בלאט 1 פון 2

נייע זמן שבת זייגער

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 5:33 pm
דורך קארן טשיפ
האט איינער אינפא אדער עקספיריענס מיט די נייע זמן שבת זייגער?
ס'איז א שבת זייגער וואס קומט געפראגרעמד מיט די אידישע לוח ביז 2050.
אלע שבתים, ימים טובים, ערשטע טעג יום טוב, צווייטע טעג.
אויב שטעלסטע אן אז די ענדיגסט די סדר 4:00 פארטאגס עט ער געדענקן אויף נעקסטע יאר.
און א פאר יאר ארום ווען ס'עט נאכאמאל אויסקומען שבת גלייך נאך יום טוב עט ער פינקטלעך וויסען וואס ער האט צי טוהן.
מ'דארף נאר איינמאל אנשטעלן די זייגער און ס'לויפט פאר צענדליגע יארן.

איך האב עס געזען עדווערטייזט, וויל איך וויסען אויב איינער פארמאגט אזא כלי, און אויב ס'ארבעט טאקע אזוי ווי זיי שרייבען.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 5:36 pm
דורך סביב העולם
געהערט אז עטליכע כולל אינגעלייט גייען ארום צו רבנים ווייל זיי האבן געטראפן פראבלעמען להלכה אין דעם

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 5:48 pm
דורך קהת
סביב העולם האט געשריבן:געהערט אז עטליכע כולל אינגעלייט גייען ארום צו רבנים ווייל זיי האבן געטראפן פראבלעמען להלכה אין דעם

למשל וועלעכע פראבלעמען?

איך ווייס אז דיינים ובראשם ר' צבי ארטנר שליט"א זענען געזעצן חדשים לאנג און איבערגעגאנגן איעדע שאלה צו זיכער מאכען אז סאיז נישטא קיין שום חשש.

ס'איז א מורדיגע איידיע. איך האב געהערט זייער גוטע גריסן איבער דעים, מענטשן זענען זייער צופרידען פון דעים.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 6:22 pm
דורך Iphone
אמאל געזעהן א זאך וואס כולל אינגעלייט האבן נישט קיין פראבלעם מיט?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 7:05 pm
דורך קארן טשיפ
וואסערע שאלה איז דא שייך מער ווי סתם א שבת זייגער?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 9:09 pm
דורך סביב העולם
פרעג מיך נישט מער ווייל דאס האב איך נאר געהערט מפי השמועה

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 10:39 pm
דורך לכאורה
די כולל אינגעלייט האבן כנראה א פראבלעם מיט דעם וואס היינט צוטאגס פראווענען זיי דעם סדר ביז 4 אזייגער, אבער זיי האפן נאך אמאל אויסצושטייגן פון די "רבני הכולל" און פראווענען ביז די תלמידים וועלן קומען זאגן רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית, און דאן קען ח"ו געמאלט זיין אז דער נארישער שבת זייגער וועט נאך געדענקן זייערע אמאליגע יומין דקטנות, און ש'מער ש'ווייניגער פארלעשן די לעמפ ביי שפוך חמתך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2014 11:23 pm
דורך יוראפ
לכאורה האט געשריבן:די כולל אינגעלייט האבן כנראה א פראבלעם מיט דעם וואס היינט צוטאגס פראווענען זיי דעם סדר ביז 4 אזייגער, אבער זיי האפן נאך אמאל אויסצושטייגן פון די "רבני הכולל" און פראווענען ביז די תלמידים וועלן קומען זאגן רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית, און דאן קען ח"ו געמאלט זיין אז דער נארישער שבת זייגער וועט נאך געדענקן זייערע אמאליגע יומין דקטנות, און ש'מער ש'ווייניגער פארלעשן די לעמפ ביי שפוך חמתך.

מעג מען וויסן די מיליטערישע סוד ככ'מיין ר"ת דערפון? און פארוואס ש'פוך חמתך האט נישט עפעס א רמז?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 6:42 am
דורך מאגר
קען מען דאס באקומען אנליין?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:32 am
דורך פריילאך
זעהט אויס צו זיין גאר א פראקטישער אייטעם. נישט צו טייער.

http://www.zmantechnologies.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:15 am
דורך farshlufen
אולי איז דאס די לעזונג צו די פרידזשירעיטאר הלכה פראבלעמען?

מען אינסטאלירט דאס אויפן רעפרידזשירעיטאר אויטלעט און מען שטעלט עס אן אז אין די צייטן וואס מ'דארף דאס עפענען זאל עס זיין גענצליך פארלאשן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:19 am
דורך קנאפער ידען
farshlufen האט געשריבן:אולי איז דאס די לעזונג צו די פרידזשירעיטאר הלכה פראבלעמען?

מען אינסטאלירט דאס אויפן רעפרידזשירעיטאר אויטלעט און מען שטעלט עס אן אז אין די צייטן וואס מ'דארף דאס עפענען זאל עס זיין גענצליך פארלאשן.

וואס איז דאס ענדערש לגבי דער פרידזש ווי א געהעריגע שבת זייגער? פארוואס האט מען דאס נישט געקענט טון ביז היינט מיט א פשוט'ער שבת זייגער? אפשר צעברעכט עס דער פרידזש דער אן און אףף.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:23 am
דורך קהת
איך בעטיך איין זאך פליז רוף מיך נישט פאר קיין סעודות, זאג מיר נישט אז די פלאגסט אויס די רעפרידזערעיטער...

צווייטנס דעיע טיימער איז נאר געמאכט אנצוצינדען און אויסלעשן לעקטער און נישט פאר אנדערע זאכען אויך נישט פאר עיר קאנדישענס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:35 am
דורך farshlufen
קנאפער, ווייל ער האט פרי-פראגראמד ימים טובים, ד"ה ער ווייסט ווען איך פראווע די סעודות ר"ה און שמחות תורה און אלע אנדערע פארדרייטע סקעדזשועלס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:38 am
דורך ענדע צדיק!
עס איז זייער איינעגשטעלט צו קויפן אזא זאך, א גוטע פאר אידן קענען זיצן אין די טונקל דעם יו"ט.. העמער ווארטן עס זאל זיין א געהעריג אויסגעארבעטע זאך. די איידיע איז פיין

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:42 am
דורך farshlufen
קהת האט געשריבן:איך בעטיך איין זאך פליז רוף מיך נישט פאר קיין סעודות, זאג מיר נישט אז די פלאגסט אויס די רעפרידזערעיטער...

צווייטנס דעיע טיימער איז נאר געמאכט אנצוצינדען און אויסלעשן לעקטער און נישט פאר אנדערע זאכען אויך נישט פאר עיר קאנדישענס

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
1) אויף א שעה אנדערטהאלבן פארלעשן און נאר עפענען די מינומום מאכט נישט קיין סאך אויס, לכשב"ק לוינט די אומבאקוועמליכקייט עכ"פ לויט די וואס נעמען שיטת חזו"א דאן רעדט מען דאך פון דאורייתא שאלות.

2) ד"ה עס ארבייט נישט אויף 15 amps?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:42 am
דורך קהת
ענדע צדיק! האט געשריבן:עס איז זייער איינעגשטעלט צו קויפן אזא זאך, א גוטע פאר אידן קענען זיצן אין די טונקל דעם יו"ט.. העמער ווארטן עס זאל זיין א געהעריג אויסגעארבעטע זאך. די איידיע איז פיין

איעדע שבת זייגער איז איינגעשטעלט, אז מען שטעלט עס נישט אן האסטו נישט, אויב עפעס ביסטו מער פארזיכערט, די דארפסט נישט טוישן יעדע וואך.

איך האב ביז היינט אויך געהאט א שבת זייגער אויף מיין לעקטער אבער איך האב געדארפט געדענקען עס אנצושטעלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 10:44 am
דורך קהת
farshlufen האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:איך בעטיך איין זאך פליז רוף מיך נישט פאר קיין סעודות, זאג מיר נישט אז די פלאגסט אויס די רעפרידזערעיטער...

צווייטנס דעיע טיימער איז נאר געמאכט אנצוצינדען און אויסלעשן לעקטער און נישט פאר אנדערע זאכען אויך נישט פאר עיר קאנדישענס

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
1) אויף א שעה אנדערטהאלבן פארלעשן און נאר עפענען די מינומום מאכט נישט קיין סאך אויס, לכשב"ק לוינט די אומבאקוועמליכקייט עכ"פ לויט די וואס נעמען שיטת חזו"א דאן רעדט מען דאך פון דאורייתא שאלות.

2) ד"ה עס ארבייט נישט אויף 15 amps?

דאכצעכמיר אז עס האט 800 וואטס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 1:01 pm
דורך קארן טשיפ
איך האב נעכטען געקויפט א שבת זייגער, איך האב באצאלט 50 טאלער, איך מיין אז איך גיי עס איינטוישן פאר די זמן זייגער, ס'איז נאר א 10 מער.

איך טראכט נאר אז אויב איך בין נישט צופרידען מיט די אידישע קאלענדער, צי מ'קען אויסלעשן די קאלענדער אפשען, און ס'זאל ארבעטן ווי סתם א 7 דעי שבת זייגער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 2:28 pm
דורך kyshtiper
וואס איז די מעלה פון די זייגער מער ווי א 7 טאגיגע זייעגער?

וואס איז מיר א חילוק צו די זמן איז 7:03 צו 7:45 וועט זיך די עלעקטער אויסלעשן א האלבע שעה שפעטער

איך זעה נישט די גרויס חידוש פון דאס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 2:44 pm
דורך מיסטעריעז
אין‎ ‎ק‎''‎י‎ ‎לויפט‎ ‎די‎ ‎זמן‎ ‎נאר‎ ‎צווישן‎ 7:03 ‎און‎ ‎7:45‎?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 2:47 pm
דורך שנאפס
אז נישט שטופט מען עס אהין..

--

איך זעה אויך נישט די אויפטוה דערפון, עס גייט מאכן אונזער קאפ מער ראסטיג, חוץ אויב עס סאלווד הלכה פראבלעמען

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 3:31 pm
דורך קהת
למשל דעיע וואך איז סוכות, מיטוואך נאכט דארפסטו עס אנגעצונדען אבער יענע וואך איז דאך געוועהן א גרינע מיטוואך און סאיז געוועהן אויסגעלאשען, 15 מינוט נאכען זמן דערמאנסטו דיך אוי כהאב פארגעסן אנצושטעלן די זייגער...

דעיס מאכט זיך און יעדע אידישע שטיב...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 3:57 pm
דורך Alien
שנאפס האט געשריבן:איך זעה אויך נישט די אויפטוה דערפון, עס גייט מאכן אונזער קאפ מער ראסטיג, חוץ אויב עס סאלווד הלכה פראבלעמען

אוי ווי גוט געזאגט. אונז ווערן שוין באלד ארבייטסלאז...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 4:05 pm
דורך קהת
Alien האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איך זעה אויך נישט די אויפטוה דערפון, עס גייט מאכן אונזער קאפ מער ראסטיג, חוץ אויב עס סאלווד הלכה פראבלעמען

אוי ווי גוט געזאגט. אונז ווערן שוין באלד ארבייטסלאז...

ווער רעדט פון ארבעטן שווער, א מענטש קען פארגעסן אנצושטעלן די זייגער, למשל ראש השנה האב איך געגעסן און די טינקל ווייל מען האט פארגעסן אנצושטעלן די זייגער