בלאט 1 פון 1

פרינטן אסאך פי.די.עף. פיילס אויף איינמאל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:38 am
דורך ראש הקהל
כ'האב געסעיווט אסאך פעידזשעס פון היברו בוקס און א פייל, פארשטייט זיך, יעדע פעידזש עקסטרע איז א פדפ.
איז דא א וועג כ'זאל קענען ארויספרינטין אלע פעידזשעס פון יענע פייל אויף איינמאל?, אן כ'זאל דארפן עפענען יעדע פעידזש באזונדער און פרינטין?
איז איינער באקאנט, איז עס בכלל מגליך? שכויח פאר אלע יודעי דבר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:39 am
דורך ענדע צדיק!
דו האסט אקראבייט? אויב יא שטעל עס צוזאם. אז דו ווייסט נישט וויאזוי פרעג

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:45 am
דורך קנאפער ידען
ראש הקהל האט געשריבן:כ'האב געסעיווט אסאך פעידזשעס פון היברו בוקס און א פייל, פארשטייט זיך, יעדע פעידזש עקסטרע איז א פדפ.
איז דא א וועג כ'זאל קענען ארויספרינטין אלע פעידזשעס פון יענע פייל אויף איינמאל?, אן כ'זאל דארפן עפענען יעדע פעידזש באזונדער און פרינטין?
איז איינער באקאנט, איז עס בכלל מגליך? שכויח פאר אלע יודעי דבר.

יא, זייער פשוט, אין ווינדאוס עקספלארער סעלעקט אלע די PDF'ס פונדרויסן רייט קליק און דריק פרינט, און וואלאא...
[דארפסט נאר זיכער מאכן אז דער פרינטער וואס דו ווילסט עס פרינטן זאל זיין אנגעשטעלט פאר דער דעפאלט, ווייל ער פרעגט דיר נישט וועלכע פרינטער דו ווילסט נוצן].

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:46 am
דורך ענדע צדיק!
לכאורה וועט עס אבער נישט גיין אין א סדר, ניין?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:47 am
דורך קנאפער ידען
ענדע צדיק! האט געשריבן:לכאורה וועט עס אבער נישט גיין אין א סדר, ניין?

כ'מיין אז עס וועט גיין אין די סדר פון די PDF'ס נעמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:49 am
דורך פארוואס נישט...
איך נוץ דאס צוזאמשמלצן אסאך פדפ'ס און עס מאכן פאר איינס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 11:11 am
דורך ענדע צדיק!
symantec זאגט אז ער ווייסט נישט צו עס איז אפגעהיטן פון וויירעס?!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 11:13 am
דורך קנאפער ידען
ענדע צדיק! האט געשריבן:symantec זאגט אז ער ווייסט נישט צו עס איז אפגעהיטן פון וויירעס?!

ווייסעך נישט פארוואס ער זאגט אזוי, ווייל אין וויירוס-טאטעל איז ער קלין דורך אלע 55 אנטי-וויירוסן [כ'מיין אז אינקלאדינג symantec אליין].
קען זיין אז עס איז צוליב וואס עס איז נישט זייער קאממענלי דאונלאודעד.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 11:18 am
דורך ענדע צדיק!
יכול להיות, אדער קען זיין אז זיי האבן עס ממש לעצטענס אפדעיטעד.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 11:42 am
דורך יוראפ
נוצן מיר דאס שוין א לענגערע וויילע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 4:14 am
דורך בארן קלאפער
.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 4:19 am
דורך בארן קלאפער
איין רייט קליק און עס איז געמאכט
קענסט עס אויך סעווען אלץ איין pdf

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 07, 2014 6:37 am
דורך קנאפער ידען
בארן קלאפער האט געשריבן:.

דער עצה איז נאר אויב מען האט אדאובי עקראובעט.