בלאט 1 פון 1

עצה געזוכט פאר בייזע חלומות ביי יונגע קינדער

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:38 pm
דורך להודיע
א קליין מיידעלע פון דריי אהאלב יאר וואס וועקט זיך אויף עטליכע מאל א וואך מיט שרעקעדיגע חלומות. א גוי איז אין די הויז, חיות, וכדומה.

די עצה אויף די מינוט איז אריינצונעמען אין בעט פון די עלטערן, וואו זי בארואיגט זיך. אבער איינער האט עפעס ערפארונג פאר א לאנג- טערמיניגע לעזונג ?

מיר לייגן א דגוש צו לייגן שלאפן, לא מתוך כעס ורוגז חלילה, מיט א קיש, א מעשה, א קינדער טעיפ. איז דא נאך עפעס וואס קען העלפן ?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:41 pm
דורך אנכי
מתי בדקת לאחרונה המזוזה באותו חדר?

האם אתה או בני ביתך מקפיד לקרות עמה קרי"ש שעל המטה בכל לילה?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:43 pm
דורך דיעל
די ווייטעמין L-TRYPTOPHAN

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:45 pm
דורך להודיע
מזוזות האט מען גראדע בודק געווען בלויז עטליכע וואכן צוריק בחודש אלול העעל"ט.

דיעל, וואס איז די מעשה מיט דעם וויטאמין ? אויף וואס העלפט עס ? מער דעטאלן ביטע, ויישר כחכם

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:49 pm
דורך אנכי
להודיע האט געשריבן:מזוזות האט מען גראדע בודק געווען בלויז עטליכע וואכן צוריק בחודש אלול העעל"ט

ומה עם קרי"ש שעל המטה?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:07 pm
דורך דיעל
להודיע האט געשריבן:
דיעל, וואס איז די מעשה מיט דעם וויטאמין ? אויף וואס העלפט עס ? מער דעטאלן ביטע, ויישר כחכם

אין קורצן עס מאכט שלאפן רואיגער - אן קיינע שלעכטע חלומות עס איז גוט פאר עלטערע מענטשן אין אויך פאר קליינע קינדער - איך האב שוין געזען גוטע רעזולטאטן פון 4 א האלב יאר ביז אכציג יעריגע - ביי מענער און ביי פרויען

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:22 pm
דורך יצחק דע באנקיר
מעלעטאניען צווינגט צו בלייבען שלאפען פאר די נאכט מסתמא וועט זי זיך איינגעוויינען דורכצושלאפען

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:26 pm
דורך דיעל
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:מעלעטאניען צווינגט צו בלייבען שלאפען פאר די נאכט מסתמא וועט זי זיך איינגעוויינען דורכצושלאפען

מעלעטאנין העלפט איינשלאפן "נישט" אז מען זאל בליינן שלאפן

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:30 pm
דורך יצחק דע באנקיר
פארוואס דארף מען זיך אזוי מיטשען מיט די קינדער וואס שלאפען איין דורך מעלטאניען זיי צו דערוועקן נאך א דריי שעהיגער ער''ש שלאף

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:47 pm
דורך דע מה שתשיב
קלאַר האסטו שוין פרובירט?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:52 pm
דורך דיעל
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פארוואס דארף מען זיך אזוי מיטשען מיט די קינדער וואס שלאפען איין דורך מעלטאניען זיי צו דערוועקן נאך א דריי שעהיגער ער''ש שלאף

ווייל זיי שלאפן "גוט איין" נאכן זיין אפגעמיטעשט פון א גאנצע וואך, עס איז א טיפע שלאף - נישט די מעלעטאנען האלט זיי פארשלאפן

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 4:32 pm
דורך וויווידיזיינער
עס איז דא א סגולה פון לייגן דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אונטער דעם מאטראץ פונעם קינד, און עס העלפט אז דאס קינד זאל זיך נישט אויפוועקן פון די שרעקעדיגע חלומות. בדוק ןמנוסה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 4:46 pm
דורך שאהן הענניטי
האסט מיר ממש אויסגעכאפט, איך פלעג שטארק ליידן פון חלומות ביינאכט, פונקט ווי דער פותח האשכול לייגט עס אראפ, איך פלעג זעהן מעשה מרכבה פליעהן פון מיין דאך אראפ, אסאך מאל איז עס געווען חיות רעות, אדער מענטשליכע באזוכער, איך פלעג זיך אויפוואכן מיט שרעקליכע קולות, איך בין געווען שוואך ווי א פליג נאכדעם, ממש ווי כ'וואלט דאס איבערגעלעבט אויף אן אמת.

הקיצור תכלית, איך האב געפרעגט א גוטן איד, און ער האט מיר גלייך געזאגט צו לייגן ביים בעט דעם ספה"ק נועם אלימלך (ער האט נישט גערעדט פון אונטערן בעט), דאס איז געווען א שיינע פאר חדשים צוריק, און פון דאן אהן, האב איך מער נישט געוואוסט פון קיין חלומות. (חוץ איינס צוויי מאל וואס כ'האב פארגעסן עס צו לייגן...)

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 4:52 pm
דורך ספיידער
עס איז ראטזאם צו רעדן מיט א סליפפינג ספעציאליסט, ווען אייער קינד וועקט זיך אויף נעמט איננאכט אויב די קינד איז אינגאנצן אויף אדער פארפירט אינמיטן שלאף אויב די קינד איז נישט אינגאנצן וואך איז עס א מחלה וואס הייסט סליפ טערראר דיסארדער וואס אויף ווי ווייט איך ווייס האט עס נישט קיין רפואה, נאר עס גייט אוועק אזויווי עס איז אנגעקומען נאך א שטיק צייט אמאל אין א חודש אמאל נאך א לענגערע צייט, דאקטוירעם זאגן אז די פראבלעם האט נישט קיין שום שייכות מיט ענקזייעטי אדער פחדים נאר א סליפינג דיסארדער א שטייגער ווי נייט וואקינג וכדו׳, בשעת עס קומט אן די אטאקע ברויך מען איידעלערהייט אויפוועקן די קינד און צוריק אריינלייגן אין בעט, געווענלעך ווען די קינד ווערט אינגאנצן וואך געדענקט ער/זי גארנישט נאר רעדט מיטן גאנצן רואיגקייט כאילו לא הי׳
אויב שרייעט די קינד ווען ער איז וואך דעמאלטס האט עס לכאורה יא א שייכות מיט ענקזייעטי, אויב איהר זעהט נישט קיין סיבה וואס עס האט גורם געווען די פחד דארף מען בודק זיין אויב די קינד איז דורך א טראמע וד״ל

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 7:34 pm
דורך זאכליך
נועם אלימלך האט געהאלפן פאר מיר און פאר מיין ב"ב אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:59 pm
דורך זאל ער קומען
ביי מיינע קינדער האט (דער רבש"ע) געהאלפן דאס ערליך קושן די מזוזה פאר'ן גיין שלאפן, און זאגן מיט די קינדער אינאיינעם:
שק-י ישמרני ומצילני מכל רע ומכל חלומות רעים.
פון מיין שווער'ס שטוב האט מען צוגעלייגט אין ענדע די ווערטער: ומפחד לילה. (שטייט אזוי אין סידורים).
ס'האט אפילו געהאלפן אינמיטן די נאכט אויב א קינד האט זיך אויפגעוועקט אין שרעק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 10:09 pm
דורך ספיידער
דיעל האט געשריבן:די ווייטעמין L-TRYPTOPHAN

L-tryptophan is POSSIBLY UNSAFE when taken by mouth. It has been linked to over 1500 reports of eosinophilia-myalgia syndrome (EMS) and 37 deaths. EMS is a neurological condition with symptoms that include fatigue; intense muscle pain; nerve pain; skin changes; baldness; rash; and pain and swelling affecting the joints, connective tissue, lungs, heart, and liver. Symptoms tend to improve over time, but some people may still experience symptoms up to 2 years after they develop EMS. Some people report that their symptoms have never gone away completely.

In 1990, L-tryptophan was recalled from the market due to these safety concerns. After the limitation of L-tryptophan products, the number of EMS cases dropped sharply. The exact cause of EMS in patients taking L-tryptophan is unknown, but some evidence suggests it may be due to contaminated L-tryptophan products. About 95% of all EMS cases were traced to L-tryptophan produced by a single manufacturer in Japan. Currently, under the Dietary Supplement Health and Education Act (DSHEA) of 1994, L-tryptophan is available and marketed as a dietary supplement.

L-tryptophan can cause some side effects such as heartburn, stomach pain, belching and gas, nausea, vomiting, diarrhea, and loss of appetite. It can also cause headache, lightheadedness, drowsiness, dry mouth, visual blurring, muscle

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 10:28 pm
דורך שטארק זיך
ספיידעא (ביסטו פון די טערענטולא משפחה?...) כקען נישט די ווייטאמין, אבער סייד אפעקטס וועסטו טרעפן אויף כמעט יעדע ווירקזאמע מעדעצין צי ווייטאמין, דעריבער איז גוט אז יעדער זאל רעדן צו זיין פידיעטרישאן, און פאלגן וואס ער הייסט. און ווי ווייניגער גוגלען די זאכן, ווייל דאס איז א מחלה

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 10:41 pm
דורך ספיידער
שטארק זיך האט געשריבן:ספיידעא (ביסטו פון די טערענטולא משפחה?...) כקען נישט די ווייטאמין, אבער סייד אפעקטס וועסטו טרעפן אויף כמעט יעדע ווירקזאמע מעדעצין צי ווייטאמין, דעריבער איז גוט אז יעדער זאל רעדן צו זיין פידיעטרישאן, און פאלגן וואס ער הייסט. און ווי ווייניגער גוגלען די זאכן, ווייל דאס איז א מחלה

כהאב נאר געוואלט קלאר מאכן אז נישט ווייל עס איז natural מיינט עס אז עס איז הונדערט פראצענט סעיף נאדעראבע שמועסט עס דורך מיט אייער פידיעט ראשון
הצלחה

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 10:48 pm
דורך דיעל
ספיידער האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:די ווייטעמין L-TRYPTOPHAN

L-tryptophan is POSSIBLY UNSAFE when taken by mouth. It has been linked to over 1500 reports of eosinophilia-myalgia syndrome (EMS) and 37 deaths. EMS is a neurological condition with symptoms that include fatigue; intense muscle pain; nerve pain; skin changes; baldness; rash; and pain and swelling affecting the joints, connective tissue, lungs, heart, and liver. Symptoms tend to improve over time, but some people may still experience symptoms up to 2 years after they develop EMS. Some people report that their symptoms have never gone away completely.

In 1990, L-tryptophan was recalled from the market due to these safety concerns. After the limitation of L-tryptophan products, the number of EMS cases dropped sharply. The exact cause of EMS in patients taking L-tryptophan is unknown, but some evidence suggests it may be due to contaminated L-tryptophan products. About 95% of all EMS cases were traced to L-tryptophan produced by a single manufacturer in Japan. Currently, under the Dietary Supplement Health and Education Act (DSHEA) of 1994, L-tryptophan is available and marketed as a dietary supplement.

L-tryptophan can cause some side effects such as heartburn, stomach pain, belching and gas, nausea, vomiting, diarrhea, and loss of appetite. It can also cause headache, lightheadedness, drowsiness, dry mouth, visual blurring, muscle weakness, and - problems.
Special Precautions & Warnings:
Pregnancy and breast-feeding: L-tryptophan is LIKELY UNSAFE in pregnancy because it may harm the unborn child. Not enough is known about the safety of L-tryptophan during breast-feeding. Avoid using L-tryptophan during pregnancy and breast-feeding.

A white blood cell disorder called eosinophilia: L-tryptophan might make this condition worse. L-tryptophan has been associated with the development of eosinophilia-myalgia syndrome (EMS).

Liver or kidney disease: L-tryptophan might make these conditions worse since it has been associated with the development of eosinophilia-myalgia syndrome (EMS).

זעה איך אז דו נוצט גוגעל..... איך האב עס שוין באמערקט ביי דיין פריעדיגע תגובה נאר איך בין נישט געווען זיכער......
עכ"פ א סעיף ווייטעמין (בעסער געזאגט אן עמינא עסיד) אן קיין שום אנגענימענע סייד עפעקט, בקיצור: SAFE FOR ALL AGES AND STAGES
** Disclaimer**
These statements have not been evaluated by the Food and Drug Administration. This product is not intended to diagnose, treat, cure, or prevent any disease.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 3:32 am
דורך מענטשאלע
איך האב אמאל געפרעגט הגאון הצדיק המקובל רבי יעקב משה הלל שליט"א ראש ישיבת אהבת שלום אין ירושלים עיה"ק, ווער איז זייער אנגענומען ביי ערליכע אידן און מרן הגאב"ד בעל מנחת יצחק און אזוי אויך הרמ"א פריינד ושאר גדולי ירושלים האשכנזים האבן זייער געהאלטן פון עהם(נישט קיין 'באבא' מעשיות), האט געזאגט ליינען נעבן בעט פון קינד ווען ער גייט שלאפן קפי' צ"א יושב בסתר עליון וכו', איך אזוי געמאכט און עס האט געווירקט זייער גוט, אויך ווען דאס קינד האט נישט געזען ווי מ'זאגט עס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 7:24 am
דורך nunu
וויווידיזיינער האט געשריבן:עס איז דא א סגולה פון לייגן דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אונטער דעם מאטראץ פונעם קינד, און עס העלפט אז דאס קינד זאל זיך נישט אויפוועקן פון די שרעקעדיגע חלומות. בדוק ןמנוסה.

סקען זיין אז דער נועם אלימלך העלפט טעקע אזוי ווי דער אנדערע זענען מעיד אבער לכאורה איז עס אויף א אויפן פון עס לייגן ביים בעט
און נישט חלילה אזא הייליג ספר אונטער א בעט וואס סעיז שורה א רוח טומאה ווי סשטייט אין חז''ל - און דעס וואס מען לייגט דעים נוע"א אדער אנדערע דברים קדושים אונטער א יושבת על המשבר איז זי דאך נישט יושנת
זאל ער קומען האט געשריבן:ביי מיינע קינדער האט (דער רבש"ע) געהאלפן דאס ערליך קושן די מזוזה פאר'ן גיין שלאפן, און זאגן מיט די קינדער אינאיינעם:
שק-י ישמרני ומצילני מכל רע ומכל חלומות רעים.

סווערט געברענגט בשם הרה"ק מבעלזא זצוק"ל וואס האט געזאגט פאר א סגולה: צו ברענגען דעם קינד צום מזוזה (כמיין אפי' אנע קישן)
און האט צוגעלייגט אז ער מוז נישט אנקומען ביזן מזוזה ממש נאר עהם צוברענגען צום שוועל איז געניג

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 3:58 pm
דורך לאו דוקא
כ'האב געזען יעצט סוכות אינעם הערליכן אויסגאבע "להתענג" נאך ברענגען אז די בלעטליך פון די ערבה וואס מ'האט געשאקלט מיטן לולב איז א סגולה קעגן פחדים, נו יעצט האט דאך נאך יעדער דערפון.