בלאט 1 פון 2

וויאזוי באשעפטיגט מען א בן יחיד?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 6:47 pm
דורך שוועמל
פאר ווער עס האט נישט קיין בן יחיד נאר א שטוב מיט בנים בע"ה, האט אנדערע געזונטע פראבלעמען ב"ה.
אבער וואס טוט מען מיט א אינגל (10) וואס האט נישט קיין ברידער אים אויסצורייבן. קומט אהיים און שטויסט די וואנט, שרייט אן די שוועסטער וכו', האט קיינמאל נישט וואס צו טון, אזעלכע סארט אישוס.

ביים לערנען אין חדר איז ער ב"ה פיין אזוי אויך אין שול צווישן מענטשן. אבער אינדערהיים גיבט ער זיך אויס אויף א וועג וואס ווערט שווערער און שווערער אויסצוהאלטן.

ער לערנט צו פריוואט ביינאכט, יענער איז זייער גוט אים צו האלטן פארנומען אויף נאך א שעה. אבער ער איז נישט אין די חינוך אדער 'עדיוקעשאן' ליין אים צו קענען אויפבויען אדער רעדן צו זיינע פראבלעמען, וואס זאלן טוישן אביסל זיין התנהגות.

יעדע הילף איז וועלקאם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 7:37 pm
דורך וואסערפאל
גוטע קשיא...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 7:55 pm
דורך א גראם מיט טעם
האט ער ליב צו ליינען?
איז דא א האבבי וואס אינטערסירט עם,למשל ארט צו מוזיק
דאן לוינט זיך אמאל די פאר דאלער אויסצושארפען זיינע טאלאנטען,
כ'קען א קינד וואס איז געווען אין דעם מצב, פלעגט אהיים קומען ווילד און געקראכען די גראדע ווענט,האט עם דער טאטע געשיקט צו דראם לעסאנס, און ס'האט אויף געטון אז ער האט זיך אויסגעגעבען די ענערדשי פלאס ער איז געווען אינדרויסען פון שטוב פאר נאך א שעה..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:55 pm
דורך שאץ מאץ
מוזיק איז א גוטע עיצה,
אפשר סופרות? וכדומה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 11:00 pm
דורך לוי יצחק
אפשר א שטוב פון א שוועסטער-קינד אדער נאנטע שכן וואס האט קינדער די זעלבע עידזש, קען ער אהינגיין כסדר.
כמובן אז דער עצה איז נאר גוט אויב אלעס ארום קלאפט, און אויך אז דאס איז נישט אויף יעדן טאג ממש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:06 am
דורך שוועמל
איך וואלט אפרישיעט ווען מקען זיך האלטן צום נושא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:11 am
דורך ירוחם
אויב האסטו געלט, צאל פאר איינעם אים אויסצולערנען עפעס וואס אינטערעסירט אים. שטייטצעך די מערסטע פופולאר איז א אינסטרומענט צו שפילן, אבער ס'לאו דווקא. פעינטן, מאלן, אויסשניצן, וועבן, נייען, בויען, פראגרעמינג, וואטעווער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 9:12 am
דורך תואר
ווער זיין חבר, ווער זיין פרענד, א בן יחיד דארף א שותף, דער בעסטער שותף איז א טאטע, איך קען נישט דיין סקעדזשועל, איך ווייס נישט ווען דו האסט צייט, אבער טאמער א טאטע איז גוט נאנט מיט אזא קינד ממש ווי א שותף האט אזא קינד אויף וואס ארויסצוקוקען ווען ער ווייסט אז זיין פארטנער קומט באלד אהיים און פארברענגן מיט אים מיט אנטערעסאנטע ענינים, יעדע מינוט וואס דו האסט צייט.

דאס גיט אים א רואיגקייט.

דאס איז אויפ'ן שפיץ פינגער לעניית דעתי החלושה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:19 am
דורך אור
די 2 בעסטע זאכן פאר דעי עיטש איז ארט (מאלן, פיקטשערס) און מיוזיק (קי-בארד, גיטאר)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:46 am
דורך שמעלקא טויב
אויב ער קען איינזיצן קויף אים ביכער פון אויטענטישע מעשות, פאק אים אן מיט ידועות, ס'וועט אים אלץ צוניץ קומען.

אויך מאך מיט אים צייט יעדען טאג וואס נאר ער וועט פארברענגן מיט דיר, חק ולא יעבור, א גוט ווארט, א גוטע שמועס וכו'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 11:41 am
דורך ענדע צדיק!
מוזיק, טראכט הונדערט מאל פארן איהם אויסלערנען עפעס. ודוק

אנדערע טאלאנטן האבן אבער א פראבלעם אז טאלאנט איז אין אונזער צייט קיין פרנסה ניט.

#צוריק צום נושא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 11:44 am
דורך מי יודע
ענדע צדיק! האט געשריבן:מוזיק, טראכט הונדערט מאל פארן איהם אויסלערנען עפעס. ודוק

אנדערע טאלאנטן האבן אבער א פראבלעם אז טאלאנט איז אין אונזער צייט קיין פרנסה ניט.

#צוריק צום נושא

מ'רעדט עפעס פון פרנסה? מ'רעדט ער זאל נישט קריכן אויף גראדע ווענט, אפילו צו זייען טאמאטע לוינט זיך אים צו לערנען אויב איז דאס זיין האבי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 1:08 pm
דורך ירוחם
ענדע צדיק! האט געשריבן:מוזיק, טראכט הונדערט מאל פארן איהם אויסלערנען עפעס. ודוק

פון די הונדערטע קינדער וואס לערנען זיך אינסטרומענטן וויפיל מיינסטו ווערן שפילער אויף דער עלטער? אפשר פינף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 1:10 pm
דורך לכתחילה אריבער
איז נישט אמאל געווען א שמועס דא איבער לאזן קינדער שפילן מוזיק, כ'דענק אז נישט אלע האבן מסכים געווען אז עס איז א מעלה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 1:19 pm
דורך ענדע צדיק!
לאמיר נישט פארקריכן איך האב געמיינט צו זאגן אז, מוזיק איז אין פארשידענע פעלער ששעדליך שפעטער. אבער עס איז א גוטע פאך אין דער עלטער.

און לגבי אנדערע טאלאנטן איז גוט פאר אונטערהאלטונג אבער עס ברענגט גארנישט אויף שפעטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:13 pm
דורך SPUSMN
נעם פון דער באנק א פאר ראלס פעניס, ניקעלס, דיימס, און קווארטערס, און קויף אים די ביכעלעך (די ביליגע, די פינעף דאלערדיגע) זיי אריין צו לייגען; און דאס וועט אים באשעפטיגען פאר שעות אריכות פאר א סאך טעג, אויב נישט וואכען און חדשים פון פרייע צייט.
http://www.krausebooks.com/jefferson-ni ... igodigital

לייג צוריק די שוין אויסגעקליבענע אין באנק, און נעם נייע (בעסער פון א אנדערע באנק זאלסט נישט צוריק באקומען די זעלבע). טוה עס ווי אפט עס פעילט אויס, אדער בצירוף מיט אנדערע "צייט פארטרייב" שפילען, און די אנדערע עצות וואס מען האט דא ארויף געברענגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:24 pm
דורך שוועמל
שפושמנ,
נאכנישט געהערט פון דעם. שיקן זיי מיט די ניקעלס אויכעט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:29 pm
דורך לכאורה
שוועמעלע, עמך אנכי... (נישט 'בצרה', ווייל אזעלכע צרות פאר אלע עקרות, און דאס איז בלויז 'גידול בנים' בעת פון קיין 'צער' זאל מען נישט וויסן), אפילו מיין אינגל איז נישט קיין בן יחיד, האב איך מיט אים די זעלבע מצב ביים אהיימקומען פון חדר.

פאראיאר האב איך אים צוליב דעם איינגעשריבן אין די "קנין משנה" פראגראם וואס לערנט פאר משניות אויף סי.די. און איז ביליגער ווי א פריוואטע רבי, אויך לערנט מען דאס אין די פריוואטקייט פונעם אייגענעם שטוב.

לעצטנס האט ער באקומען פון כולל שומרי החומות א פיאנא, נאכן אריינברענגן א שיינעם סומע פושקע געלט, גלייכט ער צו קוועטשן די קנעפלעך דערפון... כ'גיי אים נישט געבן קיין לעקציעס און נישט דינגן קיין לערער, פון פרינציפ אויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:33 pm
דורך יהיה כן
אהא, דו גראגערסט מיר דארט.... נא נא

פאר די גרויסע, עפעס צו טוען בין הזמנים, האט איינער אויך אן עצה???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:39 pm
דורך בנימין הלוי
@SPUSMN
lol

@לכאורה, וויאזוי איז געווען מיט קנין משנה? נאכנישט געשריבן איבערדעם דא אין אייוועלט? אפשר ביסטו מהנה דעם עולם מיט אן אשכול איבער קנין משנה אדער אנדערע תורה פראגראממען פאר קינדער און בחורים
מעג מען בעטן? דאנקע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:47 pm
דורך לכאורה
נישטא וואס צו שרייבן, האב איך נישט געשריבן.

אין קורצן: מיין גרויסער האט געהאט א פריוואטע רבי, דאס האט געקאסט צווישן 100-150 יעדע וואך, ווידעראום מיין אינגערער לערנט קנין משנה פאר בלויז 50 א חודש!

זיי שיקן אן עם-פי-שלש [לעצטנס גערעדט צו אן איזראעלי און איבערגעכאפט דעם אויסדרוק] פון יעדע מסכתא, מיט א לוח וויפיל טרעקס צו לערנען יעדן טאג, עס קומען אן בחינות מיט גורלות, וואס דארפסטו מער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:47 pm
דורך SPUSMN
שוועמל האט געשריבן:שפושמנ,
נאכנישט געהערט פון דעם. שיקן זיי מיט די ניקעלס אויכעט?

פאר געלט באקומט מען די ניקעלס אויך, אבער מען צאלט סרו זע נאוז, פיפציג צענט פאר א 1971 ניקעל, וואס מען קען עס טרעפען אין די טשעינדז. מען קען היינט אין די טשעינדז אפילו טרעפען א 1938 דזעפערסאן ניקעל, און דאס איז דער פאן פארען קינד צו טרעפען עפעס אינטרעסאנט און קאמפליטען דער סעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 4:57 pm
דורך בנימין הלוי
לכאורה האט געשריבן:נישטא וואס צו שרייבן, האב איך נישט געשריבן.

אין קורצן: מיין גרויסער האט געהאט א פריוואטע רבי, דאס האט געקאסט צווישן 100-150 יעדע וואך, ווידעראום מיין אינגערער לערנט קנין משנה פאר בלויז 50 א חודש!

זיי שיקן אן עם-פי-שלש [לעצטנס גערעדט צו אן איזראעלי און איבערגעכאפט דעם אויסדרוק] פון יעדע מסכתא, מיט א לוח וויפיל טרעקס צו לערנען יעדן טאג, עס קומען אן בחינות מיט גורלות, וואס דארפסטו מער?

ווער לערנט פאר? גוט פארגעלערנט? שווה לכל נפש?
די בחינות זענען גוט?
פאר וועלכער גיל?
וויפיל צייט דארף א דורכשניטליכער קינד לערנען מיטצוהאלטן?
די קינדער פון די חבורה האבן עפעס שייכות? מ'טרעפט זיך אמאל פאר דרשות אדער סיום מסכת? -אדער ס'גייט אלעס דורך די פאסט
וויאזוי איז קאמפעירד צו די אנדערע פראגראממען אוועילאבל?

..ס'דא תקנות...?
--
גענוג פאר אן אשכול?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 5:03 pm
דורך לכאורה
בנימין הלוי האט געשריבן:ווער לערנט פאר? גוט פארגעלערנט? שווה לכל נפש?
די בחינות זענען גוט?
פאר וועלכער גיל?
וויפיל צייט דארף א דורכשניטליכער קינד לערנען מיטצוהאלטן?
די קינדער פון די חבורה האבן עפעס שייכות? מ'טרעפט זיך אמאל פאר דרשות אדער סיום מסכת? -אדער ס'גייט אלעס דורך די פאסט
וויאזוי איז קאמפעירד צו די אנדערע פראגראממען אוועילאבל?

..ס'דא תקנות...?
--
גענוג פאר אן אשכול?

ר' חיים מנחם הירש לערנט פאר (יעצט הער איך אז אויף פארשידענע מסכתות איז דא א צווייטער מגיד שיעור, נאכנישט געהערט יענעם, נאר אז ער הייסט קאהן)
זייער גוט פארגעלערנט, מיט א לעבעדיגקייט און א קלארקייט וואס קינדער פון די אינגסטע עלטער קענען מיטהאלטן
די בחינות זענען זייער גוט, מאלטיפול-טשויס
גיל 10-13
עס ווענדט זיך וויפיל צייט ער וויל אריינלייגן דערין, זיי האבן פלענער פון א שעה א טאג און א האלבע שעה א טאג, א סדר א זמן אדער א סדר א יאר
די קינדער האבן כמעט נישט קיין שייכות, סוף יאר איז געווען א מעכטיגע סיום אין אימפעריעל זאל
וועלכע אנדערע פראגראמען? די מתמידים לדעת? כ'האב נישט פרובירט קיינמאל, מסתמא די זעלבע זאך

תקנות?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 6:46 pm
דורך וואסערפאל
דער אמת איז, כ'האב גלייך אין אנהויב פונעם אשכול רעאגירט 'גוטע קשיא' ווייל עמו אנכי בשרה, כ'מיין ב'שוועמל.

מיין בן יחיד'ל גלייכט שפיעלן מוזיק, פון סופרות האב איך נישט געטראכט, כעל עס בל''נ פרובירן. ס'בעסטע עצה איז צו טרעפן א חבר א שכן טוב מיט וועם ער זאל פארברענגן פריי-צייט. פארשטייט זיך אז ועל כולם, איז א לערנען פראגראם די בעסטע אבער מען דארף האלטן דערביי. דערווייל פלאג איך זיך - געלויבט דער פון אויבן - מיט די זעלבע סיטואציע.