בלאט 1 פון 1

הילף איבער מאכן א CD אויף אידיש

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 11:11 am
דורך שמיטה למעשה
שלו' וברכה פאר אייך אלע חברים יקרים דא אין אידישע וועלט.

איך האב געמאכט יעצט דאהי אין ארץ ישראל א CD מיט עטליכע דערציילונגען און ניגונים וועגן דעם שנת השמיטה, באגלייט מיט די מעלות מעשיות און הלכות פון די שמיטה.
אויף דעם CD שפילט אויף דער באקאנטער ר' יוס'ל אייזנבאך, מיט רבי אלטר (יאכנעס) - באקאנט זייער דא אין א"י.
דער CD האט ב"ה זייער מצליח געווען און עס איז געווארן שטארק אויף געכאפט ביים ציבור.
איך האב נאכדעם באקומען פאדערונגען פון אסאך מענטשען אז מען זאל דאס איבער טייטשן אויף די אידישע שפראך, און אפשר אויף ענגליש אויך.

אצינד וויל איך בעטן און שואל עצה זיין דא ביי די חברים יקרים וידידים: אפשר ווייסט איר ווער זענען די פאסיגע מענטשן צו אויף ארבעטן אזא CD אויף אידיש.
ווער זענן די געלונגענע מענטשן וואס זאלן בעז"ה מאכן דעי מלאכה על הצד היותר טוב.
ווער זענען די רעדנער אויף די CD וואס אייער קינדער האבן ליב צו הערן.
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די עולם א מוזיק אין אמעריקא, און דעריבער בעט אייך אויב איר קענט מיר העלפן מיטן מיט טיילן אינפארמאציע אויף מענטשן וואס זענען טויגלעך אויף דעם.
נאך איין מערקונג וויל איך צו געבן: אזוי ווי דאך באקאנט איז דא פארשידענע אקצענטן אויף אידיש, ירושלימדיגע אידיש, חסידישע אידיש, ליטווישע אידיש, אמעריקאנער אידיש און נאך, יעצט, וואס פאר א סארט רעדנער זאל איך נעמען זאל זיין פאסיג און גוט פאר רוב אידיש רעדנער, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקא און אייראפע.

מען קען דא ענטפערן אדער לאזן א הודעה אין אישי. ייש"כ.

יוסלה אייזנבך

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 5:19 pm
דורך שמיטה למעשה
עס איז דא אויף אידישע וועלט איימיצער וואס קען ר' יוסלה אייזנבאך?
איינער האט געהערט זיינע CD?
אין א"י איז ער שטארק פאפולאר.
און וועלכע אקצענט פאסט טאקע פאר אלע אידיש רעדנערס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 5:31 pm
דורך שמיטה למעשה
יישר כח פאר די אלע וואס העלפן מיר צו מיט עצות מחכימות אין די אישי קעסטל.

יעצט האב איך געוואלט פרעגן אזוי:
טאמער וועל איך נעמען א חסידישן איד פון ארץ ישראל, וואס זאל רעדן אויף די חסידישע הברה, אויב עס וועט זיין גוט אויך פאר די חסידישער עולם אין אמעריקא און אייראפע.
ווייל דאך איז די אקצענט א ביסל אנדערש, אדער עס מאכט נישט אויס דער שינוי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 6:59 pm
דורך א גראם מיט טעם
עס ווענדט זיך וועם, פראביר אפשר ר' ירמי' דמן, יענקי דסקל, משה וויינטרויב,וכו' בקיצור זינגערס וואס דער אמערקאנער עולם האט שוין ליב.
לענ"ד וואלט יוסף משה כהנא געווען א גוטע אדרעס פאר אזא פראיעקט.