די שרעק אהיים צו ברענגען אפאר דולער צו שפייזען זיין פאמיליע. אבער צו ער איז 'באמת' מסכים אז דאס וואס ער לערנט זיך אויס איז אמת? דאס איז שוין א צווייטע שאלה. חיים קען בענעפיטן פון זיין ארבעט אויף זיך און באמת שפירן אמאל, אז ער איז גאנץ רוהיג מיט זיך, פונקט ווי דער קאזאק האט געקענט שפירן גוט מיט זיך אז ער איז א העלדישע סאלדאט אין די קוזאקישע ארמיי. אבער ווען מען איז אונטער שטארקע סטרעס און מען האט נישט קיין כח 'צו האלטן קאפ', דעמאלטס קומט די אמת ארויס.

די מיינונג פון די סייענטיפישע וועלט ביז היינט – ס'איז נישט מעגליך פטור צו ווערן פון די אלטע איבערלעבענישן

עס האט געדויערט אביסל צייט פאר די פארשער און פסיכאלאגען דאס איינצוזעהן, אבער מיט די צייט זענען זיי טאקע צוגעקומען צו די מסקנא. אין זוממער יאר 1989 האט זשאסעף לאדו – פון די גרעסטע ניוראסייענטיסטן אין NYU, ארויסגעקומען מיט א ארטיקל וואס איז געווארן פאבלעצירט אונעם Journal Of Cognitive Neuroscience מיטן קעפל ”Indelibility of Subcortical Emotional Memories”. דאס הייסט, 'מקען נישט אויסמעקן אינגאנצען אלטע עמאציאנאלע זכרונות'. דארטן אינעם ארטיקל ברענגט ער ארויס, אז אפילו מען וועט מאכן עקספאוזשער טערעפי זיך אויסצולערנען זיך נישט צוטון מאכן פון א אומנארמאלע פאניק און די פאניק פונעם מענטש וועט אוועקגיין אויף דערווייל און דער מענטש וועט קענען אנגיין מיט זיין לעבן געהעריג, איז אבער די 'עמאציאנאלע זכרון' און 'פאקטן' וואס האבן צוגעברענגט די נעגעטיווע אויפפירינג, נישט אוועקגעגאנגען, און דאס קען זיך זייער גרינג צירוק אויפוועקן אין א צייט פון סטרעס.

ביי אונזער מעשה מיט חיים, גייט חיים בלייבן מיט זיין קלארע ידיעה, אז ארייגיין אין א פלאץ ווי ער האט נישט קאנטראל אויף זיך, קען צוקומען צו א סכנה. און אפילו ער וועט מצליח זיין במדה מסיומת איבערצוקומען דעם געפיל מיט טערעפי, און ער וועט פארשטיין מיט זיין שכל אז עס מוז נישט זיין קיין סכנה, וועט ער אין א געוויסע 'אנגעצויגענע מינוט' קענען צירוקבאקומען דעם פחד.

וואס איז די עצה?

איז וואס איז די עצה אויב מקען נישט פטור ווערן פון די אלטע איבערלעבענישן?

די ווייטאגליכע תירוץ איז, אז ס'איז נישטא קיין עצה. די איינציגסטע עצה וואס איז דא, איז אז היות די מוח איז זייער פלעקסעבעל און קען האלטן אין זיך צוויי פארקערטע פאקטן און צוויי באזונדערע קאמערלעך אינעם מוח. דאס איז די מטרה פון אלע טאקטיקן פון סי. בי. טי און עקספאוזשער טערעפי וכדו'. מיט די סארט טערעפיס לערנט זיך די מוח אויס, אז די 'אלטע' פאקט – וויפל עס האקט נאר אין קאפ אריין, איז א פאטאלע טעות, און מען לייגט דאס אריין אין איין קעמערעל אין מוח, און מען גייט זיך לערנען א נייע 'אמת'ע' וועג פון לעבן וואס ווייסט א נייע פאקט, אז זיין איינגעשפארט אין א פארמאכטע פלאץ, איז בכלל נישט אזא סכנה. דער נייע פאקט גייט אריין אין א אנדערע קעמערעל, אפגעזונדערט פון די נישט ריכטיגע אינפארמאציע. און עס גייט ווערן א מלחמה ווער גייט געווינען דא, די אלטע פאקט אז א פארמאכטע פלאץ קען זיין א סכנה, אדער די נייע פאקט, אז אפילו אין א פארמאכטע פלאץ איז נישט אזא סכנה ווי מ'מיינט. ביידע ארבעטן צוזאמען פון צוויי פראנטען.

עס איז די האפענונג פון די טערעפיסט און די קליענט, אז די צווייטע ווערסיע פון ריאלעטעיט זאל געווינען מער ווייניגער. אבער בעידן לחץ, ווען דער מענטש האט נישט אזויפיל ענערגיע זיך צו שלאגען, גייט דער פיינט צירוקקומען כאילו ער איז קיינמאל נישט געווארען אוועקגעשטויסען.

די גאנצע שיטה פון CBT, איז געבויט אויף דעם הנחה – מקען גארנישט טון מיט וואס איז געשעהן אמאל, ס'איז דערנאך! עס בלייבט אין דיר לעולם ועד פאר דיין גאנץ לעבן. דאס בעסטע וואס מ'קען איז זיך אויסלערנען וויאזוי זיך נישט וויסענדיג צו מאכן פון די אומאיינגענע געפילן, ווי אויך איבערקומען די געפילן דורך זיך אויסלערנען נייע וועגן פון לעבן. אבער ווי אויבען דערמאנט, די אלטע ניוראנס האבן נאך אלטס א שטארקע מטרה – צו היטן דעם מענטש פון צער. אין צייט פון 'נויט', אדער 'עמערזשענסי', גייען זיך די ניוראנס אויפוועקן, און ווייטער 'ווארענען' דעם מענטש צו אויסמיידן דעם מצב, ברענגענדיג דעם מענטש אריין אין א 'רילעפס'. א רילעפס פאסירט נישט ווייל מען האט נישט גענוג פלייסיג געארבעט אויף זיך, נאר ווי מיר האבן פריער ארויסגעברענגט – אויב וויל מען נישט, העלפט נישט קיין 'טון' אנדערש פון וואס מען וויל באמת.

פאר חיים איז נישט אזוי געפערליך. אין די ערגסטע פאל, אויב עס געלאנגט איהם נישט זיין טערעפי, וועט ער זיך העכסטענס מוטשענען אביסל פאר זיין פארנסה און פילן אנגעצויגען אביסל. די עקספואזשער וועט העלפן אביסל, עס וועט זיין ups and downs, אבער נישט געפערליך. זיין אלגעמיינעם לעבן, קען אנגיין געהעריג. אבער וואס טוט זיך מיט משה, וואס אין זיין יוגענט איז ער כסדר געווארען קריטיקירט אויף וואס ער האט נאר געוואלט טון. היינט צוטאגס, ווען ער איז שוין איבער 35 יאר אלט, האט ער נאך אלטס א געפערליכע פחד צו טון אפילו די קלענסטע זאך אויף זיין אייגענע אחריות, אלטס פחד אז עס גייט קומען פון ערגעץ עפעס א קריטיק און ער גייט ווערן אראפגעקלאפט. אין משה'ס מוח איז צאמגעשטעלט אלטס א קלארע פאקט אין לעבן, אז ווען ער טוט עפעס, וואס עס זאל נאר זיין, איז צו ערווארטען צו ווערן אראפגעקלאפט. דאס איז טיף איינגעקריצט און 'איינגעשפארט' אין זיינע ניוראנס. עס לאזט זיך נישט אזוי שנעל גלייבן, אז 'היינט' וועט מען איהם 'נישט' קריטיקערן. ער לעבט כסדר אין ענקזייעטי 24 שעה א טאג. ווי ער גייט נאר, דרייט ער זיך מיט מענטשן וואס קענען איהם קריטיקירן. אויב פאר חיים איז געווען גענוג צו אויסמיידן פארמאכטע פלעצער, וועט משה מוזן אויסמיידן צו זעהן מענטשן בכלל, אז ער זאל זיך קענען פילען רוהיג.

לויט די 'חוק' פון indelibility, וועט משה כסדר האבן דעם 'משוגעת' אין קאפ, אז ער גייט ווערן אראפגעקלאפט. די איינציגסטע עצה פאר משה וועט זיין, ווי אויבען דערמאנט, זיך צו שלאגען מיט דעם 'משוגעת'. ער קען אנהויבן מיט CBT, און זיך אויסלערנען די 'טולס' וואס צו טון און טראכטן ווען דער שרעקעדיגע משוגעת קומט צו גיין. אבער דאס גייט זיין א 24 שעה'דיגע מלחמה, און עס איז זייער מעגליך, אז אין א צייט פון לחץ, וועט דער 'משוגעת' זיך ציווילדעווען, און ער וועט פארלאנגען זיינס, אז משה טאר גארנישט טון! און ער וועט צוהאקען אלע 'טולס' וואס משה האט זיך שוין אויסגעלערענט ביי זיין טערעפיסט, כאילו ער האט קיינמאל פון קיין טולס נישט געוויסט.

מיר האבן אראפגעברענגט אין פאריגע ארטיקל א בריוו וואס איז געווען פאבלעצירט אין המספיק גאזעט פון א פרוי וואס איז שטארק צירוקגעפאלען נאכן טון CBT און זי האט פארלוירען די חשק אנצוגיין ווייטער און זי האט אנגעפרעגט וואס נאך איז דא צו טון. אט דאס איז טאקע געשען. די אמת'ע רצון צו אויסמיידן די שרעקעדיגע מצב, האט צירוק אנגעהויבן צו פארלאנגען זיינס, ווען עס האט אנגעהויבן צו באמערקן אז מען מאכט זיך שוין נישט אזוי וויסענדיג פון איהם ווי אמאל.

ווער ס'טוט אביסל אין דעם פעלד, וועט אנהייבן צו פארשטיין די האפענונג פון די פראפעשענעלס צו טרעפן א לעיזונג פאר די 'רילעפסעס'. יעדער פראבירט זיך צו פראקלאמירן אז אין זיין שיטה אין טערעפי קען מען גרינגער איבערקומען א רילעפס, און דער שרייט אז מיט זיין שיטה קען זיך גרינגער צירוקכאפן, און דער שרייט אז ביי איהם פאסירט עס ניאטאמאל. יעדער פראבירט צו פייטען דעם 'בוגימען' וואס הייסט רילעפס. קיינער האט נישט ליב צו זעהן ווי זיין ארבעט גייט לטמיון. אבער פאקט בלייבט פאקט. און ס'איז נאכנישט געווען ביז די לעצטע פאר יאר איינער וואס זאל קענען קלאר ארויסהאבן וויאזוי דאס עכט צו פארמיידען.

רוב טערעפיסטן היינט וואס קומען ארויס פון קלעדזש, און וואס עדיוקעיטען דעם עולם, ליגט אונטער זייערע ווערטער די אויבערדערמאנטע הנחה, אפילו זיי זאגע עס נישט ארויס מיט קלארע וערטער. 'די אלטע אינפו פונעם לעבן בלייבט אריינגעזיגעלט אינעם מענטש פארן לעבן, אבער מיר גייען פראבירן עס איבערצוקומען מיט כל מיני וועגן אז דער מלחמה זאל זיין גרינגער, הגם מיר ווייסן דעם אמת, אז פטור ווערן אינגאנצן איז נישט מעגליך'. פארשטייט זיך, אז אויב איז מען משוכנע אז אזוי איז עס, גייט קיינער נישט אפילו טראכטן אז אפשר קיין גאר זיין אנדערש. איז די ערשטע רגע ווען איינער פאנגט אפילו אן צו שפירן צייכענעס פון פאניק אדער סתם ענזקזייעטי, ווייסט יעדער קלאר אז מדארף זעהן ווי שנעלער איהם צו העלפן צירוק ארויפצוגיין אויף די שינעס און ווי ווייניגער פאטשקענען מיט דעם, ווייל ווי מער מפאטשקעט, מאכט מען נאר ערגער און די פאניק ווערט גרעסער. מדארף 'שוין' זעהן אריינצושטופען די 'ריכטיגע' אינפארמאציע, אז דער מענטש זאל ווי שנעלער זיך נעמען שלאגען מיט דעם פאניק וואס וויל נאר אנמאכן צרות.

ווען יא און ווען נישט?

יעדע כלל האט דאך אבער א יוצא מן הכלל. עס מאכט זיך אמאל, אז ווי אינטרעסאנט עס קוקט אויס, קומט איינער ארויס פון טערעפי אינגאנצען פריי פון זיינע פלאגענישן, און קען פילן אין זיך א אמת'ע שלוות הנפש נאכן דערטאפן וואס איהם באדערט, און וויאזוי זיך צו באגיין מיט זיינע פראבלעמען.

וואס איז די חילוק? פארוואס טאקע ווערן געוויסע געהאלפן אויף א וועג כאילו די אמאליגע פראבלעמען האט גארנישט מיט זיי געהאט?

דער מיליאן-דולערדיגע קושיא איז געווען פאר די אויגען פון א טערעפיסט מיטן נאמען ברוס עקער פון אוקלענד, קאלעפארניע. סוף פון די אכציגער יארן האט ער זיך אוועקגעזעצט מיט איינע פון זיינע קאלעגען און דורכגעגאנגען מיט איינע פון זייע קאלעגעס, איבער 1000 שעות פון ריקארדירינגען פון סעסיעס וואס ער האט געהאט מיט זיינע קליענטען, און געזיכט צו דערגיין אן ענפער צו זיין מערסטע אינטרעסירטע קושיא, "פארוואס איז דער סעסיע געווען א דורכברוך פאר דעם קליענט ווי קיינמאל בעפאר, בשעת פאר א צווייטע קליענט האט נישט פאסירט דעם דורכברוך און איז געבליבן מיט זיינע ווייטאגען 'אונטערן טיש'? וואס האב איך דא געטון אנדערש? האט עס עפעס מיט מיר, אדער מיטן קליענט זעלבסט?"

נאך חדשים פון איבערגיין און איבערהערן די סעסיעס, האט ער ענדליך געטראפן דאס וואס ער האט געזיכט. ער האט געטראפען זייער א אינטרעסאנטע זאך וואס פאסירט פאר א מענטש שייד זיך אפ פון זיינע אלטע עקשנות'דיגע מעסעדזשעס אויף אייביג.

אין די לעצטע פאר יאר, זענען די פארשער טאקע ארויסגעקומען מיט די איבעראשענדע נייעס, אז אנדערש ווי מען האט געמיינט ביז היינט, איז 'יא' מעגליך אינגאנצן אויסצומעקן די עקשנות'דיגע מעסעדזשעס וואס פלאגען מענטשן און לאזט זיי נישט קיין מנוחה, דארך זייער א ספעציפשען פראצעדור.

וואס האבן זיי געטראפען? און וואס דארף טאקע פאסירן אז א מענטש זאל זיך קענען ארויסרייסן אויף אייביג פון זיינע פארעקשנטע ניוראנס / מעסעדזשעס?

אויף דעם האפן מיר אי"ה צו שרייבן אינעם נעקסטן ארטיקל.

צום שלוס: פאר יארן לאנג, האבן די פארשער און פסיכאלאגען אנגענומען פאר א פאקט, אז מיט אלטע זכרונות קען מען גארנישט טון. אויב עס גייט אריין, קען עס נישט ארויס. בלית ברירה, האבן פסיכאלאגען און טערעפיסטן כסדר געזוכט וועגן וויאזוי איבערצוקומען די זכרונות, און די נעגעטיווע התנהגיות וואס דאס האט צוגעברענגט, עד כדי כך אז מען האט זיך אפילו נישט מתייחס געווען צו דאס וואס איז געשען אמאל, מען דארף נאר ארבעטן אויף די נעגעטיווע התנהגיות און זיך שלאגען מיט דעם. עפעס אנדערש איז נישטא וואס צו טון. די גאנצע קינץ איז געווען, צו טרעפן א וועג וואס זאל 'אויסמיידן' די אלטע אומריכטיגע אויפפירינגען אז ס'זאל זיך נישט צירוק אויפוועקן און צירוקפאלן. די תוצאות פון דעם איז, אז זייער אסאך מענטשן בלייבן – במדה מסוימת – ביים זיך מוטשענען כסדר מיט די שרעקליכע געפילען בפרט ווען מעןפאלט צירוק. די גוטע נייעס איז, אז היינט ווייסט מען קלאר אז די אומגעווינטשענע מחשבות / געפילען / אויפפירינגען וואס מענטשן מוטשענען זיך פטור צו ווערן פון דעם, קען ווערן א ריאלעטעיט – מקען דאס אויסמעקן און פטור ווערן פון דעם אויף אייביג.

חיים קען יעצט האבן גרויס האפענונג אז זיין נייעם פאברעצירטן פוביע, זאל זיך טאקע טאטאל אויסמעקען און אוועקגיין אויף אייביג.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ד' – וויאזוי ווערן אויסגעמעקט די נעגעטיווע מעסעדזשעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די איבעראשענדע נייעס! – מקען טאטאל אויסמעקן די אלטע זכרונות!

אינם פאריגען ארטיקל האבן מיר ארויסגעברענגט די די וועג וויאזוי די וועלט האט אנגענומען אז מקען נישט פטור ווערן פון די אלטע זכרונות, און די איינציגסטע זאך וואס מ'קען יא טון, איז איבערקומען די אלטע פאקטן אין לעבן, מיט נייע פאקטן, און ס'איז צום האפען אז די נייע וועג וועט איבערנעמען רוב פראצענט פון די צייט.

אבער אין יאר 2000 איז אפעציעל ארויסגעקומען מיט די גאר אינטרעסאנטע נייעס, אז די חוק פון indelibility איז נישט אמת!! עס האט אויפגעשטורעמט א וועלט. אויב ביז היינט האט מען געמיינט, אז ווען א זכרון ווערט פארמאכט און קאנסאלידעיטעד, בלייבט עס דארט פארמאכט אויפן לעבן טיף אינעם מוח, האט מען יעצט אנגעהויבן זעהן, אז אין געוויסע מצבים ווערן די זכרונות איבערגעמאכט און די אלטע ווערן נעלם און אויסגעמעקט אינגאנצן! מען האט נאר נישט געוויסט פונקטליך וויאזוי און ווען דאס פאסירט. אבער דער פאקט האט מען אנגעהויבן זעהן. די פארשער האבן א נאמען געגעבן דעם פראצעדור, memory reconsolidation. דאס הייסט, ביז היינט האט מען געמיינט אז זכרונות ווערן איין מאל קאנסאלעדעיטעד און דאס איז עס פארן לעבן, אבער היינט זעהט מען אז ניין, עס קען ווערן 'רי'קאנסאלדעיטעד, עס קען זיך אויפמאכן און צירוק צומאכן, וכן הלאה, און די מעסעזשעס וואס זענען קאנעקטעד צו די זכרונות ווערן 'אפדעיטעד' פון דאסניי.

ווי מיר האבן געשריבן אינעם פאריגען ארטיקל, האט שוין טערעפיסט ברוס עקער באמערקט דעם געדאנק שוין יארן פריער, אבער אין די סייענטיפישע וועלט, האט עס ערשט יעצט אנגעהויבן כאפן די אינטערעסע צום דעם אינטרעסאנטן פאקט. פון די גרעסטע פרעפעסארן וואס זענען ארויסגעקומען אין עפענטליכקייט מיט די נייעס, איז דער זעלבעט זשאסעף לאדו, וואס מיר האבן אראפגעברענגט אינעם פאריגען ארטיקל אז די אלטע זכרונות זענען אומ-מעקבאר.

עס האסט געדוירט ביז די יאר 2004 ווען מען האט צום ערשטען מאל דערגאנגען דעם פונקטליכען פראצעדור וואס פאסירט אז די ניוראנס זאלן זיך עפענען און ארויסלאזן פון זיך די אומבעטעמטע מעסעדזשעס אויף אייביג. צוויי יאר שפעטער אין יאר 2006, האט דאס אנגעהויבן כאפן די אינטערעסע פון די 'טערעפי וועלט', אז מען האט דא געכאפט א 'פישל' וואס קען איבערדרייען די גאנצע צוגאנג צו טערעפי דורך ארבעטן אויף א ספעציפישען וועג וואס קען באפרייען מענטשן פון זייערע פחדים אויף אייביג. פאר צוויי יאר צירוק, אין יאר 2012, האט ברוס עקער ארויסגעגעבן דעם ערשטען ביך (פון וואס איך ווייס) ארום דעם נושא. דער נאמען פונעם ביך איז, “Unlocking The Emotional Brain”. אין דעם ביך ברענגט ברוס זייער שטארק ארויס די מהלך וואס דארף געשען אז די מעמערי ריקאנסאלידעישען פראצעס זאל געשען אין טערעפי, אז די פארמאכטע ניוראנס זאלן זיך לאזן עפענען אויף אייביג און נאכלאזען זיינע שרעקעדיגע מעסעדזשעס.

מיר האפען אין די נעקסטע צוויי ארטיקלען צו קענען מסביר זיין וויאזוי עס זעהט אויס דער ריקאנסאלעדעישען פראצעדור לעבעדיגערהייט און וויאזוי מקען דאס מאכן געשען מער אפטער. אין אמת'ן אריין איז דאס א מציאות וואס איז אלעמאל געשען און פאסירט כסדר און טאג טעגליכע לעבן ווי מיר וועלן ווייטער זעהן, און איז בכלל נישט קיין גרויסע נייעס. עס איז נאר אז מען האט געכאפט אז, העי, עס פאסירט.

פאר מען פאנגט אן אריינצוגיין טיפער אינעם נושא, איז וויכטיג צו וויסן, אז מ"ר מעקט נישט אויס די 'עצם' פיינפולע מעשה וואס האט פאסירט. וואס עס מעקט יא אויס, איז די פאקטן וויאזוי מען האט זיך אויסגעלערענט וויאזוי די וועלט ארבעט – וואס מען ערווארט עס זאל פאסירן ווען דאס און דאס פאסירט. איינמאל די פאקטן פון לעבן מעקן זיך אויס, אינטרעסירט דעם מענטש גאר ווייניג וואס עס האט פאסירט במציאות.

'היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין מיין לעבן!'

איז לאמיר קודם געבן פאר די ליינער אביסל א געפיל וויאזוי דאס זעהט אויס.

ס'איז געווען שבת קודש אינדערפרי פאר בערך א יאר א האלב צירוק.

יענעם שבת האב איך געהאט א קידוש אין די משפחה, און איך האב מודיע געווען אז איך גיי אהיימקומען אפאר מינוט שפעטער ווי געווענליך. מיין דעמאלטסדיגע 7 א האלב יעריגע טאכטער האט אנגענומען אז זי האט גענוג צייט זיך צו גיין שפילען ביי איר קאזען אינדערהיים און אהיימקומען שפעטער, היות טאטי גייט היינט אהיימקומן שפעט, און זי האט זיך פארלאזט אז זי וועט אהיימקומען ווען זי וועט זעהן אז איר קאזענס עלטערען זענען שוין אהיימגעקומען.

מה עשה הקב"ה? איך בין אהיימגעקומען פונעם קידוש און איך האב געווארט אפאר מינוט אז מיין טאכטער זאל אהיימקומען פאר קידוש, און ווען איך האב געזעהן אז זי קומט נישט, האב איך מיך פארגעשטעלט אז אויב פארזוימט זי זיך אזוי לאנג, האט זי שוין זיכער געהערט קידוש פון מיין שוואגער. האב איך מחליט געווען וואס האב איך צו ווארטן, איך האב געמאכט קידוש פאר מיין יודענע, און מען האט זיך געגרייט זיך צו גיין וואשען.

ויהי אך יצא יצא, איך וויל מיך אויפהייבן, און מיין טאכטער'ל שפאצירט אריין. זעענדיג אז איך האב שוין געמאכט קידוש, נעמט זי זיך מאכן יאמערליכע קולות מיט הייסע זידיגע קראקעדייל טרערן, 'טאטי, וויאוזי קענסטו דאס טון צו דיין אייגענע מיידל?! וויאוזי קען א טאטע מאכן קידוש אן זיין מיידל? היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין מיין לעבן!!! כליפ... כליפ... כליפ...'

פארשטייט זיך אז אויב איז יעצט געשען די ערגסטע זאך אין איר לעבן, זענען די געשרייען און וויינערייען וואס האבן באגלייט דעם אינצעדענט, געווען ווי עס פאסט פאר אזא איבערלעבעניש – מ'ברויך דא יעצט זיכער מאכן אז אזא שרעקליכע אינצעדענט חזר'ט זיך נישט נאכאמאל איבער. זי האט זיך גענומען ווארפען און שטויסען אויף אלע זייטן, און זי האט מיך אויך געוואלט אנהויבן שטויסן. זעענדיג דאס, האב איך געכאפט אז איך האב טאקע אנגערירט אין איר א האקעלע נערוו וואס בארירט איר טיף אין די נשמה, און איך בין דא אפשר באגענגען א קליינע שטיקל. אבער וואס איז געווען איז געווען, און אין אזא מצב איז זיכער נישטא צו וועמען צו רעדן. אבער איך קען איר נישט לאזן אזוי שטויסען איר טאטע. האב איך איר ארויסגעוויזן מיין געפיל, אבער איר געזאגט אין זייער א פעסטע טאון, 'איך פארשטיי אז היינט איז געשען צו דיר די ערגסטע זאך אין דיין לעבן, אבער דו טארסט נאך אלץ נישט שטויסען דיין טאטע'. זי האט גלייך געכאפט די מעסעדזש, און זיך געגעאנגען אויסבלאזען ערגעץ אנדערש, זיפצענדיג כסדר צו זיך, 'איך פארשטיי נישט וויאוזי די קענסט עס טון צו מיר...? די ערגסטע זאך אין מיין לעבן...!'

אפאר מינוט שפעטער האט זי זיך בארוהיגט, און די סעודה איז אריבער בשלום.

מוצאי שבת ווען זי איז געגאנגען שלאפען האט איך געוואלט איבערשמועסן די היינטיגע שרעקליכע איבעלעבעניש פאר זי איז געגאנגען שלאפן.

איך האב אנגעהויבן די שמועס אזוי:

'רחל'ע טייערע, איך ווייס אז היינט איז געשען צו דיר די ערגסטע זאך אין דיין לעבן...'.

נאך פאר איך האב געקענט רעדן ווייטער, האב איך באמערקט ווי זי קוקט מיך שוין אן מיט אפענע פארווינדערטער אויגען, ווי זי פרעגט זיך אליין, זאל איך וויינען אדער לאכן?

און דא האט עס פאסירט.

זי האט געגעבן א פלאץ אויס אין א היסטערישע גלעכטער.

'עה, טאטי', געט זי א מאך א אוועק לאכעדיגערהייט, 'ס'איז נישט אמת. ס'איז נישט די ערגסטע זאך, הא הא הא, ס'איז זייער פאני'.

כדי מחזק צו זיין איר נייע וועג פון איבערלעבן איר היינטיגע איבערלעבעניש מיט א נייע דערהער, האב איך איר ווייטער צירוקגעדרייט, 'עה, וואס רעדסטו? היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן, איך ווייס, און איך האב עס געזעהן'.

אבער זי געט נישט נאך, 'איך ווייס נישט טאטי', גיט זי א פיר אויס, 'אבער ס'איז עכט נישט די ערגסטע זאך אין מיין לעבן'.

כדי צו פארשטיין אירע השגות וואס די 'ערגסטע זאך אין לעבן' מיינט, גיב איך איר א פרעג, 'איז וואס איז יא די ערגסטע אין דיין לעבן?'

זי טראכט א מינוט, און זי זאגט מיר, 'ווען עלטער-זיידי איז נפטר געווארן'.

ערלעדיגט. ווייס איך שוין 9 שעה שפעטער איר אפדעיטעד ווערסיע וואס די 'ערגסטע זאך אין לעבן' מיינט.

'אבער היינט אינדערפרי איז עפעס אנדערש געווען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן, דעמאלטס ווען איך האב נישט געווארט אויף דיר פאר קידוש?' לאז איך איר נישט נאך.

'הא הא הא הא הא', צולאכט זי זיך נאכאמל, 'איך ווייס נישט פארוואס איך האב אזוי געזאגט היינט אינדערפרי'.

'און ס'באדערט דיך נישט אז איך האב נישט געווארט אויף דיר פאר קידוש?' פרעג איך איר.

'יא, אביסל, אבער ס'איז נישט געפערליך. די נעקסטע מאל, זאלסטע פליז ווארטן פאר מיר אויף קידוש, טאטי, אקעי?'

'אוודאי, רחל'ע, אוודאי גיי איך די נעקסטע מאל ווארטן אויף דיר, יעדער מאכט אמאל א מיסטעיק, און די נעקסטע מאל וועל איך דיר גיין רופען אי"ה. א גוטע נאכט, שלאף געזונטערהייט'.

עד כאן המעשה.

פאר אינטרעסאנטקייט, האב איך געפרעגט מיין טאכטער נאכן באשרייבן איר מעשה פאר דעם ארטיקל, 'רחל'ע געדענקסט נאך ווען ס'געשען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן?'

זי האט זיך ווידער הויכהילכיג צולאכט, 'ווען? דעמאלטס ביי די קידוש? הא הא הא הא! ס'איז עכט נישט געווען די ערגסטע זאך'.

ביידע זענען אמת, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איין מאל

מיין טאכטער האט דא מיטגעלעבט וויאוזי א געוויסע געפיל האט פארלוירן איר 'פשט' און 'חיות' אין א משך פון 9 שעה. עס איז נישט געווען סתם אז זי האט זיך בארוהיגט פון וואס עס האט פאסירט, נאר די גאנצע 'אפטייטש' וואס דער פאסירונג האט געמיינט פאר איר – אז היינט איז געשען איז די ערגסטע זאך אין איר לעבן, וואס דאס האט פאקטיש אנגעמאכט די גאנצע עמאציאנאלע טריגער – האט פארלוירן איר מיינונג כאילו נישט איר מיינט מען דא. דאס האט נישט פאסירט ווייל איך האב איר אויסגעלערענט אז ס'איז דא ערגערע זאכן אין לעבן, נאר ווייל זי אליינס האט אזוי געוויסט פאר א קלארע פאקט. וויפל איך האב נאר פראבירט אויפצווועקן די געפערליכע געפיל אז דא האט פאסירט די ערגסטע זאך אין איר לעבן, איז מיר נישט געגאנגען, א סימן אז דער אמאליגע פאקט וואס 'די ערגסטע זאך אין לעבן' מיינט, איז נעלם געווארן.

וואס האט דא פאסירט אז 9 שעה שפעטער האט ניטאמאל געמאכט קיין סענס פאר איר אז זי האט אמאל געהאלטן פאר א קלארע פאקט, אז היינט איז געווען די ערגסטע זאך אין לעבן, א פאקט וואס האט איר אריינגעלייגט אין א שרעקליכע היסטעריע?

די תירוץ אויף דעם איז אז דא האט פאסירט אומדיירעקט א מעמערי ריקאנסאלעדעישען. א קלארע פאקט וואס איז געווען אמת – א טאטע וואס ווארט נישט אויף קידוש אויף זיין טאכטער, איז די ערגסטע זאך וואס קען נאר געשען צו א מענטש אין זיין לעבן, וואס באגעגענט זיך פלוצלינג צוזאמען מיט א אנדערע אמת'ע פאקט – אז ווען איינער ווערט נפטר, דאס איז די ערגסטע זאך וואס קען פאסירן צו א מענטש. איז וועלכע איז באמת אמת? ביידע פילן זיך אמת'דיג, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת צוזאמען אויף איין מאל.

ס'קען נאר זיין 'איין' ערגסטע.

די אמת'ע אמת וואס פילט זיך באמת פאר מער ריכטיג און רוהיגער, וועגט איבער, און די אלטע ווערסיע פון 'אמת' פילט זיך אלטס א פשוטע זשאוק. נישט קיין טעות אדער ליגענד, נאר ממש עפעס וואס האט ניטאמל קיין פשט.

וואס וואלט געווען ווען איך פאנג איר אן אויפצוקלערן שיינערהייט מיט א ליבליכע געפיל, אז זי האט אויפגעבלאזן די גאנצע מעשה פארגארנישט, און ס'איז נישט די ערגסטע זאך וואס קען פאסירן פאר א מענטש, און ס'איז דא ערגערע זאכן אויף די וועלט? מעגליך אז זי וואלט עס אנגענומען, און זי וואלט פארשטאנען אז ס'איז טאקע דא ערגערע זאכן אויף די וועלט, אבער עס איז אויך מעגליך אז זי וואלט עס נישט אנגענומען (ווייניג מאל שרייען קינדער צירוק, 'ניין, נישט ווארטן פאר קידוש איז נאך ערגער ווי נפטר ווערן!'). אבער אפילו זי נעמט עס יא אן, באקומט זי פון מיר א מעסעדזש אז זי האט נישט גוט געפילט און נישט גוט פארשטאנען וואס דא האט פאסירט. דאס קען גורם זיין אז אפילו זי זאל פון איין זייט מסכים זיין צו וואס איך זאג, אבער 'איר' אייגענע אפטייטש פון די מעשה, בלייבט אין איר מוח'ל און ווערט אוועקגעשטופט אין א זייט. ווען איך זאג איר אפאר מינוט שפעטער, 'רחל'ע דו ווייסט אז היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין דיין לעבן?' וואלט זי מיך אנגעקוקט צומישט, ווי צו פרעגן, 'וואס הייסט האסט דאך פריער געזאגט אנדערש?' ווייל איר ווערסיע ליגט נאך טיף באהאלטן ערגעץ ווי. אבער עס האט זיך אויסגעשטעלט, אז איך האב איר נישט געדארפט מסביר זיין וואס די ערגסטע זאך אין לעבן איז, ווייל זי האט עס שוין אליינס געוויסט (לכה"פ אין איר וועלט'ל). מיט דעם האב איך געקענט מאניפיאלירן אז זי זאל זיך אליינס אפפרעגן און אליינס דארפן מחליט זיין פאר א קלארע אמת, אז די ערגסטע זאך אין לעבן איז גאר עפעס אנדערש, און דאס האט איר געקענט געבן די מעגליכקייט אינגאנצן זיך אפצוטיילען פון אנקוקן די גאנצע מעשה ווי אזא ריזיגע בער.

אין טערעפי, איז דער ציל אז דער מענטש זאל זיך דערזען מיט צוויי אמת'ע פאקטן, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איין מאל. דאס צווינגט די ניוראנס אין די מוח צו איבערטוישען די אלטע ווערסיע פון די מעשה, צו די נייע מער באקוועמע ווערסיע, און די אלטע ווערסיע ווערט אויסגעמעקט.

אזוי פילט מען ווען די מ"ר פראצעס איז אקטיוו. עס פילט זיך עפעס זייער אינטרעסאנט צירוקצוקוקען, 'אזוי טאקע האב איך אמאל געהאלטן? איך קען נישט פארשטיין וויאזוי!'

איך גלייב אז רוב ליינער וועלן זיך נאך שפירן אביסל צומישט דא, איז לאמיר אביסל מסביר זיין מער פונקטליך וואס דא פאסירט כדי מען זאל דאס קענען בעסער פארשטיין.

וויאזוי פראדעצירט מען אן 'עפראנץ'?

איך וויל אנהייבן מיט א משל בכדי לשבר את האוזן צו פארשטיין די טיפקייט פונעם געדאנק. הגם דער משל גייט נישט זיין הונדרעט פראצענט דומה לנמשל, אבער עס קען געבן א בעסערע בליק אויף די געדאנק דערפון.

איז שייך צו מאכן, אז פון עפלעך זאל ווערן מאראנצן?

וואס וועט פאסירן, אויב איינער וועט נעמען א קארב פיל מיט מאראנצן, און עס אריינגיסן אין א קארב פון מיט עפלעך, ביז די מאראנצן וועלן אינגאנצן צודעקן די עפלעך?

איז געווארן אויס עפל? ניין.

די עפלעך זענען געבליבן פונקט ווי פריער, בסה"כ זעהט מען עס נישט יעצט. פאר א צווייטען קען ער ווייזען אז ער האט א קארב מיט מאראנצען, אבער ווער עס וועט נאר אביסל נישטערן דארט וועט גלייך באמערקען אז באמת האב איך דא א האלבע קארב אנגעפילט מיט עפעלך! עס איז דא מאראנצען מיט עפעלעך.

אויב וויל מען באמת טוישען די מציאות פון די עפלעך, מיז מען גיין צום שורש פון ווי דער עפל קומט ארויס – די בוים מיט די קערענדעלעך. מען דארף מרכיב זיין די צוויי כוחות פון די עפל און מאראנץ, און צאמשטעלן די די עצם קערעל, אדער מרכיב זיין די צוויי ביימער, און אזוי שטעלן זיך צוזאמען ביידע כוחות אינאיינעם, און עס ווערט פראדעצירט א נייע באשעפעניש – א עפראנץ! נישט קיין עפל און נישט קיין מאראנץ, עס איז יעצט גאר עפעס אנדערש.

וואס איז די חילוק? פארוואס ווען די גאנצע עפל און מאראנץ טרעפן זיך צוזאמען ווערט נישט קיין עפראנץ, און ווען זיי טרעפן זיך אין די פארעם פון א קערל ווערט עס יא א עפראנץ?

די תשובה איז פשוט. כדי צוויי פיזישע כוחות זאלן זיך צאמפארן, מוז מען עס לייגן אויף אזא אופן ווי ביידע כוחות קענען זיך נישט האלטן צוזאמען. פארקערט, זיי זענען א דיירעקטע סתירה. די צוויי קערעלעך זענען צו האקעל צו קענען לעבן צוזאמען אין דער ערד, און בהכרח ווערט שלום צווישן די צוויי כוחות און עס ווערט א נייע צורה. א פארטיגע עפל און א פארטיגע מאראנץ האבן גענוג כוחות זיך צו קענען האלטן פאר זיך, און עס איז נישט קיין שום סתירה אז זיי זאלען זיין צוזאמען. ביידע קענען זיך האלטן פאר זיך אפילו עס איז דא א פארקערעטע זאך מיט זיי צוזאמען אין איין פלאץ.

לאמיר נעמען א אנדערע ביישפיל.

איינער האט א גלאז הייסע קאכעדיגע וואסער וואס ער וויל טרינקען. עס איז אבער זייער הייס און ס'איז נישט מעגליך צו טרינקען. ער האט צוויי ברירות. ער קען ווארטען ביז עס קילט זיך אפ, אדער ער קען נעמען אן אנדערע גלאז קאלטע וואסער, און צוזאממישען ביידע גלעזער. די רעזולטאטען? עס ווערט באשאפען א נייע דריטע סארט וואסער וואס איז פריער נישט געווען – א ווארעמע גלאז וואסער. פאר א מינוט צירוק איז דא געווען א הייסע גלאז און א קאלטע גלאז, יעצט איז קיין איינער פון זיי נישטא, עס איז נאר דא א נייע ווערעמע גלאז.

וואס האט דא פאסירט?

דא האט פאסירט די זעלבע וואס פאסירט מיט די צוויי קערעלעך פון די עפלעך און די מאראנצען. וואסער איז צו שוואך צו שטיין איינער קעגן דעם צווייטען. הייסע און קלאטע וואסער זענען א סתירה, ס'איז נישט מעגליך אז זיי ביידע זאלן זיין צוזאמען אויף איינמאל. כדי צו מאכן שלום ווערט א נייע פראדוקט – ווארעם, א שילוב פון הייס און קאלט. ווען די ווארעמע וואסער ווערט פראדעצירט, ווערט די אלטע הייסע און קאלטע וואסער אויסגעמעקט, ווייל זיי ביידע צוזאמען זענען א סתירה, און ס'איז נישט מעגליך אז זיי ביידע זאלן עקזעסטירען צוזאמען.

ביי ביידע פעלער, ביי די קערענדלעך און ביי די וואסער, איז נישט גענוג אז די צוויי זאכן זענען דא פאר אונזערע אויגען, זיי מוזן ביידע זיך אנרירען. אויב ליגען די צוויי קערענדלעך אפגעריקט אפאר אינטשעס גייט נישט ארויסוואקסען קיין עפראנץ. זיי מוזן זיך אנרירען און זיך אנרייבן, ביז זיי מאכן א 'מירדזש' און ווערן איינס.

דאס זעלבע פאסירט ביי יעדע פיזישע סתירה. צומאל איז די סתירה צו שטארק אז זיי קענען אפילו נישט לעבן צוזאמען אין זיי ברענען זיך אויס. א פאזיטיווע כח פון עלעקטריק, קען זיך נישט האלטן צוזאמען מיט א נעגעטיווע כח פון עלעקטריק. אויב ביידע פון די עלעקרישע כוחות קומען זיך צוזאמען, גייען זיי פלאצן און אויסברענען און די כח פון די עלעקטריק ברענט אויס.

וואס טוט זיך מיט די כח פון ניוראנס אינעם מוח? איז שייך דאס צאמצושטעלן מיט עפעס א סתירה וואס זאל צווינגען אויפצוגעבן עפעס א כח?

אויף דעם וועט מען אי"ה רעדן אינעם קומענדיגן שיעור.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ה' - די דריי שטאפלען פון מעמערי ריקאנסאלעדעישען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

זכרונות לויפן כסדר אריין און ארויס

אינעם פאריגען שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט ווי יעדע פיזישע מציאות ווערט אנדערש – אדער ברענט עס אויס, אדער מאכן זיי שלום און עס ווערט אן אנדערע מציאות – ווען זיי קומען זיך צוזאמען אויף א פלאץ ווי זיי זענען צו האקעל זיך צו קענען האלטן צוזאמען. יעצט וועלן מיר מסביר זיין וויאזוי דאס פאסירט מיט די ניוראנס אין מוח.

די מוח איז צוטיילט אויף אפאר חלקים. איינע פון די וועגן וויאזוי די מוח איז צוטיילט איז די long term memory און די short term memory. עס ארבעט אזוי ווי ביי א קאמפיוטער, עס איז דא די RAM, וואס דאס איז די short term memory פון די קאמפיוטער. בשעת א פייעל איז אין די רעם, קען מען פאררעכטען די פייעלס, שרייבן און מעקן וכדו'. נאכדעם איז דא די hard drive וואס דארט ליגט באהאלטען אלע פייעלס וואס מען ניצט נישט יעצט. כדי צו פאררעכטען א פייעל, מוז מען דאס ארויסברענגען אין די RAM, און ווען מען איז פארטיג שיקט מען עס צירוק צום הארד דרייוו.

בקיצור, פייעלס פארן אגאנצע צייט אריין און ארויס פון די הארד דרייוו צו די רעם, און ווען עס איז אין די רעם, קען מען דארט אויסארבעטן דעם פייעל עס זאל ווערן אן אנדערע פייעל וואס עס איז געווען פריער. וויאזוי טוישט מען עס? עס איז נישט שייך ס'זאל זיין צוויי קערעקטערס אין איין פלאץ. כדי מ'זאל קענען טוישן קערעקטערס, מוז מען אויסמעקן די אלטע קערעקטער, און שרייבן א נייע. ווי אויך קען מען סעלעקטען די אלטע קערעקטער, און אויף דעם שרייבן א נייע, און דער אלטע קערעקטער ווערט אויסגעמעקט פון זיך אליין – ווייל צוויי קערעקטערס קענען נישט זיין צוזאמען אין איין ספעיס. נאכדעם סעיווד מען די פייעל און מען שיקט עס צירוק אין די הארד דרייוו און עס בלייבט דארט אויף אייביג.

אזוי ארבעטן אויך די ניוראנס פון די זכרונות. זיי גייען אגאנצע צייט אריין און ארויס. זיי קומען אריין אין די short term memory פון די מוח, און עס גייט צירוק אריין אין די long term memory. די שארט טערם איז מער אין די פארענט פון די מוח – די conscious mind, און די לאנג טערם איז מער פון אונטען – די unconscious mind. די פארשער האבן אנגעהויבן צו באמערקען אז ווען די זכרונות קומען ארויס אין פארענט, קענען זיי זיך טוישן! דאס הייסט אז ווען די זכרונות זענען אין די שארט טערם מעמרי פון די מוח, זענען די סינעפסעס אפען, און מקען זיך ארושפילן דארט, און שפעטער ווען עס ווערט צירוק קאנסאלידעיטעד אין די לאנג טירם מעמערי, איז דאס שוין א אנדערע סארט ניוראן מיט אנדערע מעסעדשעס!

אבער וויאזוי פאסירט דאס טאקע? א מאראנץ טוישט דאך נישט קיין עפל, איז וואס פאסירט מיט די ניוראנס ווען זיי זענען אינדרויסען?

איך ערווארט נישט אז דאס זאל פאסירן

די תירוץ אויף דעם איז, די ערשטע זאך וואס דארף פאסירן איז, אז עס זאל צירוק ארויפקומען אין שארט טערם מעמערי. דא פאסירט ווען מען טראכט אדער מען טוט אין די נושא וואס די ניוראנס האלטן אין זיך. א דוגמא ווי איינער זעצט זיך אריין אין א קאר, צינדען זיך אן די ניוראנס וואס ווייסן וואס מען דארף אלץ טון ווען מען פירט א קאר, און די אלע מעסעדזשעס זענען יעצט אין די שארט טערם מעמערי (פארדעם איז דאך א סכנה צו רעדן אויף סעלפאן בשעת'ן דרייוון, ווייל וויפל אינפארמאציע קען דען די שארט טערם האלטן אין זיך אויף איינמאל?). דאס איז אזוי ווי די ערד ווי די צוויי פארקערטע קערענדלעך קומען זיך צוזאמען און האבן די פאטענציאל זיך אויסצורייבן.

דאס אליינס אז זיי זענען אין פארענט אין conscious awareness איז נאכנישט גענוג. דאס אז מען ווייסט פונקטליך וואס באדערט, אפילו מען ווייסט אלע דעטאלען ארום וואס עס באדערט איז נאכנישט גענוג אז די מעסעדזשעס זאלן זיך טוישן. עס איז גענוג צו פילן אביסל רוהיג, צו קענען באקומען אביסל חיזוק, אבער עס מעקט נאכנישט אויס קיין פאקטישע מעסעזשעס. עס דארף דא פאסירן נאך עפעס. בשעת די ניוראנס זענען אין פארענט מוז פאסירן א דיירעקטע סתירה פון וואס דער זכרון ערווארט זאל געשען, דעמאלטס מאכען זיך אויף די ניוראנס וואס ענהאלטען אין זיך די אלטע אומבאקוועמע מעסעדזשעס, און טוישען דאס איבער אויף נייע ניוראנס מיט נייע באקוועמערע מעסעדזשעס. ווען דער סתירה פאסירט, מוז דער מוח מחליט זיין וואס איז אמת, ווייל ביידע קענען נישט זיין אמת. עס איז אזוי ווי מען מאכט 'סעלעקט' אויף א קערעקטער אויף א פייעל, און מען טוישט דאס אויף אויף א ניי קערעקטער, און די קאמפיוטער מוז יעצט מחליט זיין וואס צו טון. זאל איך האלטן די אלטע קערעקטער, אדער זאל איך אננמען די נייע? ביידע קענען דאך נישט בלייבן דא אויף איינמאל. היות באמת וואס מען וויל איז די נייע בעסערע קערעקטער, מעקט זיך די אלטע אויס. דאס זעלבע פאסירט דא, די נייע קלארע פאקט רייבט זיך אן אין די אלטע סינעפ, און עס צווינגט די סינעפסעס זיך צו טוישן אויף דעם נייעם באקוועמערן פאקט. די פארשער רופען דאס אן א “mismatch”, אדער א “prediction error”, דאס הייסט, אז די מוח כאפט אז, 'העי! וואס איך האב געמיינט ביז היינט, איז עכט נישט אמת! איז וועלעכע זאל איך גלייבן, דער אדער דער? ביידע קען נישט זיין.'

עס האט א געפיל בערך אזוי.

איינער האט זיך ארויסגעאזט אין ריכטונג פונעם אפריקאנעם זשונגעל. ער ווייסט אז ער גייט זיך אט אט טרעפן פנים אל פנים מיט א לייב און מיט אנדערע מסוכנ'דיגע חיות, ממילא גייט ער טון אלעס און זיין גרייט צו זיין באהיטן פון א סכנה. ער וועט נעמן א ביקס על צרה שלא תבוא, מיטנעמען גענוג עסן, און ער וועט זיכער מאכן נישט ארויס צוגיין פון זיין זשיפ. ער קומט אן אהין און פארט אריין טיפער אין זשונגעל, דאס הארץ קלאפט איהם, אבער קיין חיה זעהט ער נישט פאר די אויגען. סוף טאג טראכט ער, 'אינטרעסאנט איך בין געווען היינט אין זשונגעל אבער קיין חיות האב איך נישט געזען, מסתמא זענען די לייבן היינט געשלאפען, אבער מארגען גייט זיין די ערווארטעטע טאג'.

צומארגענס גייט ער נאכאמאהל צום זשונגעל, זיין הארץ קלאפט נאכאמאהל, אבער קיין חיות זעהט ער ווייטער נישט פאר די אויגען, אבער ער האלט נאך די ביקס אין האנט על כל צרה שלא תבוא. נאך אפאר מינוט פארען און ער זעהט נאך אלטס נישט קיין חיה פאר די אויגען, פאנגט ער שוין אן צו פילן אז עפעס איז נישט אזוי גלאט. ער נעמט ארויס זיין מאפע, און... ער כאפט אז ער איז גאר 30 מייל אוועק פונעם זשונגעל! אונטער א סעקונדע, לייגט ער אראפ זיין ביקס, און... רוהיג. 'עס האט נישט קיין זינען דא מורא צו האבן', טראכט ער צו זיך, 'איך בין נישט אין זשונגעל. נישט קיין ווינדער אז איך זעה נישט קיין חיות'. דער מענטש דארף זיך נישט חזר"ן 20 מאל אין קאפ אז דא דארף מען נישט מורא האבן, עס איז א קלארע פאקט אז דא דארף מען נישט מורא האבן. פאר די נעקסטע 30 מייל דארף איך נישט האלטן מיין ביקס. עס הערט זיך די זעלבע ווי ווען איך זאל איין טאג מודיע זיין פארן עולם, אז אין אמעריקא וואוינען נאר ווייסע מענטשן. אלע שווארצע מענטשן זענען אין אפריקע. איך גלייב אז אלע ליינער וועלן מיר אנקוקען ווי איך בין אראפ פון די לבנה, און ס'איז אפילו נישט ווערד מזאל אויסהערן וואס איך זאג. ס'איז קלאר ווי די טאג, אז אין אמעריקע וואוינען גאר אסאך שווארצע מענטשן. ס'איז א קלארע פאקט אז דער מענטש דא ווייסט נישט וואס ער רעדט. מקען זאס אויפווייזען שווארץ אויף ווייס.

אט אזוי איז דער מוח מחליט החלטות ווען ער זעהט א סתירה פאר זיך. אדער בין איך אין זשאנגעל אדער בין איך נישט אין זשאנגעל? ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איינמאל. איינס מוז איבערנעמען. אויב איז אמת אז איך בין נישט אין זשונגאל (און דער מאפע ווייזט קלאר אויף דעם, און יעצט איז עס נישט נאר וואס דער מאפע האט אזוי געזאגט, נאר 'איך' ווייס עס שוין אויך, ווייל איך בין טאקע אין די געגענט ווי דער זשונגעל האט זיך נאך נישט אנגעהויבן, וואס דאס ווייסט ער פון פאריגע אינפארמאציע פון ווען ער האט דורכגעטון די געגענט פאר ער איז אהער געקומען), דעמאלטס האט נישט קיין זין דאס וואס איך האב געהאלטן מיין רעוואלווער זיך צו באשיצען פאר א מינוט צירוק!

ווען מיין טאכטער האט יענע מוצאי שבת געלאכט פון איר וועג פון אפטייטשן וואס די 'ערגסטע זאך אין לעבן איז', איז עס נישט געווען סתם זיך צו בארוהיגען, ווי צו זאגען, 'אהה, אבי איינער פארשטייט מיין צער אז היינט איז געשען די ערגסטע זאך אין מיין לעבן' און לכבוד דעם האט זי זיך בארוהיגט. עס איז געווען סאך מער פון דעם. זי האט שוין קלאר געוויסט אז עס איז נישט אמת בכלל, ווייל די ערגסטע זאך איז גאר עפעס אנדערש, און דאס איז עפעס וואס זי ווייסט אליינס, נישט קיין השערות. דאס האט איר געמאכט לאכן פון די גאנצע מעשה, אז עס האט בכלל נישט קיין פשט אויף וואס זי האט זיך אזוי אויפגעברויזט יענעם אינדערפרי.

'אויב איך בין גרויס, גיי איך זיכער פאלן'

איז לאמיר זעהן ווי אזוי עס שפילט זיך אויס אין אונזער טעמע פון טערעפי. און כדי מען זאל דאס בעסער פארשטיין, וועל איך אראפברענגען א קלאסישע דוגמא וויאזוי איך האב ארויסגעהאלפן א יונגערמאן אין זיין ביזנעס. נישט אלעמאל גייט עס נעמען אזוי שנעל, און ועס איז נישט געווען די גאנצע ישועה פאר דעם יונגערמאן, אבער עס ווייזט ווי אקוראט עס ארבעט (לכה"פ מיט איינע פון זיינע געפילן וואס האבן איהם געשטערט אין זיין ארבעט).

געקומען איז צו מיר א יונגערמאן, לאמיר איהם רופען הערשל, וואס איז יעצט אריין אין די ריעל עסטעיט אינדאסטריע, און האט אנגעהויבען צו ארבעטן אין א 'טים' מיט נאך אנדערע אגענטען. אין די גרופע איז געווען א סיסטעם וואס האט מכלומרשט געדארפט געבן א שטיפ און מאטאוואציע פאר די אגענטן צו ברענגען ווי מער קליענעטן. פאר דעם איז געווען א סיסטעם פון פונקטען פאר וויפיל 'דיעלס' מען ברענגט אריין. לויט וויפל פונקטען מען האט געהאט, איז מען געשטיגען אין א העכערן 'ראנג'.

אונזער הערשל, וואס איז נאר וואס פריש ארויס פון כולל, איז זיך אריינגעקומען אין דעם גרופע און זיך געזעצט ביי זיין טישל פארן קאמפיוטער צו אנהויבען ארבעטן. ער האט געדארפט מאכן א ליסטע וועמען ער גייט רופען היינט, פראבירן צו מאכן נייע קאנטאקטן, און זיך צירוק-קאנטאקטען צו אלטע קליענטן. און... ער האט זיך עפעס 'פארטון' מיט אנדערע זאכען. ער האט עפעס נישט געמאכט די טעלעפאן רופען וואס ער האט געדארפט מאכן. אזוי האט ער געזעהן די טעג גייען פארביי בשעת ער האט קיין סאך נישט אויפגעטון. מיט די צייט האט ער אנגעהויבן צו פילן די קאנסעקווענצען. קיין טשעקס זענען נישט געקומען, און ער האט נישט געהאט פון ווי צו צאלען זיינע בילס. זעענדיג זיין מצב האט ער אויפגענומען פאר זיך א 'ביזנעס קאוטש' וואס האט איהם סדר געשטיפט מיט נייע 'טאקטיקען' וויאזוי איבערצוקומען זיין נאכגעלאזטקייט, און אריינבלאזען אין איהם א חשק און א חיות צו ארבעטן. נאך א יאר צייט פון באקומען עצות פון זיין עצה געבער האט זיך הרשל געמאכט דעם חשבון, אמת געלט מאך טאקע, אבער עפעס ברעכט זיך נישט דורך דעם 'קאוד' וואס האלט איהם אזוי צירוק. ס'איז געווען א כסדר'דיגע מיטשעניש. ווען ער איז געקומען צו מיר האט ער זיך ווי אויסגעדריקט, 'איך לויפ שוין אויס פון טעקניקס, איך מוז דאס דורברעכן!'

פאר מגייט ווייטער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט. דא זעהט מען די ערשטע טעות וואס אסאך מאכן. ממיינט אז אויב מ'ארבעט' אויף זיך וועט מען סוכ"ס דורך ברעכן די אייז, און דא איז אונזער הערשל א יאר שפעטער דער זעלבער הערשל, וואס אן זיין עצה געבער וואס שטיפט איהם כסדר, זיצט ער נאך אלץ ביי זיין קאמפיוטער און שפילט שאך. דאס איז ריין עפלעך מיט מאראנצען. מדעקט איבער די עפל – די עצלות, מיט מאראנצען – מיט די הילף פון א קאוטש, אבער די מינוט וואס מנעמט אוועק די מאראנצען – די קאוטש, זעהט מען גלייך צירוק די עפל – די עצלות. מאנכע וועלן זאגען אז דאס איז אלעמאל געווען די וועג וויאזוי מען האט געארבעט אויף די מידות, וויאזוי דער רמב"ם שרייבט אין הל' דיעות, אז מען דארף גיין צו די 'קצה האחרון' און אזוי ברעכט מען דורך די עצלות, ובפרט ווי דער הייליגער ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטיל קטן אז מען דארף ארבעטן אויף אזא מהלך 40 טעג. אבער אויב איז דאס די מציאות אין דעם פאל פון הערשל, וואלט שוין הערשל פון לאנג געדארפט פילן א דערלייכטערונג און זיך מער נישט דארפן מיטשענען מיט דעם. אבער דאס האט נישט פאסירט. א ראיה, אז נישט דאס איז יעצט די וועג צו ארבעטן אויף זיינע מידות. עס ליגט דא עפעס טיפער.

ביים סוף פון ערשטען סעסיע, איז ארויסגעקומען, אז ווינדער איבער ווינדער, הרשל דרייט זיך ארום אונטער זיין באוויסטזיין וויסענדיג זייער קלאר אז ער איז 'נישט ווערד'! אזוי רעדענדיג איז געווארן נאך קלארער די בילד, און וויאזוי הרשל האט זיך אויסגעדריקט, אז 'איך בין נישט ווערד צו ווערן גרויס!' און היות און זיין קאמפעני איז געווען א גרויסע ווינד פאר אלע אגענטן צו ווערן 'גרויס' מיטן סיסטעם פון די פונקטען וכדו', איז עס געווען א גרויסע פחד פאר הרשל צו ווערן גרויס, ווייל ער ווייסט טיף טיף אין זיך, אז ער איז נישט ווערד פאר דעם.

איז לאמיר זיך געבן נאך א שטעל אפ דא.

די אינסטינקט פון יעדע טערעפיסט / קאוטש וואלט געווען אין דעם שטאפעל אז, 'אהא, יעצט האט מען געטראפן די שורש פונעם פראבלעם. ער האלט נישט פון זיך און ער קוקט זיך אראפ!' אין געוויסע מהלכים ווי אין סי.בי. טי. וועט מען אנהויבן אויסלערנען הרשל וויאזוי צו רעדן צו זיך 'פאזעטיוו', 'איך בין יא ווערד צו זיין גרויס' און אזוי האפען אז עס וועט אויסדרייען זיין נעגעטיווע בליק אויף זיך. אנדעדע וועלען אפילו פאדערען פון הרשל איבער די וואך אלטס א עקסערסייז, צו זיך דערמאנען פון פעלער ווי ער איז געווען גרויס און מצליח געווען, מיט א האפענונג אז דאס וועט איבערווייזן הרשל'ן אז ער לעבט אין א טעות.

איז לאמיר זעהן אויב דאס קען ארבעטן ווי די עפלעך און מאראנצען, אדער ווי די הייסע און קאלטע וואסער. איז דא א דיירעקטע סתירה וואס קענען נישט זיין צוזאמען?

די תירץ איז אז עס ארבעט נישט מחמת 2 טעמים. איינס, אויב הרשל חזרט פאר זיך אז ער איז 'יא' ווערד צו זיין גרויס, איז דאס אן 'אייגענע' קלארע פאקט אז ער איז יא ווערד צו זיין גרויס? אדער איז דאס וואס ער הערט פון איינעם פון אונדרויסען, וואס קען זיין אז יענער איז גערעכט, אבער קען אויך זיין אז נישט. קיין דיירעקטע קלארע סתירה איז נישטא, ווייל פאר הרשלס מוח איז נישט קלאר אז ס'איז בכלל דא אזא פאקט אז ער איז ווערד. איי ער מוז אזוי גלייבן ווייל אזוי שטייט אין ספה"ק אז יעדע מענטש איז ווערד? אמת, אבער מיט דעם קען ער וויסן אנדערש פאר א קלארע פאקט, אז נישט איהם מיינט מען. מ'מיינט נאר מענטשן וואס זענען אמת'דיג ווערד, אבער ער איז טאקע נישט ווערד (דאכציך אז יעדער וואס האט שוין באגעגענט אזא פראבלעם ביי איינעם, האט זיך אויך אנגעשטויסען אין די התנגדות אנצונמען די דברי חיזוק. בפרט ביי משגיחים מיט בחורים, וואס ביי אזא פאל פראבירט דער משגיח אויפצוקלערן דעם בחור מיט אלע מיטלען אז ער מוז אננעמען וואס שטייט אין ספרים, און דער בחור ווערט נאר מער אראפגעקלאפט אז ער 'דערהערט' נישט וואס די ספרים זאגען, און קען נאך זיין אז עפע איז נישט בסדר מיטזיין יודישקייט, ודי). די צוויי פאקטן מוזן זיין פארן מענטשן שווארץ אויף ווייס, אז ביידע זענען אמת. אויב איז דא די מינדעסטע ספק אין די אוטענטישקייט פון די צווייטע פאקט, גייט דער מוח אנהאלטן דעם אלטן פאקט.

צווייטענס, ביים צווייטען וועג זיך אויפצווויזען אז ער האט שוין יא מצליח געווען אין זיין עבר, וואס דאס איז שוין לכאורה א קלארע באווייז אז ער האט טאקע מצליח געווען און געווען גרויס – א קלארע סתירה מיט וואס ער ווייסט יעצט אז ער קען נישט מצליח זיין, קען מען אויך גרינג אפפרעגן. 'דעמאלטס' פערצופאל האט זיך פונקט געמאכט אז ער האט מצליח געווען, אבער מארגען? מארגען קען ער ווייטער דורכפאלן.

אלזא האמיר דא ווייטער נאר עפלעך מיט מאראנצען וואס איינס טרעט נאר איבער דעם צווייטן. קיינער קען נישט איבערמאכן דעם צווייטן. ביידע בלייבן ערגעץ ווי אמת, און די מוטשעניש גייט ווייטער אן.

אויב אזוי וואס טוט מען דא ווייטער? איז וואס איז דער עכטער שורש ווי הרשלס זלעבסט-זיכערקייט זאל זיך ווי פון זיך אליין הייבן? די פלאץ ווי די צוויי קערעלעך פון די עפל און די מאראנץ וועלן זיך נישט קענען האלטן צוזאמען און זייער ענערגיע וועט זיך פון זיך אליין מאכן עפעס פון דאסניי?

כדי צו באקומען דעם ענפער, האב איך געלאזט הרשל אגאנצע וואך זיצן מיט דעם געדאנק אין קאפ. איך האב ארויפגעשריבן אויף א צעטל, 'איך קען נישט מצליח זיין און ארויפגיין אין ראנג, ווייל איך בין נישט ווערד פאר דעם'. איך האב געוואלט זעהן וואס וועט פאסירן מיט הרשל במשך די וואך. וואס וועט איהם אריינקומען אין קאפ בקשר מיט זיין נישט זיין ווערד?

ביים צווייטן סעסיע איז ארויסגעקומען זייער קלאר מיט וואס ער מוטשעט זיך. ער האט אנגעפאנגען צו פארציילען וואס ער האט זיך דערמאנט במשך די וואך, וואס האט פאסירט מיט איהם זייענדיג א יונגעל אין כתה ז'. במשך אלע יארן איז ער געווען פון די 'מנהיגים' אין זיין כתה. אין יענע יאר האט זיך זיין כתה שטארק צוקריגט מיט איהם, און מען האט איהם אראפגעווארפן פון זיין 'הויכען בענקעל'. זיין צער איז דעמלטס געווען אין לשער, אבער ער האט זיך צו קיינעם נישט אויסגערעדט און עס איז געבליבען שטעקן אין איהם די ווייטאג. אין זיין וועלטעל, איז איהם געבליבן די צער עד היום הזה. ווען ער האט זיך דאס דערמאנט, האט ער זיך אויך דערמאנט וואס ער האט דעמאלטס זייער קלאר מחליט געווען אין זיין קינדערישען מוח'ל, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין, ווייל אויב בין איך גרויס, וועל איך נאכדעם פאלען!' מדארף באמערקן די שטארקע ספעציפישע החלטה וואס ער האט מחליט געווען דעמאלטס אין לעבן, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין'.

פינטעל.

אן קיין פשרות.

דאס איז א פאקט אין לעבן, אז אויב מען איז גרויס, גייט מען זיכער באקומען א פאטש אין פנים, און מען גייט צירוק פאלן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז הערשל האט במשך אלע זיינע יארן זייער שיין אויסגעפירט זיין החלטה. אין ישיבה איז ער געווען א בחור וואס האט קיינמאל נישט געזוכט צו צוען קיין שום אויפמערקזאמקייט. אבער דא אין די נייע לעבן ווי ער איז אריין, האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם. דא אין דעם גרופע, אויב ארבעט מען, שטייגט מען אין ראנג און מען ווערט 'גרויס'! דאס איז געווען אינטער זיין באוויסט-זיין אלטס א גרויסע פחד, וואס האט איהם כסדר געשטיפט זיך צו 'האלטן אין די ראמען' און נישט ארבעטן געהעריג. דאס איז געווען פאר הערשל א גרויסע סורפרייז, אז זיינע אלטע החלטות גייען נאך אן עד היום הזה.

וויס עס שטעלט זיך ארויס איז הרשל נישט קיין פשוטער 'עצלן', נאר ער האט מורא פון א גאר 'אמת'ע פאקט', אז סלוינט זיך נישט צו זיין גרויס, 'ווייל ווען מען איז גרויס, פאלט מען' און די צער נאכדעם איז זייער גרויס.

איז מעגליך אפצופרעגן דעם פאקט? דא וועט ווייטער ארויפשפרינגען די אינסטינקט פון יעדע בר דעת און פארהאלטען הרשל אויף זיינע 'שטותים'. 'וואס מאכסטו דיך משוגע? קינדער זענען סתם נאריש, וועגן נארישע קינדערישע זכרונות גייסטו קאליע לייגען דיין קארעריע? לאז דיך אפ מיט די נארישקייטן!'

וואס מדארף דא אבער פארשטיין, אז מיר קענען זיין זיער גערעכט מיט אונזערע ווערטער. אבער ווען מען זאל ווען פארשטיין, אז פאר הרשל וואס לעבט שוין אזוי יארן לאנגן, מוז נישט זיין אז דאס גייט זיך אזוי שנעל אויפגעבן אויב מיר זאגען איהם, דו מאכסט דיך נאריש. נישט נאר דאס, נאר אויב מיר זאגען איהם אז ס'איז שטותים און דו מאכסט דיך סתם נאריש, וועט קיינמאל נישט אויסקומען אז אונזער נייע אינפארמאציע – אז מ'פאלט עכט נישט, מיט זיין אלטע אינפארמאציע – אז ס'איז 'יא' אמת, און אויב מאיז גרויס פאלט מען, וועלן נישט זיין צוזאמען אין פארענט פונעם מוח 'אויף איין מאל', ממילא וועלן זיי נישט האבן קיין מעגליכקייטן זיך 'אויסצומושען'. דער געדאנק איז פשוט, אויב איך זאג איינעם, 'זאלסט וויסן אז דאס וואס דו טראכסט איז שטותים', וועט יענער פשוט אוועקשטופן דעם געדאנק צירוק פון ווי עס איז געקומען, און וועלן ווי ווייניגער טראכטן דערפון, היות די אינפארמאציע איז נישט ריכטיג. ווען דאס פאסירט האבן מיר פארלוירען די געלעגענהייט אז די נייע אינפארמאציע זאל 'אויסמעקן' די אלטע און ביידע בלייבן ווייטער לעבעדיג אין די לאנג טערם מעמערי. מארגען ווען ער וועט קומען צו די ארבעט און זיך נעמען פלייסיג ארבעטן, וועט ער ווייטער 'אויך' האבן אין קאפ, אז 'מעגליך' אז ער גייט פאלן, און 'אויך' אז ס'איז שטותים, און די סטראגעל קען ווייטער אנגיין. קען אפשר זיין אז סוועט זיין אביסל מילדער, אבער פארט א סטראגעל.

היינט וויל מען אז איך זאל בלייבן גרויס!

וואס איך האב געוואלט דא זאל געשען איז, אז הרשל אליינס זאל וויסן זייער קלאר אלטס א אמת'ע פאקט, אז היינט איז נישטא וואס מורא צו האבן, און עס זאל זיין פונקט אזוי אמת ווי ער ווייסט אז מקען יא פאלן. ווייל נאר ווען ער וועט דאס וויסן פאר א קלארע פאקט, וועלן זיך די ניוראנס עפענען און קראכן אויף אייביג. דאס וועט מאכן אז עס זאלן זיך געפונן צוויי פארקערטע כוחות אויף איינמאל. דאס וועט מאכן אז עס זאל ווערן פון עפל און מאראנץ, א עפראנץ, און דאס וועט ווייזן פאר די ניוראנס אז ס'שוין 'נייע צייטן', און מקען נאכלאזן די אלטע פאקטן.
עס איז דא אסאך וועגן וויאזוי מקען דאס מאכן. וואס איך האב געטון איז, איך האב אראפגעשריבן שווארץ אויף ווייס אויף א צעטל דאס וואס הרשל ווייסט שוין יארן לאנג. עס איז געשטאנען דארט בזה הלשון:

'איך וויל זייער שטארק ארבעטן פלייסיג און מאכן געלט, אבער איך ווייס אז אויב גיי איך ארבעטן פלייסיג גיי איך ווערן גרויס, און נאכדעם גיי איך פאלן, פונקט אזוי ווי איך בין געפאלן ביי די קינדער אין חדר. ממילא גיי איך זיצן אין אפיס און גארנישט טון'.

איך האב איהם געהייסן ליינען דעם צעטל יעדע מאל ער האט זיך אראפגעזעצט ביי זיין טיש אין אפיס. ער האט נישט וואס צו מאכן א טעלעפאן קאל, פאר ער ליינט נישט דעם צעטל. אסאך וועלן זיך ווינדערן, רבש"ע! דו לייגסט דאך איהם נאך מער אריין אין זיין פעקל? אבער דער אמת איז נישטא אזוי. מה נפשך, אויב איז דאס טאקע אמת, איז עס אמת, ער בלייבט פונקט ווי אמאל. אויב איז עס נישט אמת, גייט ער צווינגען זיין מוח בוחר צו זיין אין די אמת'ע אמת.

און דאס האט טאקע פאסירט.

צוויי טעג שפעטער, רופט מיר הערשל אן, אז מען דארף דערווייל נישט ממשיך זיין מיט אונזער ארבעט ווייל די גאנצע זאך מאכט עפעס נישט קיין סענס.'וואס האט קינדער מיט היינט?' פרעגט ער מיר מיט אזא שפאס. 'ביי נארישע קינדער קען דאס געשעהן, נישט ביי ערוואקסענע. ס'מאכט דאך בכלל נישט קיין סענס!' רעדענדיג דעם שפראך, האב אייך גלייך געזעהן אז עס ארבעט, די פאקט האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם. ער האט נאכדעם אויסגעפירט, 'נישט נאר אז מען גייט מיר נישט אראפווארפן אויב ווער איך גרויס, מען 'וויל' אז איך זאל זיין גרויס ווייל דאס וועט דאך הייבן דעם קאמפאני, דאס איז די גאנצע ציל'. הערשל האט איינגעזעהן, אז אפילו מען איז גרויס, פאלט מען 'נישט', נישט נאר דאס, מוויל איהם אויפהייבן די מערסטע וואס איז שייך.

צוויי אמת'ע פאקטן, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איינמאל – אין איין קלארע אנערקענונג. איין פאקט איז אמת, אז אויב מען איז גרויס פאלט מען, א גאר צווייטער פאקט ווייסט פונקט פארקערט, אז מענטשן האבן ליב ווען ער איז גרויס און מען גייט איהם קלאר נישט אראפווארפן. נו וועלכע איז אמת? א מענטש וועט נאטירלעך לעבן מיט דעם 'ריכטיגען' אמת.

בשעת'ן זיצן מיטן צעטל פאר צוויי טעג, האט זיך ארויסגעשטעלט קלאר פאר הערשל'ן אז ער לעבט אין א פאטאלע טעות – עפעס מאכט נישט קיין סענס. די צוויי קערעלעך האבן געטראפען די פלאץ ווי זיי קענען נישט עקזעסטירן צוזאמען. הרשל האט יעצט געקענט אנהויבן א נייעם לעבן פריי פון זיינע אלטע פחדים, אנשטאטס א לעבן פון צירוקגעצויגענקייט, קען ער יעצט לעבן מיט א דערלייכטערונג.

א יאר שפעטער איז הערשל צירוקגעקומען זאגענדיג, אז ער איז שוין און גאר הויכען ראנג כאילו עס קיינמאל גארנישט געשעהן, און ער קען נאך אלטס נישט פארשטיין וויאוזי ער האט זיך באנארישט מיט דעם אלטן 'שטות'. יעצט האט הערשל געפילט אז ער קען טון מער פון דעם, אבער ער האט געשפירט אן אנדערע בלאקעדזש, אבער דער אלטן בלאקעדזש פון נישט מעגן זיין 'גרויס', איז טאטאל ארויס פון זיין סיסטעם.

דאס איז די רעיון פון מעמערי ריקאנסאלידעישען.

די דריי שטאפלען

איז יעצט לאמיר מסכם זיין אין קורצן די דריי שטאפלען וואס דארף פאסירן אז די מעמערי ריקאנסאלעדעישען פראצעדור זאל קענען פאסירן.

1. מען דארף צירוק ארויפברענגען דעם אינערליכען 'פונקטליכען' פאקט / געפיל וואס פראדעצירט דעם יעצטיגען פחד. א געוויסע געפיל וואס 'ערווארט' אז עפעס זייער ספעציפיש שרעקליך גייט פאסירן ווען דער און דער מצב פאסירט.
2. מען דארף זעהן שווארץ אויף ווייס, אז דאס וואס מען ערווארט זאל געשען, איז קלאר נישט אמת – עס גייט נישט פאסירן. א פאקט פונקט אזוי לעבעדיג אמת ווי דער אלטע פאקט.
3. אפאר מאל איבערגיין דאס וואס מען האט יעצט געזעהן, צו גוט איינחזרען דאס וואס מען האט פלוצלינג אנערקענט.
לאמיר צונעמען די דריי שטאפלען.
די ערשטע זאך וואס מען דארף האבן כדי צו מיטלעבן דעם אינערליכען מיטלעבעניש, מוז מען וויסן פונקטליך דער געפיל וואס האלט אן דעם פראבלעם. די געפיל וואס ווייסט וואס אומבאקוועם און שרעקליך קען פאסירן.
וואס מיינט פונקטליך?

פונקטליך, מיינט פונקטליך. לאמיר נעמען א דוגמא פון אונזער הערשל. אויבען אויף האט שמעון א פראבלעם פון 'עצלות' – פוילקייט. מיט די צייט זעהט אויס אז דער פראבלעם איז נידריגע זעלבסט ווירדע. אבער דאס איז נאך אלץ נישט דער פונקטליכער פראבלעם. דער פונקטליכער פראבלעם איז, 'איך ערווארט אז די מינוט וואס איך ווער גרויס, גיי איך נאכדעם ערגעץ ווי טראסקענען!' זיינע ניוראנס האבן אין זיך צאמגעשטעלט די צוויי פאקטן, א', מווערד גרויס, ב', מגייט פאלן – דאס איז קלאר וואס גייט פאסירן.

איינמאל מווייסט וועלעכע פאקט שפילט דא די ראלע און פראדעצירט דעם ערשטען פראבלעם (און אונזער פאל די עצלות), קען מען גיין צום צווייטן שטאפעל – טרעפן א דיירעקטע 'סתירה' וואס זאל אפפרעגען דאס וואס מען ערווארט זאל פאסירן. אין דעם פאל, האט הערשל קלאר מיטגעלעבט א פארקערטע פאקט – יעדער וויל באמת איך זאל שטייגען און גיין העכער און העכער, קיינער וויל מיך נישט זעהן אונטען! אפשר אפאר נארישע קינדער האבן מיר געוואלט זעהן אונטען, אבער נישט ערוואקסעסע עדאלטס.

איז יעצט יעדע מאל וואס די מציאות פון ווערן גרויס קומט ארויף, אזאך וואס פאסירט יעדע מאל ווען הערשל זעצט זיך אראפ ביי זיין טיש אין אפיס, ווייסט ער אז, ניין, מגייט מיך נישט אראפטראסקענען. מגייט מיך מער און מער הייבן. דאס איז א פאקט שווארץ אויף ווייס. ס'איז נשיטא וואס זיך צו טענה'ן אויף דעם. מיט דעם ווערט אויסגעפירט שטאפעל דריי. יעדע מאל וואס שמעון זיצט ביי זיין טיש, און זעהט קלאר אז איך 'וואקס', ווערט מער און מער איינגעקריצט די פארקערטע מעסעדזש ווי ביז היינט.

די עיקר מטרה פון קאוטשינג און טערעפי איז צו דערייגן, וועלעכע פאקט שפילט דא א ראלע אינעם מענטשענס פראבלעם, און וואס ווייסט 'דער מענטש אליינס' היינט אנדערש פון אמאל. און בשעת דער מענטש וועגט פאר זיך זיינע צוויי אמת'ע וועגן פון לעבן, טוישט זיך פון זיך אליין די ארגינעלע פראבלעם ווי ס'וואלט קיינמאל נישט געווען.

וויאזוי האט זיך אונזער חיים ארויסגעדרייט פון זיין פאניק? אויף דעם אינעם קומענטדיגן שיעור.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

וויאזוי קומט מען אן צום שורש?

אין די פאריגע שיעורים האבן מיר ארויסגעברענגט וואס דאס מיינט צו טרעפן דעם שורש – א פאקט וואס ערווארט אז עפעס אומבאקוועם זאל פאסירן.

עס האט אייביג אין זיך א, 'אויב... דעמאלטס...' נוסח. אויב גיי איך דאס און דאס טון, דעמאלטס קען איך ערווארטן אז דאס און דאס זאל מיר פאסירן.

איינמאל מען האט דעם 'אויב... דעמאלטס...', קען מען אנהויבן זיכען א קלארע פאקט וואס ווייסט אויך אז 'אויב... איז 'נישט' דעמאלטס...' און דער אלטער פאקט גייט זיך לחיים ולשלום.

די שאלה איז נאר, ווי כמה ניקים האבן אנגעפרעגט, וויאזוי קומט מען אן צו דעם 'אויב... דעמאלטס...'? און וויאזוי איז דאס שייך צו טון ביי גאר טיפערע שורש'דיגע איינגעגעסענע פראבלעמען, ווי הרב יצחק האט אנגעפרעגט, און ווי הרב פיינע האט אנגעפרעגט, אז איינער ווייסט קלאר פאר א פאקט אז ער איז נישט ווערד, וויאזוי ווערט דאס אפגעפרעגט?

די תשובה אויף דעם איז, אז דאס איז די ארבעט פון די ערשטע שטאפל פון די מ"ר פראצעדור – וואס איז די פונקטליכע פראבלעם?

ווי מיר האבן געשריבן אינעם פארגען שיעור, דארף מען קודם ארויפברענגען די זייער ספעציפישע פאקט וואס ווייסט וואס דער פראבלעם איז. די עיקר טערעפי גייט אוועק אויף דעם, צו דערגיין וואס איז דער אמת'ע ספעציפעשע פראבלעם וואס דארף בכלל ווערן אפגעפרעגט. אויף דעם קען מען אמאל אוועקגעבן גאנצעטע סעשענס. איינמאל דער פאקט איז ארויס, איז א שאלה פון מינוטן ביז דער סתירה קומט צו גיין.

ס'איז דא כמה מהלכים אין טערעפי וואס טוט אויפדעקן דעם געהיימניס, ווי Internal Family Systems, Focusing, Hakomi, NLP, Gestalt Therapy. אלע די סארט שיטות פראבירן – יעדער אויף זיין וועג, צומאל אומדיירעקט – צו העלפן דעם מענטש זיך צו באמת קענען ארויסברענגען, און בעיקר 'מיטלעבן' די אמת'ע פאקטן וואס דרייען זיך ארום אין די מענטשענס לעבן וואס האלטן איהם איינגעשפארט.

די פאסיגסטע וועג וואס איך האב געטראפען פאר דעם צוועק איז coherence Therapy, וואס איז געווארן דעוועלאפד דורך ברוס עקער, און איז ברייט אויסגעשמועסט אינעם ביך, Depth Oriented Brief Therapy. מיט דעם מהלך, טוט מען צילען דיירעקט אנצוקומען צום פונקט ווי מען טרעפט דעם סתירה (ביי אנדערע מהלכים איז נישט דאס די ציל, נאר עס פאסירט אומדיירעקט). ס'איז נישט מעגליך מסביר צו זיין די גאנצע היקף דערפון, אבער מיר וועלען פראבירן אין קורצ'ן מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט, כדי צו פארשטיין וויאזוי מען קען ענדגילטיג אויפרוימען די פארקרומטע געפילן פון אין זיך.

איינמאל מען פארשטייט וויאזוי מען דערגייט דעם פראבלעם, וועט מען שוין פארשטיין וויאזוי מען קען אזוי אויסהיילן אפילו גאר טיפע קאמפלעצירטע פראבלעמען.

פאר מען פאנגט אן, וועט מען מאכן א הקדמה וואס דאס איז די יסוד אויף וואס די גאנצע מהלך איז געבויט. דער יסוד איז אזוי ווי דער GPS וואס ווייזט דעם וועג אנצוקומען צום שורש.

פראבלעמען זענען coherent – עס לעבט מיט א פונקטליכע פשט

די יסוד איז, א אלע אונזערע שווערע פראבלעמען זענען coherent.

וואס מיינט coherence?

קוהירענס מיינט, אז עס פארט צוזאמען מיט א פשט. Symptom coherence מיינט, אז סימפטומען וואס א מענטש מוטשעט זיך, פארט שטארק מיט א פשט. עס איז נישט אומזינסט. עס איז דא צו פראטעקטען דעם מענטש פון א גאר שווערערע ווייטאג פון וואס דער מענטש האלט אז ער קען נישט סובל זיין.

לאמיר דאס צונעמען אביסל אויף קליין געלט.

ווי מיר האבן שוין געשריבן אין די ערשטע שיעורים, לערנט זיך יעדע קינד אויס זיין אייגענארטיגע וועג וויאזוי מען לעבט. א קינד וועט בוחר צו אננעמען געוויסט פאקטן פאר א פאקט, פשוט ווייל אזוי פילט זיך באקוועמער. מחליט צו זיין אנדערש, וועט זיין מער שרעקעדיגער.

לאמיר נעמען א קליינע דוגמא. און איך וועל געבן אביסל אן עקסטרעימע דוגמא, בכדי צו ווייזן פאר די ליינער וויאזוי עס שפילט זיך אפ ביי מער קאמפלעצירטע פעלער.

בעסער זיין א פערפעקשעניסט, ווי צו בלייבן אינגאנצן פארלוירן

א טאטע איז נערוועז יעדן טאג ווען ער קומט אהיים פון דער ארבעט, און וואס ס'שטייט איהם נאר אין וועג נעמט ער זיך שרייען, אפגעזען אויב ס'איז זיין ווייב, אדער א קינד. יעדער ווייסט, אז ווען טאטי קומט אהיים 'יו גאטע סטעי בעק טו האנדרעד פיט!!!'

וואס לערנט זיך א קינד אויס?

אויבן אויף, לערנט זיך דער קינד אויס, אז מ'דארף פשוט וואטשען נישט צו טרעטען אויף די טאטעס נערווען ווען ער קומט אהיים.

דאס איז אינדרויסן פונעם באוויסטזיין.

אבער וויאזוי נעמט א קינד אויף אזא סארט התנהגות אונטערן באוויסטזיין, טיף אין זיין נפש? וויאזוי פארשטייט ער עס?

איי וועט מען פרעגן, וואס א נפק"מ? זאל דער קינד אפטייטשען וויאוזי ער וויל, אבי ער ווייסט וואס ער האט צוטון? דער תירוץ איז, אז יעדע קינד האט דאך טיפע צרכים, ווי באקומען ליבשאפט פון זיין טאטע, פילן פיזיש און גייסטיש פארזיכערט פון זיין טאטע, וכדו'. אויב א טאטע פירט זיך אזוי אויף, איז א דבר פשוט אז פאר א קינד דאס צו צוקוקען מאכט דאס איהם זייער פארלוירן (געוואנדען אלטס ווי שטארק די כוחות הנפש פונעם קינד איז, אבער אזוי צו אזוי, גייט עס איהם מאכן פארלוירן). א געפיל וואס א קינד קען האבן איז, 'אויב מיין טאטע איז אזוי נערוועז, גיי ווייס וואס ער קען טון נעקסט? אויב איז ער נערוועז יעצט, קען ער אויך זיין נערוועז א אנדערע מאל?, האט ער מיך ליב ווען ער איז נערוועז, אדער גייט ער מיך אפשר ארויסווארפן פונדערהיים ווייל איך מאך איהם צופיל נערוועז? אויב איך האב א פראבלעם, קען איך איהם פרעגן, אדער ער וועט ווערן זייער אויפגערעגט? אזעלכע געפילן זענען א פחד אויפן קיום פונעם קינד, און מאכט איהם זייער פארלוירן. א קינד איז משוכנע און עס איז פאר איהם א פאקט, אז אויב דער מצב גייט אזוי אן, גייט ער נישט קענען לעבן געהעריג (פארשטייט זיך ווי מער סענסעטיוו, אלטס מער איז דער פחד).

די ריכטיגע בליק וואס דער קינד וואלט געדארפט האבן איז, אז אזוי ווי קיינער איז נישט קיין מושלם, האט מיין טאטע אויכעט גרויסע חסרונות, און ער איז א נערוועזע כאראקטער וואס איז אומשטאנד צו טון וואס ס'לאזט זיך איהם בשעת ער איז אנגעצויגען, און איך דארף פשוט שטיין אין א זייט זיך צו האלטן סעיף און באשיצט. און מעגליך אז טיף אונטער זיינע געפילן האט ער מיר שטארק ליב, און ער גייט מיר קיינמאל נישט ארויסווארפן פונדערהיים.

דאס איז אויב איז דא איינער וואס קען דאס מסביר זיין פארן קינד בשעת דער פחד פונעם קינד איז קלאר אפען אויפן טיש. אבער אויב איז קיינער נישטא דאס מסביר צו זיין, גייט דער קינד פון זיך אליין פראבירן צו מסדר זיין זיין וועלט אז עס זאל זיין די מערסטע סעיף וואס קען נאר זיין. אבער וואס קען ער – קליינע נשמה'לע – טון אפצושטעלן זיין טאטעס התנהגות? די ריכטיגע תשובה איז, גארנישט. אבער אויב גארנישט, איז דאך די מצב נישט אין קאנטראל? דער קינד גייט זייער שטארק מורא האבן וואס קען אלטס פאסירן דא, אז ס'איז נישט מעגליך זיך צו שיצן פון זיין נערוועזן טאטען.

כדי זיך צו האלטן רוהיגער און כדי צו קענען האבן א געוויסע 'מאפע' צו וויסן ווען און וויאזוי צו קאנטראלירן דאס לעבן, גייט דער קינד מאכן דא נייע, מער פראקטישע, ווערסיע אויף וואס שפילט זיך אפ ארום דעם טאטענס נערוועזקייט.

די פשוט'סטע 'פשעטיל' וואס דער קינד גייט מאכן אין זיין וועלטעל איז, 'טאטי איז עכט זייער וואויל, עכט איז ער בכלל נישט קיין נערוועזע מענטש. די פראבלעם איז עפעס אנדערש. 'איך' בין נישט גענוג וואויל און בסדר, אויב וויל איך זיכער מאכן נישט צו ווערן ארויסגעווארפן פון שטוב, דארף איך זיכער מאכן צו זיין מער וואויל און מער וואויל, קענען בעסער אין חדר, זיכער מאכן אז מיין רבי זאל האבן ווי מער 'נחת קאלס', און טאטי וועט זיין גליקלעך און צופרידען. מער וועט ער פון קיין נערוועזקייט מער נישט וויסן, און פארשטייט זיך אז איך גיי בלייבן סעיף און פארזיכערט'.

פארשטייט זיך אז די אלע פשעטליך ווערן געטון אונטערן באוויסטזיין פונעם קינד. (אויב וואלט דער קינד געכאפט וואס ער טוט, וואלט ער דאך נישט געגאנגען ווייטער.)


שוין. דרייט זיך יעצט דער קינד ארום נערוועזערהייט זיכער צו מאכן אז ער זאל זיין גענוג וואויל, כדי טאטי זאל זיין גענוג רוהיג. זיין נערוועזקייט איז יעצט, 'וואס נאך דארף איך טון כדי צו זיין בעסער? אפשר דארף איך זיכער מאכן אז פאר טאטי קומט אהיים זאל אלעס זיין מסודר אין שטוב, און דעמאלטס וועל איך זיין גענוג וואויל?' ערלעדיגט, פראבירט דער קינד צו טון כל אשר בידו בכדי צו זיין 'וואויל'.

גייט אריבער אפאר טעג, און אזוי ווי דער טאטע ווייסט דאך נישט וואס דער קינד פילט, בסה"כ לעבט ער דאך נאר אין זיין וועלט, קומט ווייטער אהיים נערוועזערהייט כמתמול שלשום. דער קינד קוקט דאס צו און קען נישט פארשטיין, 'איך בין דאך שוין מער וואויל? וואס איז יעצט? אהה, מוז זיין אז איך בין נישט גענוג וואויל, איז וואס קען איך טון יעצט צו זיין נאך מער וואויל?' עפעס א ענפער וועט ער שוין מוזן אפירקראצן. אפילו יעצט וועט ער נישט האבן קיין קלארע ענפער, איז אבער דער געפיל אז עווענטואל וועט זיין א געוויסע וועג וויאזוי צו ווערן מער וואויל. דערווייל וואקסט זיין ענקזייעטי אויף א הויכען שטאפעל, און פראבירט עס צו בארוהיגען דורך זיין מער בעסער און מער בעסער. די פירות זעהן זיך אן אין חדר ווען דער רבי פאנגט אן צו זעהן ביים קינד, אז ווי פיין ער קען זיינע לימודים, איז ער נאך אלסט זייער נערוועז אויב ער קען עס גענוג 'גוט'. 'זיין התנהגות איז נישט צום פארשטיין', פראבירט דער רבי מסביר זיין פארן טאטען, 'ער קען פיין און ער לעבט עפעס אין אומזינסטע פערפעקשעניזעם, און מדארף זעהן עפעס צו טון, אז די פראבלעם זאל נישט ווערן ערגער'.

יענעם טאג קומט דער טאטע אהיים נאכן ארבעט שוין דאפעלט נערוועז. חוץ וואס ער האט זיינע אייגענע סטרעסעס, קפץ עליו רוגזו של בנו היקר שיחי'. ער דארף יעצט זעהן אז זיין זין זאל איהם נישט קאסטען נאך עפעס. ער רופט צו זיין זין אינגאצען אויפגעברויזט, 'דיין רבי זאגט אז דו ביזט לעצטענס צו נערוועז און מאכסט דיך נאריש אז דו קענסט נישט גוט, זאלסט בעסער אויפהערן ווי שנעלער מיט דיינע משוגעת'ן, פארשטאנען?!'

דאס קינד דרייט זיך אויס אינגאנצען צומישט. 'איך האב געמיינט אז אויב איך וועל זיין מער וואויל וועט טאטי שוין זיין אקעי צו מיר, דערווייל ווערט עס נאר ערגער, וואס טו איך יעצט? איך דארף מיך נאך מער וואטשען...'

פארשטייט זיך אז יעצט איז דאס קינד שוין אינגאנצען פארלוירן. ער האט שוין פרישע 'פראבלעמען', וועלן זיין די 'בעסטע שב'בעסטע' איז שוין געווארן א פראבלעם פאר זיך. אבער ווי גיט מען זיך דא אן עצה, איך דארף דאך זיין נאך בעסער אז טאטי זאל זיך האלטן רוהיג. און ווען צו זיין נאך בעסער ארבעט אויך נישט, קומט דער קינד צו צו א זיכערע החלטה אז עפעס איז שטארק נישט בסדר מיט איהם, און 'גוט' וועט ער אין זיין לעבן שוין מער נישט זיין, און פאלט אריין אין א גרויסע יאוש.

די ענקזייעטי און צובראכענקייט וואקסט. און די שלאפלאזע נעכט וואקסן מיט.

דאס קינד האט שוין פון לאנג פארגעסן וואס זיין מטרה איז דאס געווען און וויאזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.

אויב קען זיך דאס קינד כאפן פון ווי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן, וועט ער זעהן אז ער זיך פשוט געוואלט באהיטן פון צרות און אנדערע מער שרעקעדיגע פחדים וואס זענען נישט אין זיין קאנטראל. ער האט זייער מורא געהאט צו מקבל זיין אז זיין טאטע איז דער וואז איז דער פראבלעם און נישט ער. נישט נאר דאס, וויפל ער וועט נאר פראבירן צו זיין גוט, גייט דאס גארנישט משפיע זיין אויף די מצב רוח פונעם טאטן ווען ער קומט אהיים פון דער ארבעט, ווייל זיין אנגעצויגענקייט האט גארנישט מיטן קינד דיירעקט, און ס'איז גארנישט בידו צו טון עס אפצוהאלטן. ווען ער זאל ווען באקומען סאפארט וויאזוי זיך אומצגיין ווען זיין טאטע איז נערוועז, אן דעם וואס ער זאל עס אפטייטשען אז עס איז עפעס א פראבלעם מיט 'איהם' אליין, דעמאלטס בלייבט ער אקעי וויאזוי עס זאל נאר זיין, אן זיינע אנגעצויגענקייטן צו וועלן זיין נאך בעסער. דאס צו אנערקענען אליינס דארף א קינד אסאך סאפארט, און אויך דאס צו אנערקענען ווען מ'איז שוין 25 דארף מען אויך סאפארט דאס צו קענען עקסעפטען און אנערקענען און עס מיטלעבן.

וואס וועט זיין אויב מ'וועט בארוהיגען דעם קינד, 'קוק נעכטן האסטו פיין געקענט, און אייער-נעכטן האסטו פיין געקענט, דו ביזט דאך פון די בעסטע קינדער?! דו האסט סתם א נארישקייט אז דו טראכטס אז דו קענסט נישט.' עס קען זיין עס וועט עפעס משפיע זיין אויף איהם, אבער צו דאס גייט אוועקנעמען זיין ענקזייעטי אינגאנצען? מוז נישט זיין. דער אמת'ע פראבלעם דא איז דאך, אז ער פראבירט צו קאנטראלירן זיין לעבן מיט עפעס א מממשיות'דיגע פראקטישע וועג, כדי צו קענען קאנטראלירן די מצב אינדערהיים – 'אויב וועל איך זיין בעסער און בעסער, גייט די מצב אינדערהיים אויך ווערן בעסער, ווייל די פראבלעם איז 'מיך', נישט טאטי'. אויב גייט מען איהם איבערווייזן און איבערווייזן אז ער קען יא, און מוועט איהם מאכן פילן ווי א חוזק, וועט ער טאקע אפשר אויפהערן מיט זיין משוגעת, אבער ביז אפאר טעג גייט זיין א אנדערע משוגעת, 'וואס ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט איהם נישט קענען אפפרעגען', און מיט דעם האפען צו קאנטראלירן די מצב אינדערהיים. דאס איז זייער א שכיח'דיגע פראבלעם, אז ווען איין משוגעת גייט אוועק, שפראצט פלוצלינג ארויס א נייע משוגעת וואס טוט איבערנעמען די אלטע, און אויב וועט ער נישט טרעפן א אנדערע וועג, וועט ער אנהאלטן 'זיין' וועג, און אויפווייזן מיט ראיות ברורות אז ער קען טאקע נישט גוט, און ער דארף זיך 'מער' פארבעסערן. דאס איז אלעס פארדעם, ווייל פארן קינד איז וויכטיג אנצוהאלטן זיינע משוגעת'ן ווייל דאס ראטעוועט איהם פון א גאר ערענסטערע דילעמע אויף וואס ער האט נישט קיין קאנטראל. ווען די אמת קומט ארויס, גייען די אלע משוגעת'ן אוועק פון זיך אליין, ווייל די סתירה וואס פאסירט דא, מעקט אויס די גאנצע בנין וואס דער קינד האט זיך פראדעצירט פאר זיך אליין. די סתירה איז, אלעמאל האט ביך געמיינט, אז איך קען נישט זיין סעיף ווען טאטי איז נערוועז, און היינט ווייס איך, אז איך קען זיין סעיף אפילו ווען טאטי איז נערוועז און גארנישט שלעכטס גייט נישט פאסירן'. דאס פרעגט אוטאמאטיש אפ די געפיל וואס ער האט אויף זיך אליינס אז, 'אויב וועל 'איך' זיין בעסער גייט אלעס זיין גוט און סעיף, צו, היינט ווייס איך אז איך בין אקעי וויאזוי איך בין, דער פראבלעם איז אז טאטי האט זיינע אייגענע פראבלעמען ואס איך 'דארף נישט' און איך קען 'נישט' קאנטראלירן.'

די מעשה איז פיקטיוו און אביסל עקסטרעים, אבער קען ליידער זיין אמת אויך.

דאס איז א ביישפיל וויאזוי א 'פראבלעם' וואס א מענטש האט, איז גאר מער 'וויכטיג' עס צו האבן און אנהאלטן, ווי עס אויפצוגעבן. דער מענטש וועט ענדערש אנהאלטן א פראבלעם פון פערפעקשעניזם, אפילו ווען ער זעהט ווי ער וועט קריטיקרט פאר דעם, און מאכט איהם שטארק אנגעצויגען פאר גארנישט און פאר נישט, ווייל אן דעם פילט ער זיך זייער פארלוירן.

די וויכטיגקייט פון פיזישע געפילן

כדי דאס אביסל מער צו פארשטיין, וועל איך נעמען א משל פון די מטרה פון אלגעמיינע געפילן.

לאמיר נעמן א ביישפיל פון פיזישע הרגשים. אויב איך נעם א מעסער און איך וויל שניידן מיין פינגער, וועט מיר דאס זייער שטארק וויי טון, און היות עס טוט וויי, וועל איך מיך צירוק האלטן פון שניידן. אונז לערנען אויס פאר אונזערע קינדער פון קליינ ווייז אן נישט זיך צו שפילן מיט פייער ווייל עס איז א סכנה, אבער ווען 'דערהערט' דאס קינד אז ס'איז טאקע א סכנה, ווען ער בריט זיך אפ אפילו פאר א רגע, און סגעט איהם א ציפ, דעמאלטס כאפט ער זיך, אוטש! ס'טוט וויי! אזא זאך טוט מען נישט! ער פילט עס אין די ביינער. מער וועט ער דאס נישט טון.

וועט איינער פרעגן, פארוואס פעלט אויס אז ס'זאל וויי טון? איז נישט גענוג אז מ'ווייסט אז מלייגט נישט אריין די פינגער אין פייער? די תירוץ איז, ווייל אויב ס'טוט נישט וויי, נעמט מען עס נישט אן אזוי ערענסט, און 'בטעות' וועט מען אפשר לאזן די פינגער אין פייער ביז עס איז שוין צו שפעט, און אויב גוט מען נישט גענוג אכטונג קען עס מיט די צייט אויך קאסטען דאס לעבן ל"ע. צו פילן ווייטאג איז טאקע זייער אומבאקוועם, אבער דער 'אומגעווינטשענע' געפיל פונעם ווייטאג, ראטעוועט אונז פון פון נאך א גרעסערע אומגעווינטשענע געשעעניש – די פינגער, און אויך דאס לעבן.

די וויכטיגקיט פון נפשיות'דיגע געפילן – ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'

אונזערע נפשיות'דיגע געפילן ארבעטן פונקט אזוי. אויב איך גיי מיך פלוצלינג דערזעהן שטיין פאר א לייב, גייט מיר אנכאפן א געפערליכע ציטער. די ציטער זאגט מיר אזוי: לויף אוועק פון דא, די לייב וואס שטייט דארט, קען דיר צופליקען! גיי פון דא!! צו פילן פחד איז זייער נישט א באקוועמע געפיל, אבער אן פחד וואלט געווען נאך ערגער, וויייל א מענטש וואלט זיך נישט געכאפט גלייך אז ער מוז לויפן פון דא, ממילא איז וויכטיג צו פילן דעם אומבאקוועמען געפיל פון פחד, כדי דאס זאל אונז ראטעווען פון א מער אומבאקוועמערע מצב.

עס גייט נאך ווייטער. וואס געשעט אויב דער מענטש דערזעהט זיך אין א טרעפ, און ער קען נישט אנטלויפען? דער לייב קומט נענטער, וואס טוט מען דא? שכל'דיג וואלט מען געקענט זאגן, שוין ס'איז דערנאך, ס'איז נישטא וואס צו טון, זיי משלים מיטן מצב. אויב טראכט מען אזוי, קען מען זיך אוועקשטעלן מיט ישוב הדעת, און האפן צום אויבערשטען אויפן בעסטן, אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם, אל יתייאש מן הרחמים. אבער ביי סתם מענטשן גייט נישט זיין אזוי, צו טראכטן פונעם סוף איז זייער אומאנגענעם (וואס איז אזוי אומאנגענעם, קען מען אריין גיין נאך טיפער פון וואס מהאט זיך מורא צו טרעפן מיט). איך דעם פאל וועט דער מוח פונעם מענטש נעמען א פרישע סטראטעיגיע - צו ווערן אינגאנצן פאראלאזירט. אזוי ווי ווען א לייב פארציקט א אנדערע חיה, ווערט דער חיה פאראלאזירט, ווייל דאס היט אפ די קרבן אין א געוויסע וועג. איינס, עס גיט א געפיל פארן לייב אז דער קרבן איז שוין טויט, און אולי וועט דער לייב שוין אויפהערן מיט זיין רציחה. צוויי, אפילו ווען דער לייב פארציקט ווייטער, מאכט דאס די צער פונעם קרבן אביסל ווייניגער, היות מען פילט נישט וואס גייט פאר. זיין פארלאזירט איז באקוועם? ניין. עס נעמט אוועק די גאנצע ישוב הדעת, אבער פארט ראטעוועט עס אויף דערוויל פון גאר ערגערע געפילן.

די פחד פארן לייב, פארשטייט יעדער איינער אז דאס מוז זיין כדי אונז צו ראטעווען פון א גרעסערע געפאר, אבער אונז טוען פאר זיך אליין פראדעצירן נייע געדאנקען און געפילן, אונז צו ראטעווען פון אנדערע שווערערע געפילן אדער מצבים וואס אונז באגעגענען זיך אן און אונזער לעבן. אויב דאס העלפט אדער נישט איז א צוייטע שאלה, אבער אונז מיינען אז דאס העלפט, און דאס ווערט א חלק פון אונזער לעבן. דאס ווערט א נייע 'אמת'. פארן אויבערדערמאנטן קינד, איז געווארן א נייע 'אמת'ע פאקט' אז ער איז נישט בסדר און ער מוז זיין נאך בעסער, ווייל אן דעם געפיל, איז אין זיין וועלטעל, זיין גאנצע לעבן ארויס פון קאנטראל, און דאס איז סאך מער שרעקעדיג.

פון דעם קען מען פארשטיין, אז יעדער איינער וואס דערזעהט זיך מיט ענקזייעטי אדער דעפרעסיע, אדער סייוואספארא 'בלאק' ער טרעפט אין זיין לעבן, און וויפעל ער פראבירט נאר פטור צו ווערן דערפון גייט עס איהם נישט, איז א ראיה, אז ווי שטארק ער וויל פטור ווערן פונעם פראבלעם, וויל ער – פון א אנדערע פלאץ אין זיין נפש – עס דיירעקט יא אנהאלטן פאר זייער א וויכטיגע סיבה. ווען דער וויכטיגע סיבה קומט ארויס, קען ער זעהן די צוויי וועגן פון לעבן פאר זיינע אויגן, און שוקל זיין מיט ישוב הדעת וואס לוינט זיך ענדישער, און וואס איז טאקע מער וויכטיג. ווען מען האלט דארט און מען איז שוקל מיט ישוב הדעת וואס איז וויכטיגער, פאסירט אינזער 'סתירה' און די אלטע ניוראנס מעקן זיך אויס, און מען קען רוהיגערהייט ווייטער לעבן מיטן נייעם וועג וואס מען האט יעצט געטרארפן.

(עס איז וויכטיג אנצומערקען, אז די נושא ווערט שטארק ארומגערעד אין ספה"ק בנוגע די נושא פון שבירת הכלים. ס'איז נישט די פלאץ ארייצוגיין אין דעם באריכות, אבער די נקודה איז, אז אלע מידות זענען די שורש פון גאוה – אנא אמלוך. וואס דאס מיינט, 'איך וויל מיך צופרידען שטעלן, און אלעס וועט מיר דינען, אפילו דאס מאכט אנדערע פראבלעמען'. דאס איז די עבודה פון ביטול היש, אויפצוגעבן אויף די אייגענע מטרות, און זיך מכניע זיין פאר די אומבאקוועמע זאכן וואס פאסט אונז נישט, און וואס פילט זיך נישט באקועם פאר אונז. און ווען מען הערט אויף אלעס 'אריינצונעמען אין זיך', און מען איז מקבל אלעס ווי אזוי עס איז, קומט דער מענטש צו צו אינערליכע רוהיגקייט. צום סוף דארף זיך יעדע מענטש מכניע זיין צום רצון ה' צו ס'איז באקוועם אדער נישט, און ווען דאס פאסירט קען מען אויפגעבן אנדערע התנהגיות וואס מען האט אנגעהאלטן בכדי צו פילן אז 'איך' פיר מיין לעבן און 'איך' פיר די וועלט. אבער דאס איז שוין א נושא פאר זיך. והמבין יבין.)

לסיכום:

ווען איינער קומט מיט א פראבלעם וואס ער וויל שטארק פטור ווערן און ס'גייט איהם נישט, שטעלט זיך די ערשטע שאלה:

וואספארא אומבאקוועמע זאך גייט געשען אויב דער יעצטיגער פראבלעם איז נישטא?
וואס איז וויכטיג אז דער יעצטיגער פראבלעם זאל בלייבן און נישט אוועקגיין?
וועלעכע מטרה האלט דער מענטש אן, מיט דעם וואס ער האלט אן דעם פראבלעם?

אויב גייט מען נאך דעם פראבלעם מיט די שאלות אין קאפ, וועט מען אי"ה אנקומען צום שורש פונעם פראבלעם, און עווענטואל, וויאזוי דער פראבלעם איז מער נישט וויכטיג ס'זאל בלייבן.

אינעם נעקסטן שיעור, וועט מען אי"ה ארויסברענגען די פארשידענע סארט 'וויכטיגע' סיבות וואס איז דא אנצוהאלטן ענקזייעטי און דעפרעסיע, און אביסל ווייזן וויאזוי ווען מען גייט מיט אזא מהלך קען מען אי"ה צוקומען צום פונקט ווי דער מענטש קען זעהן מיט די אויגען די 'אמת'ע אמת' און מאכן א סתירה דערמיט.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ז' – פארוואס וויל איך בלייבן מיט מיין ענקזייעטי/פאניק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

פיר סיבות אנצוהאלטן ענקזייעטי וכדו'

אינעם פאריגען שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט א יעדע פראבלעם און סימפטאם וואס א מענטש טרעפט זיך אין דעם, האט א טיפע וויכטיגע משמעות פארן מענטש. ווי שטארק ער וויל פטור ווערן פון דעם, וויל ער – פון א אנדערע חלק אין זיין נפש – עס דווקא אנהאלטן פאר א גאר וויכטיגע סיבה. ווען די סיבה קומט ארויס, קען דער מענטש האבן קלאר פאר זיך זיינע צוויי ברירות, און שוקל זיין מיט ישוב הדעת, וועלעכע פון די צוויי וועגן זענען אמת, וואס דאס וועט עווענטואל צוברענגען דערצו אז דער אלטע וועג פון לעבן זאל מער נישט זיין וויכטיג, און דער פראבלעם ווערט נעלם.

אין דעם שיעור וועלן מיר אביסל ארומרעדן פארשידענע סיבות פארוואס עס זאל זיין וויכטיג אנצוהאלטן ענקזייעטי, פאניק, דעפרעסיע וכדו'. און אין דעם קומענדיגען שיעור האפן מיר אביסל ארומצורעדן פארוואס עס זאל זיין וויכטיג אנצוהאלן נודריגע זעלבסט ווירדע.

עס זענען דא דריי הויפט סיבות אנצוהאלטן ענקזייעטי און דעפרעסיע (פאר ענקזיעטי איז דא אויך א פערדע סיבה).

סיבה א'.
עס טוט אויספירן א דיירעקטע מטרה וואס דער מענטש האלט אן אין לעבן. דאס הייסט, דער מענטש האלט אן א שטארקע וויכטיגע מטרה וואס גייט איהם אין לעבן, און יעצט איז נישט מעגליך דאס אויסצופירן נאר דורך ענקזייעטי און דעפרעסיע. א דוגמא פאר דעם וועט מען אי"ה זעהן אין די מעשה מיט אונזער אלטע חיים מיט זיינע פאניק אטאקעס, וואס מיר וועלן אי"ה צרירוק ארויפברענגען ווייטער אינעם שיעור.

סיבה ב'.
עס פירט נישט אויס קיין דיירעקטע מטרה, אבער עס איז א תוצאה פון א דיירעקטע מטרה וואס מאכט כמעט אוממעגליך אויצומיידען די ענקזייעטי. א דוגמא פאר דעם פון די פיקטיווע מעשה וואס מיר האבן געברענגט אינעם לעצטן שיעור מיטן קינד וואס האט באקומען א גרויסע שטופ צו זיין פערפעקט, און ווען ער האט געזען אז ער איז נישט מצליח האט ער געהאט שלאפלאזע נעכט און אנגעצויגענקייטן. די ענקזייעטי פאר זיך האט נישט קיין מטרה, אבער עס איז נישט מעגליך אויסצומיידען ענקזייעטי ווען ער האט א מטרה צו זיין הונדרעט פראצענט פערפעקט, וואס דער מטרה קומט איהם זייער שווער אויסצופירן אויף הונדרעט פראצענט. די ענקזייעטי איז די שרעק וואס גייט פאסירט אויב די מטרה ווערט נישט אויסגעפירט.

סיבה ג'.
ענקזייעטי און דעפרעסיע וואס האט באמת א ריכטיגע פלאץ פאר זיך, אבער ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין מעגליכקייט עס מסדר צו זיין און עס ארויסברענגען (צו ווייל מען האט איהם כסדר קריטיקירט פאר דעם און איהם אונטערדריקט וכדו'), האט זיך עס יעצט צופיפען און עס וויל פשוט ארויסקומען.

סיבה ד' (ביי ענקזייעטי).
אסאך מאל זענען די פחדים א flashback פון א טראומע. דאס הייסט, בעצם איז נישטא היינט פארן עצם פחד א געהעריגע סיבה, אבער עס 'פילט' זיך אמת'דיג היות עס קומט פון א געוויסע שווערע שרעקעדיגע דורכגאנג אין לעבן וואס האט איהם איבערגעלאזט מיט שווערע צומישטע געפילן, און ס'פילט זיך נאך היינט 'כאילו' ער לעבט דארט אינעם שרעק, אפילו דער שרעק איז שוין לאנג אריבער.

עס איז דא אמאל, וואס עס זענען פארהאן כמה סיבות צוזאמען, און דעמאלט ווערט דער ארבעט סאך מער קאמפלעצירט.

וויאזוי טרעפט מען דעם וויכטיגען סיבה? / געפיל שפראך

איז יעצט צום פונטעל, וויאוזי טרעפט צו דעם 'וויכטיגען זאך'?

די ערשטע זאך וואס מען דארף פארשטיין, אז אזא מין ארבעט קען נישט געטון ווערן מיט סתם שכל. אז איך וועל פרעגן איינעם, 'זאג נאר, וואס גייט פאסירן אז דו וועסט נישט זיין אזוי אנגעצויגען? הא?' פארשטייט זיך אז יענער וועט מיר אנקוקען אראפ פון די לבנה, 'וואס הייסט? ס'גייט זיינאמאחאיע?!' און אויב וועל איך נישט נאכלאזען און פרעגן, 'יא, אבער וואס גייט זיין נישט גוט?' פארשטייט זיך גייען זיך זיינע אויגען ברעמען נאך מער אויפהייבן, 'וואס? נישט גוט, כפארשטיי נישט וואס דו פרעגסט?' אזא שאלה האט נישט קיין שום לאגיק פארן שכל, און קיין תירוץ אויף דעם גייט נישט זיין. שכל פארשטייט איין זאך, יעצט איז נישט באקוועם, און יעצט גייט געשען איין זאך אויב איך גיי פטור ווערן פון מיינע פראבלעמען – אלעס גייט זיין גוט.

די סיבה פארוואס דאס האט נישט קיין שכל'דיגע תירוץ, איז ווייל שכל'דיג מאכט עס טאקע נישט קיין סענס. אבער אונזערע געפילן האבן אנדערע הלכות. געפילן האבן א אייגענע לאגיק פאר זיך, און אויך א אייגענע שפראך פאר זיך.

צו באקומען א מושג וויאזוי עס שפירט זיך ווען מען רעד געפיל שפראך, קען יעדער אויספראבירן פאר זיך א פשוטע עקספערימענט.

דערמאן דיר א צייט ווען דו ביזט געווען היבש אויפגערעגט אויף איינעם. זאג פאר דיר אליינס, 'אוי בין איך געווען אויפגערעגט אויף יענעם! דעמאלטס האט מיר יענער זייער וויי געטון ווער ער האט דאס און דאס געטון'.

יעצט פראביר עפעס אנדערש. רעד מער פון 'דיר' פערזענליך פון וואס 'דו' פילסט. לדוגמא, 'יענקי, איך בין זייער אויפגערעגט אויף דיר, און אפשר נאך סאך מער ווי פלעין אויפגערעגט – איך בין טויט אויפגערעגט אויף דיר! האסט מיר אזוי וויי געטון ווען דו האסט דאס און דאס געטון'. זייער מעגליך אז עס וועט ארופיקומען די בילד פון דער וואס האט דיר אויפגערעגט, אדער קענסטו דיירעקט ארויפברענגען א בילד פון יענעם און איהם עס זאגען אין פנים אריין.

באמערק די חילוק פון וויאזוי ס'פילט זיך ווען דו רעדסט ווי די ערשטע וועג, ווי פון די צווייטע וועג. אין די ערשטע וועג קען מען נאך פילן ווי אן עדאלט וואס רעד פון א אומבאקוועמע מצב, אבער אין די צווייטע וועג רעד מען ווי א קינד, און די געפילן פילן זיך אסאך טיפער אין די ביינער. מ'רעד וואס 'איך' פיל, נישט וואס 'מ'-פילט.

דער צווייטער וועג איז די געפיל שפראך, וואס פילט 'היינט' די צער כמעט די זעלבע וויאזוי ער האט עס געפילט פאר צען יאר צירוק, ווייל געפיל ווייזט נישט די חילוק פון קיין צייט. נעכטן איז היינט, און היינט איז נעכטען. וואס האט פאסירט פאר צען יאר צירוק, 'מיינט' ער אז עס פאסירט נאך 'יעצט'. משא"כ דער ערשטער וועג איז מער שכל, וואס ווייסט א חילוק פון צייט, און ער פארשטייט אז אמאל איז אמאל און היינט איז היינט, און ער ווערט נישט אזוי שטארק איבערגענומען פון אמאליגע איבערלעבענישן.

ווען איינער דערזעהט זיך אין א פראבלעם, מיינט דאס אז ער 'לעבט' מיט און ער איידענטעפעצירט זיך מיט די געפילן וועלט, און דערפאר שפירט זיך די פאניק און די ענזייעטי אזוי שטארק, ווייל די געפילן שפילן עפעס אפ וואס פילט זיך פאר די געפילן פאר זייער וויכטיג, אן דעם וואס די שכל זאל האבן דא א ווארט בכלל. ווען די געפיל זאגט ארויס וואס ער וויל, קען נאכדעם די שכל איבערנעמען און שוקל זיין אויב די געפיל האט וואס מורא צו האבן אדער נישט. אבער כדאי צו פארשטיין די געפיל, מוז מען זיך קודם אריין לייגען אין זיין וועלט, און טראכטן די לאגיק וואס ער טראכט.

וואס איז דער פראבלעם / סימפטאם?

איינמאל מען פארשטייט אז מען דארף רעדן צום געפיהל, קען מען גיין ווייטער און צוטרעפן צום עצם מציאות פונעם פראבלעם – צו וויסן וואס איז דער פונקטליכער פראבלעם מיט וואס מ'הייבט דא אן. און כדי דאס צו פארשטיין, דארף מען וויסן פונקטליך וועלכע מחשבות, געפילן, און בעיקר מעשים, פראדעצירן דעם סימפטאם.

לדוגמא, איינער וואס קומט מיט אן ענקזייעטי פראבלעם, ברויך מען קודם וויסן פונקטליך ווי דאס פאסירט? אין וועלכע פלעצער? מיט וועלכע מענטשן? וואס זענען די געפילן דעמאלטס? וועלעכע מחשבות לויפן דורכ'ן קאפ? איינמאל מען האט דאס ארויס, קען מען זיך נעמען זעהן וואס גייט זיין אומבאקוועם אן דעם.

די עצם זאך צו וויסן די אנדערע חלק וואס ווייסט אז ס'איז וויכטיג אהצוהאלטן דעם ענקזייעטי, איז בדרך כלל אונטער די נאז, און מ'קען דאס זייער גרינג טרעפן. עס איז נישט עפעס וואס מ'דארף זיכען עפעס פון אונטער דער ערד, און ס'איז גאנץ אפען. אבער וואס דער פראבלעם איז אין אנפאנג, דאס קען שוין זיין א שטיקל עבודה צו דערטאפען וואס דאס איז פונקטליך, און דאס קען אמאל נעמען אביסל צייט.

צירוק צו חיים'ס פאניק אטאקעס – 'אויב איך לייד פון פאניק, וועט מיר דער באשעפער היטן פון פראבלעמען!'

לאמיר נעמען א ביישפיל פון אונזער אלטע פריינד חיים מיטן פאניק אטאקע. חיים האט זיך געכאפט א האלבע יאר נאכן זיין אין א נייעם זשאב, ווי ער לייד פון פאניק ווען ער דערזעט זיך 'פארמאכט'. דאס האט איהם געמאכט זייער שווער זיך צו האלטן רוהיג אויפן באס צו די ארבעט, אין ביהמ"ד אין א צייט ווען ער האט געוויסט אז ער קען נישט ארויסלויפן. אין די אלע מצבים האט חיים געשפירט ווי ער ווערט זייער דיזי, אלעס דרייט זיך, און עס באנעמט איהם א גרויסע פחד, אז אפשר גיי איך כאפן א הארץ אטאקע אויפן פלאץ?!

ווען חיים איז געקומען צו מיר האט ער מיר פארציילט ווי ער האט יעצט אנגעהויבן ארבעטן, און פערצופאל איז ער זייער צופרידען פון זיין זשאב, און ווי אויך איז זיין בעה"ב זייער צופרידן פון איהם. זיין בעה"ב האט איהם געשטעלט צו זיין זיין 'רעכטע האנט' אין מענעזשען די ביזנעס, בבחינת משנה למלך, און איז כסדר איהם גרייט ארויסצוהעלפן מיט וואס ער דארף נאר, און ווי ער איז גאר שטארק אינטרעסירט איהם ארויפצוארבען אין די ביזנעס. 'אויף אזוי ווייט פארט אלעס אזוי פיין', פירט חיים אויס, 'אז איך קען מיך אפילו נישט פארשטעלן וואס זאל מיר פלוצלינג אנכאפן אזעלכע פאניק אטאקעס ווי קיינמאל בעפאר?'

די ערשטע זאך וואס איך האב געוואלט זעהן איז וואס פונקטליך איז די פראבלעם – וואס דער פאניק איז בכלל במציאות. חיים האט געטראפן נאך פלעצער ווי ער האט נישט געכאפט אז עס פאסירט, ווי למשל ווען ער זעצט זיך מיט זיין פאמיליע. איך האב געטון אביסל ארבעט דארט, און האט זיך עטוואס בארוהיג. די נעקסטע מאל ער איז געקומען, האט ער געוואלט ארבעטן דיירעקט אויף די פאניק וואס פאסירט ווען ער ווערט 'געטרעפט', ווי למשל, ביי נקדישך, וואס דעמאלטס ווייסט ער אז ווען ער ווערט דיזי און די קאפ נעמט זיך איהם שווינדלען קען ער נישט ארויסלויפן.

איך האב געהייסן חיימ'ן זאל זיך דמיונען ווי ער איז דארט אין ביהמ"ד, און איך האב גענומען אויף א רייד פון אנפאנג דאווענען 'מה טובו', ביז שמונה עשרה און נקדישך, און איך האב געהייסן חיים'ן זאל באמערקען ווי ער פאנגט אן צו שוויצן. צו זיין ווינדער, האט ער באמערקט ווי גלייך אנפאנג ביי הודו ווען ער וויל זיך 'נעמען' דאווענען מיט כוונה און פארגעסן פון די וועלט ארום, פונקט דעמאלטס נעמט ער זיך שוויצן און ווערן דיזי, ממש להכעיס. עס איז נאך נישט געפערליך אזוי ווי ביי נקדישך, אבער עס האט די זעלבע ענערזשי – 'איך קען נישט בלייבן דא אין זיך קאנצעטרירען אויף וואס איך דאווען', האט חיים אויסגעפירט, 'איך פלי אוועק'.

דער מיטלעבעניש האט מיר געזאגט אביסל מער איבער חיימ'ס פאניק. 'עפעס אין איהם לאזט איהם נישט דא זיין, אפילו ער וויל זיין דא', האב איך געטראכט צו מיר. אבער אנשטאטס אויסצולערנען חיים'ען וויאזוי צו מענעזשען זיינע מחשבות און זיך שלאגען מיט דעם אנשיקעניש, א שטייגער ווי אין סי.בי.טי., האט איך געוואלט געזען דיירעקט וואספארא באדייט עס האט פאר זיין געפיל וועלט.

כדי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, און בעיקר אז חיים אליין זאל 'זעהן' וואס דא גייט פאר, האב איך געהייסן חיים (וואס איז נאך אלטס אין זיין דמיון דארט אין ביהמ"ד), ער זאל זיך לאזן איבערקומען מיט דעם פאניק און דיזינעס. די מינוט וואס ער האט זיך געלאזט איבערנעמען פון דעם, האט חיים גלייך געשפירט בעסער, און די שטארקע פאניק האט נאכגעלאזט, א שטייגער ווי קינד וואס בעט און מוטשעט אן אויפהער אז זיין טאטע זאל איהם אויסהערן, און ענדליך ווען דער טאטע דרייט זיך אויס און הערט איהם אויס, ווערט דאס קינד בארוהיגט און הערט אויף אזוי פיל צו שרייען. דאס זעלבע האט פאסירט דא אויך, ווי נאר חיים האט זיך געלאזט אויסהערן פון זיין 'קינד' אין זיך, האט ער אויפגעהערט צו שרייען אויף הויכע טענער, ווי צו זאגען, 'ענדליך הערסטו מיך אויס'. דאס גיט מיר אויך א סיגנאל, אז עפעס וויכטיג קומט דא פאר, און אז מ'רירט אן עפעס א פינטל אין חיים'ס געפילן.

כדי צו באקומען א געפיל אויף די איבערלעבעניש וואס חיים האט דא, האב איך איהם געפרעגט, 'וואס טוט דער פאניק פאר דיר יעצט?' (די שאלה האט געדארפט מער אריינברענגען חיים אין די איבערלעבעניש ער זאל קענען זעהן וואס דער באדייט פונעם פאניק איז בכלל, און וואס עס טוט פאר איהם. איך האב דיירעקט געפרעגט די שאלה אויף א וועג אז ער זאל זיך קענען מער מקשר זיין מיט זיינע געפילן, אן דעם וואס די שכל זאל איבערנעמען. שכל'דיג, וואלט איך געפרעגט, 'פארוואס ווערסטו יעצט איבערגענומען פון דיין פאניק?' פארשטייט זיך אז א גראדע ענטפער וועט ער נישט האבן פאר דעם. אנשטאטס דעם האב איך איהם פשוט אריינגעברענגט מער אין די מיטלעבעניש וואס ער האט דא, אן דארפן ענפערן עפעס שכל'דיג, נאר פשוט זעהן די מציאות פאר די אויגען, 'וואס טוט דער פאניק פאר דיר יעצט?' ווי צו פרעגן, וואס פאסירט צו דיר יעצט אנדערש פון וואס דו האסט געוואלט פריער ווען דו האסט געוואלט אנהויבן דאווענען מיט כוונה?)

אן טראכטן צו לאנג, האט חיים באלד געזאגט, 'עס מאכט מיך דיסטרעקטעד פון וואס איך וויל עכט טון, און איך קען שוין נישט דאווענען נארמאל וויאזוי איך וויל ווי א חסידישע יונגערמאן דארף דאווענען. ער וויל שטערן פון וואס איך וויל טון, אז איך זאל מיך בכלל נישט קאנצעטערירן'.

האב איך שוין דעם פראבלעם פון די פאניק. די פראבלעם דא איז, אז די פאניק וויל האלטן חיים דיסטרעקטעד פון וואס ער וויל טון, אפילו בעניני רוחניות. דער פאניק וויל אז וואס חיים טוט, זאל ער טון אויבערפלעכליך אן זיך צו קאנצעטרירן צו שטארק. דערפאר גלייך ביי הודו ווען חיים וויל זיך מער קאנצעטרירען מיט מער כוונה, ווערט דער פאניק צווילדעוועט און לאזט נישט חיים גיין ווייטער.

יעצט דארף מען זעהן, פארוואס איז 'וויכטיג' פאר חיים'ן נישט צו בלייבן קאנצעטרירט. האפענטליך ווען דער סיבה וועט ארויסקומען, וועט חיים פון זיך אליין קענען זעהן פאר די אויגען וואס דארף זיין אנדערש אין זיין לעבן.

איך האב געהייסן חיים'ן זאל פרעגן דעם 'דיסטרעקטער' (ווי חיים האט עס אנגערופען), 'פארוואס טאר איך מיך נישט קאנצעטרירען און דאווענען וויאזוי איך וויל?' פרעג עס איהם אזוי ווי דו פרעגסט עפעס פון א צווייטע מענטש.

עס האט אויסגעזען זייער מאדנע אזוי צו רעדן, אבער אז דער טערפיסט הייסט, האט ער געפאלגט.

'דיסטרעקטער, פארוואס טאר איך מיך נישט קאנצעטרירען אזוי ווי איך וויל?'

יעצט האב איך געהייסן טון עפעס נאך מער מאדנע, 'יעצט נעם דו איבער די פלאץ פון דעם פאניקער / דיסטרעקטער, און ענפער פאר חיים וואס דו האסט צו זאגען אויף דעם. זיי דיך מדמיין כאילו דו שטייסט פאר חיים און דו זאגסט איהם אין פנים אריין פארוואס דו לאזט איהם זיך נישט קאנצעטרירען אויף וואס ער וויל.' (די מטרה פון מאכן די 'מאדנע' שמועס, איז געווען כדי צו קענען אפטיילען די צוויי חלקים אין חיים, און קענען קלאר הערן וואס ביידע זייטען האבן צו פארציילען. מען קען עס מאכן אויף נאך וועגן, אבער אזוי האט מיר געפילט דאס גלאטסטע צו טון אים דעם מצב. נאך א וועג וויאזוי איך וואלט עס געקענט מאכן, וואלט געווען צו הייסן חיים צו פראבירן צו 'טעסטן' דעם דיסטרעקטער און איהם אנפייפן און דווקא יא זיך מצמצם זיין און זיך קאנצעטרירען און זעהן וואס פאסירט, און פארשטייט זיך אז יעצט וועט שוין חיים זעהן אז ער לאזט נישט, און דעמאלטס קען מען טון אזוי, מען זאגט א סענטענס וואס מ'דארף לאזן ענדיגן פון זיך אליינס. למשל, בשעת מען פילט ווי די פאניק קומט צירוק, זאגט מען אזוי, 'אויב איך גיי מיך קאנצעטרירן און טון וואס איך וויל, דעמאלטס...? און מען לאזט ענדיגן דעם סענטענס פון זיך אליין וואס עס קומט ארויס נאטירלעך, אן דעם וואס מ'זאל 'טראכטן' וואס מ'זאל' זאגען. דאס איז א וועג פון רעדן 'געפיל שפראך', שכל'דיג וואלט אזא שמועס און אזא סענטענס בכלל נישט געמאכט קיין סענס, און ווייל חיים האט זיך קאנעקטעד מיט זיינע געפילן, זענען די אמת'ע געפילן טאקע ארויסגעקומען).

חיים האט איבערגענומען די פלאץ פונעם דיסטרעקטער און האט אנגעהויבן זייער שיין צו זאגען וואס זיין מטרה איז. איך געדענק נישט פונקטליך די ווערטער, אבער די תוכן השמועס איז געגעאנגען בערך אזוי, 'ס'איז סאך בעסער פאר דיר אז דו זאלסט האבן איין גרויסע פראבלעם, ווי צו האבן אסאך קליינע, דו האסט נישט קיין אנונג וויפעל פראבלעמען דו קענסט האבן מיט פרנסה, ווייב און קינדער, און דו וועסט עס נישט קענען הענדלען ווי עס באדארף צו זיין, בעסער האב איין גרויסע פראבלעם און דיסטרעקט דיך פון אלע דיינע פראבלעמען, און אזוי אויך וועט דיר די באשעפער שוינען אז דו זאלסט נישט האבן קיין סאך קליינע פראבלעמען מיט פרנסה און משפחה, בעסער לייד אויף דעם, ווי צו ליידען אויף עפעס אנדערש!' (אויב וואלט איך גענוצעט די וועג וואס איך האב פריער דערמאנט, פון ענדיגן א סענטענס, וואלט זיך עס געגענדיגט בערך אזוי, 'אויב איך גיי מיך קאנצעטרירן און טון וואס איך וויל, דעמאלטס... גיי איך האבן פרישע פראבלען און איך גיי עס נישט קענען הענדלען און איך גיי נישט וויסן וואס צו טון, סוי ס'איז בעסער אז איך זאל האבן א ריזיגע פראבלעם און דער באשעפער וועט מיר שוינען פון האבן נאך פראבלעמען')

איך האב מיך אויסגעלערנט פון חיים וואס דא גייט פאר. דער פאניקער איז משום מה משוכנע אז 'פראבלעמען גייען זיין' אין לעבן, ובפרט מיט פרנסה און מיט די קינדער וכדו', א זאך וואס האט אין זיך א שטיקל אמת, אבער זייער שטארק אויפגעבלאזן. אויב פראבלעמען פאר זיך איז נאך א האלבע צרה, בשעת וואס מ'קען עס מסדר זיין אז עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם (איז נישטא אזויפיל ארגענעזאצעיס פאר אלע מיני פראבלעמען?), איז אבער דער פאניקער געווען משוכנע, אז דער חיים האט נישט די כוחות מסדר צו זיין זיינע פראבלעמען, ניטאמאל איז דא וואס צו טון דערמיט – ס'איז פארלוירען. די איינציגסטע זאך וואס ער קען טון, איז זיך צו דיסטרעקטען און מסיח דעת זיין פון די פראבלעמען 'וואס גייען קומען'. די תועלת דערפון איז פון צוויי זייטען, איינס, פשוט מ'איז מסיח דעת און מ'מאכט זיך נישט צו טון פון די פראבלעמען, ווי געזאגט, איך זעה דיך נישט און דו זעה מיך נישט. צווייטענס, דער צער פון נישט קענען טון וואס מ'וויל, גייט שוין זיין אזוי ווי א שטראף וואס גייט שוין זיין אפגעקומען פאר זיינע אנדערע פראבלעמען, אזוי אז די פראבלעמען גייען מער נישט אנקומען, ווייל חיים האט שוין געהאט זיין פעקעל צרות.

אלזא די עיקר מטרה פון די פאניק / דיסטרעקטען איז, 'די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט אויסמיידען די 'קליינע' פראבלעמען פון פרנסה וכדו', איז נאר אויב דו וועסט האבן איין גרויסע פראבלעם – איין גרויסע פאניק און אנטלויפן פון אלע אנדערע פראבלעמען, און גוט ליידען פון דעם אז דער באשעפער וועט דיר פשוט שוינען פון האבן נאך קליינע פראבלעמען'.

די מטרה פון די שטארקע פאניק פון חיים איז ווי דער ערשטער סיבה וואס איך האב געשריבן אנפאנג שיעור פארוואס ענקזייעטי איז וויכטיג. חיים פראבירט צו מסדר זיין אלע קליינע פראבלעמען וואס קומען איהם אונטער אין וועג אין זיין נייעם לעבן (חתונה געהאט, נייע זשאב וכדו'), און די וועג דאס צו טון איז דורך זיך פייניגען מיט עפעס אנדערש, און זיך דיסטרעקטען און אנטלויפן, נישט דורך פעיסען דיירעקט. די וויכטיגקייט אין חיים'ס וועלט צו האבן פאניק, איז כדי זיך צו ראטווען פון אנדערע פראבלעמען וואס ער וועט זיך נישט קענען אן עצה געבן.

ווען חיים האט זיך געכאפט וואס ער רעד דא, האט ער גלייך צירוקגעשפרינגען צו זיין 'זיך', און זיך גענומען צירוקשרייען, 'דו האסט א סטופיד סאלאשען, נישט אזוי סאלווד מען פראבלעמען! דער באשפער פירט די וועלט מיט די פראבלעמען, און דו זיי נישט זיין 'פראבלעם סאלווער'! און איך בין יא גענוג שטארק צו קענען האנדלען פראבלמען ווען זיי קומען אן!'

וואס חיים האט דא געטראפן איז זייער א שכיח'דיגע דילעמע אין וואס מענטשן טרעפן זיך ווען מ'איז פארלוירן. עס איז זייער שכיח פאר מענטשן מורא צו האבן ווען זאכן גייען גוט, אז עפעס שלעכטס גייט פאסירן, און מען פראבירט זיך מחזק צו זיין אז אלעס זאל גיין גוט. מ'פראבירט אויך אנדערע זאכן צו טון, ווי לעשן עין הרע'ס, זוכען סגולות ועוד ועוד. מ'כאפט זיך נישט, אז חוץ פון אלע סגולות טוט מען אליינס נאך עפעס וואס מאכט דער פראבלעם נאך ערגער – מ'ברענגט ארויף אויף זיך פאניק כדי אפצוהאלטן שלעכטס פון קומען (און נאכדעם גייט מען זיכען סגולות פאר די עצם פאניק).

חיים האט דא גענומען אויף אחריות אויף וואס ער טוט, צוום ערשעטן מאל אין זיין לעבן. יעדעס מאל וואס חיים איז געווען אין א מצב פון 'זיך קאנצעטרירן' און זיין 'דא' אין די מציאות, האט דאס געטריגערט די פאניק אז 'אין דער וועלט איז דא פראבלעמען מיט וואס דו ביזט פארלוירען, און דו דארפסט אנטלויפן'. ווען חיים האט געכאפט וויאזוי ער לעבט, האט ער עס געקענט צאמפארן אין זעהן צוזאמען מיט א אנדערע וועג וויאזוי צו האנדלען פראבלעמען, און אז ער דארף נישט זיין דעם באשעפערס פראבלעם סאלווער. ביידע וועגן קענען נישט זיין אמת, און נאר איין וועג קען זיין אמת, און ביידע וועגן ווייסט חיים פון זיך אליין, ער האט זיך נאר נישט געכאפט אז ער האלטן אן א אנדערע וועג. פון זיך אליין האט חיים'ס באוויסטזיין אנגעהויבן צו באקוקען פראבלעמען פון די נאנט. און מיר האבן געארבעט נאך אביסל אויף געוויסע פראקטישע פראבלעמען וואס חיים האט ניטאמאל געקענט כאפן ביז היינט אז עס שטייט איהם אין וועג.

איך האב אראפגעשריבן ביידע וועגן אויף א צעטל, און עס איבערגעגעבן פאר חיים'ען צו ליינען די נעקסטע פאר טעג, כדי צו מחזק צו זיין די סתירה פאר די אויגען, און זעהן אויב עס האלטן אן.

איבריג צו זאגען אז זיין אינטענסיווע פאניק איז מער קיינמאל נישט צירוקגעקומען, און האט געקענט שטיין רוהיג ביי נקדישך און פארן רוהיג אויפן באס. פון היינט און ווייטער האט ער שוין געקענט אנקוקען פראבלעמען מיט מער א מבוגר'דיגע בליק אן אריינפאלן אין דעם אלטן וועג פון לעבן.

איך האפ אז דער דוגמא קען געבן א טיפערע בליק ארום דאס וואס מען האט גערעדט אין די פאריגע פאר שיעורים.

אינעם נעקסטען שיעור האף איך אי"ה אביסל ארום צורעדן פארוואס נידעריגע זעלבסט-ווירדע זאל זיין וויכטיג אנצוהאלטן, און וויאזוי פטור צו ווערן דערפון.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ח' – נידריגע זעלבסט-ווירדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

'מען דארף נעמען אזעלכע קליינע סטעפס, אז ס'זאל זיך ניטאמאל פילן אז מען האט זיך געטוישט'

עת לחשוב האט געשריבן:איך וויל פרעגן נאכאמאל א שאלת תם, איך וויל פשוט קלאר פארשטיין.
איך וויל ארויסהאבן די געדאנק אונטער די מהלך און וויאזוי די אנקאנטשעס מיינד ארבעט.


א גרויסע שכוח פאר אלע וואס זענען אריינגעקומען זיך מתווכח זיין און קלארער אויסשמועסן דעם ענין. איך מיין אז א קליינע חזרה וועט אביסל אויסגראדען דעם ענין.

איך וועל עס מסכם זיין אביסל אין נארמאלע טערמינען בלשון הרגיל בבני אדם, פאר מען קומט צירוק צו די קוהירענס טערעפי שפראך.

דאס איז קלאר אז א מענטש קען זיך נישט טוישן פון איין מינוט אויפן צווייטען. דאס איז כו"ע מודו. אין א געוויסע זין, קען זיך דאס זיך טוישן פילן פאר מענטש נאך ערגער ווי דאס טויט אליינס. איך קען דאס אסאך מאל הערן פון מענטשן, 'אויב טויש איך מיך פיל איך ווי איך גיי שטארבען, ווייל איך ווייס נישט ווי איך גיי אריין'. די סיבה פאר דעם איז, ווייל א מענטש במשך זיין לעבן, הן מצד זיין עצם מהות, ועל כולם מחמת זיין חינוך און זיינע איבערלעבענישן, פארמירט זיך א געוויסע 'פארעם' אויף זיך אליין ווי ער שפירט זיך די מערסעט באקוועם.

דאס ווערט זיין 'וועלט'.

די וועג וויאוזי דער מענטש פארמירט זיין באקוועמען לעבן, ווערט פארמירט אין א געוויסע 'אימעדזש' אויף זיך אליין. ווי מער דער אימעדזש ווערט שטערקער, אלטס מער גייט זיך פון איין זייט דער מענטש פילן באקוועמער אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט, גייט איהם זיין זייער שווער זיך צו טוישן אין גיין 'אינדרויסן' פון דעם אימעדזש. אויב גיין שלאפען ביינאכט אדער אויפשטיין אינדערפרי, איז א סטעפ ארויס פון זיין אימעדזש, דעמאלטס גייט זיך פילן פאר דעם מענטט, אז אויב ער שטייט אויף גייט ער שטארבן! פשוטו כמשמעו. ווייל מיט דעם ווייזט ער זיך אליין אז ער האט נישט קיין 'באקס' אין וואס ער לעבט, און דאס לעבן איז נישט אין קאנטראל.

דאס איז די סיבה פארוואס אין ספרים שטייט זייער שטארק (ידוע מש"כ האוהב ישראל פ' ויקרא בליקוטים), אז מען טאר נישט שפרינגען קיין מדרגות. אויב וויל מען זיך טוישן מוז מען גיין בהדרגה. די סיבה פאר דעם איז, ווייל אויב א מענטש טוישט זיך מער וויפל ס'פילט זיך גענוג זיכער פאר איהם, דעמאלטס קען זיך דער מענטש שטארק דערשרעקן און נישט איבערטראגען די 'פלוצלומדיגער' טויש, און צום סוף אינגאנצן אויפגעבן.

איך האב לעצטענס געהערט א שיעור אויף דעם ענין פון איינע פון די גרעסטע בעלי מחנכים בדורינו, הרב יחיאל יעקבזון שליט"א, ווי ער רעד שטארק ארום ווי שווער ס'איז פאר א מענטש זיך צו טוישן, אפילו ווען ער וויל זיך טוישן. ער ברענגט ארויס סיי די נקודה אז אויב א מענטש האט ערגעץ ווי א געוויסע אימעדזש וואס שטעמפלעט איהם אפ, גייט דער מענטש נישט פילן זיכער זיך צו טוישען (אפילו עס איז א נארישע אימעדזש ווי 'איך בין נישט קאנפעדענט', האט זיך שוין דער מענטש צוגעוואוינט אז איך בין נישט אין די קאטעגאריע פון קאנפעדענט מענטשן, און זיך צו דערזעהן קאנפעדענט, גייט זיך פילן ווי דער טויט אליין, ווייל ער ווייסט דאך נישט וויאזוי מען עסט דאס). צווייטענס, אז מען מאכט א טויש אפילו אין די עצם התנהגות, וואס איז צו גרויס. ער ברענגט שטארק ארויס, אז די סיבה פארוואס מען דארף גיין בהדרגה איז נישט ווייל אזוי איז די סדר בבחינת גזיה"כ, נאר גיין אנדערש איז ממש 'טויט' פארן מענטש, און איז ממש נישט מעגליך.

איך האב זייער הנאה געהאט פון די הגדרה וויאזוי ער לייגט אראפ וויאזוי מען דארף גיין בהדרגה.

'מען דארף נעמען אזעלכע קליינע סטעפס, אז ס'זאל זיך ניטאמאל פילן אז מען האט זיך געטויטש.'

ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו אויף אזא אופן, באקומט ער צוביסלעך א אימעדזש אויף זיך אז איך בין א 'טוישער' – איך בין א מענטש וואס קען זיך גרינגערהייט טוישן, אנשטאטס צו זיין א מענטש 'וואס קען זיך נישט טוישן'. אלע פראבלעמען קומען פון זיך זעהן אלטס א מענטש וואס קען זיך נישט טוישן, ווייל איך בין 'דאס און דאס', און עס 'טייטשט' זיך אויס אויף פארשידענע נעמען, ווי נודריגע זעלבסט ווירדע, ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'.

צום שלוס:

ווען א מענטש זעהט אז ער קען זיך רוהיגערהייט טוישן, איז א סימן אז פאר איהם איז דאס נישט קיין טויט, ווייל עס איז נאך אין זיין 'קאמפארט זאון' און עס שטומט מיט זיין בליק אויף זיך אליין און אויף די וועלט. אבער ווען א מענטשן פילט זיך 'געבלאקט', איז א סימן אז ער האט מורא אז ער גייט שטארבן (נפשיות'דיג) אויב ער גייט זיך טוישן, ממילא וויל ער זיך נישט טוישן. א מענטש מוז טרעפן דער וועג וויאזוי ער קען זיך טוישן און ער זאל נאך אלץ נישט שפירן ווי ער טוישט זיך במציאות.

און אנדערע ווערטער:

די אפטייטש פון א פראבלעם איז, 'אז איך פיל אז איך קען מיך נישט טוישן', אויב וואלט דער מענטש געהאלטן אז ער קען זיך טוישן וואלט ער זיך דאך געטוישט און נישט געבליבן אין זיין פלאנטער. וועלעכע נער וויל דען בלייבן סטאק?

די מטרה פון קוהירענס טערעפי

יעצט צירוק צו אונזער טעמע.

קוהירענס טערעפי איז דיירעקט דעוועלאפט געווארן פאר מצבים וואס א מענטש פילט אז ער וויל זיך טוישן, אבער ער פילט זיך געבלאקט.

דאס איז די יסוד פונעם פראבלעם – איך האלט אז איך קען מיך נישט טוישן. עס איז נישט קיין 'קאגנעטיוו / טראכטן' פראבלעם, עס איז אויך נישט קיין 'התהגות' פראבלעם. דער פראבלעם איז, אז דער נייער טויש וואס דו ווילסט נעמען אויף זיך אליין, שטימטט נישט וויאזוי דו האסט דיך פארמירט דיין לעבן. עס גייט ארויס פון דיין 'באקס' און עס פילט זיך זייער שרעקעדיג.

עת לחשוב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס קען נישט זיין אז דער פראבלעם יעצט איז א דירעקטע תוצאה פון די פאלשע בליק אויף די וועלט, דאס הייסט ווייל ער האט פאלש אפגעלערנט די וועלט במילא קומט ארויס אומגעוואנטשענע תוצאות, איי וועסטו פרעגן פארוואס כאפט ער נישט אז עס איז פאלש, די תירץ איז ווייל די בליק פון א מענטש איז באגראבן עס איז אין די איקאנטשעס עס איז נישט אויבן אויף, און בכלל איז זייער שווער פאר מענטש צו כאפן וואו ער איז ראנג מיט זיין טינקינג, , במילא קומט ארויס די פארפוילטע פירות.
בקיצור איך פארשטיי אז די אנקאנטשעס פארדרייט א קאפ, אבער מהיכי תיתי אז דער אנקאנשטעס איז אזא קרומער פארדרייטער קאפ? איך וואט געזאגט ער איז זייער גראד און די פראבלעם וואס ער האט טיפ באגראבן קומט ארויס, פארוואס דארף מען זאגן אז עס קומט ארויס מיט א קאוועראפ?


די מושג 'קהורענס', איז לאו דווקא מיוחס צום פאקט אז עס איז דא א 'ערגערע' פחד, נאר יעדע פאקט וואס דער מענטש האלטן אן, וואס מאכט אז זיין התנהגות מאכט סענס. דאס איז דער אפטייטש פון 'קוהערינס' – דער פראבלעם 'שטימט' לויט וויאזוי דו לעבסט. סיי עס שטומט מיט פריערדיגע הנחות אויף דיר אליין און אויף די וועלט, וואס לפי זה מאכט נישט מער ווי סענס, אז דו גייסט היינט אזוי לעבן, און סיי אז עס גייט ממילא טריגערן דעם ענדגילטיגען פראבלעם – אויב דו ווילסט דיך טוישן פון דעם אלטן וועג, וועסט שפירן זייער פארלוירן און נישט אין קאנטראל.

צו העלפן דעם סארט 'פראבלעם', דארף מען פארשטיין די 'וועלט' אין וואס דער מענטש לעבט, כדי צו פארשטיין פון וואס ער האט מורא זיך צו טוישן. די מינוט וואס דער פחד קומט ארויס, איז דער מענטש ביכולת צו טון אזא מין טויש וואס פילט זיך ניטאמאל אז ער האט זיך עפעס געטוישט, ווען אין פאקט האט ער געמאכט א קליינע טויש. דאס איז דער 'סתירה' וואס מיר האבן דערמאנט אין ד פאריגע שיעורים – א סטעפ וואס האט זיך אמאל געפילט זייער טראגיש און אומדערהערבאר, פילט זיך היינט פשוט און נארמאל.

אויב איינער האט זיך מורא צו נעמען א שריט אין לעבן, און ער האט מורא צו טון היינט אנדערש ווי נעכטון ווייל 'אויב איך גיי מיך טוישן גיי איך שטארבן און איך גיי נישט וויסן ווי איך גיי אנקומען', א פחד וואס ער האט ביז היינט נישט געקענט אפילו ארויסזאגן מיטן מויל, און ויהי לפלא, ער גייט ארויס אין לעבן, און שפירט קלאר אז, 'העי, קוק איך האב געטון 'פאר א מיסטעיק' עפעס אנדערש ווי נעכטן, און... איך בין נישט געשטארבן! ס'איז גארנישט געשען!'

וואס דא פאסירט איז, אז עס ברייטערט אויס זיין זיכערקייט אין לעבן. עס פילט זיך נישט ווי ער גייט 'ארויס' פון זיין 'זיכערע זאון', ווייל ס'האט דאך למעשה גארנישט פאסירט. ער איז ווייטער געבליבן אין זיין קאנטראל. אזוי קען א מענטש מאכן טריט נאך שריט, און ווערן מער און מער באקוועם מיט זיך און די נייע וועלט ווי ער גייט אריין. מיט דעם איז מען פארזיכערט אז ער גייט זיך נישט טרעפן פלוצלינג אין פרעמדע טערעטארי ווי ער איז נישט זיכער, און זיין סאקסעס ראטע גייט ארויף. אויב פאלט מען צירוק, איז ווייטער א ראיה, אז מען דארף נאך אביסל אויסברייטערן זיין זאנע, כדי זיך נישט צו פילן ווי א פרעמדער אין די נייע סטעפ וואס ער האט זיך דא אונטערגענומען.

אין שיעור ז' האבן מיר אראפגעלייגט בעיקר דריי סיבות וואס די דעוועלפערס פון קוהערענס טערעפי האבן באטראכט אלטס גרויסע פאקטארן וואס מאכט א מענטש מורא האבן זיך צו טוישן, וואס דאס פארשאפט 'פראבלעמען' (פארשטייט זיך אז אונטער אלע דריי איז דער אויבערדערמאנטע פחד – איך גיי אריין אין פרעמדע טערעטאריע).

א', עס טוט דיירעקט אויספירן עפעס וואס מ'וויל זייער שטארק, און אין די יעצטיגע אומשטענדען איז נאר מעגליך דאס אויסצופירן מיטן יעצטיגן פראבלעם (א שטייגער ווי חיימ'ס פאניק אין פאריגען שיעור). ב', עס פירט נישט דיירעקט עפעס אויס, אבער עס איז נישט מעגליך אויסצומיידען דעם פראבלעם כתוצאה פון א געוויסע בליק וואס ער האט אויף זיך אדעד אויף די וועלט (בהמשך וועט מען ווייזען נאך אזא פאל). ג', עס איז א אמת'ע צומישעניש וואס דער מענטש האט קיינמאל נישט געהאט די געלעגענהייט אויסצושמועסן, ממילא איז נישט מער ווי גערעכט, אז אין דעם טערעטאריע וויל נישט דער מענטש אריינגיין.

רוב מאל, זענען אלע דריי סיבות אקטיוו. איין סיבה מאכט אויף דאס צווייטע, ביז אלע חלקי הנפש וואס האבן א דיירעקטע שייכות צו דעם ספעציפישען פראבלעם האבן זיך אויסגעגראד, און דער מענטש פילט זיך רוהיג ממשיך צו זיין אויפן נייעם וועג.

די מושג פון נודריגע זעלבסט-ווירדע

כדי דאס ממחיש צו זיין, וועל איך נוצן א פאל פון ארבעטן מיט נודריגע זעלבסט-ווירדע.

אין אלגעמיין איז נודריגע זעלבסט ווירדע א שם הכולל אויף יעדע זאך וואס א מענטש פילט זיך נישט ביכולת אויסצופירן. ער פראבירט און ער פראבירט, ביז ער איז מחליט אז איך קען נישט, און ער פארלירט די זיכערקייט אין זיך, אמאל זיך צו זעהן פאר א איש מצליח.אין אן אדערע אשכול איז געוען א גאנצע 'עיון' וואס פונקטליך דאס איז, אבער לדברינו, איז פשוט, אז יעדע מצב וואס ברענגט אן אז א מענטש זאל האבן א געוויסע באקס אין לעבן, ווי אויבן דערמאנט, גייט ער זיך שפירן 'פארמאכט', וואס אין די היינטיגע דיקשענערי ווערט דאס אנגערופען 'לאו סעלף קאנפעדינס'.

אין אמת'ן אריין, אז קיין איין מענטש ווערט נישט געבוירן מיט לאו סעלף קאנפעדענס. מדארף קיינעם נישט שטיפן זיך צו נעמען גיין, אדער עסן, עס קומט נאטירלעך (חוץ עלטערן וואס זענען נערוועז, און שיקן די קינדער פאר פיזיקעל טערעפי אויב האט מען מורא אז דער קינד ווייסט נישט פון זיך אליינס ווען ער וויל זיך נעמען גיין). במשך'ן לעבן לערנט זיך דאס קינד אויס פארשידענע 'כללים' אין לעבן, און דאס ווערט זיין 'זיך' און פון דעם רירט ער זיך נישט, ביז דאס לעבן צווינגט איהם אז דאס לעבן איז אביסל אנדערש. ווען מען וועט גוט אריינקוקען, וועט מען קלאר קענען וועלעכע 'באקסעס' און בליקען אויפן לעבן, טרייבן דעם אזוי גערופענעם נודריגע זעלבסט-ווירדע, אזוי ווי מיר וועלן זעהן אין דעם קומענדיגען דוגמא.

איך וועל אביסל פארציילען פון א פאל פון איינעם וואס איז געקומען צו מיר מיט ענקזייעטי און אומזיכערקייטן, און וויאוזי אלע דריי אויבערדערמאנטע סיבות, האבן עווענטואל געשפילט א וויכטיגע ראלע אין זיינע פראבלעמען.

איציקל'ס פחדים און נערוועזקייטן

איציק'ל איז א ניינצן יעריגע בחור, א בא בשנים, און קיין שידוך האט ער נאך נישט געטראפן. אין אמת'ן אריין האט איציק טיף אין זיך געהאפט אז ער זאל א חתן ווערט ווי שפעטער, אולי ואולי וועלן זיינע פראבלעמען שוין אוועקגיין ביז דעמאלטס. ער איז געווען זייער נערוועז א חתן צו ווערן וועגן זיינע אומזיכערקייטן און נערוועזקייטן, נישט וויסענדיג וואס ווארט איהם אפ נאכן חתונה.

ווען ער איז געקומען צו מיר האט ער מיר פארציילט וואספארא פחדן ער איז, און ווי שטארק ער האט מורא צו זיין צווישן מענטשן. זיין פחד לאזט איהם זיך נישט אנרופען אין קופקעס צווישן די בחורים, און אזוי אויך ווען ער האט זיך עפעס אנצורופען מיט עפעס א גוטע פשט אין די גמרא, קען ער ווערן היבש פאראלאזירט. פון די אנדערע זייט, האט איציקל זיך ארויסגעוויזן צו זיין א גאר שטארקע בעל כשרון, אבער זיינע כשרונות זענען געבליבן ביי איהם צוליב זיינע אומזיכערקייטן.

אין די ערשטע פאר סעסיעס איז שטארק ארויסגעקומען א חלק פון איציקל'ס גאר שטארקע פחדים. די ערשטע סיבה פאר זיינע פחדים, האבן געמאכט סענס. ער האט געזעהן אז אויב ער גייט זין אפען גייט מען איהם קריטיקירען און אראפקלאפן, און ער גייט זיך נישט קענען דיפענדען וכו' וכו'. 'בעסער זאל איך נישט ווייזן ווי געריבען איך בין, אז איך זאל נישט ווערן אראפגעקלאפט'.

זיין מצב האט זיך אבער נישט קיין סאך געטוישט, און דאס האט געזאגט, אז מדארף דא זעהן אויף וואספארא פאקטן זיינע פחד פון ווערן אראפגעקלאפט איז געבויעט.

דאס נעקסט מאל, האט ער מיר פארציילט, ווי ער איז געזעצען מיט א בחור פריוואט, און ער האט געוויסט אז ער האט עפעס זייער ספעציעל צו פארקויפן – א נושא וואס ער איז שטארק געריבען אין דעם, און ער איז געווען זיכער אז יענער בחור וועט זיכער זיין שטארק אינטרעסירט צו הערן וואס ער האט צו פארקויפן. אבער נאך אביסל רעדן איבער דעם נושא איז ער געווארען זייער נערוועז און האט אויפגעהערט צו רעדן. פאר איציק'לען האט זיך דאס ממש געווינדערט, נישט קענעדיג פארשטיין וואס גייט פאר מיט איהם, דא ווייס איך דאך שוין יא וואס איך רעד, וואס גייט פאר מיט מיר?

ס'האט מיר אויך זייער געווינדערט, און איך האב געוואלט טון א עקסערסייז מיט איהם כדי צו דערגרינטעווען א טריט ווייטער וויאזוי זיין לעבן איז אויסגעשטעלט.

איך האב געהייסן זיך מדמיין זיין כאילו ער זיצט דארט מיט דעם בחור, און ער פארציילט איהם זיינע חידושים, און ער זאל אביסל צולייגען קאפ, וואס גייט פאר אין די מינוט וואס ער פילט אז ער דארף אויפהערן רעדן. (דאס איז פארשטייצעך די וועג וויאזוי איהם ארייצוברענגען אין מציאות וואס פאסירט, אנשטאטס צו דארפן רעדן פון שכל ארויס).

ער האט אזוי געטון, און ער האט באמערקט ווי עפעס קריטיקירט איהם, אז ער איז נישט גענוג 'חשוב' צו זאגען זיינע רעיונות. איך בין געווען זייער נייגעריג וואס 'חשוב' מיינט, און פארוואס ער האלט אז ער איז נישט גענוג חשוב. כדי דאס זאל קומען פון די געפיל און נישט פון שכל, האב איך איהם געהייסן רעדן כאילו ער איז דער קול וואס רעד צו איציק, און ער זאל זאגען צו איציק וואס ער ווייסט וועגן איציק צו זאגען אז ער איז נישט חשוב.

דער קול האט איהם געזאט אזוי (בערך):

'דו ביזט נישט חשוב, ווייל דו ביזט זייער שוואך. דו ביזט נישט גענוג שטארק, סוי דו האסט דיך נישט וואס אנצורופען.'

האב איך מיך קודם אויסגעלערנט וואס 'חשוב' מיינט אין די וועלט פון איציק – חשוב מיינט א שטארקע מענטש.

יעצט וואס מיינט שטארק?

איך האב ווייטער געשטיפט דעם קול צו זאגען פאר איציק וואס ער ווייסט צו זאגען אויף דעם אז ער איז נישט שטארק.

און דער קול האט ממשיך געווען:

'וואס הייסט? דו ביזט דאף א דארע שטעקן, פון הויט און ביין, און דו קענסט נישט מאכן קיין אייגענע החלטות אין גארנישט. נאר איינער וואס איז 'ברייט ביינערדיג' קען פירן זאכן און זאגען וואס ער האט צו זאגען, ממילא האסטו נישט וואס צו זאגען בכלל.'

איך האב אנגעהויבן עפעס צו פארשטיין דא. אויב איציק ווייסט אז ער איז א 'שוואכעטשקע' אן קיין שום power, נישט פיזיש און נישט גייסטיש, פארשטייט זיך אז ער גייט זיין נערוועז און מורא האבן פאר זיין אייגענעם שאטן, און אוודאי נישט זיך צו טרויען אריינצורדען פאר אנדערע.

די שאלה איז נאר וויי ווייט דאס גייט. אויב איציק שפירט זיך ווי א 'מציאות' פון שוואכקייט, און דאס זיין 'אימעדש' אויף זיך אליינס, פאנגען זאכן אן צו מאכן סענס. בדרך כלל באקומט א קינד א סענס אויף די אייגענע אימעדזש לויט וויאזוי די ארומיגע פירן זיך אויף צו איהם.

האב איך געפרעגט איציק / קול, ווער נאך האלט אזוי ווי דיר, אז איציק איז א שוואכטשקע?

ער האט גלייך געענפערט, 'וואס הייסט? טאטי'.

'און וואס ווייסטו צו זאגען אז פאר איהם איז איציק שוואך?'

'אוואדאי איז ער שוואך, אויב טאטי זאגט עפעס, און ער פאלגט ווי א טאטעלע, איז א סימן אז ער איז שוואך'.

און דא האט זיך שוין איציק אליין אנגערופען, 'ס'איז ממש פשוט, איך ווייס פאר א פאקט, אז אויב איך פאלג מיין טאטע ווען ער הייסט מיר טון עפעס, איז א סימן אז איך בין שוואך'.

כדי צו פארשטיין ווי ווייט דאס גייט, פרעג איך איהם, 'און דיינע אנדערע ברודערס זענען אויך אזוי שוואך ווי דיר? זיי פאלגען אויך אלעס?'

'ניין', ענפערט ער גלייך, מיין עלטערע ברודער פירט זיך טאקע זיין אייגען לעבן, און פייפט איהם אסאך מאל אן, אבער איך פאלג אלעמאל ווי א שוואכלינג, און איך שטעל מיך קיינמאל נישט קעגן זיינע ווערטער. איך געדענק איין מאל אלטס קינד ווי איך האב מיך פראבירט איינצובעטן ביי איהם אויף עפעס, וואס פארשטייט זיך אז ער האט מיר נישט איינגעגעבן. סוי איך ווייס קלאר אז איך קען אפילו נישט טון אנדערש ווי איהם'.

אהא, די בילד האט זיך אנגעהויבן צאמצושטלען. פאר איציק איז געווען קלאר אויסגעשטעלט, אז די סיבה פארוואס ער פאלגט אזוי אלעמאל זיין טאטע ווי א לעמעלע, איז ווייל ער איז שוואך, און האט נישט קיין שום דיעה פאר זיך, א זאך וואס זיין אנדערע ברודער האט יא די מעגליכקייט צו טון. דער בליק אויף זיך אליין, טראגט איציק ארום איבעראל, און ער ווייסט אז פאר יעדעם איינעם איז ער די 'שוואכער' וואס האט נישט קיין שום כח צו עפענען דאס מויל. ווי איציק האט זיך אויסגעדריקט, 'איך ווייס אז יעדער איז שטארק און איך בין שוואך, און איך דארף פאלגען יעדעם איינעם, און יעדער קען זאגען דיעות, נאר איך נישט – איך בין דער פאלגער'.

וואס איז דאס זייער אינטרעסאנט, אז איציק האט פארשטאנען, אז אויב ער 'פאלגט זיין טאטע', איז א ראיה אז ער האט 'בכלל' נישט קיין שום כח – ער קען נאר מיטגיין, אבער נישט פירן. אנדערש ווי זיין ברודער וואס האט יא כח, און קען אמאל נישט פאלגען. וואס ער האט פארשטאנען, אז 'כח' איז תלוי אויב מ'פאלגט בפועל אדער נישט, און נישט אויב מ'האט די כח ב'כח', אפילו מען פירט עס נישט אויס בפועל.

בכל אופן, ס'האט זיך דא אנטפלעקט די צווייטע סיבה פארוואס זיינע אנגעצויגענקייטן זענען געווען וויכטיג. פאר איציק איז פשוט נישט שייך צו עפענען דאס מויל געהעריג, ווייל פאר איהם איז דער געדאנק פון power א פרעמדע זאך, און איז בכלל נישט אין זיין דיקשענערי. די קינץ גייט דא זיין, אז איציק זאל טרעפן א קלארע באווייז אז ער האט יא power אין זיך, אוטאמטיש, וועט ער זיך קענען ערלויבן צו עפענען דאס מויל, פונקט ווי א צווייטער עפענט דאס מויל.

איך האב אראפגעשריבן דעם פאקט אויף א צעטל, אז 'איך בין שוואך, און נאר דו ביזט גרויס וכו' וכו', און איך האב געזאגט פאר איציק אז יעדע מאל ער זעהט זיך נישט עפענען דאס מויל, זאל ער לכה"פ חזרן פאר זיך דעם פזמון, אז 'יא', אזוי גייט עס, איך קען נאר פאלגען, אבער נישט זאגען מיין דיעה וכדו'.

דאס נעקסטע מאל, איז איציק צירוקגעקומען זאגענדיג, אז לכה"פ אין שכל פאנגט ער אן צו פארשטיין, אז ווייל ער פאלגט אזוי שיין, מיינט נאך נישט אז ער האט נישט קיין דיעה בכלל. אבער במשך השמועס האט איך געזעהן אז טיף אין געפיל, האלט נאך איציק אז דאס איז יא אמת, אז 'נאר טאטי האט כח, אבער איך נישט'. אבער אויב אין שכל פארשטייט ער דאס שוין, האלט מען שוין א טריט ווייטער.

כדי צו זעהן פארוואס איציק האלט דאס נאך אן, האב איך געמאכט מיט איהם דעם עקספערימענט.

איך האב איהם געהייסן זיך דמיונען אז ער זעהט זיין טאטען פאר זיך, וויסענדיג קלאר, אז ווען ער הייסט עפעס האט ער נישט קיין פאטענציאלע כח אפילו צו זאגען 'ניין'.

איך האב איהם געזאגט, אז דו קענסט דיך שפירן צוויי וועגן ווען דו זעהסט דיך דארט פאר דיין טאטע, איין וועג איז אז וואס ער זאגט איז געזאגט, און דו ביזט כאין וכאפס אן קיין שום כח צו זאגען ניין, און אפילו צו האלטן דיין אייגענע דיעה, נאר טאטי האט כח, און דו ביזט גארנישט.

איך האב איהם געלאזט אריינאטעמען דעם וועג וואס ער ווייסט אויף זיך.

נאכדעם האב איך איהם געזאגט, אז יעצט זאלסטו זעהן עפעס אנדערש, טאטי זאגט וואס ער האלט, אבער טיף אין דיך ווייסטו אז דו ווייסט אנדערש – דו ווייסט אז דו האסט דיינע אייגענע דיעות, און דו קענסט האלטן אנדערש, און אויב דו גייסט במציאות טון אנדערש, איז שוין דיין אייגענע בחירה צוליב כיבוד אב וכדו', אבער דו ווייסט אז בעצם האסטו אן אנדערע דיעה אין דעם ענין... וויאזוי פילסטו וויסענדיג אז דאס איז די מציאות?

איציק זאגט גלייך, 'אויב דאס איז די מציאות, גיי איך מיך מיין וועג, און איך טו וויאזוי איך האלט, איך וועל מיך פרייען אויב דאס איז די מציאות'.

'נו', זאג איך איהם, 'אין דמיון איז יעצט זיכער אזוי, וואס איז דיין נעקסטע סטעפ?'

'איך גיי יעצט לערנען די מסכת וואס 'איך וויל' און וואס איז מיר געשמאק, און נישט וואס מיין טאטע וויל'.

'ערלעדיגט', פאר איך מיט מיט איהם, 'דארט שטייט דיין טאטע, און דו לערנסט די מסכת וואס איז דיר געשמאק, און וואס פאסירט נעקסט?'

דא ווערט שוין איציק אביסל אומבאקוועם.

'אממ... מיין טאטע קומט צו צו מיר און זאגט מיר אז ער האלט אז ס'איז מער א תועלת צו לערנען די אנדערע מסכת'.

'און'... פרעג איך איהם.

'און יעצט גיי איך מיך דארפן טענה'ן מיט איהם'.

'און'... פרעג איך ווייטער. 'וואס איז די פראבלעם מיט דעם?'

'איך נעם אוועק זיין ריספעקט, און זיין כבוד אויב איך טענה זיך מיט איהם, ער ווערט מער נידריגער'.

'אהא', פיר איך אויס. סוי דיין אייגענע כח און החלטות גייען גורם זיין אוועקצונעמען דיין טאטעס אייגענע כבוד און ערך?'

'יא, ממש אזוי', פירט איציק אויס.

כדי דאס מיטצולעבן קלאר ווי ער האט א פראבלעם צו האבן זיין אייגענעם כח, האב איך איהם געהייסן זאגן פאר זיין טאטע דאס וואס ער האט יעצט געזען אין א סענטענס. איך האב איהם געהייסן זאגן פאר זיין טאטע, 'מיין כח, איז שטער פאר דיין כבוד און ערך, טאטי, סוי איך גיי נישט נאכגיין מיין אייגענע דיעות, נאר איך וועל דיך נאכגיין'.

איציק האט דאס געזאגט און געפילט אז דאס איז אמת.

וואס איך האב דא פארשטאנען אז איציק האט א מטרה אין לעבן צו האלטן זיין טאטע'ס כבוד און ערך זייער טייער, א זאך וואס פאר זיך איז זייער ריכטיג. אבער אין דעם פאל, האט איציק אביסל איבערגעצויגען דאס שטריקל מיטן אינגאנצען אוימעקן זיין אייגענעם כח מיטן ציל צו האלטן זיין טאטענס כח שטארק. עס איז דא הלכות וויאזוי זיך צו טעה'ן מיט א טאטע, אבער זיך בכלל נישט טענה'ן כדי צו היטן אויף זיין כבוד, איז בכלל נישט ריכטיג. דאס נעקסעט שטאפעל איז געווען צו זעהן וואס איז אזוי וויכטיג צו האלטן זיין טאטענס כבוד אזוי טייער אפילו אויפן פרייז פון זיך אוועקלייגען.

איך האב געהייסן איציק זאגען פאר זיין טאטע, 'איך מוז שטארק אנהאלטן דיין כבוד און ערך, ווייל אויב איך גיי דיך לאזן לויז, דעמאלטס...' לאז די סענטענס זיך ענדיגען פון זיך אליינס, וואס עס קומט ארויס נאטירלעך אן דעם וואס דו זאלסט אפילו טראכטן פאר דעם וואס דו גייסט זאגען. דאס איז א וועג וויאזוי מוועקט אויף די געפיל וואס ווייסט ווי וויכטיג עס איז צו אנהאלטן טאטי ריספעקט פאר יעדע פרייז.

איציק האט זיך פארמאכט די אויגען, און אנגעהויבן צו זאגען, 'איך מוז... ווייל אויב נישט... דעמאלטס... אממ... אממ...' דא האט איציק קול אנגעהויבן אראפצוגיין, א סימן אז עפעס וואס ליגט איהם אויפן הארצן פאנגט אן ארויסצוקומען, 'דעמאלטס, גיי איך מיך דערזעהן אין א וועלט פון כאאס! – א עירוב טוב ורע, איך בלייב אינגאנצען צומישט'.

איציק האט זיך דא דערזעהן אין זיין דילעמע אין לעבן, פון איין זייט וויל ער גיין זיין וועג, אבער פון די אנדערע זייט האט ער אין זיין לעבן זיך נישט געקענט געפינען געהעריג דאס פלאץ היות עס איז אן 'עירוב טוב ורע', און קיין גראדע מהלך וואס איז טוב און וואס איז רע, האט ער קיינמאל נישט באקומען.

'וואס איז די קאנעקשען פון לעבן אין א וועלט וואס איז עירוב טוב ורע, צו האלטן זיין טאטען אזוי ריספעקפול?' האב איך איהם געפרעגט.

'אזוי טו איך לכה"פ וואס ער זאגט, און ער ווייסט אלעס, און אן איהם ריר איך מיך נישט, אזוי בין איך פארזיכער אז איך ווייס וואס איך טו, און איך מוז איהם האלטן זייער ריעספעקפול כדי איך זאל פילן ווי איך גיי נאך עפעס א פרימינאנטען מורה דרך'.

'אין אנדערע ווערטער', ענדיג איך צו, 'איז וויכטיג פאר דיר נישט צו האבן דיין אייגענע כח, כדי נישט צוצושטערן די הדרכה וואס דו באקומסט פון דיין טאטען, עס איז אזוי ווי דיין שיץ-צומער אין די וועלט צו וויסן וויאזוי זיך צו באגיין דא אין דעם צימישטן וועלט'.

'יא', האט ער צוגעשטומט.

אלזא איז געווארן קלאר, אז די איינציגסטע וועג פאר איציק'ל זיך צו פילן זיכער באופן כללי אין דער וועלט, איז אינגאנצען אויסצומעקן זיין 'זיך' און זיך דערזעהן אלטס א 'שוואכע' כאראקטער, ווייל נאר אזוי וועט דאס איהם העלפן צו קענען האלטן א זיכערער פלאץ מיט זיין טאטע.

אין דעם שטאפעל איז ארויסגעקומען די דריטע סיבה פארוואס מענטשן האלטן אן פראבלעמען – ער האט אמת'ע אלטע צומישענען וואס ער האט קיינמאל נישט געהאט די מעגליכקייט אויסצומשועסן מיט איינעם. אבער אנשטאטס צו בלייבן מיט דעם, האט ער – אלטס א באשיץ מיטל – זיך דערקלערט אלטס 'שוואכער', אזוי נעמט ער נישט קיין שום אייגענע טריט פאראויס אין לעבן אן זיין טאטע, אפילו דאס מאכט איהם נאך מער נערוועז באופן כללי אין לעבן, ווייל ער קען יעצט נישט עפענען דאס מויל אפילו אין א נושא וואס ער קען יא. ווייל האבן אייגענע כח, לייגט ער זיך אריין אין א נסיון צו נעמען אייגענע שריט, וואס דאס איז עפעס וואס ער וויל בשום פנים ואופן נישט.

און דאס אלעס שפירט זיך צום סוף, אפילו ביי די ניינצען יאר, און וועט אזוי ממשיך זיין לאורך כל ימי חייו – ווי נודריגע זעלבסט ווירדע.

כדי דאס אריינצוברענגען מער אין די באוויסטזיין פון איציקעל וויאזוי ער ספראוועט זיך מיטן לעבן, האב איך אפגעשריבן אויף א צעטל:

אויב איך ווייס אז איך האב power – איך האב מיינע אייגענע מיינונגען, דעמאלטס גיי איך מיך מיין וועג,
און דעמאלטס איז מיין power א threat פאר דיר, טאטי,
און דו וועסט קענען ווערן שוואכער, און איך וועל דיך פארלירן,
און דעמאלטס גיי איך מיך דערזעהן אין chaos!!! – א עירוב טוב ורע,
און איך וועל נישט טרעפן מיין שוץ-צומער ווי איך קען מיך האלטן רוהיג און סעיף.
סוי, איך גיי מיך האלטן powerless און נישט האבן קיין שום מיינונג, ווייל נאר אזוי דארף איך מיך נישט טענה'ן מיט דיר, און בין איך פארזיכערט אז דו בלייבסט מכובד, קאמפעטענט און רילייעבעל, און איך קען בלייבן אין מיין 'שיץ-צומער' רוהיג און סעיף אוועק פון די גאנצע chaos.
אפילו אויב איך בלייב אן מיין power, בלייב איך נאך מער אנגעצויגען.


די מטרה פון דעם איז ווייטער, אז איציק זאל אנהויבן נעמען אחריות אויף זיין אייגען לעבן, דארך אנערקענען וויאזוי ער אליינס מאכט זיך זיין פראבלעם, און דאס וועט איהם האפענטליך געבן די מעגליכקייט צו מאכן זיינע החלטות אויף 'זיך' פון דאסניי.

איך האף אז דאס איז א גוטע דוגמא צו ווייזן וויאזוי מיט געוויסע בליקען אין לעבן, מאכט זיך א מענטש א געוויסע אימעדזש אויף זיך אליין וואס זאל איהם העלפן זיך ספראווענען מיטן לעבן. ער לייגט זיך אריין אין א באקס, אפילו עס מאכט איהם נאכדעם שווערער צו נעמען א פיס-טריט ארויס פון דעם.

אבער אזוי זעמיר אונז מענטשעלעך. אונזער ארבעט איז, ארויסצוקריכען פון אונזערע פארמאכטע תפיסות און זעהן די שיין אינדרויסען פון די אייזענע גראטעס.

איך האף אז דער שיעור קלארט אביסל אויס די נושא דא, ובפרט פאר הרב עת לחשוב וואס איז דא שטארק אריינגעקומען.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ט' - איבער היפנוסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

וואס איז היפנוסיס?

אין דעם היינטיגען שיעור וועל איך מיך אביסל מתייחס זיין צו א שאלה וואס הרב נפש אמתי האט לפי תומו געפרעגט,

נפש אמיתי האט געשריבן:איז דאס פארבינדן מיט היפנאזיע?


האף איך אביסל אויסצושמעוסן דעם ענין דא. איך וועל אויסשמועסן דער יסוד פון היפנוסיס, און פון דעם וועט מען פארשטיין די חילוק פון די עקסערסייזעס וואס איך טו צו טראדיציאנאלע היפנוסיס.

קודם דארף מען פארשטיין, וואס איז היפנוסיס?

דר. דעיוועד סיגעל (א מעדיקעל דאקטער וואס טוט אויך אין היפנוסיס) האט אראפגעלייט די אפטייטש פון היפנוסיס אויף אזא וועג:

"Hypnosis is a natural psycho-physiological state of aroused, attentive, receptive, focal concentration, with a corresponding diminution in peripheral awareness."

דאס מיינט, א יעדע מענטש האט באופן כללי א 'פעריפיאל בליק' ארום זיך, דאס הייסט מזעט נישט נאר ווי מקוקט, נאר מזעט אזא מין 360 ענגעל בליק. ווען מאיז אין היפנוסיס איז דער פריפיעל בליק פארקלענערט, ממילא איז די קאפ נישט אזוי שטארק אפען צו אנאלאזירן פונקטליך וואס דא גייט פאר. פון די אנדערע זייט איז אבער די מוח אויף (משלאפט נישט), און עס קאנצעטרירט זיך פונקט ווי אלעמאל, נאר מיט א קלענערע פריפיעל בליק.

וואס זענען די בענעפטין פון היפנוסיס?

וואס טוט מען אויף ווען מען איז איז אזא מצב?

עס טוט אויף אז דער 'דעת' פון דער מענטש ארבעט נישט געהעריג. דער 'דעת' איז דער חלק פון דער מענטש וואס 'האלט קאפ' וואס ער זאל יא טון און נישט טון, יא אננעמען און וואס נישט. אן קיין דעת, איז דער מענטש נישט אנדערש ווי א בהמה און ס'האט נישט קיין שום קאנטראל אויף זיך. דער 'דעת' איז אזוי ווי א 'פילטער' וואס פילטערט דורך די אינפארמאציע וואס קומט אריין אין איהם, און ער איז מחליט אויב יא אנצונעמען די אינפארמאציע אדער נישט, און אויב יא, אויב איך זאל אנהויבן גיין טון למעשה מיט די נייע אינפארמאציע. מען פארלירט נישט אינגאצנען די כח הריכוז וכדו', ווי געשריבן אויבן בשם דר. סיגעל, אבער עס טוט שטארק אראפלאזן די דרגת הדעת.

דער ספעציפישער מצב פונעם מוח, ווערט אנגערופען אין די היפנוסיס שפראך - א 'טרענס' (trance).

די שטארקייט פונעם דעת, איז אנדערש ביי יעדע מענטש. ס'דא מענטשן וואס דער דעת איז זייער שטארק אקטיוו, אפשר נאך מער וויפל ס'פעלט אויס, א שטייגער ווי א שטארקע סקעפטיק. ווידער זענען דא מענטשן וואס זענען מער ווייעך, און לאזן גרינגער אריין אינפארמציע אין זיך. ביידע האבן מעלות און חסרונות. דער סקעפטיק, מחמת זיין גרויס סקעפטישקייט, קען פארלירן אסאך אינפארמאציע וואס וואלט איהם געקענט צינוצקומען, אבער וויל עס נישט אננעמען ווייל ס'שטומט נאך נישט און ס'מאכט נישט קיין סענס. פון די אנדערע זייט, איז דער סקעפטיק ווייניגער עלול צו ווערן אריינגענערט אין זאכן וואס זענען נישט לרוחו. פון די אנדערע זייט די ווייכע נאכגעלאזטע מענטשן האבן א מעלה אז זיי זענען מער אפען צו הערן וואס גייט פאר, אבער פון די אנדערע זייט קענען ווערן צו שנעל איבערגערעד צו זאכן וואס טויגען נישט. אזוי ווי יעדע פאל אין תורת הנפש, איז א באלאנס צווישן די צוויי דאס בעסטע.

וואס טו איך ווען איך וויל איבערערדען א שטארקע סקעפטיק ער זאל אננעמען מיין דעה?

עס איז דא צוויי וועגן. די ערשטע וועג איז, אז איך וועל איהם איבערווייזן מיט ראיות און הוכחות ברורות אז 'יש דברים בגו' און איך ווייס וואס איך רעד, און האפענטליך וועט דער סקעפטיק איינזעהן די אמת אין מיינע ווערטער און ער וועט עס מקבל זיין. מיט דעם וועג, איז דער 'דעת אנאליזער-פילטער' געבליבן ווי ער איז, און ער האט געפילטערט די חומר מיט זיינע כללים און מחליט געווען עס דורכצולאזן.

עס אבער דא א צווייטע וועג. איך קען איהם אוועקנעמען זיין אנאליזער-פילטער פאר א פאר מינוט, אזוי אז ס'זאל איהם נישט איינפאלן צו פילטערן מיין אינפארמאציע, און דעמאלטס בין איך פריי צו גיין און איהם פארקויפן וואס איך וויל. דער מהלך רופט זיך אן אין 'היפנוסיס', אדער אין אנדערע ווערטער, 'השפעה'. (פארשטייט זיך אז איך מיין נאר זיין גוטס, אויב וויל איך איהם שלעכטס טון, איז דאס נישט אויסגעהאלטן און נישט מענטשליך. און סתם אזוי איז גוט צו וויסן, אז אין יסודות'דיגע ענינים קען מען נישט היפנעטייזן א מענטש. למשל, מקען נישט היפנעטייזן א יוד, א שומר תורה ומצוות, אז ער זאל זיך וועלן שמד'ן רח"ל. דאס איז שוין צו א שטארקע סתירה צום מענטש, און אפילו אין היפנוסיס גייט עס דער מענטש אוועקמאכן און נישט אננעמען, ממילא דארף מען זיך נישט דערשרעקן פון היפנוסיס אז עס קען איבערדרייען א מענטש).

א מער ווייעכע מענטש וועט פארשטייט זיך, זיין גרינגער צו היפנעטייזן, ווייל זיין כח הדעת איז שוין סייווי שוואכער רעלאטיוו. אבער א סקעפטיק וועט אפשר זיין אביסל שווערער צו היפנעטייזן, ווייל זיינע מחיצות זענען סאך שטערקער געבויט. אבער אפילו א סקעפטיק קען מעגן גאר פיין היפנעטייזן אז ער זאל ניטאמאל כאפן וואס גייט פאר.

היפנוסיס איז א נאטירליכע חלק פונעם טאגטעגליכען לעבן

יעדער איינער ווערט במשך'ן טאג געהיפנעטייזט פון זיך אליינס, מ'כאפט נאר נישט אז מ'איז היפנעטייזט.

ווען מען קוקט א ווידיאו, און מען פילט מיט אלע געפילן וואס מען זעהט אוין ווידיאו, איז מען אין יענע מינוטן היפנעטייזד און דער מוח גייט אריין אין א טרענס. ווען מען ליינט א גאר אינטרעסאנטען ארטיקל אדער ביך, איז מען היפנעטייזד. איז דען א ווינדער אז בשעת מען קוקט די ווידיאו, איז די וועלט געשטארבן? וואס איז 'ריכטיג' און שכל'דיג, איז יעצט נישט אזוי קלאר בשעת מעשה. די שכל ווערט אביסל צומישט פון די רעשיגע-ריקידיגע סקרין, און קען נישט געהעריג האלטן קאפ אז דער איבעלעבעניש איז נאר אין דמיון. וואס מזעט דארט גייט יעצט סאך טיפער אריין אין די נשמה, היות די שכל איז נישט אזוי שטארק דא. נישט אומזינסט פארפירט מען אזוי שטארק נישט צו קוקען נישט אויסגעהאלטענע ביכער, ארטיקלען, און ווידיאוס, ווייל די אינפארמאציע וואס מען זעהט און הערט זיך צאם אין אזעלעכע מאמענטן, גייט אריין סאך טיפער אין די מוח.

פון דער סארט היפנוסיס, קען זיך אפילו א סקעפטיק נישט ארויסדרייען.

דאס זעלבע איז מיט אדעווערטייזמענטס. די קונץ פון מאכן א גוטע אדווערטייזמענט, איז צו קענען היפנעטייזן דעם ליינער און איהם אביסל ארויסנעמען פון די שכל'דיגע וועלט, און אזוי איהם משכנע זיין אז ער זאל סוכ"ס קויפן דעם פראדוקט. עס איז א גרויסע חילוק ווען איינער שרייבט אויף זיין עדווערטייזמענט, 'ווער עס איז אינטרעסירט צו פארדינען אפאר עקסערע דאלארען זאל רופן דעם נאמבער ווי מקען זיך איינשרייבן פאר ביזנעס קלאס', צו, 'ווילט איר וויסן די געהיימע סודות וויאזוי צו דערגרייכען דעם נאמבער 'מיליאן' וואס נאר די גאר הויכע ביזנעס לייט ווייסן? דאן רופט דעם נאמבער און...' דער צווייטער אפציע האט מער פאטענציאל אז מען זאל רופען דעם נומער. דער ליינער איז שוין געווארן אביסל אנגערייצט – אפילו ער וויל נישט – מיט מיליאנען, אין זיין מוח בליטשעקט בילדער פון גרינע דאלארען, ס'איז שוין נישט אזוי גרינג צו האלטן דאס קאפ אויפן פלאץ און קענען ריכטיג שוקל זיין די אוטענטישקייט פונעם עדווערטייזמענט, ווי ווען מ'ליינט דעם ערשטן צעטל. ביים ערשטען צעטל וועט זיין גרינגער צו זאגען דעם 'ניין', אבער ביים צווייטען צעטל, ביזטו שוין פארנומען פאנטאזירן דעם גרינעם דאלאר, סוי נו, אפשר דא גייט מען טאקע געוואר ווערן דעם סוד וויאזוי מ'מאכט דעם מיליאן? אפשר נישט און אפשר יא? לאמיר פראבירן.

ווען א בעל דרשן שטייט אויפן בלעמער, און ווארפט זיך מיט די הענט ארויפ און אראפ און רעד זייער הויך מיט גרויס כאריזמע, אזש ביז דער עולם שטייט געפלעפט מיט די מיילער אפען, און די צינג פאנגט אן צו הענגען אביסל – דער בעל דרשן האט מצליח געווען צו היפנאטזירן דעם עולם, און די וועג איז פריי פאר איהם צו זאגען וואס ער וויל נאר בנוגע די נחיצות הענין פונעם צוועק. יעצטט ווען דער בעל דרשן גייט זיך אינמיטן געבן א הייב אויף זיין קול און שרייען אז 'ווי נאר דער דרשה גייט קומען צו אן ענדע, גייט יעדער איינער ארויסנעמען א הונדערעטער פון זיין קעשענע פאר דעם חשובן צוועק', גיען טאקע א גרויסע פראצענט פונעם עולם זיין זייער אנגעווארעמט צוג עבן א הונדערטער פארן צוועק, און אויב מהאט נישט, וועט מען בארגען.

דאס איז היפנוסיס.

די קינץ פון ארייננמען יענעם אין א טיפע טרענס

איז וואס טוט א היפנאטיסט ווען מען קומט אריין צו איהם אין אפיס?

ווען מען קומט אריין צו א היפנוטערעפיסט אויסצוהיילען א פוביע, גייט דער טערעפיסט נוצן פארשידענע מעטאדען בכדי אויסצוהיילען זיין קליענט דורך היפנוסיס. די עיקר ציל זיינער איז, צו אריינזאגען פארן אנקאנשעס מיינד זיינע דרשות, בשעת דער אנאליזער-פילטער איז נישט אקטיוו. ווי מיר האבן שוין געשריבן אין אנפאנג פון אונזערע שיעורים, איז די הויפט פראבלעם פון טערעפי, אז דער קליענט טוישט זיך נישט אפילו ער וויל, און עס דויערט סעשענס על גבי סעשענס אז דער קליענס זאל זיין ביכולת זיך צו טוישן. היפנוסיס, אזוי ווי יעדע אנדערע שיטה, וויל אויסקראסען דעם 'בלאקעדזש', און אנשטאטס צו משכנע זיין דעם סקעפטיק פילטער אריינצולאזען דעם טויש וואס דער מענטש וויל מאכן, נעמט מען איהם אוועק פאר א שעה צייט אויף א שיינעם וועג, און דעמאלטס איז דער טערעפיסט פריי צו זאגען פאר דעם מענשט א פונקטליכע בלו פרינט וויאזוי ער וועט אויסזעהן ווען ער קומט ארויס פון זיין טרענס.

עס זעהט אויס בערך אזוי. מיט פארשידענע טעקניקס לייגט מען אריין דעם מענשט אין א טרענס, ווי למשל קוק אויף א פינטעל אויפן וואנט, און לייג ארויף דיין גאנצע קאנצעטרירקייט נאר אויף דעם, נאך אפאר מינוט גייט דער מענטש אנהויבן פילן ווי ער ווערט רוהיג, און זיין מיינד ווערט שטילער. מיט דעם פאסירט וואס מיט האבן געשריבן אויבן – די פערעפיאל בליק ווערט שמעלער און מגייט אריין אין אזא פארקלאצטקייט, אזוי ווי דער יונגעל וואס קלאצט אריין אין קלאס און פליט אין א אנדערע וועלט. דא איז ער נישט.

איינמאל דער מענטש גייט דארט אריין, וועט איהם דער טערפיסט פירן ווייטער אריין אין טרענס אריין, און נאך טיפער און טיפער, ביז ער וועט זעהן אז ער איז שוין אין זיין 'טיפע שלאף', און וואס ער גייט זאגען גייט ער מקבל זיין אזוי ווי תורת משה מסיני. און דא הייבט ער אן צו רעדן, 'און יעצט אז דו ביזט אזוי רוהיג, ארבעט דיין אנקאשעס מיינד נאך שטערקער... און ווי שטערקער עס ארבעט... אלטס מער ווערן דיינע פראבלעמען פארשווינדען מיט די נעקסטע ווינד וואס גייט אריבערבלאזען... ווייל דיינע פראבלעמען זעהן נאר אויס ווי פראבלעמען... אבער עכט ווייסטו שוין יעצט וויאזוי דו וועסט דיך אן עצה געבן... ווייל דו האסט אלעמאל געוויסט... נאר יעצט וועסטו אזוי טון... וכו' וכו', כאפסט דעם געדאנק? דער טערעפיסט פלאנצט איין די געדאנק אין איהם אז ער האט נישט קיין פראבלעם, בשעת דער פארקלאצטער מוח נעמט עס אן במלוא מובן המילה אלטס אמת. ווען ער וועקט זיך אויף פון זיין טרענס לעבט ער שוין מיט די ידיעה אין מוח, אז ער גייט אין א געוויסע וועג סאלווען זיינע פראבלעמען, און אפילו זיין פאביע איז שוין אוועקגעגאנגען.

דער מהלך האט אין זיך אסאך גוטע חלקים, אבער זיי לאזן אויס א גאר וויכטיגע פוינט, וואס דאס מאכט עס נישט אנדערש פון אנדערע מהלכים וואס מקען פונקט אזוי צירוקפאלן.

ווען דער טערעפיסט היפנאטייזט דעם קליענט, איז ער נישט אינסטרעסירט צו וויסן און אויסהיילען די אינערליכע וועלט פונעם קליענט, וויאזוי ער פארשטייט וויאזוי די וועלט ארבעט. בסה"כ וואס ער זאגט איהם איז, אז מהיום והלאה ביזטו א אנדערע מענטש, וואס ווייסט וויאזוי צו סאלווען פראבלעמען. עס קען זיך שפירן גוט פאר א שטיק צייט, אבער נאך א שטיק צייט קען עס ווייטער צירוקפאלן, אדער לכה"פ ווי מיר האבן שוין ארויסגעברענגט אפאר מאל במשך די שיעורים, עס איז דא 'צוויי' ידיעות אין מוח, איינס וואס ווייסט אז איך האב א פראבלעם, און איינס וואס ווייסט אז איך האב נישט קיין פראבלעם, און זיי קאנקערירן איינער מיטן צווייטען. עס האט אבער נישט אויסגעלערנט דעם מענטש במציאות וויאזוי צו הענדלען מצבים לויט זיין יעצטיגע דרגה. עס איז ריכטיג אז עווענטואל איז דער אידיאלסטע וועג צו סאלווען פראבלעמען דורך וויסן אז עס איז נישטא קיין פראבלעם מתחלה בכלל, דאס איז דאך דער ציל פון יעדע יוד, צו קענען גלייבן און אנערקענען אז מיר אלע זענען אין די הענט פונעם אויבערשטען וואס היט אוף אונז אויף יעדע טריט און שריט, אבער עס דויערט צייט ביז א מענטש זאל באמת קענען לעבן דערמיט, און אפילו מען ווארפט עס אריין מיט היפנוסיס, איז אבער אין ריאלעטעיט דא א נפש הבהמיות וואס ווייסט אנדערש.

די חילוק פון די אויבערדעמאנטע עקסערסייזעס און טראדיציאנאלע היפנוסיס

אונזערע עקסערסייזעס זענען באמת זייער א לייכטע טרענס, בכדי צו קענען אוועקנעמען דעם מענטש פון זיין שכל, אריין אין זיין געפיל. עס איז אבער בכלל נישט קיין 'טיפע' טרענס, אין פאקט פאסירט עס אין א סעקונדע, דורך אריבער גיין פון שכל שפראך, צו געפיל שפראך. איינמאל מען איז דארט, קען זיך דער מענטש אליין זעהן מיט די אויגען, וויאזוי ער לעבט באמת, און וואס פונקטליך ער דארף זיך טוישן, אן דעם וואס דער טערפיסט זאל איהם דארפן אויסדרייען זיין מוח צו טראכטן אין א געוויסע וועג. משא"כ ביי סתם היפנוסיס, טוט דער קליענט גארנישט, נאר דער טערעפיסט רעד אריין צו איהם אוזי ווי צו א טעיפ ריקרארדער, און דערפאר דארף דער קליענט זיין אין א גאר טיפע טרענס.

אפילו אין היפנוסיס אליינס, גייט זיך כמעט קיין איין טערעפיסט נישט פארלאזן אויף ריינע היפנוסיס אליינס. יעדער גייט פראבירן אריינצוהאקען נאך זייטיגע טעקניקס אין א היפנעטייזד וועג. למשל, פון די באקאנטע טעקניקס וואס מ'ניצט איז 'ריגרעשען טערעפי' – א וועג וויאזוי צירוקצוגיין צו די צייט ווען דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן. עס ארבעט מיט די זעלבע מהלך פון אויבן, מען לייגט אריין דעם מענטש אין א טיפע טרענס, און דער טערעפיסט פירט דער מענטש אז ער זאל זיך דערמאנען וואס האט גורם געווען אז דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן, און מען פיקסט דארט די אינפאו וואס דער דעמאלטסדיגע קינד האט נישט געוויסט, אזוי ווי ביי inner child work טערעפי. דאס איז שוין אביסל דומה צו די ארבעט וואס מיר טוען, אבער ווייט פון די זעלבע (פונקטליך אין דיטאלען איז נישט יעצט די צייט). אבער עס איז שוין נישט ריין היפנוסיס, נאר מען לערנט אויס דער מענטש די אינפארמאציע וואס פעלט איהם אין לעבן וואס ער האט דעמאלטס נישט געוויסט. ווען מען ארבעט אזוי, איז דאס שוין די זעלבע וויאזוי מען ארבעט מיט אנדערע טערעפיס, ווי למשל inner child work, וואס אמאל פאסירט א סתירה און אמאל נישט.

אבער אפילו דאס קען מען טון אויך מיט א לייכטע טרענס. ווען איינער פאנגט אן צו רעדן געפיל שפראך, רעד ער שוין פון דער חלק וואס ווייסט פון ווי עס האט זיך אנגעהויבן און ער קען זייער לייכעט אנקומען דערצו צו ווי עס האט זיך אנגעהויבן.

אבער אזוי גייט עס. יעדער ארבעט מיט וואס ער האלט איז דאס בעסטע והכל על מקומו יבוא בשלום.

צום שלוס, צירוק צום ערשטען שאלה וואס הרב נפש אמתי האט אנגעפרעגט, צו די עקסערסייזעס וואס מיר טוען, האבן א שייכות מיט היפנאסיס? דער תירוץ איז יא און ניין. עס האט די 'יסוד' פון היפנוסיס, אזוי ווי יעדער האט דאס במשכ'ן טאג במדה זו או אחרת, אבער עס איז דיירעקט נישט טראדיציאנאלע היפנוסיס מחמת כמה סיבות.

איינס, עס איז נישט קיין טיפע טרענס אזוי ווי ביי נארמאלע היפנוסיס, צוויי, עס ווערט געפירט דורך דעם קליענט וויאזוי ער פארשטייט זיין וועלט, און נישט דורך די טערעפיסט דרשות.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י' - האק נאך האק... טראפ נאך טראפ... טראך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אונז אלע דרייען מיר זיך ארום דא אויף דער וועלט ווען מיר אלע האבן א געוויסע בליק, וויאזוי זאכן ארבעטן. מיט די סארט בליקן קענען מיר אפלעבן אונזער לעבן פאר יארן לאנג, און ניטאמאל וויסן אז עס זענען פארהאנען אנדערע וועגן צו לעבן. צומאל קען דער 'באקאנטער וועג' פארמאכן דער וועג צו זיכען עפעס בעסערס, מיינונדוג פאר א פאקט אז קיין אנדערע וועג איז נישטא, בשעת דער אנדערע בעסערע וועג קען אונז פשוט גרינגער מאכן דאס לעבן.

אין דעם ארטיקל וועלן מיר אראפברענגען א מעשה וואס האט פאסירט מיט יארן צירוק אין ארץ ישראל וויאזוי א יוד'ס לעבן האט זיך געגעבן א דריי ארום אונטער א מינוט נאכן זיך כאפן אז 'העי! איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אנדערע וועג'.

כהקדמה צום מעשה וועל איך ברענגען אן אינטרעסאנטע ידיעה וואס איז מיר שטארק צינוץ געוקומען דעם חמשה עשר בשבט ביים עפענען די פרישע קאקאנאט. עס איז א גוטע משל ארויסצוברענגען דעם רעיון.

האק נאך האק...

דאס ערשטע מאל איך האב געהאלטן א פרישע רויע קאקאנאט אין מיינע הענט, איז געווען חמשה עשר בשבט אלטס חתן אין ישיבה. בין איך נאר וואס צירוקגעקומען פון מקוה יענעם פרייטאג נאכמיטאג צו מיין ציממער אין דורמעטארי, ווען מיינע חברים קומען מיר אנטקעגן מיט א פרייליכע בשורה אז עס איז אנגעוקמען א ריזן קארב מיט פרוכט פאר מיר. איך בין געווען אין שאק. 'ווער קען מיר דא שיקען א קארב מיט פירות דא אין דעם פארשטיפטן גייטסהעד?' האב איך מיר שטארק געווינדערט. קום איך אריין אין צוממער, און נעוואדען? די מחותנים! ווי זיי האבן מיר פארציילט נאך די חתונה, האבן זיי נישט געקענט טרעפן אזוי גרינג אין דעם פארשטיפטן דערפל איינער וואס זאל מסכים זיין צו שיקן פאר זייער חתן א שיינעם 'חתן פעקעדזש' מיט פיינע פירות. ביז ענדליך גייענדיג פון רעכל צו מעכל, פון איין טעלעפאן נאמבער צום צווייטען, האט מען ענדליך דערגרייכט דעם פאסיגן מענטש וואס מאכט 'פרוכט-פלעטערס' אין גייסטהעד. וואס מיינט איר איז געווען דארט? נישט אזאנע שיינע אויפגעשניטענע מענגויס וכדו', אבער פארט נישט שלעכט פאר א גייטסהעדער תושב.

אויך א פרישע קאקאנאט האט מען מיר באגנאדיגט.

אליינס קען איך דאך נישט עסן אזויפיל פרוכט, האב איך צאמגענומען עטליכע חברים און געמאכט א חמישאסער סעודה.

מ'איז אנגעקומען צום קאקאנעט. אבער וויאזוי מאכט מען דאס אויף פאר א גוט יאר?

איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי עס האט זיך צום סוף געעפענט. וואס איך געדענק יא, אז מ'האט געזעצט און געזעצט, אויף דער ערד און אויף וואס מ'האט נאר געטראפן. ווען עס האט זיך יא צוקראכט, האט די וואסער זיך צושפריצט, און די שטיקלעך זיך צוזייעט אויפן גאנצן צוממער.

אבער מ'האט געהאט פיינע פרישע קאקאנאט.

דאס יאר חמשה עשר בשבט, א ערך פון 12-13 יאר שפעטער, אזוי שפאצירענדיג אין גראסערי ערב חמישאסער, האט זיך מיר דערמאנט נאכאמל פונעם קאקאנאט, און עס האט זיך מיר פארגליסט צו פארזיכען נאכאיינס. אבער עס צו עפענען ווי דעמאלטס, איז נישט געווען וואס צו טראכטן. היינט לעב איך מיט מיין בני בית, און איך האב נישט געגלייבט אז ס'וועט זיך איר אזוי גליסטן אז דער קאקאנאט זאל זיך עפענען אזוי ווי דעמאלטס. האב איך מיך געמוזט טרעפן א מער פראקטישער וועג וויאזוי דאס צו עפענען.

און איך האב געטראפן. עס האט זיך מיר נישט געגלייבט אז עפענען א קאקאנאט איז נישט מער ווי עפענען א וואסער-מעלאונע.

אזוי עפענט מען א קאקאנאט, גרינג און פראקטיש.

מען נעמעט א גרויסען מעסער (chef knife), און פון די שטומפיגע זייט נעמט מען זיך האקען אויף די ברייט פונעם קאקאנאט. אזוי האקט מען אפאר רונדען ארום און ארום ביז עס קראכט זיך שיינערהייט אויף אין צוויי. אונטער א מינוט האט זיך אנדערזען א קליינעם קראך. נאך איין רונדע פון האקען, האט זיך דער קאקאנאט שיינערהייט צוטיילט אויף צוויי שיינע חלקים.

עס איז געווען זייער אינטראסאנט.

יארן לאנג ווייס איך אז עפענען א קאקאנאט איז אן עבודת פרך, און מאכט אן גאר א גרויסע שמוץ. און פלוצלונג ווייס איך אז עס איז גאר א גרינגע און ריינע פרעצעדור.

מיט א האק נאך א האק, קומט מען אן אפילו ביי דעם הארטען קאקאנאט.

דאס איז א לעקציע פאר אונז אלע, די פראבירסט און פראבירסט און עס איז שווער, גיי ווייס אויב עס איז נישטא קיין גרינגערע וועג אונטער דיין נאז.

טראפ נאך טראפ... – דער אלטער בחור דער עם הארץ

דאס זעלבע האט פאסירט מיט דעם אלטן בחור דער עם הארץ.

מיט יארן צירוק, האט זיך געדרייט אן אלטע בחור אין א קליין דערפעל אין ארץ ישראל. קיין גרויסע יודע ספר איז דער בחור'ל נישט געווען, און קיין סאך לערנען האט ער נישט געקענט, אבער אן ערליכער, ווי אויך גאר איידעל איז ער יא געווען. נאך פון אלטס קינד, האט דער בחור געוויסט אז לערנען תורה איז נישט פאר איהם. פארשטייט זיך אז ער האט נישט אזוי אויפגעגעבן פון איין מינוט אויפן צווייטן, ער האט פראבירט און פראבירט, אבער אן ערפאלג. ביז דער טאג איז געקומען און זיין ענדגילטיגע החלטה אויף זיין לעבן איז געווען – 'מיין קאפ איז פארשטאפט און געמאכט פון שטיין, און ס'שוין צייט משלים צו זיין מיטן מצב און א שאד נאכאמל צו פראבירן – אוודאי קען איך נישט לערנען, ווי קען עפעס אריינקומען אין מיר ווען איך בין אינגאנצן פארשטאפט. איינמאל פאר אלעמאל זאל איך אנהויבן לעבן אין ריאלעטעיט!'

מיט דעם ענדגילטיגן החלטה, האט ער פארמאכט די גמרא און פארלאזט די פיר ווענט פון זיין ישיבה. זיינע עלטערן, חברים און ידידים פון די ישיבה, האבן זיך ווארעם געזעגענט מיט איהם, בשעת ער איז ארויס צו די פרייע גאס זיכער עפעס וואס צו טון. היות אז קיין סאך לערנען האט ער טאקע נישט געקענט, און דא האט ער זיך שוין געדרייט אין די פרייע גאס, איז ער פארשטייצעך געוואקסען אן 'עלטערע בחור', און קיין שידוך איז איהם בשום אין אופן נישט געגאנגען. נאך א שטיק צייט פון שווערע הארעוואניע צו טרעפן א שידוך, וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, האבן די שדכנים אויפגעגעבן האפענונג אויף איהם.

אין יענעם דערפעל ווי ער האט געוואוינט, האבן אסאך מענטשן – א שטייגער ווי אין די קיבוצים – געהאדעוועט שאף און רינדער, און זיי האבן געדינגען פאסטעכער וואס זאלען פאשענען די שאף במשך דעם טאג. היות דער בחור האט נישט געהאט וואס צו טון מיטן טאג, האט ער זיך אנגעטראגען ביי איינע פון די רייכערע מענטשן אינעם דערפעל צו פאשענען זיינע בהמות, זאל ער כאטש מאכן אפאר גרייצער אין די זייט. דער בעל הבית איז געווען זייער צופרידן פונעם בחור'ס ארבעט, אין מיט די צייט איהם אפילו געגעבן א שטיקעל 'רעיז' אין זיין מאגערע געהאלט.

אזוי איז דארך יארן לאנג. פון אויפבויען א יודישע שטוב האט ער שוין כמעט אויפגעגעבן, אבער ער האט זיך געטרייסט מיט 'זיינע' שעפעלעך, און שטארק אכטונג געגעבן אויף זיי. בשעת ער איז געזעצן מיט די שעפעלעך, האט ער מיט זיין תמימות, און וויפל ער האט נאר געקענט, פראבירט צו זאגען עפעס ווערטער פון תהלים, האפענדיג אז פון ערגעץ ווי וועט ארויסשפראצען זיין ישועה, און זיין באשערטע זאל קומען צו גיין.

די צייט איז געקומען, און דער באשעפער האט אויסגעהערט זיינע תפילות.

מזל טוב! – מ'שליסט דעם שידוך

זיין בעל הבית האט געהאט זייער א געראטענע איידעלע טאכטער. ווי אינטרעסאנט עס זאל נאר נישט אויסזעהן, האט דער פשוטער בחור שטארק מוצא חן געווען אין די אויגען פון דעם מיידל. זי איז מורא'דיג נתפעל געווארען פון זיין חן און איידעלקייט, און עס האט איר שארק געצויגען חתונה צו האבן צו איהם. זי האט אבער געוויסט אז דאס קומעט נישט אין באטראכט. איר טאטע וועט קיינמאל נישט מסכים זיין צו נעמען א בחור אן עם הארץ וואס קען נישט קיין צורת האות. איר טאטע האט זיכער פלענער פאר איר, צו נעמען א בחור א תלמוד חכם וואס זאל זיצן אויף קעסט ביי איהם אינדערהיים און אויסוואקסען צו זיין פון די גדולי הדור. 'ווי גליקלעך וואלט איך געווען ווען דער בחור זאל נאר קענען לערנען', פלעגט זי אלטס טראכטן צו זיך.

זי האט אבער נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון איהם.

איין טאג, איז איר איינגעפאלען א געוואגטע גראנדיעזע פלאן.

איין טאג בשעת דער בחור איז געקומען אפנעמען די שעפעלעך, איז זי צוגעגאנגען צו איהם אין די זייט בשעת קיינער האט נישט באמערקט און זי האט איהם פארגעלייגט איר פלאן. 'הער נאר אויס בחור לעבן', האט זי אנגעהויבן אירע ווערטער שטילערהייט, 'אויב איך וועל חתונה האבען מיט דיר, וועסטו גיין לערנען תורה?'

אירע ווערטער האבן אראפגעלאנדעט אויף איהם ווי דינער אינמיטען העלן טאג. 'איך לערנען?' טראכט דער בחור צו זיך, 'וואס האט לערנען מיט מיר? לערנען איז שוין א לאנגע פארגאנגעהייט! וויל זי דא סתם אויפמאכען מיינע אלטע וואונדען? אבער... אבער... הממ... ווי קען איך ארויסלאזען אזא זעלטענע געלעגענהייט? וואס טו איך דא?'

דער בחור הייבט אויף זיין קאפ און זאגט איר אין א פארשעמטע שטומע, 'איך וועל עס איבערטראכטן', און גייט זיך ווייטער זיין וועג מיט די שעפעלעך.

אין אמת'ן אריין האט ער געוויסט אז ער האט נישט וואס צו טראכטן, אבער עפעס האט איהם פארט געשטיפט עס נישט אפצוזאגען גלייך.

דער מיידעל בלייבט נאך שטיין דארט, בשעת זי זעהט ווי דער איידעלע בחור פירט אזוי שיינערהייט די שאף צו זייער קומענדיגע דעסטינאציע. 'אוי ווי הערליך דאס קוקט אויס', טראכט זי צו זיך, 'מיט אזא איבערגעגעבענקייט גיבט ער זיך איבער צו די שעפעלעך, וואס נאך דארף איך פון א מאן? פון וועמען וועל איך דאס באקומען אויב נישט פון איהם? לאמיך האפען אז ער וועט מסכים זיין צו מיין אפמאך'. מיט די מחשבות דרייט זי זיך אויס און גייט זיך איר וועג מיט איר טאגטעגליכע ארבעט.

אין אווענט צייט קומעט דער בחור צירוק מיט די סטאדע שעפעלעך, לאזט זיי איבער אין שטאל, און גייט זיך אהיים. ווער ער טרעט איבער דעם שוועל פונעם טיר, שלאגט איהם די עלענדגייט פון זיין קליינעם דירה אין פנים אריין, טרייבענדיג זיינע מחשבות איבערצוקייען די פארשלאג פון זיין בעל הבית'עס טאכטער. יענע נאכט האט ער נישט געקענט געהעריג שלאפן ביינאכט, האלטענדיג אין איין זיך דרייען אהער אין אהין. פון איין זייט האט ער א געלעגענהייט חתונה צו האבן מיט זיין בעל הבית'ס טאכטער, אבער פון די אנדערע זייט קען ער ניטאמאל חלומ'ען פון עפענען א ספר. אבער פון די אנדער זייט טראכט ער צו זיך, 'אפשר זאל איך אריינטאנצען אין דעם מיט די קאפ אין וואנט, און זיך זארגען וואס גייט זיין מיט'ן לערנען נאך די חתונה? וואס איז זיכער איז זיכער, צו לעבן אזוי עלענד אליין איז בעסער?'.

מיט די מחשבות איז ער איינגעשלאפען אין א טיפע שלאף.

צומארגענס געט ער זיך א וועק אויף ווי פון א טיפע חלום. ריאלעטעיט שלאגט איהם נאכאמאהל אין פנים אריין.

'וואס זאג איך פארן מיידל...?'

די חשק צו באקומען נאך א שותף אין זיין לעבן, האט אנגעהויבן זיך שלאגען מיט ריאלעטעיט. 'איך מיין אז איך בין מסכים אויפן געשעפט! איי וואס וועט זיין מיט מיין שטיינערענע קאפ, איך וועל מיך שוין מוזען אן עצה געבן מיט דעם נאך די חתונה. אזא גאלדענעם געלעגענהייט, קען איך נישט ארויסלאזען פון אונטער די הענט. אבער... בין איך נארמאל? ווייס איך דען נישט אין וואס איך לאז מיך דא אריין? בין איך פון זינען אראפ? נעע, איך קען דאס נישט טון. סתם אויסנערן א מענטש ווייל איך וויל חתונה האבן? אבער... אפשר דאך...? איך מיין... אז... דאס איז עס... איך גיי... ווייטער... זאל זיין וואס וועט זיין...'

ער וואלט אזוי געקענט שטיין ווייטער אין איבערקייען זיינע ספיקות, אבער ער האט שוין נישט געוואלט טראכטן נאכאמאל נאך זיין לעצטע החלטה.

זיינע פיס האבן זיך גענומען גיין שנעלער צו זיין בעל הבית'ס הויז, ווען מיט יעדע פאר טריט קלאפט זיין הארץ נאך שטערקער. 'מיטן אויבערשטענס הילף וועל איך איבערקומען מיין שטיינערנע קאפ', קלערט ער צו זיך, 'ס'וועט מוזן געלאנגען'.

זיי טרעפען זיך ביים באשטומטען פלאץ וואס איז געווען אפגעשמועסט פון נעכטן, און ווי נישט פון זיין אייגען מויל ארויס – נאך פאר ער קען אפילו איבערטראכטן וואס ער גייט יעצט דא טון, גיט ער א שיס ארויס די ווערטער:

– 'מסכים'!

די מיידל האט נישט געגלייבט וואס זי הערט. איר הארץ איז געווארן אנגעפילט מיט פרייד. אט האט זי פאר זיך איר געווינטשענע חתן.

זיי האבן געבראכען טעלער צווישען זיך אן מודיע זיין פאר קיינעם, זיך געווינטשען מזל טוב, און ביידע זענען זיך געגאנגען זייער וועג פרייליכערהייט. נאך א שטיק צייט האבן זיי חתונה געהאט למזל טוב און זייער פרייד האט נישט געוויסט קיין עק.

איך קען נאך אלץ נישט לערנען

מיט די צייט האט איר טאטע געכאפט וואס דא איז געשען אינטער זיין נאז. ער האט זיך זייער געבייזערט אויף זיין טאכטער. ער האט נישט געקענט פארשטיין פון ווי זיין טאכטער האט גענומען די חוצפה צו נעמען דעם נודריגען פשוטן עם הארץ פאר א מאן? וויפיל זיין טאכטער האט נאר פראבירט מסביר צו זיין פאר איר טאטע, אז איר מאן גייט זיך אט אט זעצן לערנען, איז אירע ווערטער געפאלען אויף טויבע אויערען. פון גרויס כעס האט ער זיי ביידע ארויסגעווארפען פון שטוב. אבער מאן און פרוי האבען זיך נישט פארלוירען און זענען געגאנגען זייער וועג. זיי האבן ווייטער געלעבט פאר זיך אין גרויס ארימקייט, ווען פון די אנדערע זייט האט די פרוי גאנץ גוט געוויסט, אז נאך אביסל, און איר מאן גייט ערפילען זיין צוזאג זיך צו זעצן לערנען.

צייט האט זיך געריקט, און די מאן האט אנגעהויבען טראכטן צו זיך, 'וואס טו איך דא? איך דארף גיין אין ביהמ"ד לערנען, אבער... איך בין דאך א שטיין? תכלית, וואס גייט דא זיין? וואס זאל איך זאגען פאר מיין ווייב? מען האט דאך אפגעמאכט. נו, בלית ברירה וועל איך נאכאמאהל פראבירן. ווער ווייסט?'

ער גייט אין ביהמ"ד און פראבירט צו עפענען א ספר.

ער פראבירט צו ליינען.

און גארנישט.

פארשטאפט איז נישט דאס ווארט.

ער קומט אהיים, און מיט פארוויינטע אויגען רעד ער זיך אויס צו זיין ווייב, 'טייערע ווייב, איך ווייס אז איך האב מיר פארגענומען צו לערנען, אבער איך קען נישט! עס גייט נישט! איך קען גארנישט טון!' זיין ווייב קוקט איהם אן מיט ליבליכע אויגען אן ארויסזאגען א ווארט. זי הערט איהם אויס מיט א אפענע הארץ אן איהם קריטיקירן אז ער האלט נישט איין זיין צוזאג. זי איז געווען זיכער ביי זיך, אז דער טאג גייט קומען און ער וועט יא קענען לערנען. 'איך וועל מוזן האבן אביסל געדולד', האט זי געטראכט צו זיך.

ווער האט געלעכערט דעם שטיין?

דער טאג איז אנגעקומען.

איינמאל אזוי שפאצירענדיג אין גאס איינגעטינקען אין זיינע געדאנקען, האט דער שוין היינטיגער יונגערמאן, פלוצלונג באמערקט עפעס גאר אינטרעסאנט. שוין יארן לאנג וואס ער גייט שוין אריבער דעם גאס, נאך פון אלטס בחור ווען ער האט נאך געארבעט ביי זיין בעה"ב, אבער האט קיינמאל נישט באמערקט דאס וואס ער האט יעצט געזען. אזוי ערגעץ ווי אינמיטען גאס פלעגט זיין גאר א גרויסן שטיין ווען פון אויבן פלעגט פליסן טראפענס וואסער, טראפ נאך טראפ, ווי די דורכגייער פלעגן זיך אפשטעלן כאפן א טרינק. אזוי אויך פלעגט זיין א אפטע ערשיינונג ווי פאסטוכער, אזוי ווי ער אליין פאר די חתונה, פלעגן זיך אפשטעלן דארט און לאזן די שעפעלעך נאס מאכן זייער צינגען.

היינט האט זיך אבער, צו זיין איבערראשונג, דערזעהן עפעס גאר אנדערש וואס האט שטארק געצויגען זיין נייגער. דער שטיין איז געווארען געלעכערט! פאר אינטרעסאנקטייט האט ער זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי די דורכגייער, 'וואסידאס? זייט ווען האט דער שטיין אזא לאך?'

דו ארומיגע האבן איהם אנגעקוקט מיט א ווינדער, 'דו ווייסט נישט אז ווען וואסער פאלט א לאנגע צייט אויף א שטיין, קען די וואסער לעכערן דעם שטיין? דו געדענקסט נישט ווי די וואסער פלעגט כסדר רינען אויפן שטיין?'

דער יונגערמאן איז געבליבן שטיין פארגאפט.

'הממ... עס טראפט און טראפט, און... עס קראכט?'

א בליץ איז דורכגעלאפען זיין מוח.

'איך זעה גוט?! א הארטע זאך קען עווענטואל ווערן געלעכערט? און נאך פון פשוטע וואסער? טראפ נאך טראפ? און ווער זאגט אז די ווערטער פון די תורה וואס איז פליסיג ווי וואסער, וועט נישט קענען לעכערן מיין הארטן שטיינערנעם קאפ? איך גלייב ממש נישט וואס איך זעה! איך בין טאקע א שטיין, אבער ווער זאגט אז מען קען דאס נישט לעכערן?'

געזאגט און געטון.

ער לויפט אהיים און פארציילט פאר זיין ווייב וואס ער האט נארוואס געכאפט און דערהערט. 'שוין מארגען לאז איך מיך ארויס אין ישיבה', האט ער פארציילט פאר זיין ווייב זייער ענטוזיאסטיש.

א טרער לאזט זיך ארויס פון זיין ווייבס רעכטע אויג. אט אט, און איר טיפע ווינטש ווערט ערפילט.

אבער עס איז נאך אלטס נישט געווען באשערט צו זעהן איר טיפע ווינטש זאל ווערן אויסגעפירט אזוי שנעל.

איך שעם מיך זייער שטארק

צומארגענס זענען זיי ביידע אויפגעשטאנען גאר פרי מיט גאר געהויבענע געמיטער. די ווייב האט אנגעהויבען פאקען די פעק פאר איר מאן פאר זיין לאנגע נסיעה, בשעת זי האט באמערקט ווי פלוצלונג האט זיך געגעבן א דראסטישע טויש אין איר מאנס גוסטע. זי קוקט איהם אן, נישט קענען כאפען פונקליך וואס גייט פאר מיט איהם. זי לייגט אראפ וואס זי האט געהאלטן אין האנט, און גייט צו צו איהם און זי פרעגט איהם אין א געמיטליכע שטימע, 'וואס האט פאסירט? פארצייל מיר.'

ער האט נישט געקענט ארויסזאגען א ווארט.

ענדליך נאך אפאר לאנגע שטילע מינוטן, האט ער אנגעהויבען צו זאגען וואס איז איהם פלוצלונג באפאלען.

'גלייב מיר', האט ער אנגעהויבן זיינע ווערטער, 'אז עכט ווייס איך אז איך קען גיין לערנען, אבער... אבער... איך שעם זיך זייער שטארק...' דא האט ער שוין אויסעבראכען אין א יאמערליכע געוויין.

נאך אפאר מינוט איז ער געקומען צו זיך, און האט ממשיך געווען מיט זיינע ווערטער.

'דו ווייסט דאך טייערע ווייב, לאמיר זיך נישט נערן – איך בין שוין 40 יאר אלט. איך בין נישט יונג. איך זאג דיר דעם אמת, איך שעם זיך זייער שטארק זיך יעצט צו נעמען לערנען אויף דער עלטער. וויאזוי גייט מען מיך אנקוקען ווען א עלעטערע מענטש ווי מיר גייט זיך נעמען לערנען וואס קליינע קינדער לערנען. און וויאזוי גייט מען מיך בכלל אנהויבען אנצוקוקען אז איך האב מיך גענומען לערנען. יעדער קען מיך דאך אלטס דער פוסטער עם הארץ. איך לאז מיך דא אריין אין א נייע פאזע אין לעבן וואס קען מיר אנדרייען בושות און חרפות!'

זיין ווייב, אן אמת'ע אשת חיל, האט איהם אויסגעהערט מיטן פולען ריספעקט און זייער גוט פארשטאנען. אנשטאסט איהם צו קריטיקירן און איהם באוואשען אז ער האלט ווייטער נישט איין זיין צוזאג, און אז ער מאכט זיך ווייטער צו טון פון זיינע נארישקייטן, האט זי געוואלט אז איר מאן זאל זיך פילן אינגאנצען רוהיג ווען ער זעצט זיך לערנען.

עס איז איר איינגעפאלען א מורא'דיגע פלאן.

די גייענדיגע גארטן

'הער מיר אויס מיין מאן טייערע', האט זי אנגעהויבן מיט אירע ווערטער, 'גיי אין מארק, און קויף מיר אן אייזעל וואס האט א אויסגעריבענע ריקען (דאס געשעהט אסאך מאל צו אן אייזעל וואס טראגט שווערע פעקלעך, דאס מאכט אז עס זאל ווערן לעכער צווישען די ביינער פונעם שדרה). אזא אייזל קאסט זייער ביליג, און ברעג עס אהיים'.

די מאן קוקט איר אן מיט פארווינדערטע אויגען, 'וואס גייט מיר אזא אייזל העלפען?' ווינדערט ער זיך. אבער ער פרעגט נישט קיין קושיות, אויב זיין ווייב וויל דאס, זאל זיין אזוי. און יענע צייטן אין ארץ ישראל, בפרט אין די קלענערע דערפלעך, איז אן אייזעל געווען א נארמאלע ערשיינונג, און עס זענען געווען גענוג אייזלען צו קויפען אויפן מארק.

נאך אפאר שעה קומט איר מאן צירוק מיט אזא סארט אייזל וואס האט לעכער אויפן ריקען. מיט א שמייכעל אויפן פנים, האט די פרוי גענומען די אייזעל און אנגעפילט די לעכער מיט ערד, און איינגעפלאנצט אין דעם קערעלעך. נאך אפאר טעג האט אנגעהויבען ארויסצווואקסען בלומען. עס האט אויסגעזעהן זייער אינטרעסאנט, בלומען וואקסען ארויס פון די ריקן פון אן אייזל! זי האט גענומען דעם אייזל, און עס איבערגעגעבן פאר איר מאן זאגענדיג, 'נעם דעם אייזל, און דריי דיך ארום אין די גאס מיט דעם'.

נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן דא, האט אבער דער מאן געפאלגט זיין ווייב אן קיין קושיות, און איז ארויס מיטן אייזל אויפן גאס.

עס דויערט נישט לאנג, און צוביסלעך האבען מענטשן אנגעהויבן זיך אפצושטעלן פאר א מינוט צו באטראכטן דעם אינטרעסאנטן אייזל. ס'איז געווען ממש א גלעכטער, און מ'האט זיך ממש געהאלטן ביי די זייטען. דען נישט? ווער האט שוין אמאל געזעהן א גאנצע גארטן וואקסען אויף די ריקען פון אן אייזל?

אזוי איז דורך דער ערשטער טאג.

די נעקסטע טאג האט איהם זיין ווייב נאכאמאהל ארויסגעשיקט אויפן גאס מיט דעם אינטרעסאנטן אייזל, און אזוי ווי נעכטען, האבן מענטשן זיך געריסען פאר געלעכטער ווען זיי האבן נאכאמאל געזעהן דעם גייענדיגען גארטן.

די דריטע טאג האט איהם זיין ווייב נאכאמאהל ארויסגעשיקט, אבער צו זיין ווינדער, האבן מענטשן שוין נישט צוגעלייגט צופיל אינטערעסע אין דעם אייזל. עס איז שוין נישט געווען אזוי אינטרעסאנט, און די שטאטס לייט האבן זיך שוין צוגעוואוינט צו דעם ערשיינונג.

אנקומענדיג אהיים האט דער מאן געזאגט פאר זיין ווייב אז מענטשן קוקען שוין עפעס נישט אזוי ווי די לעצטע צוויי טעג. 'זעסטו מאן טייערע', האט זיין פרוי אויסגעפירט, 'די ערשטע צוויי טעג האט עס טאקע אויסגעזעהן אינטרעסאנט און מעטנשן האבן געלאכט, אבער נאכדעם האט מען זיך צוגעוואוינט. דאס זעלבע וועט זיין מיט דיר. אנפאנג ווען דו וועסט אנהויבען לערנען וועלן דיר מענטשען אנקוקען אביסל אינטרעסאנט, אבער נאכדעם וועט מען זיך צוגעוואוינען'. דער מאן האט גיט דערהערט די ווערטער, און א שמייכעל האט זיך דערזעהן אויף זיין פנים.

איך גיי לערנען!

'פרוי טייערע', גיט ער זיך געגעבען א דריי אויס צו איר, 'איך בין פאלקאם גרייט צו גיין אין ישיבה!'

מאן און ווייב האבען זיך ווארעם געזעגענט זיך צו ווידערזעהן אין 12 יאר ארום. די פרוי איז געבליבען שטיין ביים טיר ווען הייסע זידיגע טרערן רינען פון אירע אויגען. זי איז אזוי געבליבן שטיין דארט, ביז איר מאן איז פארשווינדען געווארן פונעם האריזאנט. זיי האבען נאכנישט געוויסט אז זיי געזעגענען זיך דא באמת פאר 24 יאר.

דער נאמען פון דעם בחור דער עם הארץ איז געווען עקיבא, און זיין ווייב'ס נאמען איז געווען רחל. 24 יאר שפעטער איז ער צירוקגעקומען באקאנט אלטס דער הייליגער תנא 'רבי עקיבא' מיט 24 טויזענט נאכפאלגער.

(דער מקור פון די מעשה פונעם שטיין, איז אין אבות דר' נתן פ"ו, און אין מדרש הגדול (שמות ד', י"ג) ווערט אויך אראפגעברענגט די מעשה פונעם שטיין, און דארט לייגט דער מדרש צו די מעשה מיטן אייזל. און ווי עס זעהט דארט אויס קלאר, איז ר' עקיבא נישט געגאנגען לערנען גלייך נאך די חתונה ווי עס איז געווען אפגשמועסט, ווייל ער האט נאך אלטס געזעהן אז ער קען ניטש לערנען אזוי ווי ער האט געגלייבט אין זיך במשך די יארן. אויך אין די גמרא נדרים (נ.) זעהט אויך אויס אז ר"ע איז נישט געגאנגען לערנען גלייך נאך די חתונה.)

די סוד פון ר' עקיבא'ס פלוצלומידיגער טויש

יעדער קען די מעשה.

אבער וואס האט דא פאסירט אז אפילו נאכדעם וואס ער האט זיך אריינגעלאזט אין א געשעפט קעגן דעם וואס ער האט געוויסט אויף זיך אליין – מיין קאפ איז פארשטאפט און איך קען נישט לערנען, און ער האט טאקע נישט מצליח געווען צו קענען לערנען אפילו נאך אלע זייע אונטערנעמעכצער, און מיט איין געלעכערטן שטיין האט זיך זיין לעבן געגעבן א דריי ארום אויף אייביג?

דער תשובה אויף דעם איז, קיינער האט איהם טאקע גארנישט אויפגעקלערט, ער אליינס האט זיך נישט געקענט אויפקלערן, אבער ער האט געזעהן בחוש פאר די אויגען אז ער לעבט אין א פאטאלע טעות! ביידע פאקטן וואס ער זעהט יעצט פאר די אויגען קענען נישט 'ביידע' זיין אמת אויף איינמאל. פון איין זייט ווייסט ער פאקט פון יארן לאנג, אז אין א הארטע שטיין ווי זיין קאפ, קען גארנישט אריין גיין. ס'איז א פאקט. קען דען אריין גיין עפעס אין א הארטע זאך? אבער ער זעהט דא אן אנדערע פאקט פאר די אויגען וואס ער האט קיינמאל נישט געוויסט אדער קיינמאל נישט צוגעלייגט קאפ. א הארטע זאך קען עווענטואל מיט צייט און געדולד, יא ווערן געלעכערט! הפלא ופלא! אנדערש ווי ער ווייסט. נו, וועלעכע איז אמת? נאר איינער וואס האט ממש נישט קיין שכל וועט אויסוועלן דעם נישט ריכטיגען אפציע. די אמת שרייט פאר די אויגען. גיין פארקערט פונעם אמת, איז ווי אריין גיין אין פייער. אין א אויגען בליק האט רבי עקיבא געוויסט וואס דער אמת איז. צו בלייבן אן עם הארץ, איז נישט מער ווי באגיין זעלבסמארד. ממש פון זיך אליין האט זיך זיין מצב-רוח געהויבען, און געוויסט פאר א קלארע פאקט, אז איך גיי יא מצליח זיין אין לערנען.

אבער דאס איז נישט געווען גענוג. רבי עקיבא האט געהאט נאך א שטער. וואס ווילאנג דער געפערליכע געפיל איז געשטאנען אין וועג, האט זיין יעצטיגע 'דערהער' נאך נישט געקענט נושא פירות זיין. נאכדעם וואס ער האט געוויסט קלאר אז ער גייט יא מצליח זיין, האט ער זיך פלוצלינג אנגעהויבן מורא'דיג צו שעמן. 'וואס גייען מענטשען טראכטן אויף מיר?' ווי געזאגט, 'ווי ביזטו געווען ביז יעצט?' פאר רבי עקיבא איז געווען א קלארע פאקט, אז אזוי גייט ער אפלעבן זיין לעבן, ווי ער גייט גיין, גייען מענטשן טייטלען אויף איהם, 'דא גייט דער מענטש וואס האט זיך דערמאנט אויף דער עלעטער צו גיין לערנען. הא הא הא!' פארשטייט זיך אז ווען מען פילט אזוי, קען מען זיך נישט רירען.

דא זעהט מען די חכמה פון זיין ווייב רחל. אנשטאטס צו טוישען זיין מהלך המחשבה און איהם 'אויסלערנען' וויאזוי מען דארף טראכטן 'ריכטיג', א זאך וואס רחל האט געוויסט אז עס האט נישט קיין זיכערע השפעה, האט זי איהם געוואלט ווייזען בחוש, אז די וועלט ארבעט נישט אזוי ווי ער מיינט. נאכן דריטן טאג האט רחל געוויזען פאר רבי עקיבא, 'קוק, דו ביזט געווען זיכער אז ווען מען איז אביסל אינטרעסאנט, קוקט מען איהם אן אויף אייביג אינטרעסאנט, און דא זעהסטו פאר דיינע אויגען, אז ס'איז נישט אויף אייביג. דו זעהסט קלאר אז מענטשען געוואוינען זיך צו צו אינטרעסאנטע זאכען און עס ווערט נאכדעם 'נארמאל'. נאכאמאהל האט רבי עקיבא געדארפט בוחר זיין אין צוויי פאקטן וואס ער האט געוויסט פאר אמת פאר זיינע אויגען. איין פאקט, אז אויב מען איז אינטרעסאנט און אנדערש, לאכט מען פון יענעם אויף 'אייביג'. די צווייטע פאקט, אז ס'איז קלאר ווי די טאג, אז 'נאך צוויי טעג ווערט עס נארמאל', ס'איז נישט אויף 'אייביג'. מער האט רבי עקיבא נישט געדארפט, די אמת האט גערעדט פאר די אויגען. פון דעמאלטס איז רבי עקיבא נתעלה געווארן העכער און העכער ביז ער איז געווארן מיט די צייט די הייליגע תנא רבי עקיבא.

אט דער מהלך פון זיך טוישן דארף זיין א לעקציע פאר אונז אלע. וויפל מאל פראבירט א טאטע, א מלמד, א מגיד"ש צו טוישן זיין קינד / תלמיד, אבער אן ערפאלג, און מען פילט שוין דערשלאגען אז עס גייט נישט און אז מ'טויג נישט. וואס מ'דארף פארשטיין אז יעדער טויטש זיך ווען מען גיט איהם די געלעגענהייט צו זעהן 'בחוש' אז מען 'קען' זיך טוישן. דער פראבלעם איז, אז וויפל מען פראבירט זיך צו טוישן גלייבט נאך אלץ נישט אז ס'איז בכלל מעגליך זיך צו טוישן, און אויב מען גלייבט נישט, טוישט מען זיך נישט. אונז דארפן האבן די געדולד און סייעתא דשמיא צו קענען ערוועקן די מציאות אין אונזערע קינדער אז מ'קען זיך טוישן, און טרעפן די וועג צו ווייזן בחוש פאר אונזערע חניכים וואס זיי דארפן וויסן כדי זיי זאלן גלייבן אז זיי קענען זיך טוישן.

אט דער פראצעדור, האבען פארשער מיט ארום 2000 יאר שפעטער א נאמען געגעבן, 'מעמערי ריקאנסאלידעישען'. ווען איינער זעהט קלאר פאר די אויגען, צוויי פאקטן וואס ער ווייסט פאר אמת, אבער ביידע קענען נישט זיין אמת אויף איין מאל, וועט דער מענטש מוזן בוחר זיין פון זיך אליין אין דעם אמת'ע פאקט. ווען דאס פאסירט, מאכען זיך אויף די ניוראנס און די סינעפסעס וואס זענען מקושר צו דעם 'אלטן' פאקט, און עס ווערט אויסגעמעקט אויף אייביג. עד כדי כך, אז עס לאזט זיך אפילו נישט הערן, אז אמאל האט ער געהאלטן אנדערש.

במשך אלע דורות, האט דער טיפע אמת'ע אנערקענונג, צירוקגעברענגט פארלוירענע נשמות צו יודישקייט. יודען וואס זענען שוין געווען פארקראכען און אינגאנצען פארגעסן אז זיי זענען יודען, האבן פלוצלינג אנגעהויבן פילן, 'העי! עפעס טויג נישטא! איך בין אויף די נישט ריכטיגע שינעס! עכט בין איך א יוד! איך מוז מיך טוישן!' און צירוק צום אלטן וועגן האט שוין נישט געקענט גיין. אונטער א מינוט זענען זיי בעלי תשובה גמורים, אן קיין חדשים לאנג פון טיפולים.

הלוואי ווען מען זאל קענען טרעפן די וועג פאר די היינטיגע פארקראכענע נשמות צו אנערקענען פון זיך אליין ווי זיי האלטן און זעהן ווי זיס ס'איז צירוקצוקומען צום ריכטיגן וועג.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור יא - איבער מעדעצינען און ווייטעמינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

יא מעדעצינען אדער נישט מעדעצינען?

אנפאנג פון די שיעורים איז געווען א שמועס איבער מעדעצינען, און איך האב דארט געשריבן,
מתבונן האט געשריבן:שטארק זיך און עת לחשוב.

ווי עת לחשוב שרייבט, מיין איך אז מען זאל לאזן די טעמע פון מעדעצינען נאך אביסל, און שפעטער צירוקקומען ווען מער פרטים וועלן זיין אויסגעשמיסט, דעמאלט וועל איך מער קלארער קענען ארויסברענגען מיין שטעלונג אויף דעם. און פארשטייט זיך אז מען וועט זיך קענען אויסקאכען מיט וואס איז מיין געפינס בעסער פון אנדערע. ועוד חזון.


אלזא פיל איך אז יעצט איז די צייט אביסל איבערצושמעוסן דעם נושא.

* * *
יא מעדעצינען אדער נישט מעדעצינען? מעדעצינען העלפן אדער נישט? ווייטעמינען העלפן אדער נישט?

דאס זענען די שאלות וואס יעדער פרעגט ווען מען דערזעהט זיך אין א פעקל אוקאנטראלירבארע געפילן. מ'קען זאגען אז דאס זענען פון די גרעסטע צומישענישן אינעם היינטיגן דור, נישט נאר ביים סתם עמך-יוד, נאר אויך ביי די פראפעסיאנאלען ווייסט מען זיך נישט פונקטליך ווי אהערצוגעבן מיט די סארט שאלות. מחמת אי קלארקייט, וועלן מאנכע מאכן מיט די הענט און געבן א פאטער אפ אז, 'פארטיג דאס איז די וועג, אדער מוטשעסטיך אפ דיינע יארן, אדער נעמסטע אפאר טאבלעטן, און אייגענטליך איז נישטא קיין טעסטס וואס מ'קען נעמען צו וויסן פונקטליך וואס עס פעלט דיר, סוי מ'וועט פראבירן איינס נאכן צווייטען ביז האפענטליך אין אפאר חדשים ארום וועט מען געסן פונקטליך וועלעכע מעדעצין דו דארפטס, פון וועלעכע ברענד, און וואספארא דאזע'. צום סוף גיט דער פראפעסער א פסקן אפ, 'ס'איז פיקוח נפש אז דו זאלסט עס נעמען' (געדענק איך ווי איך האב אמאל געהערט ווי א דאקטער האט עס געזאגט פאר יענעם מיט אזא ערענסטקייט ווי נעמען בלוט-פרעשער מעדעצינען).

פאר די וואס ווייסן, איז די טעמע פון מעדעצינען זייער זייער נישט קלאר אפילו אין די דאקטורישע וועלט (פארשטייצעך אז געוויסע דאקטורים גייען דאס לייקענען ווייל דאס שטעלט אריין זייער קאריער אין א פראגע-צייכען), אבער קיין קלארע גאנג אויף דעם איז נישטא. וויפול שטודיעס מ'מאכט נאר אויף די אוטענטישקייט אויף די מעדעצינען, איז נאך אלץ נישט קראנט אויף הונדרעט פראצענט אז עס ארבעט באמת. ס'איז קלאר אז גרויסע פרצענט דערפון איז פלאסיבוי, און אולי א געוויסע פראצענט ארבעט עס יא, אבער עס איז זייער שווער צו וויסן. אנדערש ווי ביי פיזישע מחלות, וואס דארט איז גרינגער צו קענען זעהן פונקליך וואס דער פראבלעם איז און אזוי פראדעצירן א ריכטיגע מעדעצין, איז אבער ביי מחלות הנפש אנדערש. עס איז נאכנישט ארויסגעקומען קיין איין אוטענטישע טעסט היינט וואס דאקטורים נוצען, צו קענען זעהן און וויסן פונקטליך וואס דער גורם פונעם אזויגערופענע מחלה איז, פון ווי ס'קומט, און וואספארא מעדעצין און דאזע ס'קומט זיך פאר דעם.

על אף וואס ביי פיזישע מחלות קען מען זיך נאך אלץ טועה זיין וויאזוי מדייאגניזירט די מחלה און וועלכע מעדעצין איז פאסיג פאר דעם, ווי ס'ווייזט זיך ארויס כסדר, איז אבער ביי מחלות הנפש בכלל נישט שייך צו האבן קיין שום קלארע מאפע גלייך פון אנפאנג.

עס איז א פשוטע געסינג געים.

אפילו די גרויסע ביך DSM-5, וואס ענטהאלט אין זיך אלע סוגי מחלות הנפש, איז אויך געבויט נאר אויף סטאטיסיקס, אבער נישט אויף קיין שום אוטענטישע טעסטס אז די זאכן עקזעסטירן במציאות.

דאס איז כו"ע מודו, און קיינער איז נישט מחולק מיט דעם.

אבער אז קיין אנדערע וועג איז דאך נישטא – עכ"פ לשיטתם, טוט מען דאס בעסטע וואס מ'קען. און אז די פארמיסוטיקעל קאמפעניס, כדרכם, שטופן מיט גרויס געלט צו שטופען מעדעצינען, האט עס א גרויסע השפעה אויף די דאקטורים. געלט ארבעט אלעמאל.

א פיזישע פראבלעם, אדער א גייסטישע פראבלעם?

איז וואס איז טאקע די גאנצע רידעריי דא? וואס איז בכלל די סברא אז עס זאל העלפן?

זייט די וועלט שטייט האט מען אלעמאל געוויסט אז א מענטש איז צוטיילט אויף געוויסע חלקים. עס איז דא, נפש רוח, נשמה, און צוויי העכערע כוחות, חיה, און יחידה. א מענטש איז נישט סתם פיזישע ביולוגישע באשעפעניש, עס האט אין זיך כוחות רוחניים וואס מען קען נישט אנטאפן בחוש. אבער על אף וואס מען קען עס נישט אנטאפן בחוש, איז עס פארט א לעבעדיגע כח אזוי ווי אלע כוחות. צו דעם אלעם לעבן די כוחות רוחניים און די כוחות גשמיים איינס ביי איינס. די הארץ פאמפט בלוט, אבער עס ענטהאלט אין זיך די געפילן, און די געפילן און די הארץ ארבעטן צוזאמען. ווען די געפילן פארן ארויף הויך, גייט די הארץ טעמפו אויך ארויף. ווען מען מאכט א טעסט אויפן הארץ, ווי לדוגמא א עקויקארדיאגראם ווי מען קען זעהן די ריטעם פונעם הארץ, קען מען זעהן ווי די ענערזשי ווי שטארק די הארץ ארבעט. אויב פערצופאל גייט איינער דארך א שטארקע געפיל בשעת ער איז קאנעקטעד צום מאשינקע, איז מעגליך אז מען וועט קענען באמערקען די שטארקע ענערזשי אויפן סקרין, אבער קען מען דען זעהן די 'געפיל' אליינס? ניין. מען קען זעהן די תוצאה פונעם געפיל וואס קומט ארויס אין א שטארקע פאמפ אינעם הארץ.

אין אנדערע ווערטער. ווען מען וויל זעהן איינע פון די כוחות הנפש אינעם גוף, דארף מען אין אכט נעמען, וואס זעה איך דא? זעה איך די תוצאה פונעם כח, אדער זעה איז די כוח אליין? און די תירוץ איז אז די זאך אליין קען מען נישט זעהן, מען זעהט נאר די תוצאות דערפון אינעם גוף, וואס פון דעם פארשטייט מען אז דא איז פארהאן עפעס א כח וואס קאנטראלירט דעם גוף.

ווען איינער לייד אויף א מחלת הנפש, זעהט זיך עס 'אויך' אן אינעם גוף. אמת. ווייל די גוף און די נפש ארבעטן צוזאמען. (מער איבער דעם וועט מען אי"ה בעסער מסביר זיין, ווען מען וועט ארום רעדן איבער די 'סארנא מעטאד'). די פארמיסודיקעל קאמפעניס האבן 'ערפינדען', אז ווען איינער לייד אויף געפערליכע ענקזייעטי און דעפרעסיע וכדו', קומט דאס פון א פיזישע פראבלעם אינעם מוח. די הסבר וואס זיי געבן צו דערצו איז, אז די ניורוטרענסמיטערס – וואס זייער אויפגאבע איז צו אריבערפירן די עלעקטראנישע סיגנאלען אינעם נערווען סיסטעם – ארבעטן נישט געהעריג און זענען אומבאלאנסירט. עס זענען שוין געמאכט געווארן צענדליגע שטודיעס צו דערגיין די אוטענטישקייט פון די פאקטן, און ס'זענען דא שטודיעס וואס באשטעטיגען דאס. ווי אויך זענען דא וואס טענה'ן אז מ'קען זעהן די 'איבנארמאלע' מוחות אויף א עם. אר. איי וכדו', און מזעהט קלאר אז די מוח איז אומסטאביל. און עס זענען אויך דא אסאך אנדערע שטודיעס וואס מאכן עס אינגאנצען אוועק אז להד"מ, די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, און עס איז נאר הויל פסיכאלאגיש און האט גארנישט צו טון מיטן פיזישן געבוי פונעם מוח.

אבער איינמאל מען גלייבט אז דאס איז די 'איינציגסטע' סיבה פארוואס איינער לייד פון א מחלה נפשית, איז די רפואה פאר דעם, צו באלאנסירן די קעמיקאלען אין די מוח דורך מעדעצינען. די פיזישע מעדעצינען, וועלן באלאנסירן די פיזישע פראבלעמען אין די מוח, והכל על מקומו יבוא בשלום.

יעצט דארף מען זעהן אויב עס ארבעט.

די מציאות האט זיך אויפגעוויזען אז אמאל האט עס יא געארבעט און זייער אסאך מאל האט עס נישט געארבעט. די סיבה פאר דעם איז, ווייל אין א מחלה נפשית איז דא נאך עפעס חוץ דעם 'פיזישער' חלק, און דאס איז דער 'נפשיות'דיגער' חלק, וואס קיין שום טעסט קען נישט אויפכאפן. און אפילו ווען עס יא האט יא געארבעט, האט עס מעגליך געארבעט מיט א פלאסיבוי עפעקט (דאס הייסט אז דער מוח האט זיך איינגערעד אז עס גייט ארבעטן), אדער עס האט טאקע פערצופאל אנגערירט דעם נערווען סיסטעם, און דער סיסטעם האט זיך בארוהיגט צייטווייליג, אבער שפעטער האט ער זיך געקענט צירוקאויפוועקט (א שטייגער ווי א גוטע מאסאזש קען בארוהגיען דעם נערווען סיסטעם, אבער נאכדעם ווערט עס צירוק אנגעצויגען). דער באקאנטער דר. דעיוויד בירנס, איינע פון די מייסדים און שיטת סי. בי. טי., איז אמאל געווען א פסיכיאטער וואס האט פארטיילט מעדעצינען, און האט זיך נאך א שטיק צייט אפגעזאגט דערפון ווען ער האט געזען אז עס ארבעט נישט ווי ערווארטעט, און די מסקנא וואס ער האט ארויסגענומען דערפון איז, אז די עיקר מחלה איז אין די מחשבות, און נישט אין די קעמיקאלען.

די עיקר מטרה פונעם יעצטיגן ארטיקל איז נישט אריינצוגיין אין קיין וויכוחים צו ס'איז יא ריכטיג וואס זיי האבן געטראפן אדער נישט, אויף דעם איז דא כמה וכמה שטודיעס און ארטיקלען צו ליינען פאר ווער עס וויל. יעדער קען דאס גוגלען, און יעדער וועט טרעפן וואס ער וויל טרעפן. איך וויל נאר דא אראפברענגען ביידע זייטען פון די מטבע ארום וואס די וויכוח לויפט ארום, און צו דעם ארויסברענגען א גאר וויכטיגע נקודה וואס האט א שייכות צו וואס מיר האבן ארויסגעברענגט אין די לויף פון די פאריגע ארטיקלען.

והבוחר יבחר.

ברוס עקער: 'דאס אז א נפשיות'דיגע פראבלעם איז 'גייסטיש', רעד פון זיך אליין'

אין די סעריע ארטיקלען וואס איך האב דא אראפגעברענגט, האט מען זיך אויסגעלערענט א נייע באגריף וואס דאס איז א נפשיות'דיג מחלה, און וויאזי מען ווערט פטור דערפון. סימפטומען פון א נפשיות'דיגע פראבלעם ווערט פראדעצירט פון געוויסע 'געפילישע פאקטען' וואס זענען אריינגעבויט אין די ניוראנס פונעם נערווען סיסטעם, און דאס שטיפט דעם מענטש אזוי צו לעבן, ווייל עס גלייבט אז עס היט דעם מענטש פון אנדערע פראבלעמען (על אף די אלע פראבלעמען וואס קומט ארויס דערפון). די וועג וויאזוי מען ווערט פטור דערפון, איז ווען מען ווערט געוואר אז דאס וואס מען ערווארט זאל פאסירן, פאסירט נישט, און דאס מאכט אויף די ניוראנס אויף אייביג, און די פראבלעמען ווערן פארשווינדען. דער פראצעס ווערט אנגערופן מעמערי ריקאנסאלדעישען, און דאס איז די וועג וויאזוי קלינישע סימפטומען פאלען אוועק אין איעדע סארט טערעפי ווי מען זעט אן אמת'ע טויש אינעם מענטשענס געפילן און התנהגות. אויב דאס איז די פאקט, דעמאלטס איז נישטא וואס צו רעדן, אז א נפשיות'דיגע סימפטום, איז ריין 'נפשיות'דיג', און עס האט נישט מיט קיין אומבאלאנסירטע קעמיקאלען גארנישט קיין שייכות, ווייל אויב וואלט עס געהאט מיט דעם א שייכות, וואלט מען עס דאך 'אויך' געדארפט פיזיש אויסהיילן.

ברוס עקער איז דאס מסכם אין זיין ביך Unlocking The Emotional Brain אזוי (P. 37):
Since the 1950’s the beliefs of psychotherapists regarding symptom causation have drifted ever farther away from psychological causation and have increasingly embraced biochemical, neurological, and/or genetic causation of symptoms, often despite weak or faulty evidence for the latter views… However, as reconsolidation and memory erasure enter mor and more into clinicians’ thinking and practices, and therapists repeatedly witness a symptom such as long-term depression or anxiety attacks ceasing permanently as a result of a process known to bring about erasure of emotional learning, psychological causation will speak for itself compellingly…

איבערגעטייטשט אין קורצן. זיין די 1950'גער יארן האט מען אנגעהויבן גלייבן, אז נפשיות'דיגע סימפטומען זענען נישט פסיכאלאגיש נאר מער ביאלאגיש, אפילו עס איז נישטא קיין ריכטיגע באווייזן אויף דעם. אבער, ווי מער מען זעהט אז לאנג-טערמיניגע סימפטומען, ווי ענקזייעטי און דעפרעסיע, גייען אוועק אויף אייביג מיט די פראצעס פון ריקאנסאלדעישען, רעד עס פון זיך אליין, אז דער שורש דערפון איז פסיכאלאגיש, און נישט פיזיש ביולאגיש.

מעדעצינען און סייד-עפעקטס

זאת ועוד, און איך האב דאס אנגעפרעגט ביי די מומחים און מען האט מיר מודה געווען אויף דעם (און נאכדעם האב איך עס שוין געהערט פון אנדערע וואס טוען אין דעם, ממילא זעה איך דאס נישט לגמרי אלטס מיינס א חידוש). דער עולם המעדעצינען מוטשעט זיך געפערליך מיט די סייד עפעקטס וואס די מעדעצינען מאכן אן. אפגערעדט אז מעדעצינען האבן אין זיך סם וואס קען אנמאכן סייד עפעקטס, איז עפעס ביי די נפשיות'דיגע סארט מעדעצינען מער א נושא, עד כדי כך, אז ביי געוויסע קען דאס אנברענגען זעלבסט-מארד מחשבות, און די סימפטומען קענען נאר ווערן ערגער. וואס איז פשט?

דער פשט איז, אז ווי מיר האבן אויבען געשריבן, האבן די סימפטומען, אין א געוויסע חלק אינעם נפש, א וויכטיג ראלע צו באשיצן דעם מענטש. נו, וואס פאסירט אז איינער האט א באשיצער און מען נעמט עס איהם אוועק? מען ווערט פארלוירן און א נייע באשיצער קומט צו לויפן איבערצונעמען די זשאב פונעם אלטן באשיצער וואס איז געגאנגען אויף וועקאציע. און וואס פאסירט אויב נעמט אוועק אויך דעם נייעם באשיצער? דעמאלטס קען מען ווערן נאך מער פארלוירען און סטראשענען מיטן ערגסטען אז איינער זאל מיר קומען וואטשען.

דאס זעלבע פאסירט דא.

אויב ווערט דער סימפטום / באשיצער, בארוהיגט פון א טאבלעט, ווערן די אנדערע חלקים וואס זענען יעצט אומבאשיצט אינגאנצן צורידערט, און עס קומט ארויס אין א פארום פון צורידערטקייט ביזן ערגסטען ר"ל. אויב דער דאקטער פארשטייט דאס נישט, וועט ער עס אנקוקען ווי א פשוטע 'סייד-עפעקט' פונעם מעדעצין, אדער אז דער די דאזע איז נישט גענוג הויך. איז יעצט וועט דער דאקטער פראבירן צו געבן נאר א העכערע דאזע כדי צו בארהויגען דעם נייעם צירודערטע געפיל, אדער טוישן ברענד און האפען אז די נייע ברענד וועט נישט אויפוועקן קיין נייע געפילן. אבער דער אמת איז, אז די סיבה פארוואס מען קען ווערן מער צורידערט אדער עס זאל בכלל נישט ארבעטן, איז נישט ווייל די דאזע איז נישט גענוג הויך, נאר ווייל דו האסט אוועקגענומען א באשיצער וואס האט באשיצט דעם מענטש, און יעצט פילט זיך דער מענטש אן א באשיצער און זייער פארלוירן. ווען דער דאקטער גיט א העכערן דאזע, ווערן די געפילן נאך מער דערשראקען, אז מכאפט נישט דעם מעסעדש אז 'מיטן בארוהיגען מיינע באשיצערס מאכסטו מיר אויף צו פלאץ ווי איך וויל נישט גיין!' וחוזר חלילה. אויב עס איז נישט אדרעסירט, קען צומאל דער מענטש ממש אראפגיין פון זינען אז ער ווערט געפענט צו געפילן וואס ער ווייסט נישט וויאזוי אדערעסירן געהעריג.

ממילא איז זייער וויכטיג צו פארשטיין, אז אויב איינער איז יא אמאל מחליט צו גיין אויף די מהלך פון מעדעצינען, איז זייער וויכטיג אויך צו אדרעסירן דעם נפשיות'דיגען חלק, ווייל עס איז כמעט אוממעגליך אז עס זאל גיין נאר פאר זיך. און אויב וועט מיר איינער אפפרעגען אז פאר איהם האט עס יא געארבעט, וועט מען מוזן מאכן אן אוקימתא, אז כיום איז זיין פראבלעם נישט אזוי געפערליך, אדער ארבעט דא א שטארקע פלאסיבוי עפעקט, און ס'איז גענוג פאר איהם צו פילן ווי א 'פעיליור' אז ער דארף נעמען מעדעצינען אז זיינע חלקים זאלן זיך האלטן גענוג רוהיג. אויך איז זייער מעגליך, אז אין אזא פאל, איז ער שוין לאנג גרייט אראפצוגיין דערפון, ווייל דער פראבלעם וואס האט אלעס אנגעברענגט איז שוין נישט אקטיוו יעצט, נאר ער האט מורא צו סטאפן די מעדעצינען.

אינטרעסאנט אז איך האב לעצטענס געהערט פון א דאקטער וואס ארבעט מיט די מהלך פון Internal Family Systems (IFS), וואס איז ביסודו זייער ענדליך צו קאהירענס טערעפי, און אזוי ארבעט ער מיטן פאציענט מיט יעדער געפיל עקסטער אויב זיי זענען מסכים צו נעמען די מעדעצין, און פון וואס האבן זיי מורא אויב זיי וועלן עס נעמען. אזוי מאכט ער א בעסערע ארבעט מיט וויינגיער ריעקשענס און סייד עפעקטס, היות ער באקומעט א בעסערע בילד צו וואס די חלקים פונעם מענטש וועלן זיך לאזן, און וועלעכע חלקים וועלן זיך נישט לאזן.

אפגעזען פון די פרט פון סייד עפעקטס, אפילו על הצד אז מעדעצינען ארבעטן במדה זו או אחרת, דארף מען אליינס פארשטיין נאכן ליינענדיג די פאריגע שיעורים, אז פונקט ווי ווען מען טוט סי. בי. טי. וכדו', איז מען אלטס עלול פאר א רילעפס ווען די נפש פילט פאר וויכטיג נישט מיטצופארן מיט די סי. בי. טי. פראטאקאל (און צומאל קען די רילעפס זיין נאך ערגער פון ווי ס'איז געווען פארן אנהייבן די טריטמענט), גייט דער זעלבער רילעפס פאסירן מיטן נעמען מעדעצינען. מעדעצינען מאכן נישט אויף קיין ניוראנס אין מוח, אויב עפעס, לויט ווי זיי טענה'ן, בויט עס אויף די ניורוטרענסמיטערס ענערזשי, אבער די אלטע ניוראנס בלייבן דארט הערמאטיש פארמאכט. ממילא זענען די אלטע געפילן דארט שיין פארפאקט און קען זיך אויפוועדן אין א ליאדען טאג אן זיך קימערן אז די ניורוטרענסמיטערס זענען אויפגעבויט.

'ווען איך וואלט געוויסט פון דעם, וואלט איך אנדערש געטראכט'

פאר דריי יאר צירוק בין איך געווען ביי א קאנפערענס ארגענעזירט דורך די ארגענזאציע 'נפש'. האט זיך דארט אויפגעשטעלט איינער פון די רעדנערס מיטן נאמען ראן קאלמען פון ענגלאנד. ראן, איז פאר יארן צירוק געווען א סקיזיפריניק (א נפשיות'דיגע מחלה אז מען הערט דמיונישע קולות רעדן צו איהם און מען מיינט אז עס איז עכט און עס עפעקטירט שטארק דאס לעבן, בדרך כלל מוז מען גיין אין שפיטאל ביז דער מצב ווערט סטאבאלאזירט). סקיזיפריניע ווערט אפעציעל באשטעטיגט אין די מעדעצינישע וועלט אלטס א ביולויגשע מחלה וואס מען מוז היילן מיט מעדעצינען, אבער רוב ליידענדע ווערן נישט פולקאם אויסגעהיילט. ראן האט אבער געהאט מזל, און איינער האט איהם אויפגעקלערט אז זיינע קולות זענען עכטע קולות וואס ער האט אריינגענומען אין זיך פון זיינע עביוזערס, און יענער האט געארבעט מיט איהם, ער האט געמאכט א קשר מיט די קולות, ער האט זיי אנגעהויבן קענען, געפרעגט וואס זיי ווילן, און עווענטואל האט ער זיך געקענט אפהאקען פון זיי. זיין מיסיע אין לעבן איז געווארן צו עדיוקעיטען די וועלט איבער די אמת וואס ליגט אונטער סקיזיפריניע, און אויך אנדערע נפשיות'דיג מחלות, אז דאס זענען אמת'ע קולות און געפילן וואס דער מענטש דארף ווערן קאנעקטעד צו דעם און נישט אנטלויפן פון דעם ווי דער אלגעמיינע מעדעיקעל וועלט הייסט טון.

נאכן דרשה, שטעלט זיך אויף איינע פון די צוהערער, א פסיכיאטער וואס טיילט מעדעצינען, און רופט זיך אן צו ראן'ען, 'איך בין מורא'דיג נתפעל וואס דו זאסט דא, איך האב דאס קיינמאל נישט געוויסט אז אזא סארט מחלה זאל קענען זיין ריין פסיכאלאגיש און נישט ביולאגיש, איך וועל מאכן נאך 'ריסערטש', און אויב עס איז אמת וועל איך טוישן מיין צוגאנג צו דעם'. אן אנדערע דאקטער איז צוגעגאנגען צו איהם נאכן דרשה, און איהם געזאגט אז ער איז א דאקטער איבער דרייסיג יאר, און ווען ער ווייסט דעמאלסט אין אנפאנג פון זיין קארעריע וואס ער האט דא נארוואס געהערט, וואלט ער אינגאנצן געטוישט זיין מהלך צו דעם.

וואס איך וויל ארויסברענגען מיט דעם איז, אז יעדער איינער ווייסט נאר דאס וואס ער ווייסט און דאס וואס ער האט דורכגעטון. א דאקטער וועט דיר נאר זאגען זיין ריסערטש, אבער פון עפעס אנדערש וועט ער נישט וויסן, און אלעס אנדערש וועט פארשטייט זיך זיין נישט ריכטיג. אבער אויב א דאקטער ווייסט נישט ווייל ער האט נישט געהערט דערפון, מיינט נאך נישט אז עס עקזעסטירט נישט. וואס איך ברענג דא אראפ איז דאס וואס איך האב דורכגעטון און וואס איך זעה אלטס ריכטיג, און וואס מאכט שטארק סענס. פון דא און ווייטער, זאל יעדער טון וויאוזי ער פארשטייט, און יעדער זאל זיך דורכרעדן מיט זיינע מומחים.

די צווייטע נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען אזוי בדרך אגב, אז אפילו סקיזעפריניע איז אויכעט א מחלה וואס מען קען אויסהיילן מיט א מין מהלך פון זעהן די אמת'דיגקייט און די מטרה פונעם סימפטום (אינעם ביך Unlocking the emotional brain ווערט אראפגעברענגט א מעשה ווי א טערעפיסט האט אויסגעהיילט אזא איינעם מיט קוהירענס טערעפי).

איבער ווייטעמינען

און וואס טוט זיך וועגן ווייטעמינן?

ווייטעמינען זענען אביסל אנדערש פון מעדעצינען. איינס עס איז נאטירלעך, צווייטענס, ווייטעמינען קענען אויך ארבעטן שנעלער פון געוויסע מעדעצינען. אבער ווי געשריבן אויבן, דארף מען אלטס נעמען אין באטראכט די מעגליכקייט, אז דאס גייט נישט זיין די גאנצע רפואה און קען גאר מאכן רינגעראנגערויזי פון איין ווייטעמין צום צווייטען פונקט אזוי ווי ביי מעדעצינען. די סיבה פאר דעם איז, ווייל נישט די פיזישע ביולויגשע מציאות איז די שורש צום אנגעצויגענקייט, ווי די ווייטעמין פירמעס פארקויפן (וואס קומט אייגענטליך פון די פארמיסוטיקעל קאמפעניס), עס איז נאר די תוצאה. איך האב שוין געזען ביי מענטשן, וואס האבן אנגעהויבן צו נעמען ווייטעמינען, און ווען זיי זענען געווארן מקושר צו די אמת פון זייער סימפטום, האט זיך פלוצלינג שוין נישט געפילט אזוי וויכטיג צו נעמען דעם ווייטעמין, און צו זייער סופרייז האט דער פאניק אטאקע נישט פאסירט אויך אן די ווייטעמין.

קען די ווייטעמין צוהעלפן? קען זיין, אזוי ווי יעדע בארוהיגונגס מיטעל וואס בארוהיגט דעם נערוועס סיסטעם וועט ארבעטן פאר א שטיק צייט און ס'פילט זיך זייער גוט. אבער איז דאס די 'אמת'ע' רפואה? דאס קען איך נישט זאגען.

און וואס טוט זיך מיט 'ענערזשי הילינג'? דאס האף איך אי"ה דורכצוטין אינעם נעקסטן שיעור.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור יב - דיין אייזל רעד? הער אים אויס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

בלעם שמייסט אריין אין זיין אייזל

דער געדאנק פון דעם אשכול האט זיך אנגעהויבן פארמירן שבת פר' בלק בשעת'ן ליינען. ב"ה איך האב יעצט געטראפן די צייט עס אראפצושרייבן. די לעצטיגע געטיעכטס דא אויפן וועלטעל בנוגע מרה שחורה און שמחת החיים האט מיר געברענגט צוצולייגן מיינע צוויי סענטס צום נושא.

פר' בלק האט מען געלערנט די פרשה פון בלעם מיטן אייזל.

אויב מטראכט אריין וואס דא האט פאסירט, איז דאס באמת זייער אינטרעסאנט.

בלעם שמייסט אריין אינעם אייזל אינגאנצן אויפגעברויזט, ווען ס'רינט זיך אים שוים פון זיין מויל. דערנאך נעמט זיך דער אייזל אזוי תמעוואטעוודיג רעדן צו בלעם'ן, היתכן די פראקסט מיך אריין? וואס האבעך דיר דען געטון? בלעם, ווערענדיג נאך מער אויפגעברויזט אויף דעם תאמעוואטעדיגן שאלה, נעמט זיך יאמערלעך שרייען אויפן אייזל, 'דו ווייסט נישט פארוואס איך פראק דיר?! פארוואס שטעלסטיך אפ ווי אן אייזל?! גיי שוין!!' דא האט שוין דער אייזל שוין נישט געקענט מער, פאר אים איז דאס געווען א דבר פשוט, אויב איינער שטייט פאר זיינע אויגען, ווי קען ער זיך ריקן ווייטער. וואס וויל מיין בעה"ב פון מיר האבן? איז ער אינגאנצן אראפ פון זינען? ער זעהט נישט אז מ'קען נישט גיין דא? מאכט דער אייזל אויף א מויל, און נעמט זיך שרייען אויף זיין בעה"ב, 'האב איך דיר נישט געפאלגט ביז אהער? האב איך דיר דען אריינגעלייגט אין אזא מצב אמאל? מיינסט אז איך בין אזאוי צודרייט?

איז קודם דארף מען פארשטיין, פארוואס זאגט נישט דער אייזל גראד צו בלעם'ן, 'דו זעהסט נישט דעם מלאך שטיין דא, און ער לאזט מיר נישט גיין? ביזטע ממש בלינד געווארן אויף דער עלטער?!'

צווייטענס, ווילאנג דער מלאך האט זיך נישט אנטפלעקט פאר בלעם'ן, איז בלעם נישט געווען צופרידן, און ס'זעהט אויס, אז אויב דער מלאך וואלט זיך נישט אנטפלעקט, וואלט ער ווייטער אריינגעפראקט און באזידעלד זיין אייזל פארן אים אזוי אפטון. ווען נישט דער מלאך ריקט זיך דא אריין און נעמט איבער די לייצעס, וואלט דא געפלויגן פעטש אן קיין רחמנות אויף דעם אומשולדיגן אייזל, בשעת איינער שטייט איר אין וועג, און לאזט איר זיך נישט רירן.

אבער וואס איז מיט דעם בלעם? וויפל שכל דארף מען האבן, אז ווען מזעט אן אייזל זיך אויפפירן, און נאך דערצו עס נעמט זיך רעדן, זיך צו געבן א שטעל אפ, און טראכטן פאר איין סעקונדע, 'וואטס גויאינג אן היר טודעי וויט מיי דאנקי?! דאס איז נישט דער אייזעל וואס איך קען! זייט ווען טוט זי מיר אזוי אפ, און זייט ווען קען זי רעדן?! עפעס איז טאטאל נישט בסדר!'

און נישט נאר דאס, ווי נישט ווי, האט בלעם גאנץ געוויסט, אז דער באשעפער וויל נישט אז ער זאל גיין. נו, איז נישט דברים בגו אז עפעס שטעלט דא דער באשעפער אונטער? קען אפשר זיין אז דער אייזל וויל טאקע ליצנות מאכן פון אים, אבער אפשר פאסירט דאס 'פונקט היינט' ווייל דער באשעפער טוט דא עפעס? אבער בלעם ווייסט נישט פון גארנישט, ער איז משוכנע אויף הונדרעט פראצענט, אז זיין אייזל וויל פראסט און פשוט מאכן ליצנות פון איהם היינט. נא נא, וועסטע כאפן!

איז די קושיא פון צוויי זייטן, פארוואס זאגט נישט דער אייזל ברחל בתך הקטנה וואס דא גייט פאר? און פארוואס נוצט נישט בלעם אביסעלע שכל אז זייער מעגליך אז ס'איז דא א תירוץ פארוואס 'פונקט היינט?' און ס'איז נישט אזי פשוט פארוואס זיין אייזל פירט זיך אויף אזוי.

און דער תירוץ איז פון צוויי וועגן, סיי פונעם אייזל, און סיי פון בלעם.

דער אייזל בלייבט אייזל, און בלעם בלייבט בלעם.

א אייזל איז א בהמה, זי טוט וואס זי זעהט. ס'פאלט איר נישט איין אז עפעס איז דא אויסטערליש אינטרעסאנט. ווען א אייזל זעהט א מלאך, איז דאס פונקט ווי זי זעהט א מענטש, און אלעס זעהט אויס נארמאל. א מענטש האט א פראבלעםצו זעהן א מלאך, אבער נישט א אייזל. נישט אומזינסט האט בלעם נישט געזען דעם אייזל, ווייל ער וואלט פשוט משוגע געווארן, ווייל א מענטש מיט שכל פארשטייט אז צו זעהן א מלאך איז נישט נארמאל (ווי רש"י איז מסביר). איז פארן אייזל איז פשוט נישט איינגעפאלן צו זאגן פאר זיין בעה"ב, איך דארף אים זאגן? זעהט ער נישט אליין מיט די אייגענע אויגן? איז ער טאקע אזוי משוגע? ס'איז קלאר אז היינט האט ער אביסל צופיל געטרינקן אדער וואס, און וויפל איך וועל אים נאר מסביר זיין וועט גארנישט העלפן. א שאד די צייט. איז פארפאלן, היינט גיי איך כאפן קלעפ. און ווען די קלעפ הערן נישט אויף צו קומען, נעמט ער זיך שרייען פון גרויס ווייטאג.

בלעם, פון די אנדערע זייט, האט דאך נישט געוויסט וואס זיין אייזל גייט יעצט אריבער, און וואס זי טראכט יעצט. בלעם איז א מענטש, און ער זעהט נישט קיין מלאכים, און ביי אים איז אויך קלאר אז אייזלען זעהן נישט קיין מלאכים (אויב איך זעה נישט, קען מיין אייזל אוודאי נישט זעהן! הע הע! איך האב דאך אסאך מער שכל פון אים), ביי אים איז קלאר אז היינט וויל אים דער אייזל פשוט גיין אויף די נערוון. 'נא נא אייזל, דו וועסט אזאנס כאפן ביז דו וועסט 'דערהערן' אז מיט מיר פאנגט מען זיך נישט אן!'

איי, הויכגעשעצטער בלעם, טראכט אריין א מינוט, אפשר דאך? אויב דיין אייזל איז געווען וואויל ביזט היינט, און דו האסט עפעס א פרשה מיטן אויבערשטן יעצט, איז אפשר זענען די צוויי אינצידענטן געבינדן איינסט מיטן צווייטן? און אפשר זעהט טאקע דיין אייזל עפעס מער וואס דו ווייסט נישט, אדער דו 'ווילסט נישט' וויסן?

אבער נעעע! נישט בלעם. בלעם גייט זיך אזוי שנעל מכניע זיין צו זעהן זיין דורכפאל.

און די פייט גייט אן. און די פייט וואלט נאך אפשר אנגעגאנגן ביז היינט, אויב דער מלאך וואלט נישט אריינגעקומן און געמאכט סדר.

און יא, בלעם מיט גרויס בושה, האט געמוז מודה זיין אז דער אייזל האט געזען דא עפעס סאך מער וואס ער האט געזען. נישט נאר וואס ער האט עס נישט געזען, נאר עפעס וואס ער אליינס האט געוויסט וואס ער האט צוטון, נאר ער האט זיך נישט געהאלטן ביים וויסענדיג מאכן צו וואס דער אויבערשטער האט אים געהייסן.

ער איז דא געווארן איבערגעקליגט פון א פשוטע אייזל.

און די בושות איז געווען שרעקליך.

עד כדי כך, אז כדי 'שלא יאמרו זו היא שסלקה את בלעם בתוכחתה ולא יכול להשיב, שחס המקום על כבוד הבריות', און דערפאר האט דער באשעפער געהרגעט דעם אייזל, צו שוינן אויף בלעם'ס כבוד.

וואס וואלט געווען ווען בלעם געט זיך א שטעל אפ פאר א מינוט און גיט א טראכט, העי וואס גייט דא פאר? וואס איז היינט אנדערש ווי היינט? און ווען ער זעהט אז ער האט שוין א שפראך מיטן אייזל און ער קען פלוצלינג רעדן מיט איהם, וואלט געקענט פארקומען אזא שמעוס בערך:

בלעם: אייזל איך עפרישיעיט זייער שטארק וואס דו האסט אלעמאל געטון אזא פינעם זשאב, אבער וואס גייט פאר היינט?
אייזל: איך ווייס נישט, איינער שטייט דא און לאזט מיך נישט גיין!
בלעם [אינגאנצן פארווינדערט]: וועמען זעסטו דארט? איך זעה נישט קיינעם?
אייזל [שוין אינגאנצן ערשטוינט]: דו זעסט נישט קיינעם?
בלעם [שוין נישט וויסענדיג ווער ס'מאכט חוזק פון וועמען? אבער פראבירט זיך צו האלטן רוהיג און מיט די קאפ אויפן פלאץ]: זאג נאר אייזעלע טייערע, וויאזוי זעהט אויס דער מענטש וועמען דו זעהסט?
אייזל: ער זעהט אויס זייער אינטרעסאנט, ווען דו זעסט אים ווען, וועסטו פארשטיין ווי אינטרעסאנט דאס איז. ער איז ווייס, מיט זייער אסאך פליגלעך, ער האלט די הענט אין הויך, און האלט א שווערד, און...

יעצט טראכט שוין בלעם צו זיך אז דא האנדעלט ער מיט א צופידעלטע בהמה וואס דמיונט אין גרויסן. 'וואס איז איהם היינט אריין אזא שגעון אין קאפ?' ווינדערט זיך אזוי בלעם צו זיך אליין. פארפאלן דאס איז די מציאות. זעהט אויס אז בהמות קענען אויך ליידן אויף דמיונות, כ'האב דאס קיינמאל נישט געוויסט (איר לאכט? ס'איז דא הוראות וויאזוי זיך צו באגיין מיט הינט וואס האבן אוי. סי. די.). בלית ברירה וועל איך מוזן אביסל מיטשפילן מיט איר, דא אזוי אויפן וועג האב איך נישט א פראפשענעל וואס זאל זיך קענען אפגעבן מיט איר.

ווילאנג ער טראכט האקט דער אייזל אריין:

אייזל: נו, דו זעסט אים שוין? ער ריקט זיין האנט ארויפ און אראפ, זייער אינטרעסאנט...

בלעם איז מחליט אביסל מיטצושפילן.

בלעם: אייזעלע, דער אינטראסאנטער מענטש האט א מויל?
אייזל: יא, זייער א פאני מויל.
בלעם: אה גוט, פרעג אים וויאזוי ער הייסט.
אייזל: ער וויל נישט זאגן.
בלעם: איז פרעג אים פון ווי ער קומט?
אייזל: ער זאגט ער קומט פון אויבן.
בלעם [פאנגט אים אן אביסל שלעכט צו ווערן]: וואס הייסט פון אויבן?
אייזל: איך ווייס נישט, אזוי זאגט ער. האסט געהערט ווי ער האט עס געזאגט?
בלעם: ניין. [מיט א מער נערוועזע טאן] פרעג אים וואס ער וויל.
אייזל: ער זאגט אז ער וויל דיר נישט לאזן גיין. ער זאגט אז ס'איז נישט גוט פאר דיר צו גיין ווייטער.
בלעם [פאנגט אן צו שמעקן פון וואס ס'האנדעלט זיך דא, און זיינע נערווען ווערן אביסל מער אנגעצויגן. פראבירט זיך זייער שטארק צו האלטן רוהיג]: פרעג אים וואס ס'גייט אים אן? ווער איז ער? ווער האט אים אהערגערופן? ווער האט אים געפרעגט?
אייזל: ער זאגט אז ער מיינט דיין גוטס. ס'איז נישט גוט פאר דיר אז דו גייסט שעלטן די יודן. ס'איז א שאד פאר דיין צייט, דו וועסט דורכפאלן.

דא ווערט שוין בלעם פארלוירן. ער כאפט שוין גאנץ גוט וואס דא גייט פאר, און ווער דער 'יענער' איז וואס לאזט איהם נישט גיין. ער האט שוין טויזענט מאל חרטה פארן אנהויבן דעם גאנצן שמועס, און פארן זיך אזוי אראפלאזן 'שפילן' מיט זיין פארדמיונטע אייזל. זיין גאנצע פלאן פון שעלטן די אידן קעגן דעם אויבערשטענס ווילן, קען דא גיין לטמיון.

אבער סאיז שוין דערנאך. דאס איז עס. ער האט אנגעהויבן דעם שמועס, און דא האלט ער יעצט. ער האט צוויי ברירות, אדער גיין מיטן אמת, און צירוק אהיים גיין, אדער גיין מיטן קאפ אין וואנט.

דאס אלעס וואלט געקענט געשען. אבער אויב וואלט בלעם געווען אזוי, וואלט ער מעיקרא נישט געגאנגן. אבער בלעם טוט וואס ער וויל, און אזוי זעהט מען אויס. מיט זיינע צופידעלטע נערווען, וויסענדיג אז ער גייט דא אויף א מיסיע וואס האט נישט קיין אויסזיכטן מצליח צו זיין, ווערט ער גלייך נערוועז אויפן אייזל און פראקט אריין אן רחמנות, נישט כאפענדיג אז דא ליגט עפעס א אינטערגעשטעלטע מעשה.

די אייזל אין אונז - דיין אייזל רעד? הער אים אויס!

די תורה איז נצחיות.

מיר אלע האבן אן 'אייזל' און אונז. מיר האבן א גאנצע מערכת פון כוחות נפשיים וואס פירט אונז. עס אונז אינסטינקטיוו. סטראכט נישט, ספירט זיך אויף וויאזוי מען האט אים געפראגרעמט.

מיר אלע האבן אויך א העכערע כח פון א בהמה, וואס איז געמאכט צו פירן דעם בהמה - ס'ווערט אנגערופן שכל. שכל קען פראגרעמען דעם בהמה ווי אים צו פירן און וויאזוי ער זאל זיך אויפפירן. אבער צומאל קענען זיך די צוויי אביסל צומישן, נישט וויסענדיג ווער דארף וואס צו טון. דעמאלטס, אין די שוואכע מינוטן, קען דער אייזל ווערן דער וואס פירט (האט איר שוין געזעהן א קלאס וואס די קינדער זענען נישט אזוי אין קאנטראל, ווייל זיי פילן נישט ווי זיי האבן א רבי וואס קאנטראלירט זיי?).

צומאל איז דער אייזל זייער גערעכט, און ס'פילט זיך זייער אומבאקוועם צו הערן וואס זי זאגט.

אבער זי געבט נישט אויף, און זאגט דאס וואס פעלט אויס אין די מינוט.

דער אייזל, הייסט אסאך מאל ענקזייעטי, אסאך מאל הייסט עס פאניק, אסאך מאל הייסט עס דעפרעסיע, און אסאך מאל א גוטן שמייס אין רוקן, אבער הצד השוה שבהם אז ס'איז א אייזל - זי זאגט וואס זי זעהט, און בעיקר, דאס וואס דער שכל וויל יעצט נישט זעהן.

דער אייזל ווערט ווי א זשי. פי. עס. אין צייט פון נויט.

אבער אן אייזל, בלייבט אן אייזל. קיין סאך שכל האט זי נישט. אבער זי זאגט פראסט און פשוט וואס זי זעהט, ווען די שכל וויל משום מה נישט זעהן. צומאל איז עס 'איבערגעטריבן' און נישט אין די ריכטיגע פראפארציע, אבער אויב הערט מען איר אויס, דעמאלטס קען מען עס אויסגראדן.

אבער מ'מאוז איר קודם אויסהערן, אז נישט ווייסט מען נישט וואס זי זעהט.

דאס איז די יסוד פון ענקזייעטי וכדו'. עס איז א כח אינעם מענטש וואס האלט קלאר אז דער מענטש וויל נישט גיין ווייטער. ער זעהט אבער קלאר אז דער מענטש וויל עס נישט הערן. בלית ברירה צונד ער אן זיינע לעמפעלעך און שרייט פייפעדיגע קולות, אזש מען קען נערווירט ווערן פון אים.

דער וואס הערט די קולות האט צוויי ברירות.

מקען צירוק שרייען און אנקוקן די ענקזייעטי ווי א משוגענער צודרייטער בעל דמיון, וואס וויל סתם דרייען א קאפ און משוגע מאכן דאס מענטשהייט. און מ'קען זיך אויך געבן א שטעל אפ און טראכטן א מינוט, העי, וואס גייט דא פאר? אפשר וויל ער מיר עפעס זאגן וואס איך וויל נישט הערן? עפעס מאכט נישט קיין סענס, פונקט היינט פיל איך אזוי משוגע? עפעס מוז דא מאכן סענס.

אויב נעמט מען די כח און שטארקייט עס אויסצוהערן ווי אומבאקוועם עס זאל נאר זיין, דעמאלטס קען מען צו גיין צום 'פארהאנדלונגס טישל' און טרעפן א לייזונג צום דילעמע, אויב אבער וויל מען דאס אנקוקן ווי א 'אנשיקעניש' און נישט מער, און מדארף נישט מער ווי א פיליכעל עס מסדר צו זיין, דען יו לאסט די האויל פוינט.

און אונזערע שיעורים האבן מיר שוין געברענגט כמה דוגמאות וויאזוי דאס זעט אויס. למען החידוש עמער ברענגען קורצע עפיזאדן פון מענטשן וואס האבן געהערט פון זייערע 'אייזלן' ווען זיי האבן דאס אנגעהויבן אויסצוהערן, בפרט בעניני רוחניות, און וויאזוי זייער אינערליכע 'פייט' האט זיך געקענט אנהויבן צו בארוהיגן אפילו נאך פאר מ'האט געהאט דעם ענדגילטיגן לייזונג.

משה ברוך'ס אייזל - טו תשובה!

משה ברוך, א פריש חתונה געהאטע יונגערמאן, האט זיך אריינגעזעצט מיט פרישע כוחות אין כולל, האפענדיג אז יעצט נאך די חתונה גייט עס שוין נישט דרוקן, און וועט קענען לערנען מיט הרחבת הדעת.

אבער ס'איז אים נישט געווען באשערט.

ס'האט אים ווייטער אראפגעדרוקט ווי להכעיס.

פון ווען משה ברוך איז א קליין יונגל, ווייסט ער אלץ, אז אין זיין קאפ איז דא עפעס וואס דרוקט אים אראפ צו דער ערד, און וויל אים אומווארפן אין יעדע ליאדע מינוט. בפרט ביי פלעצער ווי ער האט זיך געדארפט מער האלטן אין באלאנס, ווי אריבערגיין די גאס, איז די עקזייעטי געווען נאך גרעסער, 'אפשר יעצט גיי איך טאקע אראפפאלן?' איז כסדר געווען זיין פחד.

נאכן חתונה, האט זיך די קאפ דרוקענישן נישט אויפגעהערט, און ווי פארשטייט זיך האט עס אים געשטערט אין זיין חיי יומיום.

במשך די יארן האט ער עס שוין געהאט אויסגעטשעקט ביי אסאך פראפעסארן, אבער קיינער האט עכט נישט געטראפן עפעס גאר ערענסט.

ווען איך האב געטראפן משה חיים'ן איז ער שוין געווען זייער מיואש פון אמאל פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש. ער האט געקענט טרעקן דעם אנשיקעניש, צירוק ביז אזוי ווייט ווי ביי די פינעף יאר.

איך האב מציע געווען פאר משה חיים'ן צו טון עפעס אנדערש פון וואס ער האט געטון ביז יעצט. אנשטאטס צו אנטלויפן און באוויינען דעם דרוקענישט, האב איך אים מציע געווען צו כאפן א שמועס מיט אים.

איך האב קודם אביסל מסביר געווען פאר משה חיים'ן דעם קאנסעפט פון געוויסע כוחות הנפש וואס ווילן כאפן אונזערע עטענשען, הגם עס איז אמאל אומבאקוועם צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן. נאכדעם וואס ער האט עס פארשטאנען, האב איך געהייסן פאר משה חיים'ן צו פרעגן דעם 'קוועטעשר' אין זיין קאפ וואס ער וויל פון אים האבן. 'קענסט אים פרעגן דיירעקט', האב איך פארגעשלאגן, 'פארוואס קוועטשטו מיך אזוי שטארק? און קענסט אים אויך דיירעקט זאגן, אז דו ביזט אפען און גרייט צו הערן א תשובה'.

משה חיים האט געפאלגט און האט געפרעגט דעם קוועטעשר, 'פארוואס קוועטשטו מיך און דו לאזט מיך נישט קיין מנוחה? איך בין גרייט צו הערן וואס דו ווילסט מיר זאגן'.

יעצט האב איך אים געזאגט, נעם א טיפע אטעם, האלט דיך רוהיג, און דו וועסט הערן די תשובה אין דיין קאפ ווען די מינוט וועט קומען.

משה חיים איז אזוי געזעצן רוהיגערהייט א מינוט צייט, אבער גארנישט געהערט. איך האב אים געהייסן נעמען נאך א טיפע אטעם, און נאך א מינוט און ס'גייט קומען א תשובה. ביז... ער האט אנגעהויבן עפעס צו הערן אין זיין קאפ.

'ער זאגט עפעס וועגן תשובה..., לאמיך אים אויסהערן נאך א מינוט...', האט משה חיים א קרעכץ געגעבן.

ער הערט אים אזוי אויס, און יא... עפעס זאגט ער וועגן תשובה טון.

משה חיים האט זיך געכאפט פון אסאך אינצעדענטן אין לעבן, וואס האט אים כסדר געגעבן די מעסעדזש אין לעבן אז... דו דארפסט תשובה טון פאר דיינע עבירות, און דער זעצער אין זיין קאפ, וויל אים דערמאנען די זעלבע זאך.

איך האב געפרעגט משה חיים, אויב ער ווייסט פון וועלכע עבירות דער קווטשער רעד פון?

'אוודאי ווייס איך וואס ער מיינט', האט משה חיים געענעפערט, 'איך דארף טאקע תשובה טון אויף אסאך עבירות אין מיין לעבן'.

פרעג איך אים ווייטער, 'און וואס וועט געשען אויב ער וועט דיר נישט אזוי שטארק קוועטשען, נאר די מעסעדזש וועט בלייבן אזוי אינדרויסן, אן דעם וואס ס'זאל דיר קוועטשען פון אינעוויינגי?'

'נע', גיט משה חיים א מאך אוועק, 'דעמאלטס וואלט איך מיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים'.

'אהא', ענדיג איך צו, 'די איינציגסטע וועג וויאוזי דו מאכטס דיך וויסענדיג פון אים, איז נאר אויב ער קוועטשט דיר 'גוט גוט' אריין אין די ביינער, אז נישט ווייסטו נישט אויב דו גייסט אים אויסהערן.

'אוודאי אזוי', פירט משה חיים אויס, 'אגאנץ לעבן דארף איך תשובה טון? אבער ער איז דאך גערעכט, איך דארף טאקע תשובה טון'.

איך האב אראפגעשריבן אויף א צעטל, דאס וואס משה חיים האט יעצט פון דאסניי מיטגעלעבט, 'אויב גייסטו מיר נישט גוט אריין קוועטשן, גיי איך פארגעסן תשובה צו טון אויף מיינע עבירות, סוי דו מיזט מיך גוט צוקוועטשן אז איך זאל גוט געדענקן', און איך האב אים געהייסן ליינען דעם צעטל בערך איין מאל א טאג ווען ער פילט ווי ס'קוועטשט אים.

איבעריג צו זאגן אז במשך די נעקסטע וואך האט אים גארנישט געקוועטשט מער, אפשר ממש איינס אדער צוויי מאל פאר א פאר מינוט. יעצט האט מען געקענט שמועסן 'פראקטיש' אויף ווי ווייט ער דארף תשובה טון, אויף וואס ער דארף תשובה טון, און בעסער צו פארשטיין די מושג פון תשובה בכלל.

משה חיים'ס 'אייזל' - ואס איז געווען אין א פארעם פון שטארקע קוועטשענישן אין קאפ, האט כסדר געוואלט טון עפעס פאר משה חיים דאס וואס משה חיים האט געוואלט הערן, אבער משה חיים האט זיך משום מה נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם, ממילא האט ער אים כסדר נערווירט מיט זיינע מעסעדזשעס. ביז ענדלעך, אזוי אומגעפאר 20 יאר שפעטער, האט ער אים ענדליך אויסגעהערט, און ער האט געקענט נאכלאזן. יעצט האט דער אייזל געוויסט אז ער גייט 'יא' אויסהערן אפילו ער גייט נישט אזוי שטארק קוועטשן.

אבער א אייזל בלייבט אייזל. און יעצט קען מען איבסל מסביר זיין דעם אייזל, און פאר משה חיים'ן זעלבסט, וואס תשובה איז בכלל, און וויאזוי מען מאכט דאס.

הערשל'ס אייזל - דו זיכסט א תירוץ צו אנטלויפן פון דערהיים

הערשיל איז ב"ה א סאקסעספולער ביזנעס מאן. במשך די לעצטע פאר יאר איז ער ב"ה שטארק געשטיגן אין זיין ביזנעס. אבער ווי מער ער איז געשטיגן אין ביזנעס, האט ער אויך געזען א שטיקל ירירדה אין זיין רוחניות. ער האט געהאט א חברותה אויף צוויי שעה ביינאכט, אבער קיין סאך איז זיין קאפ נישטא געווען. עס האט אים שטארק געבאדערט, אבער ער האט זיך עפעס נישט געקענט קיין סאך העלפן, און מיט דעם איז אויך מיטגעגאנגען אנדערע חלקים, ווי נישט אינזין האבן געהעריג ביים דאווענען וכדו'.

ביז היינט האט ער אלעס תולה געווען אין זיין אויפבויען זיין ביזנעס. זאכן זענען נישט געגעאנגען ווי געפלאנט, זאכן זענען געווען צופארן, און זיין קאפ איז ממש נישטא געווען. בלית ברירה האט ער זיך געגעבן א תירוץ אז זיין קאפ איז נישטא, און האפענטליך ווען ביזנעס וועט זיין בעסער, וועט זיין קאפ בעסער זיין אפען צום לערנען.

אבער ביזנעס פארט שוין ב"ה פיין, און נאך אלץ, דער קאפ איז נישטא, און ער האט זיך ארומגעדרייט זייער צובראכן וועגן דעם.

ער האט עס ווייטער תולה געווען אין דעם אז זיין קאפ איז זייער מיד נאך א טאג שווערע ארבעט.

האב איך אים געפרעגט אויב לערנען פארטאגס, ווען די קאפ איז נאך אויסגעריהט, אויב דעמאלטס וואלט געווען א בעסערע צייט פאר אים.

ער האט געענעפערט אז יא, אבער דא האט ער זיך געכאפט אויף זיין 'פראבלעם' פון ביינאכט.

ער האט אנגעהויבן כאפן וואס ער וויל באמת.

ביינאכט האט ער נישט קיין געדולד צו זיין אינדערהיים. ער פילט אז ער איז סתם א 'שלאק' ביינאכט אינדערהיים. דא בעהט אים זיין ווייב ער זאל דאס ברענגן, און די נעקטטע טאג זאל ער יענץ ברענגן. ער איז שוין געווארן פעד-אפ! אויב בלייבט ער שוין יא אינדערהיים ביינאכט, און לערנט אנשטאטס דעם פארטאגס, וויל ער קענען פארברענגן מיט זיין ווייב, לכה"פ א רוהיגע פופצען מינוט. אבער ביז היינט איז אים געוון קלאר אז דאס גייט נישט פאסירן. זיין ווייב וועט כסדר זיין זייער ביזי מיט שטותים והבלים, זאכן וואס 'מוזן' ווערן ערלעדיגט אין שטוב. אבער אביסל צייט פאר איר מאן, וועט זי נישט מאכן.

דער יונגערמאן, האט דאס פשוט נישט אויסגעהאלטן, און האט נישט געזען קיין שום זין פון בלייבן אין שטוב. אבער סתם ארויסגיין פון שטוב, וועט דאך זיין ווייב נישט לאזן, ווייל ס'איז דא 'וויכטיגס' צו טון אין שטוב, און ער האט געוויסט אז ער וועט אינטערברעכן אונטער זיין ווייבס פרעשור.

האט ער געטראפן א גוטע עצה - מ'גייט גיין לערנען. דאס קען שוין זיין ווייב נישט אפזאגן. איך מיין, איר מאן מוז דאך גיין לערנען. אויב גייט מען צירוקטוישן דעם שיעור אויף פארטאגס, איז דער יונגערמאן געטרעפד!

דער נושא איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן במשך דעם שמועס. כדי דאס שטערקער צו מאכן, האב איך אים געהייסן זיך דמיונ'ען ווי זיין ווייב שטייט ביים פענסטער פון ביהמ"ד, און ער זאגט איר אפען און גראב, 'ווייב טייערע, איך וואלט ווען געוואלט לערנען פיין, און איך קען ווען לערנען פארטאגס, אבער ס'איז נאר דא איין סיבה פארוואס איך בין דא - ווייל איך האב נישט קיין אנדערע וועג פטור צו ווערן פון דיר!'

דאס האט ארויסגעברענגט זיין טיפע ווייטאג אז ער האט טאקע נישט געהאלטן ביים לערנען יעצט. ער האט פשוט געזיכט אוועקצוגיין פונדערהיים און נישט דארפן זיין אינעם אומרוהיגן אטמעספערע. די ביסל רוהיגקייט נאך א טאג ארבעט האט ער געטאפן בשעת ער האט געקלאצט און געפראוועט פיינע שמועסן מיטן חברותא אין ביהמ"ד.

עס האט שטארק ארויסגעברענגט זיין טיפע ווייטאג פון נישט קענען האבן די ערווארטעטע קשר וואס ער האט געוואלט האבן מיט זיין ווייב.

די אנערקענונג האט אים געמאכט איבערטראכטן ווי ער האלט אויף דער וועלט. פלוצלינג האט ער אנגעהויבן צו זעהן אז זיין אמאליגע החלטה, פון א יאר צירוק, מוז נישט זיין גולטיג אויף היינט. זייער מעגליך אז ער קען יא האבן אן אפענע שמועס דערוועגן מיט איר, אן דארפן ארום גיין פון אונטער די טיר מיט כל מיני תירוצים.

איבעריג צו זאגן אז די נעקסטע טאג האט ער נאך יארן פון נישט קענען האבן א קלארע קאפ ביים דאווענען, צירוק געקענט פילן א תענוג רוחני. ער האט זיך צירוק דערזעהן ווי 'זיך'.

הערשל'ס אייזל, האט געזען עפעס וואס ער האט נישט געוואלט זעהן. הערשל האט נאר געטראכט א גאנצע צייט אז ער וויל לערנען, און ער האט באמת געוואלט לערנען. אבער זיין אייזל האט געוויסט עפעס וואס הערשל וויל נישט אנקוקן (ס'האט אים קיינמאל נישט געפאסט צו טראכטן אזוי הויך דאס וואס ער וויל באמת). איינמאל הערשלע האט דאס אויסגעהערט, האט ער געקענט מאכן א מער קלארערע החלטה אין לעבן, און צירוק באקומען זיין נאטירליכע ענערגיע.

מיר אלע האבן אמאל אזעלעכע אייזלען אין לעבן. מיר האבן די ברירה וויאזוי צו האנדלען מיט דעם אייזל. אדער זיך אויפפירן ווי בלעם, און עס אנשרייען כאילו ס'איז א 'מקרה' און פערצאפעל איז היינט אנגעקומען א אנשיקעניש. אדער קען מען צוגיין דערצו בהשכל ודעת, און זעהן וואס ס'זאגט אונז. בדרך כלל זאגט עפעס וואס איז אונז נישט געשמאק צו הערן. אבער אויב מ'הערט עס אויס, קען נאכדעם ווערן ליכטיג.

הצלחה רבה.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ג - ווען און פארוואס גיין צו די עבר - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

בס"ד

די יסודות'דיגע חילוקים פון סייכויאנאליזיה און קוהערענס טערעפי

אריין גיין אין די עבר, וואס פעלט דאס אויס?

אנפאנג פון די שיעורים האב איך געשריבן אז איך וועל פראבירן דורכצוטון געוויסט שיטות אין טערעפי אין קאנטראסט צו קוהערענס טערעפי, (ווי אויך געדענק איך האט עס איינער געבעטן אין איינע פון די תגובות, איך געדענק שוין נישט ווי), וויל איך פראבירן זיך אביסל מתייחס זיין צו דעם בנוגע סייכויאנאליזיה.

אין דעם ארטיקל וועלן מיר זיך אביסל באציען צו די הויפט חילוקים וואס איז דא צווישן אלגעמיינע סייכויאנאליזיה, סייכוידיינאמיק - וואס זיכט אריין צוגיין ווי מער אין די אלטע באהאלטענע געפילן, פון ווי פראבלעמען האבן זיך אנגעפאנגן, און קוהירענס טערעפי צו וואס מיר האבן זיך באצויגן במשך די ארטיקלען.

די הויפט שאלה וואס קומט ארויף ווען עס קומט צו סייכואנאליזיה, איז וואס האט מען פון פארשטיין די עבר? וואס פעלט עס אויס? און צומאל ווערט מען סתם אריינגעדרייט אין די געפילן לכבוד דעם על לא דבר. עס גייט אפילו ארום א שטיקל חוזק מעשה ארום דעם, ווען א יונגעל האט זיך אנגעהויבן דערווערגן, און זיין מלמד, זייענדיג מושפע פון די 'היינטיגע' חינוך, האט אנגעהויבן רעדן 'שיין' צום יונגל, 'יונגעלע, זאג מיר וואס איז באמת דיין פראבלעם? זאג מיר וואס באדערט דיר עכט? וואס האסטו געליטן אין דיין פארגאנגענהייט אז דו קענסט צוקומען צו אזאנס?' אזוי פרעגט ער אים שיין אויס, ביז...

די מעשה איז א ביטערע געלעכטער, אבער דאס קומט מכלומרשט צו עליסטרירן דעם בילד, אז די צייט איז קריטיש וויכטיג, און אויב נעמט מען מכלומרשט די צייט צו אריינגיין אין די שורש פון אלטע געפילן, דעמאלטס קען מען אלעס פארלירן. וואס מען דארף טון איז, גיין צו די פוינט און נישט טראכטן אזוי פיל. הגם שאין המשל דומה לנמשל און ס'יאז גאר א גרויסע חילוק פון א פיזישע עמערזשענסי, צו באהאנדלען א נפשיות'דיגע פראבלעם, אבער לכה"פ אזא בילד האט עס ביים אלגעמיינעם ציבור.

דער אמת איז אבער, אז ס'איז נישט אינגאנצן אזוי, און אין די זעלבע צייט האפן מיר אין דעם ארטיקל ארויסצוברענגן די טעותים וואס זיי זענען באגאנגן מיט די וועג וויאזוי זיי האבן אנגעקוקט דאס גיין אין די עבר.

ווער עס האט געליינט די סעריע ארטיקל ביז אהער, וועט אביסל בעסער פארשטיין וואס איך שרייב יעצט, אבער אפילו איינער וואס האט נישט גרינטלעך דורכגעליינט וועט עס אויך קענען פארשטיין.

די השפעה פון די עבר אויף די עתיד פון א מענטש

די עצם געדאנק אז די 'עבר' איז משפיע אויפן 'עתיד', איז בכלל נישט קיין נייע זאך. שלמה המלך האט אונז דאס מגלה געווען זייער קלאר, 'חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה', זיי מחנך דיין קינד לויט זיין וועג, אז אפילו ווען ער וועט עלטער ווערן זאל ער נישט אוועקגיין פון דעם. דאס מיינט, אז דו זאלסט אים מחנך זיין אויף א וועג, אז דאס זאל בלייבן אויף דער עלטער.

די יעצטיגע חינוך וואס דו ביזט אים יעצט מחנך, גייט אמאל זיין זיין 'עבר', און דו זאלסט זיכער מאכן אז זיין עבר זאל ווערן זיין עתיד.

אונז האמער שוין מסביר געווען די נקודה אין א פאריגע ארטיקל, אז דער באשעפער האט באשאפן א מענטש מיט א כח הרגילות. פארוואס זאל זיך א מענטש דארפן אלעמאל מוטשענען ווען ער טוט עפעס כאילו ער טוט דאס יעצט די ערשטע מאל? האט דער באשעפער געמאכט א כח הרגילות, אז מיט יעדע מאל מען טוט עפעס איבער און איבער, ווערט עס א חלק פון אים, און ס'איז נישט אזוי גרינג זיך אפצוגעוואוינען דערפון.

יעדע זאך וואס ברענגט פאר א קינד תענוג, וועט עס דער קינד וועלן טון נאכאמאל און נאכאמאל, און וויבאלד ער טוט עס נאכאמאל און נאכמאל, גייט ער זיך מער און מער צוגעוואוינען דערצו, און עס גייט ווערן א חלק פון אים. עס גייט אזוי ווייט, אז אפילו ווען ער וועט זיין 30 יאר אלט, גייט ער זיך אזוי ווייטער אויפפירן אן טראכטן צוויי מאל. אזוי איז ער צוגעוואוינט פון קינד ווייז אן. ער קען יארן שפעטער געדענקן זיינע קאמפלימענטן ווען ער האט געטון א גוטע זאך, און ס'איז געווארן א פאקט ביי אים אז דאס איז א מחיה צו טון.

דאס זעלבע איז פארקערט. ווען ער טוט עפעס און ס'ברענגט אים צער, בפרט אז ער האט נישט קיין חיזוק וכדו', גייט ער זיך צוגעוואוינען זיך צירוקצוהאלטן פון צו טון יענע זאך. יעדע מאל ער האלט זיך צירוק, ווערט עס מער און מער איינגעקריט ביי אים אין מוח, אז דאס טו איך נישט פאר קיין געלט. ווען ער איז דרייסיג יאר אלט, ווייסט ער נאך אלץ פאר א פאקט, אז איך טו נישט דאס און דאס. ער גייט אפשר נישט וויסן פארוואס, אבער זיין וועלט פון געפילן ווייסט יא פארוואס. כדי אויסצומיידן פון מאכן יעדע מאל די זעלבע חשבון פארוואס איך וויל דאס נישט טון, א מחשבה וואס קומט סייווי צו צו די זעלבע מסקנא - אז ווען איך טו דאס און דאס ווער איך קריטיקירט וכדו', וועט עס די געפיל ניטאמל אנאלאזירן, נאר עס מאכן פאר א קלארע פאקט - איך גיי נישט דארט און פארטיג, און קיינער זאל מיר נישט דרייען קיין קאפ!

דאס איז די השפעה פון נישט גוטע חינוך. און לגבי אונזער נושא, א פראבלעם פון די עבר.

ווי נישט ווי שטעלט זיך דאס לעבן נישט אפ. און ווי מער עלטער מ'ווערט און מ'דארף קענען נעמען מער אחריות אין לעבן, ווערט דאס א קאנפליקט מיט וואס מ'ווייסט פאר א פאקט פון די 'עבר', און עס מאכט אן א מורא'דיגע צומישעניש. די תוצאה פון דעם צומישעניש ברענגט אן א רייע פון סימפטאמען, ווי ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'. די ענדגילטיגע באשלוס, איז צו גיין א טערעפיסט אדער א קאוטש זאל אים העלפן זיך אויסגראדען דאס לעבן.

דאס איז די השפעה פון די עבר אויף די עתיד.

וויאזוי פאררעכט מען דאס?

דא זענען שוין דא פארשידענע מיינונגען, און די מיינונגען פון אנאליסטן וואס טוען סייכויאנאליזיה זענען, אז דאס בעסטע וואלט געווען ווען דער מענטש זאל 'פארשטיין' פון 'ווי' זיין פראבלעם האט זיך אנגעהויבן, און איינזען אז זיין פראבלעם איז דאס און דאס, ווייל זיין טאטע האט זיך נישט אזוי שיין אויפגעפירט צו אים, און מיט דעם איז צום האפען, אז דער קליענט וועט קענען איינזען אז היות דער פראבלעם איז דער 'אמאל', וועט ער זיך גרינגער קענען אפטיילן דערפון און גיין ווייטער מיט א געזונטע לעבן.

פון דער אנדערע זייט, ווי מיר האבן שוין געשריבן און אנפאנג פון אונזערע שיעורים, האט מען זיך געכאפט אז דאס ארבעט נישט, און סתם פארשטיין און רעדן כסדר פון ווי פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן, האט נישט צופיל אויפגעטון. האט מען זיך אויסגעדרייט צו טון CBT, מיט די קלארע מטרה צו שטיין ווייט פון די אלע סארט אנאליזעכצער, און נאר פראבירן זיך צוצגעוואוינען פון דאס ניי צו לעבן א נייעם לעבן, און לאזן די גאנצע עבר ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

מיט די יארן האט מען זיך געכאפט, אז CBT ארבעט פונקט אזוי נישט גוט. לעצטענס האב איך געליינט אן ארטיקל וואס האט צאמגענועמן פון פארשידענע שטודיעס, ווי CBT פאנגט אויך אן אויסצוועפן, און העלפט נישט קיין סאך מער ווי אנדערע מהלכים, כולל סייכאנאנליזיה. וואס העלפט יא? דאס אליין אז מהאט איינעם אין די זייט א ווארימע מענטש פאר עצה ותושיה, פאר וועמען מען קען זיך אויסרעדן, דאס זעט אויס צו זיין די איינציגסטע זאך וואס מקען זען פארוואס טערעפי העלפט בכלל.

אבער אויב מזאל קוקן מיט אביסל מייקראסקאפישע אויגן אויף די טעותים וויאזוי סייכאנאליזיה איז צוגעגאנגן צו די זאך, און וויאזוי קוהערנס טערעפי קוקט עס אן מיט די געפינסן פון מעמערי ריקאנסאלעדעישן, וועט מען קענען האבן אביסל א קלארערע בילד ווען עס לוינט זיך צו גיין צו די עבר, און וואס פונקטליך דארף מען טון איינמאל מען ווייסט פון ווי דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן.

וויאזוי ארבעט עס ביי סייכויאנאליזיה?

לאמיר קודם געבן א קוק אויף די וועג וויאזוי סייכאויאנאליזיה גייט צו צום זאך. (מיר גייען נישט דא אריין גיין אין די השקפה דיפרענסן וואס דער מייסד דערפון האט געהאלטן, מיר רעדן אז אפילו מ'זאל נאר ארויסנעמען די אויסגעהאלטענע חלק דערפון וואס איז נישט קיין סתירה מיט יודישקייט). דער טערעפיסט הערט אויס דעם יעצטיגן פראבלעם, לאמיר זאגן ענקזייעטי וכדו', און נעמט אויך זיין היסטערי פון זיין עבר, אין וואספארא אומשטענדן ער איז אויפגעוואקסן וכדו'. דאס אלעס טוט מען מיט די האפענונג אז דער אנאליסט וועט באקומען א אנונג וויאזוי צו אויסטייטשן די היינטיגע פראבלעם, מיט וואס ער איז אריבערגעגאנגן אין זיינע יונגע יארן. עס איז דער האפענונג פון דער אנאליסט, אז דער קליענט וועט אנענמען זיין אנאליז, און דעמאלטס בלייבט נאר איבער צו האפען, אז דער קליענט וועט טוישן זיין היינטיגע התנהגות היות ער האט שוין אביסל א בעסערע הבנה וואס זיין פראבלעם איז באמת.

און וואס וועט זיין אויב דער קליענט וועט נישט אננעמען די אנאליז פונעם אנאליסט? אויף דעם איז דא א רייע טאקטיקן וויאזוי עווענטועל צו שטופן דעם קליענט אנצונעמען דער אנאליז.

בכלל איז דער גאנצע שמועס, זייער אן אינטעלעקטואלע שמועס, ממש ווי מ'טוט דורך א סוגיא אין די גמרא, וואס איז אוטומאטיש גורם אז אויף יעדע זאך קען מען זיך דאך דינגען, און עס קען ווערן אזא 'ריתחא דאורייתא'.

און קורצן זענען דא דריי פונקטן:
א', עס איז אן אינטעלעקטואלע שמעוס.
ב', עס איז אינגאנצן אפגעהאנגן וויאזוי דער 'טערעפיסט - אנאליסט' פארשטייט דער פראבלעם, און דער קליענט ווערט געשטופט אנצונעמען דאס וואס דער אנאליסט האלט פאר ריכטיג.
ג', איינמאל מען איז מסכים אויפן שורש פון ווי דער פראבלעם קומט, איז צום האפן אז מיטן פארשטיין אליינס, וועט זיין גענוג פארן קליענט שלום צו מאכן מיט די מצב.

למעשה האט זיך ארויסגעוויזן, אז מיטן פארשטיין אליינס פון ווי א פראבלעם קומט, איז בכלל נישט געונג אויף צו טוישן התנהגות, און פון דא נעמט זיך די גאנצע זלזול אין אנקוקן די 'עבר' פאר waste of time.

איז וואס יא?

די אמת'ע אמת - די אמאל איז היינט, און די היינט איז אמאל!

איך וועל דא שרייבן די ערשטע מיספארשטענדעניש וויאזוי די אנאליסטן האבן דאס אנגעקוקט.

די אמת'ע אמת איבער דעם גאנצע טעמע איז - אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי אמאל און היינט! ס'איז נאר דא די היינט! ווייל די אמאל איז היינט, און די היינט איז אמאל!

דאס הייסט אזוי, די נאטור פון געפילן איז, אז ס'לעבט למעלה מן הזמן. אזוי ווי מיר האבן געשריבן אויבן. די נאטור פון געפילן זענען, אז ס'בויט זיך אויף א מהלך החיים אין די יוגענט וויאזוי מ'זאל זיך אויפפירן אויף דער עלטער. דאס איז די פאקט אין די יוגענט, און דאס איז די פאקט אויף דער עלטער.

היינו הך. נישטא קיין שום חילוק.

מדארף נישט אריין גיין אין די אמאל צו טרעפן די שורש פונעם פראבלעם, ווייל די זעלבע פראבלעם וואס איז געווען אמאל איז אויך היינט. מדארף נאר טרעפן די 'מהלך החיים' וואס האט זיך אויפגעבויט דעמאלטס אין די אמאל, אינעם היינטיגן לעבן שטייגער, און דאס קען מען זען פון קוקן אויף די היינטיגע לעבן אויך.

למשל, אויב איינער איז זייער אנגעצויגן על לא דבר, קען מען זען 'היינט' וואס אים קוועטשט געפערליך. און דאס קען מען טון אויב מען ארבעט אויף א 'מוחשיות'דיגע' וועג, וויאזוי מיר האבן געשריבן אין פריערדיגע ארטיקלען. עס קען נישט פאסירן דורך די אינטעלעקט אויף די זעלבע וועג וויאזוי מ'טוט דורך א סוגיא. מדארף אויך נישט צוקומען צו די גאנצע טענה'ריי פונעם אנאליסט צום קליענט וואס די אמת'ע שורש איז, ווייל דער קליענט ווייסט סאך בעסער פונעם טערעפיסט וואס זיינע געפילן זענען באמת.

מען דארף אריין גיין מער אין די עולם הדמיון אין זען וואס קומט ארויף 'יעצט אין די מינוט', און ריספאנס צו דעם פחד, פון וואס האב איך מורא? קען זיין אז עס וועט ארויפקומען אז 'יעדער וועט מיך קריטיקירן אן קיין רחמנות, און אפילו קיינער קריטיקירט מיך נישט יעצט, ווייס איך אז אלעמאל האט מען מיך קריטיקירט, און איך וויל נישט אז ס'זאל נאכמאל פאסירן'. מיט דעם קען ארויפקומען וואס ער ווייסט פון 'אמאל', 'מיין טאטע און מיין רבי האט מיך אלעמאל קריטיקירט', און איך האלט אז יעדער וועט מיר קריטיקירן ווייטער אויך'. בקיצור, דער מענטש טרעפט זיך היינט, מיטן זעלבען פחד וואס איז אריבערגעגאנגן צו די גאנצע וועלט, און איז היינט א פאקט בבחינת, הכל שריר וקיים.

דאס אלעס ווייסט דער קליענט פון זיך אליינס. ער לעבט מיט דעם ווען ער קוקט אביסל אריין אין זיך.

אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג. אויב ווייסט מען שוין יעצט וואס די פראבלעם איז 'היינט / אמאל', איז וואס איז יעצט? ס'איז דאך א קלארע פאקט.

די וויכטיגסטע באשטיינדייטעל אינעם פראצעדור - די סתירה

אויף דעם דארף מען מאכן א שטיקל חזרה פון די פאריגע ארטיקלען.

אין די מעמערי ריקאנסאלעדיעשן פראצעדור איז דא דריי שטאפלען.
א, מדארף צירוק ארויף ברענגען די אמת'ע שורש הפראבלעם וואס ערווארט אז עפעס נישט גוט גייט פאסירן אויב גייט מען ווייטער.
ב', מ'מוז קלאר טרעפן א אפענע סתירה צו דאס וואס מען ערווארט גייט פאסירן. מדארף זען קריסטאל קלאר, אז דאס וואס איך האב מורא, איז עכט נישט אמת.
ג, איבערגיין אפאר מאל די נייע אנערקענונג אז סזאל נקבע ווערן אינעם נפש.

די פראבלעם פון סייכואנאליזיה איז, אז זיי האבן קיינמאל נישט געזיכט צו דיירעקט אפפרעגן דאס וואס דער פראבלעם ערווארט זאל פאסירן, און ווען דער קליענט האט יא געפילט בעסער, איז צום ערווארטן אז ס'איז געשען אוטומאטיש אן דעם וואס דער קליענט זאל כאפן אז דאס איז געשען. ווידעראום אין קאהירענס טערעפי איז דאס פון די יסודות, אז אפילו מען האט שוין ארויפגעברענגט דעם פראבלעם, דארף דער קליענט נאך אלטס קענען זען 'פון זיך אליין', ווי דאס וואס ער האט מורא, איז נישט אזוי אמת.

וויפעל מאל האב איך שוין געזען מענטשן קומען צירוק צו מיר ממש מיט התפעלות, 'איך האב אלץ באמת געמיינט אז 'יעדער' איינער גייט מיר אנשרייען פאר יעדע קליינע זאך וואס איך טו, אזוי ווי מיין טאטע, אזוי האב איך ביז יעצט געלעבט נישט כאפענדיג. די וואך בין איך געווען צווישן מענטשן, און ממש נישט געקענט גלייבן אז מענטשן קריטיקירן מיך נישט! הפלא ופלא! איך האב קיינמאל דאס נישט געוויסט!'

אדער א צווייטער וואס איז צירוקגעקומען נאכדעם וואס ער האט געקענט ארויסברענגן דאס וואס זיין טאטע פלעגט אים אלץ שטופן צו זיין עפעס מער פון וואס ער איז, זיין עפעס מער 'צום זאך', צו זיין מער קלוג וכדו', און אויב נישט גייט מען נישט זיין proud פון דיר, און זייענדיג צווישן מענטשן די נעקסטע וואך, איז ער צירוקגעקומן ממש נישט קענעדיג גלייבן זיינע אויגן, אז 'מענטשן עקסעפטן אים ממש וויאזוי ער איז, אן דעם וואס ער זאל דארפן זיין אזוי ווער-ווייסט-וואס קלוג'. סאיז געווען פאר אים א חידוש נפלא, אנדערש פון וואס ער איז כסדר געווען אונטער לחץ ווען ער איז געווען צווישן מענטשן.

פאר איינער וואס שטייט אין די זייט, קען ער עס אנקוקן פאר א פשוטע זאך, אבער פאר איינער וואס איז פראגרעמד אז 'אזוי איז עס' קענסטו אים נישט זאגן סתם ס'איז נישט אזוי, ווייל ער וועט דיר אנקוקן ווי דו ביזט אראפ פון די לבנה. אבער ווען ער קען זעהן ווער עס האט אים דאס אויסגעלערענט, און נאכדעם זען וויאזוי ער לעבט 'היינט' דערמיט מיט 'יעדעם' איינעם, וועט דער כח השיפוט אינעם שכל האבן די מעגליכקייט דאס צו אנאלאזירן פון פריש, און אזוי ענגילטיג זיך אפטיילן דערפון, ווייל אין פאקט, די וועג וויאזוי ער לעבט 'היינט', איז נישט אזוי קראנט אמת.

אין קורצן - די חילוק פון סייכויאנליזיה און קוהערענס טערעפי

אין קורצן די פיר הויפט חילוקים פון פסייכאויאנאליזיה און קוהערינס טערעפי זענען:

אין סייכויאנאליזיה,
א' - עס איז עפעס פון 'אמאל' וואס מדארף טרעפן, וואס דאט ברענגט צו אז,
ב', מ'דארף האבן אן אינטלעקטואלע שמועס צו דערגיין פון ווי דאס שטאמט.
ג', עס איז נאר תלוי אין דעם אפטייטש פונעם טערעפיסט.
ד, מזיכט עס נישט אפצופרעגן, נאר סאיז גענוג אז מ'פארשטייט'.

אין קאהערענס טערעפי,
א', איז עס איז פונקט אזוי 'היינט' ווי אמאל.
ב', מיט א מחושיות'דיגע שמועס קען מען זיך גלייך קאנעקטן דערצו.
ג', דער קליענט איז דער וואס זאגט וואס גייט פאר אין אים.
ד, און בעיקר, די עיקר טויש פאסירט ווען דער קליענט קען זען די סתירה אין זיין פחד.

אינעם נעקסטן ארטיקל האף איך בע"ה דורכצוגיין א שטיקל פון א סעסיע וואס איך האב געהאט מיט איינעם, און ווייזן סטעפ ביי סטעפ, וויאזוי איך האב עס גענומען די שטאפל ווייטער פון פשוטע טראדיציאנאלע סייכויאנאליזיה.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ד - ווען און פארוואס גיין צו די עבר? - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אין דעם שיעור וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין מיט חלק ב' פון אונזער פאריגע שיעור, 'ווען און פארוואס גיין צו די עבר'. מיר האבן ארויסגעברענגט פיר הויפט חילוקים וואס איז אנדערש ביי קוהערנס טערעפי ווי ביי טראדעציאנאלע פסייכואנלעסיס,

א', איז עס איז פונקט אזוי 'היינט' ווי אמאל.
ב', מיט א מוחשיות'דיגע שמועס קען מען זיך גלייך קאנעקטן דערצו.
ג', דער קליענט איז דער וואס זאגט וואס גייט פאר אין אים.
ד, און די מערסטע וויכטיג, און ווי די עיקר דגוש ליגט, איז אז די עיקר טויש פאסירט ווען דער קליענט קען זען די סתירה אין זיין פחד.

אין דעם שיעור האפן מיר אביסל אראפצושולדערן וויאזוי עס זעט אויס א סעשען אין ק"ט אנדערש ווי ביי פסייכואנאלעסיס, ווי אויך וועלן מיר אין איין וועגס שוין ווייזן וויאזוי עס איז אנדערש פון סי.בי.טי.

איך בין פארלוירן און דערשראקן

מיר וועלן רופן אונזער קליענט יוסל (דער נאמען איז פיקטיוו צו אויסמיידן די אידענטיפיקאציע).

יוסל איז געקומען צו מיר אביסל פארלוירן און דערשראקן. ער איז פון יונגווייז אן געווען מער צו די שטילע זייט, און האט נישט געצויגן צופיל אויפמערקזאמקייט. נאך אפאר יאר זיצן אין כולל איז געקומען די צייט ארויסצוגיין על המחיה ועל הכלכה. זייענדיג א שטילער און צירוקגעצויגענער איז אים דאס מורא'דיג שווער אנגקומען. זיין פארגאנגענהייט האט גארנישט צוגעגעבן צו זיין מצב. געלעבט האט ער מיט עלטערן וואס האבן אים היבש קריטיקירט אויף יעדע קלייניגקייט וואס ער האט נאר געטון, און אוודאי און אוודאי, פון א געפיל פון שטיצע איז נישט געווען וואס צו רעדן. דערזענדיג זיך אין אזא מצב פון פארלוירענקייט איז ער געקומען צו מיר איך זאל אים פראבירן צו העלפן.

פון אנפאנג פון די שמועסן, האט זיך ארויסגעוויזן קלאר אז יוסל האט נישט קיין שום קלער פון ארויסגיין ארבעטן. פאר אים וואלט געווען סאך מער באקוועם אנצוהאלטן אין זיין רוטין - צוריק גיין אין כולל און דארט 'שטופן די צייט', אבי נישט ארויסגיין ארבעטן. דאס טראכטן פון גיין ארבעטן, האט אים ממש ארויפגעברענגט שרעקליכע קאשמארן. מיר האבן געהאט עטעליכע טיפע שמועסן, און מיר האבן צוביסלעך אנגעהויבן ארויסצוהאבן דעם ענין. מיט די צייט האט יוסל זיך מער און מער אויפגעמאכט צו זיין וועלט פון געפילן און האט צוביסלעך אנגעהויבן טראכטן פון נעמען ערענסטע שריט.

דעם קומענדיגן שמועס איז געווען א שטארקע 'דריי' אין יוסל'ס לעבן, אלטס א דאנק דעם וואס במשך די צייט האב איך מצליח געווען אנצוקנופן א שטארקע קשר מיט אים.

יוסל האט מיר פארציילט ווי די וואך טוענדיג זיין 'היים ארבעט' וואס איך גיב כסדר נאך יעדע שמועס, האט אים אנגעכאפט עפעס א אומפארשטענדליכע שרעק ווען ער האט זיך געדרייט צווישן מענטשן פון ווען ער האט אנגעהויבן טראכטן ערענסט פון נעמען די קומנדיגע שריט.

כדי צו זען וואס דא קומט פאר האט אים אריינגעברענגט יוסל'ן אין א מציאות ווי ער פילט דעם שרעק. ער האט זיך מדמיין געווען ווי ער שטייט אין ביהמ"ד פאר אפאר מענטשן, און אזוי האט ער געקענט ארויסברענגן די ווערטער וואס קומען אים מיט מיט די געפיל. דאס איז די ערשטע שטאפל אנדערש ווי ביי סייכאויאנאליזיה, איך וויל זען פון וואס האט ער 'יעצט' מורא, ענדערשער ווי וועלן גלייך אריינגיין אין זיין עבר.

איך ברענג נישט אראפ דעם גאנצן שמועס במלואו, נאר אפאר קורצע שטריכן אויף וויפל ס'איז נוגע לתועלת הענין. (י. - איז פאר יוסל, מ. - איז פאר מתבונן.)

ער האט זיך צוגעמאכט די אויגן, און אנגעהויבן פארציילן.

י. איך קען פילן ווי איך קען אפשר מצליח זיין, אבער נאכדעם קומט א שרעקליכע פחד.

מ. קענסט זען ווי דו פילסט דיין פחד מערסטע?

י.דא אין מיין הארץ.

מ. פיל ווייטער זיין שרעק אין דיין הארץ, און באמערק די ווערטער וואס קומען מיט מיט דעם.

י. די ווערטער זענען עפעס ווי... בין אליינס אויף דער וועלט. איך בין פארלוירן. איך האב נישט קיין סאפארט. איך דארף שטארקע סאפארט. סאפארט צו פילן זיכער מיט מיך אליינס. די וועלט איז שרעקעדיג. און אפילו די ביסל סאפארט וואס איך באקום יא, איז נישט 'אמת'ע' סאפארט. די וועלט איז סאך שטערקער פון מיר, און ס'איז זייער שרעקעדיג פאר מיר. איך פיל שרעקליך טראומאטייזד און פארלוירן.

מ. סוי וואס איך הער איז, אין אנדערע ווערטער, א שטארקע אומזיכערקייט ארויסצוקומען צו די וועלט.

י. יא, א שרעליכע אומזיכערקייט.

מ. קענסטו פילן וועלעכע ווערטער קומען מיט מיט די פחד?

י. אממ... עפעס ווי... ווי איז טאטי...? ווי איז מאמי...? אלע עלטערן זענען שלעכט... איך האב נישט קיין טראפ סאפארט... איך בין אינגאנצן אליינס... די וועלט איז נישט גוט... איך דארף סאפארט, שטארקע סאפארט... איך האב אבער נישט קיין סאפארט און ס'גייט זיין שלעכט... און אפילו די ביסל סאפארט וואס איך באקום יא, איז נישט גענוג ווארעם... ס'איז נישט 'עכט'. די וועלט איז סאך שטערקער און שרעקעדיגער פון מיר, און איך האב נישט קיין כח צו פייטן דערמיט אזויפיל. אויב איך וואלט געהאט כח צו פייטן מיט די וועלט וואלט כאטש געווען א האלבע ישועה, אבער איך האב נישט קיין כח, און איך בלייב הילפלאז. איך פיל ממש טראמאטייזד. ווי קען איך אזוי ארויסגיין ארבעטן? איך בלייב שרעקליך אומזיכער. איך בין ממש ווי א קליין יונגעל וואס האט מורא אליינס אריבער צו גיין די גאס. איך פיל ווי איך בין א א מלחמה זאנע.

מ. יא, איך געדענק ווי ביים פארגין שמועס האסטו אויך עפעס געזאגט אז דו פילסט ווי דו ביזט אין א מלחמה זאנע.

י. יא, מיינע עלטערן האבן מיר קיינמאל נישט געגעבן קיין שום הוראות וואס צו טון, זיי פלעגן מיר נאר זאגן גיי אין געשעפט און קויפ איין, גיי צום דאקטער און מ'וועט דיר שוין זאגן ואוס צו טון, קיינמאל אבער נישט געזאגט פונקטליך וואס-ווי-ווען, ווי איך בין געגאנגן בין איך געווען פארלוירן און נישט געוויסט וואס צו טון. אבער ווען איך זיץ מיט דיר, פיל איך אביסל רוהיגער און מער זיכערער, ווייל דו ביזט לעבן מיך.

אפאר מינוט שפעטער האט יוסל נאך מער ארויסגעברענגט די געפילן פון וואס ער געדענקט פון זיין יוגענט.

י. מיינע עלטערן זענען קיינמאל נישט געווען ווארעם צו מיר, אפגערעד אז מיין טאטע האט מיר כסדר קריטיקירט און אנגעשריגן אויף וואס איך האב נאר געטון. מיין מאמע האט נישט אזויפיל קריטיקריט אבער, בכלל נישט געווען אינטרעסירט אין מיר, און ווען זי האט שוין יא געפרעגט עפעס, איז עס געווען זייער אויף אזא נעבעכדיגע טון, ווי צו פרעגן, אוי נעבעך וואס גייט פאר מיט דיר, וואס איז געשען?

מ. ס'הערט זיך ווי זי איז געווען זייער פארזארגט איבער דיר.

י. איבערגעזארגט מיט שטארקע ענקזייעטי. איך האב מיך נישט געקענט רירן אן דעם וואס זי זאל מיר זאגן וואס יא צו טון און וואס נישט. לעצטע וואך האט זיך מיך גערופן און געזאגט אז איך קען נישט טון עפעס וואס איך האב געהאט אין פלאן צו טון, ווייל איך וועל אויסזען ווי א 'שלעפער'. און די מעסעדזש וואס איך באקום פון איר איז, 'אז איך דארף וואטשן יעדע ריר וואס איך געב, ווייל די וועלט איז טאקע מסוכן, און אויב מ'וואטשט נישט, קען מען חרוב גיין'. און אין די זעלבע צייט איז נישט געקומען קיין שום סאפארט אויף וואס איך האב יא גוט געטון, נאר כסדר וואטשן און וואטשן, און דעיס איז נישט גוטאון דעיס איז נישט גוט וכו'.

מ. יא, איך הער זייער גוט וואס דו זאגסט, פון איין זייט הערסטו זייער אסאך פון איר, אז די וועלט איז נישט סעיף, און מ'דארף זייער וואטשן וואס מ'טוט, און פון די אנדערע זייט באקומסטו נישט די ליבליכע ווארומע סאפארט פון איר אז דו זאלסט דיך קענען פילן רוהיג אין די וועלט.

י. יא, ריכטיג.


די ערשטע דריי חילוקים

ביז אהער איז די ערשטע חלק פונעם שמועס. אין דעם חלק איז ארויסגעקומען דעם 'פראבלעם' וואס ליגט יעצט אויפן טיש. שטייט דא א יונגערמאן פון 25 יאר אלט, אבער פילט אין זיך ווי א קינד פון 6 יאר אלט. פונקט ווי א 6 יעריגע פאנגט נישט אן צו טראכטן פון ארויסגיין אין די וועלט אין מאכן ביזנעס, די זעלבע האט יוסל נישט אנגעפאנגן טראכטן פון ארויסגיין אין די וועלט אין מאכן ביזנעס. א קינד פילט זיך זייער אומזיכער אן די סאפארט פון זיינע עלעטערן, בפרט ווען דער קינד ווערט כסדר געפאשעט מיט אינפארמאציע אז וואס מ'טוט מוז מען 'זייער' וואטשן וואס מ'טוט, אז נישט קען מען גיין ראנג.

בדרך כלל קען דער 'עיקר' פראבלעם ארויסקומען אן גיין צו די עבר בכלל. פערצופאל האט זיך געפילט פאר יוסל'ן זייער קלאר אז ער לייד דא פון עפעס וואס לעבט שוין פון אלטס קינד. אבער דא קען מען שוין די חילוק פון ק"ט און פסייכויאנאליזיה. אנשטאטס אנצוקוקן דעם פראבלעם ווי עפעס וואס איז געשען אמאל, האט זיך יוסל דערזען מיט עפעס וואס ער לייד 'יעצט'. דאס אלעס האט פאסירט דורך דעם וואס ער האט זיך מדמיין געווען זיין יעצטיגע מצב, און געשפירט קלאר אז דאס איז וואס ער שפירט יעצט. נישט אז איך האב אים געזאגט אז דו ליידסט פון עפעס אן אלטע פראבלעם, נאר אז ער אליין פילט אז ער לייד פון עפעס וואס ער האט אלעמאל געליטן און האט זיך נאך קיינמאל נישט געטוישט עד היום הזה.

וואלט ווען יוסל נישט מיטגעלעבט די מציאות פון זיין אייגענע געפיל, נאר אויף די וועג וויאזוי מען טוט דאס אין פסייכויאנליזיה, וואלט עס אויסגעזען מער ווי א טיאוריה ווי פון א מציאות. איך וואלט אים געקענט מסביר זיין מיין אייגענע טיאוריה פארוואס ער היינט אזוי מורא, אז ווייל ער האט אמאל נישט באקומען קיין אהבה און געפיל, פילט ער זיך יעצט זייער דערשראקן, ווייל ווען א קינד וואקסט אויף אן קיין אהבה, איז מען נישט גוט געבויט און ס'פעלט אין זיכערקייט, און איך וואלט געשטיפט יוסל אנצונעמען מיין געדאנק. מעגליך אז יוסל וואלט עס אנגענומען און מעגליך אז נישט. אבער דאס האט נישט אויסגעפעלט דא. יוסל האט עס אליינס מיטגעלעבט אן קיין טיאוריות.

יעצט דארף מען זען וויאזוי היילט מען דאס? לאמיר זאגן אז אפילו אויב דער טיאוריה וועט לאנדן אויפן קליענט, ווי אין פסייכויאנאליזיה, און דער קליענט וועט עס דערהערן, איז וואס איז יעצט? בסה"כ בלייבט איבער צו טון, אז דער קליענט זאל דאס גוט פארשטיין שכל'דיג, און אזוי האפענדיג אז מיט די צייט וועט דער קליענט זיך קענען אביסל בארוהיגן מיט דעם דורך זיך קענען אביסל אפטיילן דערפון, ווייל אויב מ'פארשטייט אז דער פחד קומט פון 'אמאל', אויב אזוי איז דער יעצטיגע פחד נישט אזוי אמת, עס איז בסה"כ פון אמאל.

ווידער אין סי. בי. טי. וואלט מען געטון אנדערש. ביי זיי וואלט מען סתם אזוי נישט געגעבן קיין הסברים פון ווי דאס האט זיך אנגעהויבן. און אויב עס קומט יא אריין די ווייטאג פון די עבר, וועט דער טערעפיסט פראבירן צו דערגיין די נישט ריכטיגע מחשבה וואס ליגט דא באהאלטן, און עס אויפטוישן אויף ריכטיגע מחשבות. מעגליך אז מען וואלט צוגעקומען צו מחשבות, ווי 'זאכן קענען גיין ראנג', אדער, 'איך קען נישט טון זאכן פאר איך בין זיכער אז איך ווייס וויאזוי זאכן גייען זיך אויסלאזן', וואס דאס אלעס זענען זייער לעגעטימע פחדים וואס אזאנע מענטשן קענען האבן. אבער כדי זיך ארויסצודרייען דערפון, וועט דער טערעפיסט ארבעטן עס אויפצוטוישן אויף די ריכטיגע וועג פון טראכטן.

אבער איך האב געוואלט טרעפן דער פאקט וואס טרייבט באמת זיין פראבלעם יעצט. דאס איז שוין א טריט ווייטער פון פסייכויאנאליזיה און פון סי. בי. טי. וועלעכע פאקט טרייבט יעצט יוסל'ן אנצוהאלטן די ענקזייעטי ביי די 25 יאר? וואס דארף יוסל קענען זען קלאר אנדערש מיט די היינטיגע מער 'עדאלט' אויגן, זיך צו קענען אביסל אפטיילן פון זיין איידענטיפיקאציע מיט דעם 'קינד'? אויף דעם ליינטס ווייטער.

מ. איך וויל אז דו זאלסט דיך מצייר זיין ווי דו שטייסט אלטס קינד לעבן דיין מאמע, און אזוי ווי אלע קינדער האסטו מן הסתם אויך געהאט אלע זאכן וואס דו האסט ליב געהאט צו טון. איז דא עפעס וואס דו קענסט געדענקן וואס דו האסט ליב געהאט?

י. יא, איך האב ליב געהאט מיינע געימס.

מ. יאפס, און איך וויל דו זאלסט דיך מצייר זיין ווי דו ווילסט צוגיין צו דיין מאמע און איר פארציילן וואס דו האסט געטון היינט.

יוסל האט זיך צוגעמאכט די אויגן און פראבירט זיך מצייר צו זיין ווי ער טוט דאס, און האט גלייך געשפירט די אומאיינגענעמליכקייט פון דעם.

י. איך קען גלייך שפירן איר נערוועזקייט, איר דערשראקנקייט, זי הערט מיר אויס מיט א האלבע אויער, און דערנאך זאגט זיך מיך גלייך צו גיין עסן, ווי צו זאגן, 'ס'אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך וואס דו ווילסט מיר דערציילן'. איך באקום פון איר אזא מין רויטע דאנזשי מעסעדזש.

מ. א מעסעדזש אז וואס?

י. 'האלט דיך צירוק! וואטש! וואטש!' ווי צו זאגן, 'אלעס איז גוט, אבער וואטש'. איך דארף רעדן ווי ווייניגער.

מ. קוק אן דיין מאמע, און באמערק וויאזוי ס'ענדיגט זיך דעם סענטענס פון זיך אליין, 'אויב איך גיי יא רעדן, און יא פארציילן פאר דיר מיינע זאכן וואס איך האב צו פארציילן, דעמאלט...?'

י. דעמאלטס גייסטו ווערן אנגעצויגן און נערוועז, און זאכן גייען ווערן סאך מער ערגער, גייסט מאכן א גאנצע קעיס פון יעדע זאך וואס איך זאג דיר, שוין בעסער אז איך בלייב שטיל און פארטיג! ביזט נישט אינטרעסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן, פאר דיר איז גוט וויאזוי ס'איז.

מ. סוי וואס איך הער פון דעם איז אביסל טיפער פון פריער, דו ווילסט איר וואטשן אז זי זאל נישט נערוועז ווערן, און דו דארפסט דיך אנהאלטן נישט צו זאגן עפעס וואס וועט איר נישט געפעלן.

י. יא, איך האב געהאט אסאך פראבלעמען, אזוי ווי אלע קינדער, אבער איך האב געציטערט צו רעדן פון דעם, ווייל ווער ווייסט וואס קומט נאכדעם? זי גייט ווערן אזוי נערוועז.

מ. און אויב זי גייט ווערן נערוועז?

י. דעמאלטס ווען מען מיך באשולדיגן, און מיך אנשרייען, און זי גייט נישט וויסן וויאזוי עס צו הענדלן, ס'וועט איר מאכן נאך מער צער, און זאכן גייען ווערן נאך סאך מער קאמפלעצירט. וועל איך ענדערש זיך ארום דרייען מיט מיינע פראבלעמען אין מיר, און קיינער טאר נישט זען מיינע פראבלעמען, אפילו איך בלייב אן קיין שום סאפארט.

מ. אהא, קיינער טאר נישט זען דיינע פראבלעמען, ווייל אויב מ'גייט עס זען...

י. גייט זיין נאך ערגער, און זאכן גייען ווערן מער קאמפלעצירט, זי וועט נאר אפזיפצן, 'אזא קינד האב איך?'

מ. אהא. און וואס איך הער איז, אז לכה"פ אלטס קינד איז געווען זייער א שרעקעדיגע זאך בכלל צו האבן א פראבלעם, ווייל עס אויסצושמועסן גייט די מצב ווערן נאך ערגער. אבער נישט אויסצושמועסן, דרייסטו דיך ארום מיט א זאק פון פראבלעמען אינגאנצן אליינס אן קיין שום סאפארט, און נישט האבן קיין אנונג וואס צו טון.

י. יא, ממש אזוי, איך בין צוריסן פון אלעס זייטן, און איך בלייב אזוי דערשראקן מיט יעדע טשעלענזש אין לעבן וואס קומט מיר נאר ארויף, ווייל ס'איז נישטא קיין סעלושענס פאר קיין פראבלעמען, אויב ס'איז דא א פראבלעם גייט עס נאר ווערן ערגער! ס'איז די ערשטע מאל וואס איך קען אזוי קלאר ארויסברענגן וואס א 'פראבלעם' מיינט פאר מיר. וואס איך כאפ יעצט איז, אז ווען א פראבלעם קומט מיר אונטער, מיינט דאס אז איך דארף מיך 'צאמצוען' און לייגן ווי ווייניגער געוויכט אויף דעם, ווייל ס'איז עכט נישטא וואס צו טון.


די פאקט וואס יוסל האט זיך געלערענט ווען עס איז דא פראבלעמען אין לעבן

די טיפע געפיל וואס יוסל האט זיך אויסגעלערנט פארן לעבן, איז נארוואס ארויסגעקומען זייער קלאר. ארויפברענגן די געדאנק אז צומאל איז דא פראבלעמען אין לעבן, איז א אפגעפרעגטע זאך ביי אים. נאר צו טראכטן פון דעם, ברענגט אים עס ארויף די קאשמארן פון אלטס קינד ווען ער פלעגט מורא האבן ארויפצוברענגן זיינע זאכן וואס פלעגן אים ליגן אויפן הארץ פון פחד אז זאכן גייען נאר ווערן ערגער, אפילו דאס ארומדרייען זיך אליינס מיט די פראבלעמען, האט גארנישט צוגעלייגט צו זיין פעקל ווייטאגן. אנשטאטס באקומען סאפארט, פלעגט ער באקומען נאך מער ווייטאג, אדער לכה"פ אזוי האט ער געהאלטן גייט פאסירן.

איך האב פארשטאנען פון דעם, אז נישט קיין ווינדער אז ס'גייט אים מורא'דיג שווער ארויסצוקומען און אנהייבן טראכטן פון נעמען א זשאב און מסדר זיין דאס לעבן. דאס ברענגט דאך מיט א טוץ פון פרישע פראבלעמען וואס ער האט געוואלט אויסמיידן פון יעדע פרייז.

די נעקסטע שטאפעל איז געווען צאמצושטעלן דאס וואס ער האלט אן פאר א מציאות, צו די מצב פון היינט. נאך א שטאפעל אנדערש ווי טראצדיציאנאלע פסייכויאנאליזיה. מיט וואס האט דער אמאל שייכות צו היינט? און ביי דעם פאל איז לכאורה דער תירוץ, אז ארויסקומען אין די וועלט, איז קלאר ביי יוסל'ן אז ס'קומט מיט א פארציע פון נעגעטיווי אן קיין שום סאפארט. זאכן גייען זיין מער ערגער ווי בעסער.

איך האב אים געהייסן זיך ווייטער מצייר זיין זיין מאמע, און זאגן פאר איר דאס וואס איז ארויסגעברענגט געווארן ביז אהער.

מ. זאג פאר דיין מאמע, 'יא ארויסברענגען סייוועלעכע פראבלעם, גייט נאר מאכן דעם פראבלעם ערגער, און ס'גייט דיך וויי טון, און ס'גייט זיין כעאס, ממילא גיי איך גארנישט טון וואס קען צוברענגן צו סיי וועלעכע פראבלעם, און נישט ארויסגיין ארבעטן, און נישט ממשיך זיין מיטן לעבן'.

יוסל האט עס נאכגעזאגט, און האט עס געפילט פאר א שטארקע אמת. ווי געשריבן אויבן, האט ער געפילט אז דאס איז די ערשטע מאל ווי ער קען ממש שפירן עפעס וואס איז גליגן אונטער זיין באוויסט-זיין און עס ארויסברענגן אזוי קלאר. ער האט טאקע געשפירט אז מיט דעם געפיל, וואס איז נאך דערווייל א פאקט, קען ער נישט ארויסגיין ארבעטן, ווייל ער גייט ווערן סטאק און זיך נישט קענען אן עצה געבן, און ס'איז א שאד אנצהייבן. דאס האט געשיינט א שטארקע ליכט אויף די ענקזייעטי און די געפיל פון איינזאמקייט וואס ער האט געשפירט אנפאנג שמועס - אז מ'קען זיך צו קיינעם נישט אויסרעדן, איז א פלא אז מ'שפירט זיך אליינס?

ווי איך טו כסדר נאך א שמועס איז אראפצושרייבן אויף א צעטל דאס וואס איז ארויסגעקומען, כדי דער קליענט זאל דאס קענען ליינען במשך די וואך. די תועלת דערפון איז אז מען קען זיך מער קאנעקטן צו די אמת וואס מען האט געטראפן, און דאס העלפט צו אז מ'זאל אנהייבן צו לעבן מיט א אן אנדערע בליק אויפן לעבן פון וואס מען האט געמיינט, האפענטליך וועט דאס צוברענגן צו עפעס א סתירה.

די צעטל וואס איך האב אפשגעשריבן פאר יוסל'ן האט זיך געליינט ווי פאלגאנד, און האט זיך געשפירט פאר אים זייער אמת:
צו רעדן פון סייוועלעכע פראבלעם, גייט נאר מאכן די מצב ערגער און איך גיי ווערן א 'קעיס', און דו מאמי וועסט ווערן נאך מער נערוועז.
איך גיי קיינמאל נישט קענען מענעזשען מיין לעבן, ווייל איך גיי נישט באקומען די ווארימע סאפארט - ס'איז נישטא קיין סעלושענס פאר פראבלעמען, פראבלעמען ווערן נאר אויפגעבלאזן.
סוי די איינציגסטע וועג וויאזוי איך קען לכה"פ ווייניגער מאכן מיינע מוטשערייען, איז נישט צו רעדן פון דעם און בלייבן באזארגט און אנגעצויגן, אפילו איך קען גארנישט טון אזוי, און נישט נעמען א נייע זשאב.


דער לעצטע שטאפל - די סתירה

איך בין אבער נאך נישט פארטיג געווארן מיט דעם. אזוי ווי בשעת'ן שמועס האט יוסל ארויסגעברענגט אז פאר מיר פילט ער זיך יא זיכער, האב איך געטראכט אז דא איז א געלעגענהייט אפצופרעגן דעם פאקט אין לעבן. אויב מיט מיר פילט ער זיך באקוועם, אפשר מיט מיר פילט ער ווי ער קען יא דורכרעדן זיינע פראבלעמען, והא ראיה דא שטייט ער און ער רעד זיך אויס זיינע פראבלעמען און זאכן ווערן אין פאקט בעסער, נישט ערגער. דאס איז א קלארע סתירה צו דאס וואס ער האלט אן פון אלטס קינד.

איך וואלט געקענט זאגן פאר יוסל אז לכאורה קען מען זען א אנדערע זייט פון די מטבע דא ביי מיר אין אפיס, איך האב אבער געוואלט אז יוסל זאל דאס שפירן אויף די אייגענע הויט, ווי מיר האבן שוין געשריבן, אז עס איז וויכטיג אז ביידע פאקטן זאלן זיין צוזאמען אויף איין מאל.

איך האב מיך אנגערופן צו יוסל אז איך וויל נאך טון איין זאך פאר מ'ענדיגט. איך האב אים געזאגט אזוי, 'יוסל, קוק אהער, איך וויל דו זאלסט מיר קוקן אין די אויגן, און איך וויל דו זאלסט מיר זאגן די זעלבע זאך וואס דו האסט פריער געזאגט פאר דיין מאמע, 'מתבונן יעדע פראבלעם וואס איך גיי נאר ארויפברענגן דאס אויפן טיש, גייט נאר ווערן ערגער און דו גייסט ווערן נערוועז, און איך גיי נישט האבן קיין שום סאפארט, סוי איך מוז בלייבן אליין און גארנישט טון'.

יוסל קוקט מיר אן ווי איך בין אראפ פון די לבנה. ער האט נישט געוויסט אויב ער דארף וויינען אדער לאכן.

'איך קען דאס נישט זאגן פאר דיר, מתבונן, ס'איז ממש נישט אמת'.

'איך וויל נאך אלטס דו זאלסט עס זאגן', האב איך אים געזאגט. די סיבה פארוואס איך האב געוואלט אז ער זאל עס בכל אופן זאגן, איז ווייל דאס וועט אנהייבן אריינצוברענגן די געדאנק אין זיין מציאות, ענדערש ווי סתם עס פארשטיין אין שכל.

ער האט עס אנגעהויבן צו זאגן.

וואס זאל איך ענק זאגן, ס'איז געווען פורים. ער האט זיך ממש געקאטשעט פאר געלעכטער. קוים וואס ער האט געקענט ארויסזאגן א ווארט פון מויל. פון א צובראכענע פארווייטאגטע נשמה, איז פלוצלינג אין א רגע געווארן אן אנדערע מענטש מיט א אויפגעלאכטענע פנים. דאס איז א סימן אז דער מוח זעט דא עפעס זייער איבערראשענד און נישט נארמאל, עפעס וואס איז אינגאנצן אנדערש ווי מען איז צוגעוואוינט.

'ס'איז ממש נישט אמת', האט ער ממשיך געווען בשעת ער האט עס ארויסגעזאגט פון מויל, און ווייטער אויסגעפלאצט אין א געלעכטער.

איך האב אים עס געהייסן נאכאמאל זאגן ארויסברענגענדיג די אינטרעסאנטקייט דערפון, 'ביז היינט איז געווען אזוי אמת אז פון פראבלעמען רעד מען נישט ווייל עס גייט ווערן ערגער, און וויאזוי שפירט זיך עס ווען דו זאגסט עס פאר מיר, אנערקענענדיג אז עס מוז נישט זיין אמת?'

'ס'עפענט זיך פאר מיר א נייע וועלט!', האט יוסל ספאנטאניש געענעפערט. 'די וועלט ווערט עפעס אינגאנצן אנדערש ווי איך האב געמיינט אז ס'איז' (נאך א סימן אז די סתירה האט געארבעט). 'איך פיל אז איך וויל אנהייבן אריינצוכאפן די וועלט וויפל ס'איז שייך. איך קען נישט גלייבן אז ס'איז עכט דא א מענטש וואס איז גרייט מיר אויסצוהערן און העלפן. פארוואס האב איך דאס נישט געכאפט ביז היינט?'

אזוי בין איך געגעאנגן אהין און צירוק, פון די אלטע פאקט צו די נייע פאקט פאר נאך א צוויי מינוט, און צום סוף צוגעלייגט צום צעטל, 'אבער ווען איך זאג דאס צו מתבונן, פיל איך ווי איך וויל אייננעמען די וועלט און יא אנהייבן צו טון'.

פאר יוסל'ן איז דאס געווען די ערשטע דורכברוך פון א סעריע פון אנדערע סתירות. אבער דאס איז געווען קריטיש וויכטיג אז ער זאל זיין גרייט צו עקסעפטן אז מ'קען אנהייבן טראכטן פון ארויסגיין פון מיין פארמאכטע וועלט, ווייל די וועלט איז יא סעיף'.

דער לעצטע שטאפל, איז נישטא ביי פסיכויאנאליזיה. אין ק"ט וויל מען אז דער קליענט זאל קענען זען אז דער אויסגעלערנטע פאקט, איז אין פאקט נישט דאס וואס מען האט געמיינט. עס איז אויך נישט ווי ביי סי. בי. טי. ווי דער טערעפיסט פראבירט צו משכנע זיין דעם קליענט צו טוישן זיין מהלך המחשבה דורך אים אויסלערנען אן אנדערע וועג וויאזוי צו טראכטן. דא זענען ביידע פאקטן געקומען פון די מיטלעבעניש פונעם קליענט, און ער האט געקענט בוחר זיין אין וועלעכע ער האט געוואלט. ער האט געטראפן דעם אמת, און מער האט ער נישט געדארפט.

הערות דא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש פתוח »

כ'וואלט זייער געוואלט מאכן אן אפויטמענט ביי "מתבונן" ווי אזוי קען איך אנקומען צו איהם ???
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

ער ענטפערט נאך אין אישי שיק אים א אישי מיט אייער פראגע.
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

ס'דא PDF'ס פון די אלע הנ"ל??
\
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

עכט נארמאל האט געשריבן:ס'דא PDF'ס פון די אלע הנ"ל??


הננו מצטרף לשאולתא דא
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

מתבונן האט געשריבן:
דרייוו עניוואן?
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:
דרייוו עניוואן?
https://drive.google.com/file/d/1IGBQjL ... sp=sharing
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

j718 האט געשריבן:
נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:
דרייוו עניוואן?
https://drive.google.com/file/d/1IGBQjL ... sp=sharing
;l;p- ;l;p-
גרויסן דאנק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נא וואו ליגט דער שורש? איינער ווייסט?
מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפילה לאור גדול »

רופא נפשות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:03 pm
ער ענטפערט נאך אין אישי שיק אים א אישי מיט אייער פראגע.
ער ענטפערט נאכאלץ?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”