בלאט 1 פון 1

רינגלעך פארן לולב

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 12:46 pm
דורך יענקל פאטאש
רינגלעך פארן לולב

קודם שניידט מען אפ די עק וואס איז געווען באהאפטן צום שדרה עס זעל זיין שיין גראד
1.jpg
1.jpg (18.68 KiB) געזעהן געווארן 561 מאל


א יעדער בלעטל איז פון צוויי, צעטייל עס
2.jpg


דריי ארום איין בלעטל די אנדערען צוויי מאל
3.jpg

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 12:50 pm
דורך derech eretz
סארי פארן אריינהאקן, מ'קען מאכן א רינגעלע מיט איין בלעטל אויך, מ'דארף נישט צוויי,
ווייסט וויאזוי, אדער כ'דארף מיר נעמען מאכן בילדער?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 12:51 pm
דורך יענקל פאטאש
נעם די גראדע עק (נישט שפיציג) פונעם בלעטל וואס איז נישט געדרייט און שטעק אים אריין אין די געדרייטע בלעטל ביז עס שטעקט זיך ארויס א טראפ, כאפ אן די טראפעלע וואס שטעקט זיך ארויס (א) און שלעפ די אנדערע זייט (ב) ביז עס איז באפעסטיגט
4.jpg


כאפ אן א שפיציגע עק און דריי עק און דריי עס אריין אין די עפענונג
5.jpg


דערנאך לייג עס ארויף אויפן לולב און בעפעסטיג (נישט צו שארק)
כדי עס זאל זיך האלטן קען מען נעמען די אנדערע שפיץ און אדורך לייגן די אנדערע עפענונג (פון אויבן אראפ)
6.jpg
6.jpg (20.57 KiB) געזעהן געווארן 555 מאל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 1:01 pm
דורך יענקל פאטאש
צו צאם בינדען די הדסים און ערבות צום לולב קען מען אריין דרייען דריי ריגלעל איינס אין דעם אנדערן (נישט בעפעסטיגט דא)
7.jpg


דאונלאד א פי די עפ
llv.pdf
(243.08 KiB) געדאון לאודעד 73 מאל



חג כשר ושמח!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 1:06 pm
דורך יענקל פאטאש
derech eretz האט געשריבן:סארי פארן אריינהאקן, מ'קען מאכן א רינגעלע מיט איין בלעטל אויך, מ'דארף נישט צוויי,
ווייסט וויאזוי, אדער כ'דארף מיר נעמען מאכן בילדער?


איך האב מורא די וועסט מוזן מאכן בילדער.
איך האב געפרעגט דעם אתרוג סוחר אויב ער האט סינגל בלעטער האט ער געזאגט פאר די רייט פרייז.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 1:15 pm
דורך טרעף מיך
wow, יישר כח
האפנטליך וועל איך שוין נישט האבן דעם יאר אזויפיל ביזיונות

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 1:27 pm
דורך green sunday
א שיינעם דאנק, וועלמער שוין נישט דארפן זיך ארימפלאגן דאס יאר אי"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 2:33 pm
דורך אויך מיר
דאנקס!
וואס איז די עצה אז עס זאל נישט טרוקענען, איינשרימפן און לויז ווערן אין יו"ט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 6:08 pm
דורך נודניק
אויך מיר האט געשריבן:דאנקס!
וואס איז די עצה אז עס זאל נישט טרוקענען, איינשרימפן און לויז ווערן אין יו"ט?


ממש דאס וויל איך וויסן
פאריאר האבן זיי געהאלטן אין איין לויז ווערן אויפן לולב
איך האב זיי געצויגן צי אלע שבעה רוחות אבער א מכה

א עצה?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 7:32 pm
דורך געלעגער
געקויפט פיר רינגלעך פאר א טאלער. אךך א שאד, די יונגל זאגט אז זיי האבן נישט קיין ריטוירן פאלעסי

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 8:56 pm
דורך קהת
נאך איין