בלאט 1 פון 3
זיך אנטוהן ווייסע זאקן
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:36 pm
דורך דורעכגעטראכטער
מיינס א ברוידער האט חתונה און געציילטע וואכן
קיינער פון מיין פאמילע גייט נישט מיט קיין ארויפגעצויגענע ווייסע זאקן און למעשה וואלט זיין שווער געהאט גרויס חשק ער זאל זיך יא אנטוהן ווייסע זאקן צוי די חתונה. און מיין ברוידער איז נישט עכו די סטייל צוי גיין דערמיט
מעיג מען איהם לאזן זיך אנטוהן ??? ווען ער וועט זיין די איינציגסטער און די משפחה דערמיט און ער וועט ווארשיינליך זיין זייער אוםבאקוועם דערמיט
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:40 pm
דורך אנכי
דורעכגעטראכטער האט געשריבן:מיין ברוידער איז נישט עכו די סטייל צוי גיין דערמיט
"ווייסע זאקן" הוא לבוש חסידי ואינו "סטייל".
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:41 pm
דורך יאנקעלע קליגער
וואס איז די מצב אין זיין שווער'ס משפחה
זיין שווער גייט?
זיין שווערס קינדער?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:44 pm
דורך מנוחה ושמחה
אויב דיין ברודער וויל "עכט" גיין וועט ער גיין
אויב וויל ער "עכט נישט" גיין וועט ער נישט גיין
דו רעד נישט אריין און זיי נישט דער שולדיגער אהער אדער אהין
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:46 pm
דורך מאגר
ווי איך פארשטיי איז דער חתן אביסל מער פון זיין אייגענע משפחה.
אויב דער חתן איז מסכים לוינט זיך נישט צו שטעלן דערויף.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:49 pm
דורך דורעכגעטראכטער
יא יא די חתן איז מער צוי זיין משפחה און וויל נישט זיין די איינציגסטער. אבער זיין שווער פארלאנגט עס זייער שטארק די ווייסע זאקן
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 2:57 pm
דורך יצחק דע באנקיר
עס לוינט נישט פאר זאקען אנצוהייבען מיט די לינקע פוס
נאך די חתונה אז דיין ברודער וועט האבן א גיטע שפראך מיטן שווער וועט עס אדער ווערן מסודר, אדער וועט אים עס מער נישט אנגיין
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:03 pm
דורך דיעל
און די ערשטע תגובה שרייבסטו "זיין שווער האט שטארק חשק"
שפעטער שרייבסטו "אבער זיין שווער פארלאנגט עס זייער שטארק "
אין אידיש זאגט מען מעיק אפ יאר מיינד - עס איז א גרויסע חילוק
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:05 pm
דורך moneyMINDED
האט מען עפעס געהאט גערעדט דערוועגן ביים שידוך ?
טאמער די חתן גלייכט עס וואס א חילוק אויב זיין משפחה גייט צו נישט
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:14 pm
דורך דורעכגעטראכטער
דעיס איז אויך א פראבלעם ווען מוואלט גערעדט דערפון ביים שידוך וואלט עס מיין ברוידער סאך גרינגער אויפגענימען ער וואלט געפעיסט פעקט אפשר.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:18 pm
דורך AHA
מיין שווער האט אויך געבעטען איך זאל אנטוהן ווייסע זאקען. מיין טאטע האט עם אנגעריפען זאגען אז ביינונז איז עס א מוראדיגע פרעמדע זאך אין עס גייט נישט ארבייטען.
אין דא האט זיך עס געענדיגט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 3:53 pm
דורך מאגר
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:עס לוינט נישט פאר זאקען אנצוהייבען מיט די לינקע פוס
עס לוינט זיך נישט פאר די אומבאקוועמליכקייט פונעם
ברודער פונעם חתן, אנצוהייבן מיטן לינקן פוס פארן חתן און מחותן אליין!
לאז אים עס אליין באשלוסן!
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 5:54 pm
דורך moneyMINDED
ווייסע זאקן היינט צוטאגס גראדע מייינט נישט אז מאיז עפעס פרומער צו וואס אין סטוישט נישט די בליק אויפן מענטש אדער מאכט אים אויסזען פון א צווייטע סארט , סאיז בכלל נישט עפעס געפערליך צו גיין דערמיט ,
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 7:42 pm
דורך Alien
דורעכגעטראכטער האט געשריבן:מעיג מען איהם לאזן זיך אנטוהן ???
סארא קשיא דאס? ווער ביסטו יא אדער נישט צו לאזן?
אויב האט ער דיר געפרעגט, זאג וואס דו טראכסט, אדער גיב אים א עצה וועם צו פרעגן.
אויב נישט שטיי אין די זייט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 8:37 pm
דורך Elmo
וויזוי איך פארשטיי איז דיין ברודער קען עכט נישט באשטיין און זיין מחותן קען עכט יא באשטיין
די אמת איז אז אויב טוט ער זיך עס אן ווייל ער האט די פרעשור פון זיין מחותן וועט אים עס באדערן פאר א לאנגע צייט אז ער האט עס אנגעטוהן, און אויב טוט ער עס נישט אן וועט עס אים באדערען פאר ווי לאנג די שבע ברכות איז לאמיר זאגן איין וואך ווייל די חתן איז נאך דעמאלטס אזאך
יעצט זאל ער מאכן זיינע קאלקעלעישן וואס עס לוינט זיך אים
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 8:45 pm
דורך זאל ער קומען
Elmo האט געשריבן:וויזוי איך פארשטיי איז דיין ברודער קען עכט נישט באשטיין און זיין מחותן קען עכט יא באשטיין
די אמת איז אז אויב טוט ער זיך עס אן ווייל ער האט די פרעשור פון זיין מחותן וועט אים עס באדערן פאר א לאנגע צייט אז ער האט עס אנגעטוהן, און אויב טוט ער עס נישט אן וועט עס אים באדערען פאר ווי לאנג די שבע ברכות איז לאמיר זאגן איין וואך ווייל די חתן איז נאך דעמאלטס אזאך
יעצט זאל ער מאכן זיינע קאלקעלעישן וואס עס לוינט זיך אים
ווענדט זיך ווער/וואס דער חתן איז, און ווער/וואס דער מחותן איז… ס'קען גרינג געמאלט זיין אז אויב וועט ער יא אנטון וועט עס איבער באדערן א וואך, ביז ער וועט זיך צוגעוואוינען, און אויב ער וועט זיך נישט אנטון וועט ער עס "קיינמאל" נישט פארגעסן...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:30 pm
דורך דורעכגעטראכטער
למעשה צוי קיפען אפדעיט די חברים דא איבער די אויסגאנג
איז די חתן היינט געוועין ביי g&g און שוין באשטעלט די קורצע הויזן פאר די ארויפגעצויגענע ווייסע זאקן וואס ער וועט אי״ה אנטוהן אויף זיין חתונה
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:59 pm
דורך moneyMINDED
מחותן כאטשיג האט בייצאלט די הוצאת פון די ווייסע זאקן?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 10:00 pm
דורך זאל ער קומען
moneyMINDED האט געשריבן:מחותן כאטשיג האט בייצאלט די הוצאת פון די ווייסע זאקן?
נא, די הויזן זענען דאך ביליגער ווייל ס'איז סאך קורצער...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 10:48 pm
דורך דורעכגעטראכטער
יעפ זאל ער עס ניצן געזונטערהייט
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 11:17 pm
דורך שטארק זיך
מ'האמיר שוין בבייגעוואוינט "וועלט-מלחמות" איבער די סארט נושאים; עס איז אומגלויבליך ווי -אדערווייז - נארמאלע מענטשן, ווערן מיט א קאפ קורצע ווען עס קומט צו די נושאים.
איך רעד נישט מער, ווער ווייס וויאזוי איך וועל אויסקוקן...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 11:29 pm
דורך דורעכגעטראכטער
זיי מער מסביר דיינע ווערטער ביטע
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 11:34 pm
דורך שטארק זיך
כווייס פון משפחות וואס זענען צובראכן געווארן, און אנדערע, אויף מעסער שטעל, צוליב אזוינע נארישקייטן ווי יא, אדער נישט אנצוטוהן ווייסע זאקן.
דו קלערסט מסתמא נישט אז כ'וועל מזכיר נשמות זיין דא...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 1:08 am
דורך שוועמל
ווייסע זאקן לכבוד שבת איז א געוואלדיגע זאך און האט א שטארקע מקור.
וגם זה ענין עפ"י סוד.
אדרבה זאל ער עס טראגן מיט ליבשאפט לכבד את השבת וויסענדיג אז ער טוט א פיינע זאך.
לצערי קען איך וואס האבן אויסגעטון די ווייסע זאקן, דעריבער איז גוט אז סקומען צו זאל זיך בעלענסן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 8:10 am
דורך דורעכגעטראכטער
אוודאי איז ווייסע זאקן שבת א שיינע חסידישע זאך
און האט זיכער א מקור. אבער כווייס נישט וואו ווייט די מקור פאר די קורצע הויזן איז