בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 5:57 pm
דורך ווייסע זאקן
וואס הייסט קאסטום שיך ?
איך גיי מיט די שיינע פלארשיים , זייער באקוועם אין שיין און האלט זיך אין שעיפ,אין פיל מיך מיט די שיך ווי די אנדערע וואס גייען שבת מיט שיינע שבת שיך
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:32 am
דורך שצם_חנכל
העי יו דו ביסט דער ברודער זיינער?
יא יא די שיינע פלורעשיים אדער וואטעווער שיך כ׳האב דעמאלטס אנגעהאט האט צובליטיגט די פיס ביי מיין חתונה נישט מער געדאכט און געמוזט לויפן צום שיך סטאר אינמיטען שבע ברכות
משהס שיך איז טייט פון אויבן און פון די זייטן אזוי אז מען דארף נישט גיין א סייז קלענער אין ארדער די שיך זאל זיך האלטען אויף די פיס
טשייניק האט געשריבן:די קלאודינג סטארס ווייסן שוין פינקטליך ווי לאנג ס'דארף זיין ווען מ'שטייט אז ס'זאל זיין גוט ביים זיצן.
הא תינח אויב ביים אנפראבירען האט מען געהאלטען די הויזן ביים ריכטיגע פלאץ ביים וועיסט אזויווי מען האלט עס אלעמאל אבער געווענליך טוט מען נישט אן די פאסיק ממילא קומט עס אויס לפעמים א אינטש ארויף אדער אראפ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 6:16 pm
דורך ניק ניק
יא ווייסע זאקן האלבע הויזן וואס מער טוהן פארן כבוד שבת אההה וואסערע פיינע געפיהל דאס איז, יא א ודאי אויב טוט מען עס נישט אן פאר שבת נאר פארן שווער טאטע וכדו' א ודאי שפירט מען נישט קיין טעם ופשוט הוא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 10:09 pm
דורך סמארט גאי
ניק ניק האט געשריבן:יא ווייסע זאקן האלבע הויזן וואס מער טוהן פארן כבוד שבת אההה וואסערע פיינע געפיהל דאס איז, יא א ודאי אויב טוט מען עס נישט אן פאר שבת נאר פארן שווער טאטע וכדו' א ודאי שפירט מען נישט קיין טעם ופשוט הוא
אמת, אבער וואס זאל טוהן א בנש"ק וואס איז געשטראפט געווארן מרחם און איז געבוירן געווארן אין א הויז וואס ער דארף גיין מיט די שמונה בגדים וואס ער דארף ווי די פאריעריגע שניי, ער פילט נישט קיין שום טעם אין דעם, איז ער מחויב צו גיין דערמיט?
איך מיין אז מ'דארף ריסטראקטשערן סאסייעטי, אז אנשטאט די ענינים זאלן זאלן זיך קאטעגאריזירן לויט די משפחה, זאלן עס גיין לויט די מדרגה אין אידישקייט,
ניין?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 10:44 am
דורך מאגר
דעמאלט וואס באדערט דיך אז דער שוואגער גייט זיך אנטון ווייסע זאקן?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 11:43 am
דורך סמארט גאי
מאגר האט געשריבן:דעמאלט וואס באדערט דיך אז דער שוואגער גייט זיך אנטון ווייסע זאקן?
נאו פראבלעם!
diversity איז היינט די טרענד
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 1:06 pm
דורך ניק ניק
אז איינער טוט א מעשה חצוני וואס טוט עדווערטייזן אז זיין פנימי איז א נחות דרגא פון זיין משפחה, וואס גייען זיינע קינדער טוהן?
--
אחרי שובי נחמתי, איך קען א איד וואס האט שוין מן הסתם איר איינקליך וואס האט אראפגעווארפן פון זיך די עול ה"רבי'שע בגדים" און ער האט אויפגעשטעלט הערליכע דורות קע"ה ער האט זיך גארנישט צו שעמען פאר זיינע ברודערס דורות, זעט אויס די עיקר איז די הארץ
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 29, 2014 10:36 pm
דורך לכאורה
משנה זיין א משפחה לבוש איז זייער א געוואגטע שריט, דאס ברויך א שאלת חכם. ותוצאותיו מי ישורנה, היום אומר לו עשה כך וכו', אויב נישט ביי זיך אליין, מה יעשה אותו הבן?
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 29, 2014 10:57 pm
דורך מאגר
לכאורה האט געשריבן:משנה זיין א משפחה לבוש איז זייער א געוואגטע שריט, דאס ברויך א שאלת חכם. ותוצאותיו מי ישורנה, היום אומר לו עשה כך וכו', אויב נישט ביי זיך אליין, מה יעשה אותו הבן?
רבי'שע בגדים און חסידי'שע בגדים לאו היינו הך.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 29, 2014 11:58 pm
דורך לכאורה
איך קען בלויז איבערזאגן וואס איך האב געזאגט, סיי וועלכע שינוי פון וואס מ'האט געזען ביי די עלטערן, חסידיש צו רבי'ש, ברויך אן ערנסטע שאלת חכם.