בלאט 1 פון 1

א טעקס דידאקטעבעל אקאונט וואס איז די ריכטיגע מהלך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 3:39 pm
דורך תג נוצער
איך בין לעצטענס עוסק אין א חשובע דבר מצוה, דער סוף פסוק איז אז מ'דארף צושטעלן א סכום פון עטליכע טויזענט דאללער ארויסצוהעלפן א משפחה במצוקתם, ס'איז דא עטליכע עשירים וואס זענען גרייט צושטיין צו הילף מידי חודש בחדשו, זיי געבן זייער קרעדיט קארט און מען קען יעדע חודש טשארזשען א געוויסע סכום, פארשטייט זיך זיי ווילן א רעסיט.

איז מיין שאלה, וואס איז די ריכטיגע מהלך צו דעם? אנצוקומען צו טובות פון אנדערע איז נישט גרינג, און מיט וועם איך האב דערווייל גערעדט איז נישט געווען זייער וויליג עס צו טון, איינמאל א טובה מהיכי תיתי, אבער נישט אויף א בעסיק רוטין פון יעדע חודש, איז לכאורה די איינציגע עצה אליין צו עפענען א טשעריטי אקאונט, א קאנג. וכדומה.

איז דאס טאקע די איינציגע עצה אדער איז דא נאך א וועג?

און אויב איז דאס די איינציגע עצה ווער איז דער ריכטיגער מענטש דערפאר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:32 pm
דורך אוהב ספרים
א קאנגרעגעישאן אקאונט איז זייט 9-11 גאנץ א שווערע מעשה צו מאכען לידיעתי
אבער א 501C איז נישט קיין גרויסע פראבלעם, אבער אזא אקאונט דארף מען סוף יאר פיילען אויב עס איז דארך מער פון 35 אלפים [כ'מעיין אז דאס איז די סכום]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:47 pm
דורך לייבישעל
די פראקטיש׳סטע עצה איז צו גיין צו איינער וואס האט א נאן פראפיט אין מאכן א געשעפט מיט יענעם אז די עשירים זאלן אויסשטעלען די טשעקס צו זיין organization אין דערנאך וועט איר זיך פארעכענען מיט זיי.

עפענען א קאנג. אן א בהמ״ד איז כמעט איממעגליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:51 pm
דורך פאטאקי08

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 11:55 pm
דורך שוועמל
תג,
פארוואס נוצטו נישט א גמח אריינצושטעלן די געלט?
כפארשטיי א גמח נעמט נישט קיין קרעדיט קארד אבער מיט א מאנאטליכע טשעק דארפסטו נישט האבן קיין פראבלעם, די גמח גיבט דיר א רעסיט.


פאטאקי,
דער OJC קוקט אויס ווי א גמח אונליין זאך.
אבער כאפ איך נישט פונקטליך, באקומט מען צוויי מאל א טעקס דעדאקטיבל רעסיט? איינס ביים דעפאזיטן צי OJC און צוויי ביים געבן א סערטיפיקאט?
און וויאזוי איז מיין געלט פארזיכערט? כגלייב נישט FDRC אינשורד.

בכלל לגבי טעקס דעדאקטעבל איז גוט צו וויסן, אז נישט אלעמאל לוינט זיך דאס, ווייל מען באקומט ווייניגער צוריק ביים טעקס ריטורן.
אפשר פאר איינער וואס מאכט א האלב מיליאן איז שוין נישט קיין חילוק, אבער פאר די עוורעזש פארדינער לוינט עס נישט מסתם.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2014 12:02 am
דורך פאטאקי08
OJC איז א פאנד וואס א נדבן קען דארט אריינגעבן זיין גאנצע סכום וואס ער וויל געבן צדקה און באקומט א טעקס דעדאקטעבל רעסיט דערפאר
דערנאך קען ער געבן פון די OJC טשעקלעך פאר סיי וועלכע שנארער ער וויל אזוי דארף ער נישט בעטן פון יעדן א עקסטערע רעסיט
דער שנארער דארף אויך נישט געבן יעדן נדבן א רעסיט, נאר ער נעמט צוזאם אלע OJC טשעקלעך וואס ער האט אלץ באקומען פון יעדן צווייטן נדבן און אויפאיינמאל קעשט ער עס ארויס פון OJC און ער דארף נאר צושטעלן איין רעסיט אויפן גאנצן סכום
איך גלייב נישט אז עס איז בכלל אינשורד... אבער דו באקומסט א רעסיט גלייך ביים אראפגעבן פאר OJC, דער וואס דארף זיין אינשורד איז דער מקבל.. ווי אויך איז דער נותן נישט פארזיכערט אז דער מקבל גייט טאקע באקומען די געלט
אבער טעארעטיש דערלייגט קיינער נישט.. נישט דער נותן, פון זיין טאש גייט עס ממילא ארויס, און נישט דער מקבל, פון זיין טאש איז אויך עכט גארנישט ארויס

איך טראכט פאר דעם תג קען דאס זיין אן עצה..

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2014 7:18 am
דורך אוהב ספרים
פאטאקי08 האט געשריבן:OJC איז א פאנד וואס א נדבן קען דארט אריינגעבן זיין גאנצע סכום וואס ער וויל געבן צדקה און באקומט א טעקס דעדאקטעבל רעסיט דערפאר
דערנאך קען ער געבן פון די OJC טשעקלעך פאר סיי וועלכע שנארער ער וויל אזוי דארף ער נישט בעטן פון יעדן א עקסטערע רעסיט
דער שנארער דארף אויך נישט געבן יעדן נדבן א רעסיט, נאר ער נעמט צוזאם אלע OJC טשעקלעך וואס ער האט אלץ באקומען פון יעדן צווייטן נדבן און אויפאיינמאל קעשט ער עס ארויס פון OJC און ער דארף נאר צושטעלן איין רעסיט אויפן גאנצן סכום
איך גלייב נישט אז עס איז בכלל אינשורד... אבער דו באקומסט א רעסיט גלייך ביים אראפגעבן פאר OJC, דער וואס דארף זיין אינשורד איז דער מקבל.. ווי אויך איז דער נותן נישט פארזיכערט אז דער מקבל גייט טאקע באקומען די געלט
אבער טעארעטיש דערלייגט קיינער נישט.. נישט דער נותן, פון זיין טאש גייט עס ממילא ארויס, און נישט דער מקבל, פון זיין טאש איז אויך עכט גארנישט ארויס

איך טראכט פאר דעם תג קען דאס זיין אן עצה..


אזוי גייט עס אין ענגלאנד, און מאנטריאל,

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2014 8:16 am
דורך תג נוצער
פאטאקי08 האט געשריבן:http://www.ojcfund.com/

ייש"כ, איך האב שוין געטראכט פון דעם, אבער איך כאפ נישט ווי אזוי דאס ארבעט, קודם נעמען זיי קרעדיט קארדס? און דערנאך איך זע זיי זענען מער צוגעשטעלט איינמאל אריינצולייגן די סכום און מען טיילט זייערע טשעקס, איך האב דא א אישו פונקט פארקערט, איך וויל יעדע חודש טשארזשען עטליכע קארטלעך, און באקומען איין טשעק דערפון, טוען זיי בכלל די סערוויס?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2014 9:52 am
דורך ליידיג גייער
אמאל האב איך גיהערט אז ojc שטעלן נאר אויס טשעקס פאר אפיציעלע ארגאניזאציעס, משא"כ אין ענגלאנד מיינעך גיבן זיי אויך פאר פריוואטע נצרכים.
קען זיין זיי האבן שוין געטוישט אדער נישט גוט גיהערט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2014 11:02 am
דורך פאטאקי08
וועגן קרעדיט קארד ווייס איך נישט איך גלייב אז עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם
אזוי שטייט אויף זייער סייט
Open a DAF account with The OJC Fund and deposit your funds into it. There is no minimum required. (You may deposit your funds by check, ACH, wire transfer, etc). - You may add any funds at any time.

אבער דאס קענסטו טוהן מיט זיי, עפן א אקאונט און לייג אריין יעדע חודש אלע קרעדיט קארדס און איינמאל א שטיק צייט נעם ארויס איין גרויסע טשעק און דארפסט נאר פטרן איין טשעק
עס גייט אראפ א 5% פי